בארא פארק: פאליציי אטאקירט עלטערן איד.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

בארא פארק: פאליציי אטאקירט עלטערן איד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

פארהאן א ווידיא ווי א פאליס באהאנדלט אן 71 יעריגער מאן זייער ברוטאליש
קען עמיצער ברענגן?
אוועטאר
Brackets
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 12:23 pm
לאקאציע: קאוד עדיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Brackets »

לייבעלע הירש האט געשריבן:פארהאן א ווידיא ווי א פאליס באהאנדלט אן 71 יעריגער מאן זייער ברוטאליש
קען עמיצער ברענגן?

https://www.dropbox.com/s/quqq45z63w1wk ... e.mp4?dl=0
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

שכח... שטעלט ער זיך אנטקעגן?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

א איד?

וואס די מעשה דארט?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

Brackets האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:פארהאן א ווידיא ווי א פאליס באהאנדלט אן 71 יעריגער מאן זייער ברוטאליש
קען עמיצער ברענגן?

https://www.dropbox.com/s/quqq45z63w1wk ... e.mp4?dl=0

וואס דא ברוטאליש ?
ער וויל אים קייטלען.
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

לאלתר לחיים האט געשריבן:

די הערסט אויך די סאונד אדער די קוקסט נאר?

א. טראכטער האט געשריבן:

גערעכט.
איז עס א איד ?

יא
ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ע.ב »

לאלתר לחיים האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:
Brackets האט געשריבן:
לייבעלע הירש האט געשריבן:פארהאן א ווידיא ווי א פאליס באהאנדלט אן 71 יעריגער מאן זייער ברוטאליש
קען עמיצער ברענגן?

https://www.dropbox.com/s/quqq45z63w1wk ... e.mp4?dl=0

וואס דא ברוטאליש ?
ער וויל אים קייטלען.

די הערסט אויך די סאונד אדער די קוקסט נאר?

גערעכט.
איז עס א איד ?

yes 71 years old
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

Fwd:@KolHaolam: BORO PARK: WATCH: Disturbing video shows Jewish grandfather (71) dragged out of car, forced to ground and arrested for using a cell phone....

Fwd:@KolHaolam: BORO PARK: Councilman @NYCGreenfield is calling for an independent investigation into the violent NYPD arrest of a 71 year old chasidic man

איז דא נאך עפעס א ווידיוא אדער נאר דאס וואס איז אויבן ?
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

אינפארמאטיווע איטערוויא אויף קולמע 114 דרעזנער מיט העסקן ר' יודל פערלשטיין
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך ווייס נישט וואס די מעשה איז געווען דארט אבער לענ"ד איז נישט פארהאן א סיבה זיך קעגן שטעלן ווען פאליציי וויל ארעסטירן.
מוז זיין דארט איז געווען עפעס א מיספארשטעדעניש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

עפעס שרייט ער אז ער קען נישט לייגן די הענט אין די בעק
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

ער האט אמאל געהאט א עקסידענט דעריבער קען ער נישט לייגן זיין הענט אין די בעק.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

בארא פארק: העסליכע אטאקע אויף עלטערע איד דורך פאליציי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש החסד »

רבותי, דער עולם שלאפט, טיטצעך א מעשה, א עלטערע איד איז צובליטיגט געווארן אין בארא פארק דורך ווילדע אויפפירונג פון פאליציי...

עני וואן מיט אפדעטס?
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

גרינפעלד האט פארדאמט די שענדליכע אקט.

א גוטע פי אר מאוו
איזי
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

וואו זענען הייקינד און יעגער ווען מ'דארף זיי אזוי וויכטיג?...
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוהב שלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב שלום »

לויט די קליפ קוקט ער אויס אינטערסאנטליך...
פארוואס זאל ער נישט נארמאל מסביר זיין פארן פאלציאנט אז ער האט א פראבלעים מיט די הענט?!
"איך שרייב אויף אייועלט וואס איך האב ליב צו שרייבן; נישט וואס דו האסט ליב צו לייענען". עכל"ק. הקטן כ"ק אדמו"ר מאוהב שלום שליט"א. פה אייוועלט יצ"ו.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

א 71 יעריגער בארא פארקער איינוואוינער האט נעכטן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנדלונג נאכדעם וואס ער איז ברוטאל איבערגעפאלן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין לויף פון א רוטינע טראפיק אפשטעל, דער איד איז געווען אין זיין קאר אויף די 53סטע גאס צווישן 17 און 18טע עוועניו ווען צוויי פאליציי אפיצירן זענען געקומען צו זיינע פאדערשטע פענסטער און איינער האט געבעטן זיין לייסענס און רעגיסטראציע, אין די צייט וואס דער צווייטער האט אריינגעשיינט מיט א פלעשלייט אויף אים.

לויט ווי דער איד זאגט האט ער געבעטן פון די פאליציי צו אויסלעשן דעם פלעשלייט וויבאלד דאס שטערט אים פון טרעפן זיינע רעגיסטראציע דאקומענטן. אבער אנשטאט דאס טון האבן אים די צוויי ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ און אים אראפגעשליידערט אויף דער ערד און דאן אים געקייטלט און אריינגעפירט צום פאליציי סטאנציע.

ווען מ'האט אים געשלעפט האבן זיי אים נישט געקענט קייטלען וויבאלד זיין האנט איז געשעדיגט פון אן עקסידענט, און זיי האבן אים שוין באהאנדלט ווי א טראבל מעיקער, וויבאלד ער האט זיי איינגעטיילט וואס צו טון.

וואלט עס געווען מיט א שחור, וואלט שוין גאנץ בארא פארק געווען איינגעהילט אין פלאמען!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

יאסעלע האט געשריבן:ווען מ'האט אים געשלעפט האבן זיי אים נישט געקענט קייטלען וויבאלד זיין האנט איז געשעדיגט פון אן עקסידענט, און זיי האבן אים שוין באהאנדלט ווי א טראבל מעיקער, וויבאלד ער האט זיי איינגעטיילט וואס צו טון.

זעהט אויס אז זיי ווייסן נישט אז עלטערע אידן זענען נישט קיין טראבל מעיקערס
איזי
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויפברויז אין בארא פארק נאכדעם וואס פאליציי אטאקירן עלעטערער איד

א 71 יעריגער בארא פארקער איינוואוינער האט נעכטן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנדלונג נאכדעם וואס ער איז ברוטאל איבערגעפאלן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין לויף פון א רוטינע טראפיק אפשטעל, דער איד איז געווען אין זיין קאר אויף די 53סטע גאס צווישן 17 און 18טע עוועניו ווען צוויי פאליציי אפיצירן זענען געקומען צו זיינע פאדערשטע פענסטער און איינער האט געבעטן זיין לייסענס און רעגיסטראציע, אין די צייט וואס דער צווייטער האט אריינגעשיינט מיט א פלעשלייט אויף אים.

לויט ווי דער איד זאגט האט ער געבעטן פון די פאליציי צו אויסלעשן דעם פלעשלייט וויבאלד דאס שטערט אים פון טרעפן זיינע רעגיסטראציע דאקומענטן. אבער אנשטאט דאס טון האבן אים די צוויי ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ און אים אראפגעשליידערט אויף דער ערד און דאן אים געקייטלט און אריינגעפירט צום פאליציי סטאנציע.

קאנסילמאן דעיוויד גרינפעלד האט עפנטליך פארדאמט די פאליציי און איז ארפאגעקומען באזוכן דעם באטראפענעם אין מיימאנעדיס שפיטאל און פון דארט גערופן פאר אן אויספארשונג פאר די פאליציי אפיצירן. די פאליציי דעפארטמענט האט אבער אין א סטעיטמענט אפגעווארפן די באשולדיגונגען און זאגן אז דער באטראפענער איד איז געווען זייער אומקאאפעראטיוו און האט פרובירט זיך צו קעגנשטעלן און זיי האבן דעריבער נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג.

#פיינע נייעס
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מ'דארף איבערדרייען א וועלט קעגן די רשעותדיגע פאליציאנטען..
JEWISH LIFES MATTER !!!!!!
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטראפקאוו »

יאסעלע האט געשריבן:א 71 יעריגער בארא פארקער איינוואוינער האט נעכטן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנדלונג נאכדעם וואס ער איז ברוטאל איבערגעפאלן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין לויף פון א רוטינע טראפיק אפשטעל, דער איד איז געווען אין זיין קאר אויף די 53סטע גאס צווישן 17 און 18טע עוועניו ווען צוויי פאליציי אפיצירן זענען געקומען צו זיינע פאדערשטע פענסטער און איינער האט געבעטן זיין לייסענס און רעגיסטראציע, אין די צייט וואס דער צווייטער האט אריינגעשיינט מיט א פלעשלייט אויף אים.

לויט ווי דער איד זאגט האט ער געבעטן פון די פאליציי צו אויסלעשן דעם פלעשלייט וויבאלד דאס שטערט אים פון טרעפן זיינע רעגיסטראציע דאקומענטן. אבער אנשטאט דאס טון האבן אים די צוויי ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ און אים אראפגעשליידערט אויף דער ערד און דאן אים געקייטלט און אריינגעפירט צום פאליציי סטאנציע.

ווען מ'האט אים געשלעפט האבן זיי אים נישט געקענט קייטלען וויבאלד זיין האנט איז געשעדיגט פון אן עקסידענט, און זיי האבן אים שוין באהאנדלט ווי א טראבל מעיקער, וויבאלד ער האט זיי איינגעטיילט וואס צו טון.

וואלט עס געווען מיט א שחור, וואלט שוין גאנץ בארא פארק געווען איינגעהילט אין פלאמען!

זעמער אין גלות ליידער
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אלט מאנרא האט געשריבן:אויפברויז אין בארא פארק נאכדעם וואס פאליציי אטאקירן עלעטערער איד

א 71 יעריגער בארא פארקער איינוואוינער האט נעכטן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנדלונג נאכדעם וואס ער איז ברוטאל איבערגעפאלן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין לויף פון א רוטינע טראפיק אפשטעל, דער איד איז געווען אין זיין קאר אויף די 53סטע גאס צווישן 17 און 18טע עוועניו ווען צוויי פאליציי אפיצירן זענען געקומען צו זיינע פאדערשטע פענסטער און איינער האט געבעטן זיין לייסענס און רעגיסטראציע, אין די צייט וואס דער צווייטער האט אריינגעשיינט מיט א פלעשלייט אויף אים.

לויט ווי דער איד זאגט האט ער געבעטן פון די פאליציי צו אויסלעשן דעם פלעשלייט וויבאלד דאס שטערט אים פון טרעפן זיינע רעגיסטראציע דאקומענטן. אבער אנשטאט דאס טון האבן אים די צוויי ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ און אים אראפגעשליידערט אויף דער ערד און דאן אים געקייטלט און אריינגעפירט צום פאליציי סטאנציע.

קאנסילמאן דעיוויד גרינפעלד האט עפנטליך פארדאמט די פאליציי און איז ארפאגעקומען באזוכן דעם באטראפענעם אין מיימאנעדיס שפיטאל און פון דארט גערופן פאר אן אויספארשונג פאר די פאליציי אפיצירן. די פאליציי דעפארטמענט האט אבער אין א סטעיטמענט אפגעווארפן די באשולדיגונגען און זאגן אז דער באטראפענער איד איז געווען זייער אומקאאפעראטיוו און האט פרובירט זיך צו קעגנשטעלן און זיי האבן דעריבער נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג.

#פיינע נייעס

דאס הייסט אז דער פאליציי דעפארטמענט (אן מאכען א חקירה ודרישה) נעמט אן בפשטות דער ווערסיע פון די צוויי פאליציאנטען. ביי דיפאולט האבען זיי קיינמאל נישט קיין אנדערע ברירה; צו איז עס שלאגען, צו איז עס הארגענען! און וואס די פאליציי טוהט, איז אייביג ריכטיג!

נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג? קיין אנדערע אויסוועג צו טוהן וואס? אים, צו ארעסטירען? פארוואס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

איינער מיינט אז די פאליציי גייט ענטפערן, "טאקע גערעכט אונז וואלט מיר עס נישט געדארפט טון, אנטשולדיג פארן טעות". זיי גייען זיך נישט מאכן שלעכט אויסקוקן.

וואס די מעשה איז געווען דא ווייס איך נישט, אבער ווער ס'האט שוין צוגעזען וויאזוי די NYPD פירט זיך אויף אסאך מאל, ווייסט זייער גוט אז זיי אביוזען גוט זייער פאו-ער.

אמאל צוגעזען אויף 13טע עוו. וויאזוי א רעגולער פאליס האט געגעבן א טיקעט פאר א דאבל פארקט קאר. אינמיטן איז די יונגערמאן אנגעקומען און זיך אריינגעזעצט אין די קאר. הייבט זי אן צו שרייען, "יו וואנא ראן מי אווער!?" קומט איר שותף צו לויפן צו יענעם, "לייסענס ענד רעגיסטרעישען".
צוקוקענדיג בין איך ממש ערשטוינד געווארן צו זען ווי זיי מאכן א מצב פין גארנישט, פאר גארנישט.

ווי האט מיר איינער אמאל געזאגט, אז געווענטליך ווען מ'קען די געזעץ קען מען פארהאלטן די פאליציי פאר דאס אין פאר יענס, אבער פרוביר עס נישט צו טון מיט א NYPD, זיי זענען אזעלכע בעלי גאווה אז ער וועט דיך אזוי מסדר זיין און זיך נוקם זיין אין דיר, אז עס לוינט זיך נישט אנצופאנגען מיט זיי.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”