אלעס ארום טעקס רעפארם

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אלעס ארום טעקס רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

רעפובליקאנער אין וואשינגטאן צוזאמען מיטן טראמפ אדמינסטראציע גרייטן זיך העפטיג דורכצופירן די גרעסטע טעקס רעפארם לעגעסלאציע אין מאדערנער היסטאריע. וואלט כדאי געווען א באזינדער אשכול צו קענען אויסשמועסן די טעכנישע און פאליטישע אספעקטן, און די נייעס ארום דעם.

זינט די צווייטע וועלט מלחמה איז דורכגעפירט געווארן 5 גרויסע טעקס שניטן. 1 אונטער קענעדי אין 1961, 1 אנטער רעיגען אין 1981, און 3 אונטער בוש 43 (2001, 2002, 2003).

קענעדי'ס ביל איז געווען א 54.90 ביליאן טעקס שניט, ברענגענדיג א מיינוס %1 אין די נאציאנאלע אינקאם טעקס רעוועניו. קענעדי האט געזעהן א וואוקס אין איבער 15 מיליאן זשאבס (דורכאויס זיין און זשאנסאנס טערמין), און א GDP וואוקס העכערונג פון %3 צו ארום %6.

רעיגען'ס ביל איז געווען א 68.70 ביליאן טעקס שניט, ברענגענדיג א מיינוס %2.80 אין די נאציאנאלע אינקאם טעקס רעוועניו. רעיגען האט געזעהן א וואוקס פון כמעט 16 מיליאן זשאבס און א GDP וואוקס העכערונג פון %2 צו ארום %4 דורכאויס זיין טערמין. (הגם ער האט צוריקגעלייגט ארום א דריטל פון די טעקסעס א יאר נאכן שניידן).

בוש'ס טעקס קאטס ס"ה פון די 3 יאר איז געווען 196.6 ביליאן ברענגענדיג א מיינוס %6.4 אין די נאציאנאלע אינקאם טעקס רעוועניו. און געזעהן א וואוקס פון בלויז 1 מיליאן זשאבס, GDP איז געבליבן פלאך ביי ארום %3 ביזן 08' רעסעסיע ווען ס'איז געווארן א מיינוס.

יעצט צוריק צו די יעצטיגע פלענער.

תיכף אנהייב פונעם טראמפ אדמיניסטראציע אין יאנואר 2017 איז געווארן אויפגעשטעלט אין וואשינגטאן א גרופע גערופן די "6 גרויסע" צו אויסארבייטן די דעטאלן פון טעקס רעפארם. די גרופע נעמט אריין טרעזשוערי סעקרעטאר 'סטיוון מענוטשין', ווייסע הויז הויפט עקאנאמישע ראטגעבער 'גערי קאהן' (ביידע יודן), סענאט פירער 'מיטש מעקאנעל', סענאט פינאנץ קאמיטע טשעירמאן 'ארען העטש', קאנגרעס פירער 'פאול רייען', און קאנגרעס פינאנץ קאמיטע טשעירמאן 'קעווין ברעדי'. די חברה זענען שוין פארנימען די לעצטע 9 חדשים מיט פארהאנדלונגען צווישן קאנגרעס פארשטייער/ווייסע הויז און די פארשידענע טעקס גרופעס און לאביאיסטן פון איבערן לאנד.

דעם חודש איז צום ערשטן מאל ארויסגעגעבן געווארן א גאנץ קלארע פלאן וואס מ'וויל אלץ אריינלייגן אינעם טעקס ביל, און לויט ווי מ'הערט איז א ביל ערווארטעט ארויסצוקומען ערגעץ קומענדיגע וואך. לויט די פריע שאצונגען רעדט זיך עס פון א 220 ביליאן טעקס שניט.

אט איז א קורצע ס"ה פון די הויפט נקודות אינעם פלאן:

-רעדוצירן די יעצטיגע 7 קאטאגאריעס אינקאם טעקס צו בלויז 3 קאטאגאריעס.

די יעצטיגע ערשטע (און גרעסטע) קאטאגאריע מענטשן וואס רעכנט די וואס פארדינען ביז $75,000 א יאר און צאלט יעצט %10 וועט ארויפגיין מיט 2 פונקטן צו %12.
די וואס פארדינען ביז $153,00 און צאלן יעצט %15 וועלן אראפגיין מיט 2 פונקטן צו %12.
די וואס פארדינען ביז $233,000 וועלן בלייבן מיט זייער ראטע פון %25.
די וואס פארדינען ביז $416,000 און צאלן יעצט %28 וועלן אראפגיין מיט 3 פונקטן צו %25.
די וואס פארדינען ביז $470,000 און צאלן יעצט %33 וועלן ארויפגיין מיט 2 פונקטן צו %35.
די וואס פארדינען פון $470,00 און העכער (%1 אמעריקאנער) און צאלן יעצט %39.6 וועלן אראפגיין מיט 4.6 פונקטן צו %35.

-העכערן די סטאנדערט רעדוקציע.

די א.ג. 'סטענדערט דעדאקשען' איז א פלאכע ראטע וואס מ'קען אראפרעכענען פון די יערליכע טעקסעס. משפחות קענען לע"ע אראפרעכענען $12,700 דאס וועט ווערן געהעכערט כמעט דאפעלט צו $24,000. סינגל מענטשן אן א משפחה קענען לע"ע אראפרעכענען $6,300 דאס וועט ווט ארויפגיין צו $12,000. סינגל עלטערן, ד"ה מענטשן וואס ציען אליינס אויף זייערע קינדער קענען לע"ע אראפרעכענען $9300, די קאטאגאריע וועט ווערן עלימינירט (זיי וועלן בלויז קענען אראפרעכענען ווי א בלויזע סינגל). בלינדע אדער אלטע מענטשן קענען לע"ע אראפרעכענען נאך $1500, דאס וועט אויך ווערן עלימינירט.

-עלימינירן די פערזענליכע עקזעמפשאן.

די פערזענליכע עקזעמפשאן באדייט אז לע"ע קען יעדער ראש המשפחה אראפרעכענען $4,050 פאר יעדן קינד אין די פאמיליע, (דאס בענעפטירט נידעריגע און מיטל קלאס פארדינער, גאר הויכע פארדינער קענען דאס נישט קלעימען). די דאזיגע עקזעמפשאן וועט ווערן עלימינירט.

-טוישן די אינפלאציע מעסטער כלפי דעם טעקס אינדעקס.

די יעצטיגע מעסטער מעסט לויט די CPI-U (דאס הייסט לויט די פשוטע וואוקס אין אינפלאציע לויט די ספענדינג אין די געדעכט פאפולערע שטעט וואס רעפרעזענטירט %90 פונעם באפעלקערונג) און לויט דעם טוט זיך די טעקס ברעקעטס ריקן אויף אראפ (אין פאל פון אינפלאציע) און ארויף (אין פאל פון דע-פלאציע). די געפלאנטע טויש איז צו אנהייבן שאצן לויטן chain-weighted CPI-U, דאס איז א שאצונג וואס נעמט אריין א חוץ די פשוטע ספענדינג אויך די באשלוסן און די מצבים וואס האט צוגעברענגט די מענטשן דערצו, לויט די דאזיגע מעסטער וולן די אינפלאציע שאצונגען שטייטער ארויפגיין און דעריבער שנעלער ארויפרוקן מענטשן צו די העכערע טעקס ברעקעטס דערמיט הייבנדיג די טעקס רעוועניו.

א גרעף וואס צייגט די חילוק צווישן די צוויי מעסטער


-העכערן די קינדער טעקס קרעדיט.

לויטן יעצטיגן געזעץ קענען מיטן קלאס עלטערן וואס פארדינען ביז $110,000 יערליך קריגן א $1000קרעדיט פאר יעדעס קינד. די יעצטיגע פלאן העכערט די קרעדיט צו $1500 און העכערט די איינקופט עלעזשעביליטי צו אריינעמען אויך רייכערע פארדינער.

-עלימינירן די אלטערנעטיוו מינימום טעקס.

די אלטערנאטיוו מינימום טעקס איז געווארן איינגעשטעלט נאך וואס רייכע פארדינער פלעגן צאלן גאר ביליג טעקס נאכן אראפרעכענען אלע סארטן פערזענליכע עקזעמפשענס וואס צומאל איז אפילו נישט עוועילעבל פאר נידעריגערע פארדינער, די אלטארנאטיווע טעקס האט איינגעשטעלט א מינימום טעקס וואס די הויעכע פארדינער מוזן באצאלן.

-עלימינירן רוב אייטעמייזד טעקס דעדאקשנס.

לע"ע באקומען נידעריגע און מיטל קלאס פארדינער אן אפציע אראפרעכענען אדער די "סטאנדארט דעדאקשען" (ווי אויבן דערמאנט) אדער ניצן אן אייטעמייזד דעדאקשן ליסטע פון אלע אויסגאבן דורכאויסן יאר וואס זענען קוואלאפיצירט צו ווערן אראפגערעכנט. דאס רעכנט אריין מארטגעדזש אינטערעסט ראטעס, לאקאלע סטעיט טעקסעס ,געמבלינג פארלירונגען ,צדקה באשטייערונגען, טעקס צוגרייטונגען טשארדזשעס, אינוועסטמענט אינטערעסט, פראפערטי טעקס, מעדיקל און דענטל עקספענסעס איבער %10 פון די אינקאם. לויטן נייעם פלאן ווערן רוב פון די זאכן אויס קוואליפיצרט אלס דעדאקשן, א חוץ די מארטגעדזש אינטערעסט ראטע און צדקה.

-עלימינירן די עסטעיט טעקס.

דאס איז א טעקס אויף ירושה וואס איז העכער 5.5 מיליאן דאלאר. לויטן פלאן ווערט דאס גענצליך עלימינירט.

-נידערן די קארפערעט טעקס ראטע.

די פלאן נידערט די יעצטיגע קארפערעט ראטע פון %35 צו בלויז %20. עס וועט אויך לימינירן די קארפערטעט אלטערנאטיוו מינימום טעקס. די פלאן רופט אויך צו "אויפקומען מיט עצות" וויאזוי צו רעדוצירן אויסלענדישע אינוועסטמענטס.

ע"כ די טריקענע דעטאלן אינעם פלאן. יעצט זענען דא די אנאליזער פון אלע זייטן וואס שאצן אפ די עפעקטן און וועם דאס ווערט די מערסטע בענעפיטירן אדער שאטן.

די בייפארטיזען גרופע גערופן "טעקס פאליסי צענטער" שאצט אז די נידעריגע און מיטל קלאס פארדינער וועלן קריגן צווישן א צוואנציגסטל און א צענטל פון די טעקס שניטן וואס די טאפ 1% פון די רייכע וועלן קריגן.

די פאלגענדע גראף צייגט די שניטן לויט די פארדינער קאטאגאריעס:


די צענטער לייגט אבער צו אז דאס איז בלויז אן"עוורידזש" און לויט דעם פארדינט יעדער כאטש עפעס. ווידער אויב גייט מען אריין אין ספעציפישע קאטאגאריעס וועלן זיין אסאך וואס גייען גאר שטארק פארלירן געוואנדן לויט די עווענטועלע ביל, בעיקר זענען פארהאן די צוויי הויפט קאטאגאריעס וואס וועלן די מערסטע שאדן האבן.

1) די וואס וואינען אין הויעכע טעקס סטעיטס וואס ניצן דאס מערסטע די סטעיט דעדאקשנס, די גייען דאס פארלירן. אזויפיל ווי %29 אמעריקאנער באניצן זיך מט די בענעפיט.

אט איז א גרעף אין וועלעכע סטעיטס עס קלעימען די מערסטע מענטשן די דעדאקשן



2) סינגל עלטערן וואס גייען מער נישט קענען ניצן דעם ספעציעלן עקזעמפשן. די צענטער לייגט ארויס אן עקזעמפל פון ווי שטארק עס קען שאטן אזא סארט פאמיליע:

the Tax Policy Center gives the example of a single parent earning $50,000 who has three school-age children and no childcare costs. Under current law they would claim the $9,300 head of household standard deduction and four personal exemptions ($4,050 each), bringing their taxable earnings to $24,500. They would owe $3,012 before the $3,000 child tax credit, which would ultimately bring their liability to $12.

Under Trump's campaign plan, that tax burden would have risen by 9,900%: the parent would have become a single filer rather than a head of household, entitling them to a $15,000 standard deduction (the level proposed by the plan). Personal exemptions would have been eliminated, yielding a taxable income of $35,000 and a bill of $4,200, which would have fallen to $1,200 after the child tax credit.

אלעס אינאיינעם שאצט די צענטער אז אזויפיל ווי 8.5 מיליאן מענטשן וועלן קריגן טעקס העכערונגען לויט דעם פלאן.

לויטן CRFB טעקס פאליסי גרופע וועט די פלאן שניידן 2.2 טריליאן אין די נעקסטע 10 יאר, וואס דאס וועט ארויפריקן קי נאציאנאלע חובות דאך פון די יעצטיגע %77 פון GDP צו %101 פון די GDP.

די פאלגענדע גראף צייגט די יעצטיגע וו"ס די געפלאנטע חובות העכערונג לויט די CRFP:


די "טעקס פאליסי צענטער" האט א ענליכע שאצונג, לויט זיי וועט עס צולייגן צום דעפעציט 5,622 טריליאן אין די נעקסטע 19 יאר.

פאלגענד איז די פונקטליכע דעטאלן פון זייער שאצונג:


די רעפובליקאנער אבער כאטש זיי זענען מודה אז ס'וועט ווערן א לאך אינעם דעפעציט שאצן אז די עקאנאמיע וועט אלס רעזולטאט פון די שניטן וואקסן אסאך העכער ווי די יעצטיגע 2-3 פראצענט א יאר, וואס דאס וועט צוברענגן דאס פארדעקן די בודזשעט לאך.

---------

יעצט צו די פאליטישע חלק און איבער די קאמפלעצירטע פרטים וואס דארפן נאך ווערן אויסגעארבייט.

כדאי צו קענען שטימען אויף טעקס רעפארם אן די מעגליכקייט פון א דעמאקראטישע פיליבאסטער האט זיך אויסגעפעלט דורכצופירן א בודזשעט רעזעלוציע וואס ערלויבט צו באשטעטיגן א טעקס ביל מיט בלויז א מיאריטעט, דהיינו 51 שטימען אין סענאט און 215 אין קאנגרעס, די רעזעלוציע דארף ארויסשרייבן א בלו פרינט וויפיל און בערך וואס מ'וויל שניידן פונעם רעוועניו און צולייגן צום דעפעציט דורך די טעקס שניטן.

קאנגרעס וואס פארמאגט מער הארט רעכטע מעמבערס האט אנהייב חודש געשטימט אויף א בודזשעט רעזעלוציע וואס דערקלערט אז די טעקס קאטס וועט נישט צולייגן צום דעפעציט און אזוי אויך וועט עס שניידן 200 ביליאן אין ספענדינג. די סענאט וואס איז מיר צענטריש האט באשטעטיגט 50-51 (מיט פענס ברעכנדיג די טיי) דעם דינסטאג א בודזשעט רעזעלוציע וואס לאזט מאכן א $1.5 טריליאן דאלאר לאך אינעם בודזשעט אין רעזולטאט פון די טעקס קאטס. בלית ברירה האט קאנגרעס זיך נעכטן דאנערשטיג געבראכן און גאר שמאל באשטעטיגט די סענאט רעזאלוציע עפענענדיג די וועג פאר א טעקס רעפארם ביל.

איינס פון די גרויסע מחלוקת וואס רידערט זיך אצינד איז ארום די געפלאנטע עלימענירונג פון די סטעיט טעקס דעדאקשענס.

די בודזשעט רעזאלוציע האט ארויסגענימען די סטעיט דעדאקשענס, וואס דאס האט געברענגט א שארפע רעאקציע און טאקע 11 פון די 20 רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט קעגן דעם רעזאלוציע זענען פון אזוינע שטאטן. רעפובליקאנער קאנגרעסמאן 'טאם מעקארטער' פון ניו זשערזי -איינס פון די אפעקטירטע שטאטן- האט ערקלערט זיין קעגנערשאפט צום רעזאלוציע זאגענדיג אז ער האפט אז מ'וועט קענען אויסהאמערן אן אמפאך אינעם עווענטועלן טעקס ביל וואס זאל יא לאזן די דעדאקשענס אין פלאץ אבער אין פאל ס'ווערט עלימינירט וועלן זיי בשו"א נישט קענען שטימען פארן ביל.

אויפן פארהאנדלונגס טישל ליגט אצינד פארבליבן עטליכע קריטישע פונקטן.

קודם זענען די פלענער איבער די 401k און די סטעיט דעדאקשענס. די שניטן אין די 401k רעטייערמענט אקאונטס ווערן באטראכט אלס מעגליכע אויסטויש פון לאזן די סטעיט דעדאקשענס אין פלאץ דערמיט פארדעקנדיג די לאך פון די רעוועניו פארלוסט. תיכף ווען די ערשטע קלאנגען איבער די מעגליכע טוישונגען האבן אנגעהויבן קורסירן און מענטשן זענען געווארן אויפגעברויזט דערויף איז פרעזידענט טראמפ ארויסגעקומען אין א טוויט מיט א צוזאג אז מ'וועט נישט צורירן דערצו. למעשה אבער הערט מען אז די פארהאנדלונגען גייען ווייטער אן און ס'שטארק מעגליך אז מ'וועט גרייכן א דיעל.

נאך א הייסע פונקט וואס ליגט אויפן טיש איז די אנקאם טנקס פארן העכסטן ברעקעט.

אינעם פלאן לעצטן חודש ווערט פארגעשטעלט בלויז 3 קאטאגאריעס, און די העכסטע ברעקעט פון די גאר רייכע וואס צאלן %39.6 ווערט רעדוצירט צו בלויז %35. דאס מאכט אן א גרויסע לאך אינעם בודזשעט און געוויסע רעפובליקאנער אין קאנגרעס און אין די טראמפ אדמיניסטראציע פארלאנגען מ'זאל צוריקלייגן דעם עקסטערן ברעקעט פאר די גאר רייכע אדער גאר נאך מער העכערן. די שטארק רעכטע קאנסערוואטיוון אין קאנגרעס ווילן נישט הערן דערפון און די רעכטע טאלק שאו האוסטס און פאליטישע מיינונג זאגער פארפירן מ'זאל דאס בשו"א נישט צולאזן.
-------------

קאנגרעס פירער פארשפרעכן ארויסצולייגן א פארטיגע ביל -פון ארום 1,000 בלעטער- פארן פובליק קומענדיגע מיטוואך נאוועמבער 1, ארום א וואך שפעטער וועט די סענאט נאכפאלגן, די נאכפאלגענדע וואך וועט מען שטימען אין קאנגרעס און א וואך דערויף אום נאוועמבער 22 תיכף בעפאר טענקסגיווינג צו שטימען אין סענאט.

דעמאקראטן שרייען אז אזא שנעלע פראצעדור פון בלויז 3 וואכן איז אומדערהערבאר אויף צו דורכפירן אזא מעידזשאר טויש אינעם סיסטעם וואס וועט אפעקטירן דאס גאנצע לאנד מיט יעדן אספעקט פון די עקאנאמיע און רעפובליקאנער טוען דאס צו באהאלטן אז אמעריקאנער זאלן נישט האבן קיין צייט צו פארדייען און זיך ארויסשטעלן קעגן די שלעכטע חלקים. איבער די ביל זעלבסט זאגט דער דעמאקראטישער נאציאנאלע קאמיטע אז "דאס פארעמט זיך אויס אלס א בינטל פאלשע הבטחות פאר די אמעריקאנער מיטל קלאס".
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Nice job כאפצעם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Well done mister chaptzem
האב שכל און גיב א שמייכעל!
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Wow א גרויסען ישר כח!!
ווי סאך איך פאר שטיי איז עס די בעסטע פאר די גאר רייכע, די גרעסטע לאזער'ס זענען די וואס פארדינען אינטער 75,000 און דע וואסער פארדינען פון 75,000 ביז 153,000 האבן אביסעל ריווח........
איז דאס קארעקט?
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

א דאנק אייך הרב ׳כאפצעם׳

שיין הערליך אראפגעלייגט!

פארפאלן מיר האבן נישט קיין סך ניקס אזויווי הרב כאפצעם, די שטארקע הבנה אין יעדן ענין, די קלארקייט פונעם שריפט איז א מייסטערווערק, די ברייטע ידיעות אין יעדן נושא איז א יקר המציאות. כה לחי!
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

זייער קלאר מסביר געווען, שכח הרב כאפצעם!

-------
די גרעפס זענען עפעס ארויסגעפאלן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

מעסיוו דזשאב כאפצעם.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

זייער שיין כאפצעם

סא קומט אויס אז אונז ניו יארקער וועלען גאנישט פארדינען ווייל אונז האבן געהאט סטעיט דעדאקשענס ביז יעצט? (יוש איך האב שוין געמיינט אז כאפצעם וועט זיין פאר די ביל :-( )
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

אראפנעמען די פערסאנעל עקזעמפשען איז א חורבן פאר אונז אידן
mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

א ריזיגע שכח, זייער שיין באשריבען.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9223
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

mini van האט געשריבן:א ריזיגע שכח, זייער שיין באשריבען.
---
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

mini van האט געשריבן:א ריזיגע שכח, זייער שיין באשריבען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

קליינטשיגער האט געשריבן:מעסיוו דזשאב כאפצעם.


שארט טערם זעהט די בילל אויס גאנץ ביטער פאר מיטל קלאס און טעקס ריטערן פארדינער פון אחב״י, אבער אין לאנג טערם מיין איך אז ס׳וועט אוועק נעמען די פחד פון פארדינען א דאללער מער ווי נעכטן וד״ל.
--

ווי שוין דערמאנט אויבן, די גרעפס זענען נישט דא.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

יאצמעך האט געשריבן:
ווי שוין דערמאנט אויבן, די גרעפס זענען נישט דא.

קיינער זעהט עס נישט? ביי מיר צייגט עס געהעריג
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

יאצמעך האט געשריבן:
קליינטשיגער האט געשריבן:מעסיוו דזשאב כאפצעם.


שארט טערם זעהט די בילל אויס גאנץ ביטער פאר מיטל קלאס און טעקס ריטערן פארדינער פון אחב״י, אבער אין לאנג טערם מיין איך אז ס׳וועט אוועק נעמען די פחד פון פארדינען א דאללער מער ווי נעכטן וד״ל.
--

ווי שוין דערמאנט אויבן, די גרעפס זענען נישט דא.

נישט די טעקס איז די חורבן די שטאטישע פראגראמען זענען די חורבן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

אין הכי נמי, ס׳איז ביידע.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6376
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

וועט עס אפעקטירען פאר ביזנעסע צו געבען טשעריטי ?
איז דאס פון די לאפהאולס וואס טראמפ וויל פארמיידען ?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ברעיקינג:

קאנגרעס טעקס פירער האבן באשלאסן נישט צו לאזן די מארטגעדזש אינטערעסט ראטעס און לאקאלע פראפערטי טעקסעס אלס קוואליפיצירטע דעדאקשנס, ווי פארשפראכן אין די ארגינעלע פלאן.

די באשלוס מיינט אז אויסער די צדקה באשטייערונגען ווערן אלע אייטעמייזד דעדאקשנס עלימינירט, דאס איז ווי פארשטענדליך א שטארקע פאטש פאר היים קויפער איבערן לאנד וואס זענען שטארק אנגעוואנדן דערויף.

די נאציאנאלע "היים בויער פאראיין" האט אין רעזולטאט פריער געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון זייער שטיצע פארן ביל, אין זייער באשלוס זאגן זיי אז דאס עלימינירן די קרעדיט וועט אנטמוטיגן מענטשן פון קויפן הייזער און שוואכער מאכן די עקאנאמיע.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויט »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

קאנגרעס טעקס פירער האבן באשלאסן נישט צו לאזן די מארטגעדזש אינטערעסט ראטעס און לאקאלע פראפערטי טעקסעס אלס קוואליפיצירטע דעדאקשנס, ווי פארשפראכן אין די ארגינעלע פלאן.

די באשלוס מיינט אז אויסער די צדקה באשטייערונגען ווערן אלע אייטעמייזד דעדאקשנס עלימינירט, דאס איז ווי פארשטענדליך א שטארקע פאטש פאר היים קויפער איבערן לאנד וואס זענען שטארק אנגעוואנדן דערויף.

די נאציאנאלע "היים בויער פאראיין" האט אין רעזולטאט פריער געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון זייער שטיצע פארן ביל, אין זייער באשלוס זאגן זיי אז דאס עלימינירן די קרעדיט וועט אנטמוטיגן מענטשן פון קויפן הייזער און שוואכער מאכן די עקאנאמיע.


דאס הייסט אז מענטשען וועלכע קויפן הייזער וועלן בסך הכל באצאלן בערך 3 מאל מער וויפיל די דירה קאסט באמת
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

די אלע דעדאקשענס מאכען דעם טעקס סיסטעם מוראדיג קאמפליצירט, קען זיין אז עס איז א זיסע זאך אבער פאר דעם צאלט מען שווערע געלטער פאר עקאונטענטס זיי זאלען דארפען זיכען אלע מעגליכע דעדאקשענס.

עס איז שטארק דעבאטירבאר אויב עס לוינט נישט צו לאזען אלע דעדאקשענס פאלען פאר א נידריגערע טעקס רעיט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

וויפיל קאסט אן אקאונטענט?
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

כאפצעם האט געשריבן:וויפיל קאסט אן אקאונטענט?

ווענצעך. פאר א ביזנעס אדער פאר א יחיד?

פאר א יחיד, די איינע מאל ווען מען פיילט טעקס ריטורן קען עס קאסטן צווישן 60 און 150.

די פראגע איז, די אלע דידאקשענס וואס ווערן דא דערמאנט אז זיי גייען גיין פייפן, איז די אלע דידאקשענס פארהאן סיי ביי אייטעמייזד און סיי ביי די סטענדערד?

דהיינו, אויב פיילט מען סטענדערט, גייט מען נאכאלס קענען רעכענען געוויסע זאכן?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

שמאטע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:וויפיל קאסט אן אקאונטענט?

ווענצעך. פאר א ביזנעס אדער פאר א יחיד?

פאר א יחיד, די איינע מאל ווען מען פיילט טעקס ריטורן קען עס קאסטן צווישן 60 און 150.

די פראגע איז, די אלע דידאקשענס וואס ווערן דא דערמאנט אז זיי גייען גיין פייפן, איז די אלע דידאקשענס פארהאן סיי ביי אייטעמייזד און סיי ביי די סטענדערד?

דהיינו, אויב פיילט מען סטענדערט, גייט מען נאכאלס קענען רעכענען געוויסע זאכן?

סאו אז ס'קאסט 150 צו פיילן מיין טעקס און כ'קען נישט דעדאקטן טויזענטער דאלארן אין טשיילד פערסאנעל עקזעמפשאנס,סטעיט טעקס ,פראפערטי טעקס, און מארטגעדזש אינטערעסט מה הואילו חכמים?

סדאנדארט דעדאקשן ווערט טאקע העכער אבער ס'איז א פלעט ראטע פון נאך 12 אלפים א יאר. אויב נעמסטו אוועק אלע אויבנדערמאנטע זאכן איז עס דאך א שפילעכל פאר איינער וואס ניצט די אייטעמייזד
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

וואס מיינט סטעיט טעקס
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

קאנגרעס טעקס פירער האבן באשלאסן נישט צו לאזן די מארטגעדזש אינטערעסט ראטעס און לאקאלע פראפערטי טעקסעס אלס קוואליפיצירטע דעדאקשנס, ווי פארשפראכן אין די ארגינעלע פלאן.

די באשלוס מיינט אז אויסער די צדקה באשטייערונגען ווערן אלע אייטעמייזד דעדאקשנס עלימינירט, דאס איז ווי פארשטענדליך א שטארקע פאטש פאר היים קויפער איבערן לאנד וואס זענען שטארק אנגעוואנדן דערויף.

די נאציאנאלע "היים בויער פאראיין" האט אין רעזולטאט פריער געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון זייער שטיצע פארן ביל, אין זייער באשלוס זאגן זיי אז דאס עלימינירן די קרעדיט וועט אנטמוטיגן מענטשן פון קויפן הייזער און שוואכער מאכן די עקאנאמיע.

אלזא וואנטשן מער אז די גאנצע רעפארם זאל האבען א מיעסע מפלה.
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”