וואלן אין עסטרייך

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

וואלן אין עסטרייך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וויען – נעכטן זענען פארגעקומען פארלאמענט וואלן אין עסטרייך, און עס שטעלט זיך ארויס אז עסטרייך איז איינס פון די אייראפעאישע לענדער וועלכע רוקט זיך צוביסלעך צו רעכטס, און די עקסטרעם-רעכטע באוועגונגען ווערן מער פאפולער. די קאנסערוואטיווע "פּיפּעלס פארטיי" האט געוואונען א מערהייט פון די פארלאמענט זיצן, וואס באדייט אז איר פירער, דער יונגער סעבעסטשען קורטז, וועט ווארשיינליך זיין עסטרייך'ס נייער קאנצלער. קורטז איז געלאפן אויף אן אנטי-אימיגראנטן פלאטפארמע, ברויזנדיג איבער דעם וואס עסטרייך האט געדינט אלס דער דורכגאנג וועג פאר מער ווי איין מיליאן מיטל מזרח פליטים וועלכע זענען געגאנגען עווענטועל קיין דייטשלאנד אין יאר 15', און עס זעט אויס ווי זיין אנטי-אימיגראנטן מעסעדזש האט אפעלירט ביי די עסטרייכישע מאסן. קורטז'ס פארטיי האט אבער נישט געוואונען קיין מאיאריטעט אינעם פארלאמענט, וואס באדייט אז ער וועט זיך דארפן צוזאמשטעלן מיט די נאך-מער-עקסטרעמע "פרידאם פארטיי" צו שאפן א רעגירונג קאאליציע. קורטז וועט אצינד זיין דער וועלט'ס יונגסטער פירער, זייענדיג בלויז 31 יאר אלט.

דער איד דעלי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”