היסטארישע נ.י. סטעיט קאנסטיטוציע רעפערענדום

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

היסטארישע נ.י. סטעיט קאנסטיטוציע רעפערענדום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין די קומענדיגע נאוועמבער וואלן, וועט זיין אויפן שטים-בעלאט א היסטארישע סטעיט-ווייד רעפערענדום אויב מען זאל אויפנעמען א דעלעגאציע וואס זאל אפהאלטן א קאנווענשאן פארצושלאגן פרישע אמענדעמענטס צום נ.י. סטעיט קאנסטוטוציע, אדער מאדיפיצירן אנדערע.

לויט די סטעיט קאנסטיטושען, מוז פארקומען אזא רעפערענדום איינמאל אין 20 יאר. דאס לעצטע מאל וואס אזא רעפערענדום האט געווינען איז געווען מיט אריבער 50 יאר צוריק, און דאס לעצטע מאל וואס מען האט למעשה מאדיפיצירט די קאנסטיטוציע איז געווען אין 1936.

אויב זאל די רעפערענדום דורכגיין, דאן וועט לויט די געזעץ ביי די עלעקשאן אין א יאר ארום ערוועלט ווערן 3 דעלעגאטן פאר יעדע סטעיט-סענאט דיסטריקט וואס זיי וועלן זיין די פארטרעטער פון די וויילער ביים קאנסטיטוציאנאלע קאנווענשאן. די ליבעראלן וועלכע האבן א נאטורליכע אויבערהאנט אין נ.י. ד.מ. אז זיי וועלן האבן אן אויבערהאנט אין די צאל דעלעגאטן, וואס דעריבער שארפן זיי זיך די ציין און שארן זיך ארויף די ארבל און קאמפיינען העפטיג דאס צו באשטעטיגן מיטן ציל איינצושטעלן אין ניו יארק א כמו קאליפארניע-גריכלאנד סטייל רעגירונג, בעת וואס קאנסערוואטיווע און רעליגיעזע גרופעס פארפירן שוין מיט א שארפע מלחמת חרמה דערקעגן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כעת וואלט איך געוואוט אויף ניין, אבער יא גייט מן הסתם בעסער אנציהען ווייל מענטשען זיכען א טויש אין די סטראקטשער פון די שטאט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

וואס למשל פלאנען זיי צו טוישן? און וויאזוי וועט עס אפעקטירן דעם אלגעמיינעם בירגער?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9187
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אנטשולדיגט ר' יום טוב, אבער א רעפערענדום וואס קומט פאר יעדע צוואנציג יאר איז נישט היסטאריש
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די רעפערענדום זעלבסט איז אפשר נישט אזוי היסטאריש ווי דער פאקט אז אנדערש ווי מיט 20 האר צוריק וואס עס איז בכלל נישט געווען קיין גאנצע וועזן דערפון, אבער אצינד האט דאס די מערסטע שאנסן אריבערצוגיין. און ווי אויך אין פאל עס גייט אריבער, וועט דאס ווארשיינליך פירן צו דראסטישע טוישונגען אין די קאנסטיטוציע. פארשידענע גרופעס פארלייגן זיך גאר שטארק און האבן שוין גאנצעטע אגענדעס און פלענער וואס פארצושלאגן בעיקר בנוגע נארישע געזעצן, די ווירטואלע וואנט צווישן שטאט און רעליגיע, און לעיבאר רעכטן.

פאר אונז אידן איז די גאנצע זאך נוגע, וויבאלד עס גיט א מעגליכקייט פאר אונזערע געטרייע פארטרעטער בזדון אריינדערווישן אין לויף פון די פארהאנדלונגען פארשידענע פונקטן וואס קען מעגליך שטעלן אין געפאר אונזער עקזיסטענץ אין די שטאט ניו יארק. (ע"ע עניני חינוך, שטים רעכטן, האוזינג א.א.וו.)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ר' יום טוב האט געשריבן:פאר אונז אידן איז די גאנצע זאך נוגע, וויבאלד עס גיט א מעגליכקייט פאר אונזערע געטרייע פארטרעטער בזדון אריינדערווישן אין לויף פון די פארהאנדלונגען פארשידענע פונקטן וואס קען מעגליך שטעלן אין געפאר אונזער עקזיסטענץ אין די שטאט ניו יארק. (ע"ע עניני חינוך, שטים רעכטן, האוזינג א.א.וו.)

די פעדעראלע קאנסטיטוציע איז אלעמאל העכער די סטעיט'ס זוי מיין איך
און די זאכן וואס דו רעכענסט אויס קומט פון די פעדעראלע קאנסטיטוציע
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א פרישע סיענע קאלעדזש אנקעטע צייגט אז ניו יארקער זענען אין שטיצע פאר די רעפערענדום 44 קעגן 39 פראצענט, אראפ פון די 47 קעגן 34 פראצענט וואס זענען געווען אין שטיצע מיט 2 חדשים צוריק.

אין די לעצטע פאר טעג האבן שוין אויך געוויסע ליבעראלע יוניאן גרופעס און סיטי פאליטישאנס אנגעפאנגען ארויסצוקומען דערקעגן, דעריבער זעהט דאס אויס ווי עס וועט ווארשיינליך שמאל דורכפאלן.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

געשריבן געווארן אין דעם פארשפארטן (און ראנג) אשכול, ביטע ממשיך זיין ווייטער דא.

לא לנו האט געשריבן:אין די שבת'דיגע לוח המודעות איז געווען אן אנאנימער פרסום מ'זאל שטימען נאו אויף פראפאזעל נומער 1. מיט א נומער צו הערן פרטים. ס'איז לכאורה וועגן חוקות נארישקייט.
למעשה זע איך ווי ר' א. פר"מ אין די צייטונג שרייבט א לענגערע אויפקלערונג פארוואס ס'איז טאקע וויכטיג צו שטימען נאו. די רעדע איז איבער אויטאריזירן א קאנווענשאן צו מאכן אמענדמענדס אויף די ניו יארק קאנסטיטוציע, און ענדערונגען דורך א קאנווענשאן מיט דעלעגאטן טויג נישט פאר חרדי'שע אידן אין ניו יארק, צוליב די א.ד. געזעצן, און נאך.
יעצט זע איך דעם קרית יואל בעלאט אהיימגעשיקט מיט די קינדער, צייכנט מען אויך אן נאו אויף נומער 1.


פנחס בן חיים האט געשריבן:איך האב געטראכט מדעת עצמי צו וואטען ניין, ווייל צופיל גוטס וועט נישט ארויסקומען ווען די חכמי כעלעם וועלן זיך צוזאםזעצן צו מאכען נייע געזעצן,


ניס קראכער האט געשריבן:ס'איז בכלל דא איינער וואס זאגט צו וואוטען אויף יא ?
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

זעהט נישט אויס אז דער'עולם כאפט ווי וויכטיג דאס איז: אויב מאכט מען דאס איבער וועלען די ליבראלען נאטורליך האבן אן אויבער-האנט אין דאס מיינט אז די אלע נארישע געזעצן וועלען ווערן לכתחילה ליגאל אויף א שטארקע פארנעם, דאס איז שוין א חוץ פון אסאך גשמיות'דיגע פארלוסטען וואס אונז און אונזרע מוסדות קענען האבן פון דעם.

ביטע ווען איר ענדיגט שטימען דרייט איבער די צעטיל און שטימט ניין אויף די ערשטע רעפערענדאם.
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

אויפן היינטיגן בעלאט איז דא אזא אפשען?
הכל לטובה!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

נחום וואהלינער האט געשריבן:זעהט נישט אויס אז דער'עולם כאפט ווי וויכטיג דאס איז: אויב מאכט מען דאס איבער וועלען די ליבראלען נאטורליך האבן אן אויבער-האנט אין דאס מיינט אז די אלע נארישע געזעצן וועלען ווערן לכתחילה ליגאל אויף א שטארקע פארנעם, דאס איז שוין א חוץ פון אסאך (גשמיות'דיגע) רוחניותדיגע פארלוסטען וואס אונז און אונזרע מוסדות קענען האבן פון דעם.

ביטע ווען איר ענדיגט שטימען דרייט איבער די צעטיל און שטימט ניין אויף די ערשטע רעפערענדאם.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בכלל דא א שאנס עס זאל נישט באשטעטיגט ווערן, מיט די אלע ליבעראלן דא?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

תן חיוך האט געשריבן:אויפן היינטיגן בעלאט איז דא אזא אפשען?

אויף די צווייטע זייט איז 3 רעפערענדאמ'ס

1. איבער מאכן די קאנסטיטוציע
2. אוועק נעמען פענסיע פון א פאליציי אפיציר וכדומה וואס מ'האט אפגעזאגט מחמת א פעלאני.
3. נוצן באשוצטע פארעס"ט לענ"ד פאר ישובים בעת הצורך.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

ענדע צדיק! האט געשריבן:בכלל דא א שאנס עס זאל נישט באשטעטיגט ווערן, מיט די אלע ליבעראלן דא?

גאווערנאר קאומא האלט נישט דערפון און געזאגט אז מען זאל וואוטן No
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

די לעצטע אנקעטע צייגט אז דאס גייט הילכיג דורכפאלן 57-25.

טראץ וואס די ליבעראלע עלעמענטן זענען די גרעסטע שטיצער דערפון, האבן זיך די יוניאנס ארויסגעשטעלט דערקעגן, וויבאלד זיי ווילן נישט צולאזן דאס דעבאטירן די איציטיגע אומזיניגע פרא-יוניאן רעגולאציעס, און זיי האבן מורא אז גרויסע ביזנעס אינטערעסן וועלן דאמינירן אזא קאנווענשאן.
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

גיימיר ארויס וואטן פאר דעם אליינס.
הכל לטובה!
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

קוקט דערווייל אויס ווי א מעכטיגע דורכפאל
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

העפטיגע ניין האט זיך אפגעהילכט ביי די שטום בודקעס
...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

Proposal 3: Too close to call

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Result Votes Percentage
No====669,747====50.12%
Yes====666,562====49.88%
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

According to NYT
Proposal 1
Yes--365,400 17.5%
No--1,726,499 82.5

reporting 68%
( 10,529 of 15,526 precincts )
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

Constitutional Amendment 3 - Adirondacks Land Use
Creates a 250-acre land bank so that towns can use small pieces of state preserves for critical public projects.
ANSWER VOTES PCT.
Yes
1,234,488 51.5%
No
1,162,342 48.5
78% reporting (12,165 of 15,526 precincts)

סגייט ארויף ברוך השם
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נישט געזעהן דאס אשכול פריער, און געמוזט מאכען א דעסישען אויפען פלאץ; און אלע דריי געשטימט "ניין".

יעצט דורך ליינענדיג זעה אין אז דער דריטע האביך געדארפט שטימען "יא" און בין טאקע צופרידען אז כאטש מיין משפחה האט געוואוט ניין אויפען דריטען אויך, איז עס אבער א דורך געגאנגען.

מיר האבען באשלאסען אויפען ערשטען "ניין", צוליב די טעמים אויבען אז שרייב נישט און מעק נישט, עס קען נאר ערגער ווערען; איז שוין שב ואל תעשה עדיף.

מיר האבען געשטימט אויפע צווייטען "ניין" ווייל פארוואס דארף דער ווייב און קינדער ליידען אויפען מאן'ן (טאטען'ס חטא). און אויך, ווייל דא אין אמעריקע איז דער דזאסטיס סיסטעם א פארשטינקענע סיסטעם (ווי מיר אלע ליידער ווייסען) ווי מען קען איינעם צו וועם מען נעמט זיך צו זיינע ביינער אין גאנצען חרוב מאכען. זאל מען נאך געבען דער רעיגירונג אויך דער כח פון רצחת וגם ירשת? אויב דער רעגירונג וויל ירש'ענען אלע וואס האבען געטוהן א פעלאני; זאלען זיי אויך צו נעמען אלעס פון אלע פארברעכערס אן אויסנאם.

און דאס דריטע, האבען מיר פשוט נישט פארשטאנען וואס דארט שטייט, און געמיינט אז דאס איז צו פאגרעסרען זייער כח פון eminent domain
https://en.wikipedia.org/wiki/Eminent_domain
וואס זיי ניצען א סאך שלא ביושר.

דא רעדט מען אבער נישט פון איינעם'ס פריוואטע רכוש, נאר פון state preserves וואס אוודאי זאלען זיי עס ניצען פאר די בעסערונג פון די מענטשהייט.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 5:26 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כשפוסמ"ן, געשטימט די זעלבע פאר די זעלבע סיבות.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אבשלום
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2016 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבשלום »

געוואוט ניין פארן ערשטן פארשלאג וועגן טוישן די קאנסטיטושאן אזויווי מדערמאנט שוין דא ווייל איך טראסט נישט אז מוועט מאכן שינויים לטובה און לאז געמאך

כהאב געוואוט יא אויפן צווייטן פארשלאג אז מזאל סוספענדן פענסיע פאר קארופטירטע פאליציי אד״ג למען ישמעו ויראו און זיי זאלן מער מורא האבן פונעם געזעץ

פארן דריטן פארשלאג האב איך אויך געוואוט יא ווייל סקען אפשר ארויסקומען א טובה דערפון פאר היימישע ישובים
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אבשלום, די פאליציי זענען פראטעקטעד; שוין over protected, און פאר זיי וועט עס נישט שאטען און אויס מאכען; זיכער נישט קיין למען ישמעו ויראו.
עס איז די רעגירונגס ארבעטערס וואס גייען ווערען עפעקטעד, און ס'דא א באדייטענדע צאל אחינו בני ישראל צווישען זיי, און אויך פאר די נישט אידישע איז עס אויך נישט פעיר און יושרדיג.

אויב גייט מען צונעמען איינעם'ס פענשען וואס איז נישט נאר פאר אים (וואס אפילו פאר אים באלאנגט עס צו אים אויב ער האט עס כשר פארדינט) נאר אויך פאר זיין ווייב און קינדער און גאנצע משפחה וואס ווערט עפעקטירט; איז נאר יושר אז מען זאל עס טוהן פאר אלע פארברעכערס מחוטב עציך עד שואב מימיך.

דזאסטיס דארף זיין בלינד. פאר יעדען איינעם גלייך.

אפשר זאל מען צו נעמען די באנק אקאנטען, און קארס און הייזער פון אלע פארברעכערס. דאס איז א דענדזערעס פעס אראפ צו גיין, ווייל עס וועט זיך נישט ענדיגען דארט.

America is better then that

(ואגב, עס איז פאר פענשען'ס וואס הייבען זיך אן מכאן ולהבא, און נישט פאר ביז איצטיגע וואס זיי קענען עס נישט קאנסטיטושענעלי טאטשען)
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”