בלאט 1 פון 3

ארבעטער ביי קעספערסקי אויסגעפארשט דורך די FBI

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:22 pm
דורך עין טובה
העכער 10 ארבעטער פון די רוסיש באזירטע סייבער סעקיוריטי פירמע קעספערסקי, זענען נעכטן אויסגעפרעגט געווארן דורך די FBI.
שוין א לאנגע צייט וואס אקטיוויסטן פארפירן אז קעספערסקי ארבעט האנט ביי האנט מיט די רוסישע רעגירונג.

קעספערסקי ווערט שטארק גענוצט אין די פאראייניגטע שטאטן אריינגערעכנט אין פילע רעגירונגס אינסטיטוציעס.

די אגענטן האבן געזאגט פאר די ארבעטערס אז זיי זענען נישט אין 'טראבל' אדער וואס, און די ביורא וויל בעיקר פארשטיין ווי ווייט די אמעריקאנער אפטיילונג באריכטעט קיין מאסקווע.

די גרינדער פון קעספערסקי האט שוין צום וויפלטן מאל געזאגט אז זיין פירמע איז נישט אנגעבונדן און קיין שום רעגירונג פון איבער די וועלט.

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 4:01 pm
דורך ענדע צדיק!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין פילינג איבער זיי איז אלס געווען סוספישעס.

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 4:17 pm
דורך עין טובה
מיינס אויך, אבער ווילאנג די רעגירונג נוצט זיי נוץ איך זיי אויך...

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 5:07 pm
דורך טראבל מעיקער
זיי זענען צי ווילד פאר מיינע נערווען....

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 7:43 pm
דורך קנאפער ידען
[align=center][/align]
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין פילינג איבער זיי איז אלס געווען סוספישעס.

אפשר קען מען עס תולה זיין אינעם לעצטיגער ערוועקונג פון mccarthyism...

איך נוץ זיי, זיי זענען איינער פון די טאפ אין אלע אינדעפענדענט טעסט שוין פאר אפאר יאר אין א צי.

רוסלאנד האט זייער אסאך העקער און לעומתם סייבער סעקיורעטי און אנטי וויירוס עקספערטן. דער סיבה דערצו (לויט א לעצטיגע אנאליז און שטודיע פון דער באקאנטער סייבער סעקיורעטי עקספערט/בלאגער/דזשורנאליסט ברייען קרעבס) איז דער מאסיווע דיספראפארצניאלע (אנקעגן דער וועלט און גאר שטארק אנקעגן אמעריקע) עדיוקעישן וואס די סקולס דארט שטעלן צו אין קאמפיוטער שטודיעס אוועראלל.

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 8:10 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין פילינג איבער זיי איז אלס געווען סוספישעס.

viewtopic.php?p=1371547#p1371547
ווייל די וועג ווי אזוי רוסלאנד הענדעלד זיי און די וועג ווי אזוי האבען געשפילט פאליטיק אין אפאר פעלער

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 9:06 pm
דורך קנאפער ידען
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס אבער מיין פילינג איבער זיי איז אלס געווען סוספישעס.

viewtopic.php?p=1371547#p1371547
ווייל די וועג ווי אזוי רוסלאנד הענדעלד זיי און די וועג ווי אזוי האבען געשפילט פאליטיק אין אפאר פעלער

אלמלי דאס איז א פראבלעם פארן גאווערמענט (וואס דערווייל ווייסט מען נישט פון א פאל וואס מען זאל וויסן אז זיי זאלן האבן שייכות מיט אזאנס. נישט פארגעסן אז דער אמעריקאנער קאספארסקי איז בעיקר עקסטער פון דער רוסישער) זע איז נישט וואס דאס זאל אנגיין פאר אן אמעריקאנער. איך זע נישט וואס עס איז דיר בעסער אז די אמעריקאנער גאווערמענט קוקט אריין אין דיינע זאכן (מעקעפי וכדו' וואס זענען אמעריקאנער קאמפאניס און עס איז זיכער אז אויב דער גאווערמענט וויל קענען זיי דארט האבן א יד) ווי דער רוסישער.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 10:57 pm
דורך דערבארומדיג'ער
הערה. FBI אויספארשונג איז איבער ניצן קאספערקי סערוויס פאר רעגירונג אין מיליטערישע באנוץ פאר פערזענליכע באנוץ איז עס מן הסתם נישט צי שטארק נוגע.

עס איז מיר אינגאנצן אימפארשטענדליך פארוואס מען זאל ניצן זייער סערוויס פאר האקעלע אינפא בעת וואס עס איז דא גענוג און נאך גוטע"היימישע" סעקיוריטי פראוויידערס.
פון וועם וויל מען דען באהאלטן די מיליטערישע סודות אויב נישט פון רוסלאנד?

אין פארוואס איז די רוסישע רעגורינג אזוי ווילד געווארן איבער די FBI פארדאכטן? מען רעדט דאך בסך הכל פון אויסוועלן וועלכע פירמע צי ניצן פאר סעקיוריטי, מען רעדט נישט פון סאנקציעס, אדער שטערן קאספערסקי פון טוהן ביזנעס און אמעריקע , וואס איז דער טומל?

אגב עטליכע רוסישע רעגירונג אפטיילינגען האבן אויפגעהערט ניצן ווינדאוס. אנשטאט האבן זיי גענימען עפעס א רוסישע אפערעטינג סיסטעם. און אז מען ליינט ווי אזוי די NSA טרעפט וועגן צי העקן ווינדאוס פארשטייט מען גוט די רוסן...

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2017 7:53 am
דורך עין טובה
אויב איז נישטא קיין סיבה חושד צו זיין קעספערסקי, וואס אז דו קוקסט גוט אריין איז טאקע נישטא קיין סיבה, נעמט מען אלע אפציעס און מ'קוקט עס דורך. ס'גייט מיר נישט אן אויב איז יענער א "היימישער", איך דארף א גוטע פראדוקט.
די גאווערמענט האט א ליסטע פון עפראווד ווענדערס, יעדע רעגירונגס פליגל וואס דארף א פראדוקט (וואס מוז זיין גיעסעי עפראווד) דארף נעמען עפעס פון די ליסטע.
די קלענערע פליגעלעך קענען אליין מחליט זיין וועלכע פון די אויסוואל צו נוצן.

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2017 10:11 am
דורך ענדע צדיק!
פארוואס זאל נישט די רעגירונג בויען א אייגענע סעקיורעטי סיסטעם פאר אזא ריזיגע נעץ פון קאמפיוטערס וכו׳? זייי קענען נישט דאס וואס פריוואטע סעקיורעטי ריסוירטשערס קענען?

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2017 11:39 am
דורך ווישוואש
איינער האלט טאקע אז די רוסישע רעגירונג טוט נישט מיט קאספערסקי וואס די NSA טוט מיט ווינדאוס און אנדערע אמעריקאנער טעכנאלאגיע קאמפאניס?

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2017 7:07 pm
דורך קנאפער ידען
ווישוואש האט געשריבן:איינער האלט טאקע אז די רוסישע רעגירונג טוט נישט מיט קאספערסקי וואס די NSA טוט מיט ווינדאוס און אנדערע אמעריקאנער טעכנאלאגיע קאמפאניס?

און וואס טוט דער NSA מיט ווינדאוס? (עטליעסט עס פאר עס עני ליעק און העק האט געוויזן) זיי טרעפן באגס און לעכער און שפילן אויס דער קאמפאני (וואס האט גארנישט מיט דעם אז זיי זענען אן אמעריקאנער קאמפאני, און מען האט געזען ווי עפל איז לוחם מיט דער אמעריקאנער רעגירונג ווען זיי ווילן), און דער NSA (דער CIA האט מען געזען אין די וויקליקס וואלט 7) קען דאס פונקט אזוי טון פאר קאספארסקי ווידעראום דער רוס קען האבן פונקט אזא יד אויף ווינדאוס אדער מעקעפי (אן אמעריקאנער אנטי וויירוס) ווי אויף קאספארסקי.

וואס די אקטיוויסטן (אזוי האט דער דזשענעראל מידיע אראפגעלייגט, אז דער אויספארשונג און בען פלאן) און מאדערן-דעי מעקארטיס אלעדזשען איז אז קאספארסקי זאל געבן אן אונטער טירל און אינפארמאציע פאר דער רוס, וואס איז עפעס וואס איז דערווייל נישט געבויעט אויף קיין פאקטישע זאך וואס מען האט געטראפן, און עס איז מערסטנס מסתבר אז עס איז שיריים פון דער רוסלאנד שרעק וואס דער אפאזיציע פארטיי (דעמאקראטן און מידיע) פירן שוין אן פאר דער לעצטער וויילע.

וואס דערבאערמיגער פרעגט פארוואס זיי ווערן ווילד, כאפ איך נישט דער וואונדער. אמער נישט גענוג אז דו באשולדיגסט שוין זייער לאנד פאר א וויילע יעצט מיט יעדע זאך וואס גייט דיר שלעכט גייט יעדע פריוואטע רוסישע ביזנעס יעצט דארפן ליידן וועגן דעם?! עס איז אבסורד און זיי ווילן זיך אננעמען פאר זייער עקאנאמיע.

קאספערסקי סאפוועיר פארבאט אויף אמעריקאנע רעגירונג סיסטעמען

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:30 pm
דורך טראבל מעיקער
בעסט ביי האט אנאנסירט אז זיי גייען מער נישט פארקויפן קאספארסקי סאפטוועיר.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:39 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
געדענק איך נאך ווען איך האב געשריבען דאס
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p1371547
האט מען מיך אנגעקוקט ווי איך קום פון די לבנה אין איך האב באקומען שארפע ה"פ אויך

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:50 pm
דורך ווישוואש
ה''פ?

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:52 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
הודעות פרטיות

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:15 am
דורך עין טובה
געדענק איך אויך... איז וואס איז? ס'האט נישט קיין שום גערעכטע טענות. גארנישט איז נישטא. קיין שום באווייזן

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 5:30 pm
דורך קאמענטאטאר

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 6:23 pm
דורך קאמפיוטער עקספערט
The Department is concerned about the ties between certain Kaspersky officials and Russian intelligence and other government agencies, and requirements under Russian law that allow Russian intelligence agencies to request or compel assistance from Kaspersky and to intercept communications transiting Russian networks. The risk that the Russian government, whether acting on its own or in collaboration with Kaspersky, could capitalize on access provided by Kaspersky products to compromise federal information and information systems directly implicates U.S. national security.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:25 pm
דורך טראבל מעיקער
די סי אוי פון קאספארסקי האט אקטעפעצירט די פארלאנג פון קאנגרעס צו טעסטיפיין וועגן זיינע קשרים מיט די רוסישע רעגירונג.
ער ווארט יעצט אויף זיין וויזע.
download_20170914_222315.jpg
download_20170914_222315.jpg (108.01 KiB) געזען 4471 מאל

מדינת ישראל העלפט די ענ עס עי איבער קעספערסקי

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 10, 2017 10:44 pm
דורך עין טובה
קעספערסקי'ס העק פון 2014 איז ווארשיינליך געווען דורך די איזרעילי רעגירונג וואס האט געהאט פולע קאנטראל איבער קעספערסקי'ס נעטווארק און לויט ווי די אנאנימער קוועלער פארציילן, האבן די איזרעילי פאליציי אינפארמירט די NSA אז זיי האבן געזעהן ווי די קרעמלין נוצט אויס קעספערסקי'ס ברייטע באנוץ אינערהאלב די אמעריקאנער רעגירונג אפטיילונגען צו ארויסבאקומען ווערטפולע געהיימע אינפארמאציע און פיילס, וואס דאס האט ווארשיינליך געפירט צו דאס וואס די גאווערמענט האט געהייסן אפשטעלן די באנוץ פון קעספערסקי אויף זייערע סיסטעמס.

אוודאי קען מעגליך זיין אז די קרעמלין האט אינפילטירט קאספערסקי אדער זיך איינגעבראכן צו זייערע סיסטעמען.

__
די באריכט איז געספאנסערט דורך קנאפער ידען מיט די אינפארמאציע פון די אומאפהענגיגע ארגאן פון די ניו יארקע גוייםטיים.

פינג קאמפיוטער_עקספערט

איז טאקע קאספארסקי אזוי שלעכט?

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 1:33 pm
דורך קנאפער ידען
אינעם ים פון קאנפליקטינג ריפארטס, האלבע ווערטער פון אנאנעמעס סארסעס, און א שונד קאמפיין אנקעגן אנטי וויירוס קאמפאני קאספארסקי, אט איז א לינק צו אן ארטיקל אינעם אינטערסעפט מיט - וואס קוקט מיר אויס צו זיין - א שטיקל ניכטערע בליק וואס מאכט סענס פון פאקטן און שפעקלאציעס. עס איז א רעקאממענדעד ריעד פאר סיי ווער עס זוכט אביסל צו ווערן אויסגעקלארט דא.

https://theintercept.com/2017/10/20/kas ... ussia-nsa/

דער tl;dr איז עטליכע פונקטן:

קודם כל אז דער גאווערמענט קען זיין גערעכט אז קאספארסקי האט דוקא געזוכט די פיילס דורך געוויסע קיווארדס, און זיי טאקע אפלאודעד צו זיך פון דער NSA ארבעטער'ס קאמפיוטער, אבער נישט צו ארויסגעבן נאר פשוט צו שטודירן די וויירוסן און פראטעקטן זייערע באנוצער דערפון! און זיי ברענגען גאר פיינע ראיות אז דער NSA האט געוואוסט שוין יארן אז קאספארסקי דארף מען זיך וואטשן פון ווייל זיי פיגערן שנעל אויס אונזערע וויירוסן, און דער ראאל דארט איז געווען אז א קרבן וואס האט קאספארסקי זאל מען נישט אזוי שנעל אינפעקטירן, ווייל זיי כאפן גוט אויף און דאן קענען זיי עס גוט שטודירן.

צווייטענס - מיט פולע דעטאלן - אז דער עצם פראסעס פון זוכן שטילערהייט קיווארדס פון זאכן וואס קען האבן שייכות מיט וויירוסן (פארגעס נישט, די גע'גנב'עטע העקינג טאאלס זענען וויירוסן) איז עפעס וואס יעדער יעדער טוט, פשוט קאספארסקי טוט עס ווי עס דארף צו זיין. סאו - לויט ווי באריכטן האבן געזאגט - האט דער NSA ארבעטער געארבעט איבערצושרייבן די אלטע סנאודן-ארויסגערינענע העקינג טאאלס צו נייע, איז קאספארסקי האט דעטעקטעד קודם די אלטע באקאנטע העקינג טאאלס אלץ וויירוס, און דאן געטון וואס יעדע ריספאנסעבעל אנטיוויירוס קאמפאני טוט, ארויפגענומען אלע פיילס בשייכות - אינקלודינג די נייע וויירוסן... - צו שטודירן. דאס איז דער מעטאד וואס זיי האבן גענוצן צו אויפדעקן אזאנע מעכטיגע לענדער-העקינג דורך אמעריקא, מדנ"י, ענגלאנד און נאך.

און ווידער לגבי וויאזוי די פיילס האבן געליקט, איז דאך פשוט אז פונקט ווי מדנ"י האט געהעקט קאספארסקי מיט אינטערעסע איבער זייערע פארשונגען - און א וואשינגטאן פאוסט באריכט זאגט קלאר אז מדנ"י האט געזען די NSA טאאלס געסעיווט ביי קאספארסקי - האט דער רוסישער בער נאך אזוי געקענט פשוט און גראד האבן געהעקט קאספארסקי. איז איינמאל מען רעדט פון העקן קען דאך פונקט אזוי זיי (און עס איז מסתבר...) אז די חברה (מדנ"י און אמעריקא נאך אזוי סאך ווי מאמע-רוסלאנד) האבן צוטריט צו די סארט פיילס (ווידעראמאל, ווייל אלע אפלאודן דאך פיילס) פון אנדערע אנטי וויירוס קאמפאניס.

און מתוך הדברים פון פונקט איינס (וואו זיי ברענגען NSA אויסצוגן איבער אוועקצושטיין פון מענטשן וואס נוצן קאספארסקי) קען מען פשוט קאנספירירן אז זיי ווילן דערפאר אז קיינער זאל עס נישט נוצן, וועלן זיי גרינג קענען יעדן אינפעקטירן אן שרעק אז דער געלונגענער קאספארסקי וועט זיי כאפן... :roll:
----------------------------

מענין לבנין....

קאספארסקי האט ארויסגעשטעלט א קיוט FAQ איבער דער נושא... https://www.kaspersky.com/blog/kaspersk ... orm/19794/

מיר איז געפאלן דער פונקט....אזוי גערעכט...

And you can turn KSN off when installing the product or at any time after installation in the protection settings. If you like to develop cyberweapons on your home computer, it would be quite logical to turn KSN off — otherwise your malicious software will end up in our antivirus database and all your work will have been in vain.
-----------------------------

און צום שלוס צוויי גוטע טוויטס בנושא:

IMG_20171016_015144.JPG
IMG_20171016_015144.JPG (38.1 KiB) געזען 4159 מאל


Screenshot_20171011-101259.png
Screenshot_20171011-101259.png (82.74 KiB) געזען 4159 מאל

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:43 pm
דורך עין טובה
wow! טענקס קנאפער

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 2:49 pm
דורך טראבל מעיקער
;l;p-
טענק יו!

געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2017 3:43 pm
דורך איפה פייביש
Wow זייער אינטערסאנט ישר כח, דאס מיינט אז זיי זענען די בעסטע אנטי וויירוס? פארוואס האט די NSA אזוי מורא פון זיי?