אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס האלטסטו איבער דאק"א

עס מאכן געהעריג געזעץ
28
25%
עס אנולירן
17
15%
עס מאכן געזעץ אבער בלויז מיט א מעקסיקאנע "וואנט"
67
60%
 
סך הכול שטימען: 112

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 6:57 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:טראמפ איז אין א קארנער און האט ענדליך אנגעהויבן כאפן אז די דעמאקראטן רייבן זיך שוין די הענט צו קאמפיינען העפטיג אויף זיין ענדיגן דאקא.. ער איז שוין אויך גרייט עס צו פארמיידן

"We wanna make a deal,” Trump said during a tour of a Customs and Border Protection training center. “I think they want to use it for political purposes, for elections. I really am not happy with the way it's going, from the standpoint of the Democrats."

פאלטער גארנישט ביי אז ער האט מעיקרא געוואלט לאזן דאקא, נאר אויף א געזעצליכע וועג - און ער זאל סקאורן אפאר פאליטישע פוינטס מיט'ן וואנט?

נו שוין.

ער האט אקוראט דעס היינט גראדע געקענט באקומען! די ביידע זאכן סערווירט אויף א גאלדענע טאץ + בייפארטיזען שטיצע אזוי אז ער וואלט אפילו געקענט קלעימען א פאליטיקל מענדעיט! אבער ער האט באשלאסן -פאר סאם פאני אנקנאון ריעזאן- זיך צו קעגנשטעלן...

סאן יעצט איז טאקע גארנישט דא..

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 7:01 pm

זאג איבער נאך דריי מאל אנקנאון, און יעדער וועט טאקע פארגעסן די סיבה.

ל''ע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:11 pm

@realDonaldTrump: RT @SpoxDHS: Schumer-Rounds-Collins destroys the ability of @DHSgov to enforce immigration laws, creating a mass amnesty for over 10 millio...

@realDonaldTrump: The Schumer-Rounds-Collins immigration bill would be a total catastrophe. @DHSgov says it would be "the end of immigration enforcement in A...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:13 pm

עה! וואס רעדסטו! אנקנאון!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:35 pm

די דיזעסטער הנקרא טראמפ.

6 חדשים צוריק האט ער בטל געמאכט דעם דאקא פראגראם מיטן טענה אז ס'איז נישט "לעגאל" און ער וויל זייער שטארק די קינדער זאלן ווייטער בלייבן פארזיכערט און דעריבער וויל ער פשוט זיכער מאכן אז קאנגרעס שטעלט עס אריין אלס געזעץ!

דעמאקראטן האבן דורכאויס די לעצטע חדשים געהאט א פראבלעם צו איבערצייגן דעם פובליק אז דאס איז א בלאף און ער האלט נישט ביי גארנישט און וויל עס פשוט מבטל מאכן, כדרכו בקודש מיט יעדע אבאמא פראגראם, אפגעזעהן די קאנסעקווענצן.

ווען די פארהאנדלונגען איבער א קאנגרעסניאלע ביל דערוועגן זענען אריין אין קראפט אין קעפיטל היל האט טראמפ ארויסגעשטעלט א פארלאנג: ער וויל די וואנט אין אויסטויש פאר דאקא! דא האבן שוין דעמאקראטן אויפגעהויבן א ווייגעשריי היתכון דו כאפסט די קינדער אלס א בארגענינג טשיפ פאר דיין זינלאזע וואנט! און דאס צייגט הוברר הדבר למפרע אז האסט קיינמאל נישט געמיינט צו באמת פראטעקטן דאקא.

די רעפובליקאנער האבן אבער שטענדיג צוריקגעטענהט אז טראמפ וויל יא באמת דאקא נאר ער מוז זיכער מאכן אז ס'קומט צוזאמען מיט שטארקע גרעניץ וואך כדאי אנדערע זאלן נישט קריגן דעם אפעטיט און זיך אויך אריינכאפן.

דעמאקראטן האבן געוואלט איינמאל פאר אלעמאל צייגן זיין בלאף, זענען זיי געגאנגען און אנאנסירט א ביי-פארטיזען אפמאך די גרעהעם-דורבין ביל וואס האט פארמאגט די פראטעקשאן פאר דאקא + ביליאנען פאר גרעניץ וואך און א וואנט.

טראמפ בלייבנדיג אן א תירוץ פארוואס עס נישט צו שטיצן איז געגאנגען און אנאנסירט א פרישע פלאן, הגם ער האט דאך געטענהט די לעצטע צוויי יאר אז ער איז נאר קעגן "אומלעגאלע" אימיגראציע איז ער אצינד אויפגעקומען מיט עטליכע פרישע באמבע פארלאנגען: ענדיגן טשעין מייגרעישאן און די וויזא לאטארי פראגראם! שטייצעך אליין אז דעמאקראטן וועלן נישט מסכים זיין צו שניידן לעגאלע אימיגראציע מיט %50 און דא וועט זיך אלעס ענדיגן.. וכך הוה, די געשפרעכן זענען צעפאלן מיט גארנישט.

דעמאקראטן האבן זיך אבער ווידער דערזעהן מיט זייער פראבלעם, טראמפ שרייט אז ער אפערט דאקא 1.8 מיליאן סיטיזינשיפ מיט בארדער סעקיורעטי און אז דעמאקראטן ווילן נישט מסכים זיין אויף א דיעל כדאי עס צו קענען ניצן אין די מידטורמס אלס פאליטישע שטעקן!

איז געקומען די שאטדאון און שומער האט ארלעדיגט א זעלטענע זאך, כאטש ער איז די מינאריטי, גייט זיין ביל באקומען אן אפשטימונג אין סענאט! וירא הקהל וישפוט וועלעכע פלאן ס'פארמאגט מער שטיצע און ווער ווער ס'איז באמת דערביי צו העלפן דאקא.

די רעזולטאטן זענען געווען גארנישט ווייניגער ווי שטוינענד:

שומער'ס פלאן וואס האט געאפערט דאקא + וואנט האט באקומען גאנצע 55 שטימען. vs טראמפ'ס פלאן וואס האט באקריגן א פארשעמנדע בלויזע 39 שטימען!

די רעזולטאט האט געמיינט נישט נאר א פאליסי דורכפאל אין זיין אומאפעקטיווקייט צו געווינען לעגעסלאציע איבער א לאנגע ליסטע אישוס, אנגעהויבן ביי טשעין מייגרעישאן, די וויזא לאטארי, דאקא, צו איבער באורדער סעקיורעטי. נאר אויך א פארלוסט אינעם פאליטישן פראנט.

ער בלייבט קודם כל יעצט אן זיין וואנט! און דערצו איז ער סטאק מיט א דאקא פראבלעם וואס ער ברויך זיך אפגעבן מיט קאורט פייטס און דעפארטאציעס פון אומשולדיגע קינדער, און די פובליק אפיניען קאמפ האט ער אויך יעצט מיאוס פארלוירן ווען יעדער זעהט שוין יעצט אז ער האט נישט געהאלטן ביים עס סאלוון כאטש די דעמאקראטן זענען גרייט געווען און זאגאר געשטימט אים צו געבן זיין וואנט אלעס אבי צו קריגן דאקא!

יעדע איינציגע דעפארטאציע אין די נעקסטע האלבע יאר וועט זיין א פאליטישע גאלדן גרוב פאר טשאק שומער און די דעמאקראטן אין די מידטורם וואלן הממשמש ובאים.

מר. טראמפ, ביזט טאקע דער "סטעיבל זשיניעס" אבער היינט האסטו דיך ביטערלעך באנארישט! האסט געהאט א שאנס צו געווינען דיין סיגנעטשור קאמפיין אישו, די לאנג צוגעזאגטע וואנט + געווינען די לאטינא פאפולאציע און זיי אוועקנעמען פון די דעמאקראטן מיטן זיין דער דאקא סעלושן פרעזידענט + ווערן אויסגעלויבט אלס בייפארטיזען פרעזידענט + זיין דער ערשטער פרעזידענט צו שליכטן די צענדליג יאריגע אנגייענדע אימיגראציע קריזיס!

האסט עס מיאוס פארפאטשקעט, און דערפאר ביזטו א דורכפאל.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 10:49 pm

חחח... זיסע אדר פעליטאן
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:13 pm

כאפצעם האט געשריבן:
"גרעסלי (טראמפ'ס)" ביל (25B באורדער סעקיורעטי,וואנט,דאקא,טשעין מייגרעישאן,וויזע לאטארי): 60-39 (11 רעפובליקאנער קעגן).

#TiredOfWinning

וועלכע 11 און פארוואס?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:14 pm

עקסטער וואסי פשט אז מען ברויך 60 וואוטס? איינמאל א ביל קומט ארויף איז דאך גענוג 51 ניין?
מען רעדט פון פיליבאסטער?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 11:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:די דיזעסטער הנקרא טראמפ.

מר. טראמפ, ביזט טאקע דער "סטעיבל זשיניעס" אבער היינט האסטו דיך ביטערלעך באנארישט! האסט געהאט א שאנס צו געווינען דיין סיגנעטשור קאמפיין אישו, די לאנג צוגעזאגטע וואנט + געווינען די לאטינא פאפולאציע און זיי אוועקנעמען פון די דעמאקראטן מיטן זיין דער דאקא סעלושן פרעזידענט + ווערן אויסגעלויבט אלס בייפארטיזען פרעזידענט + זיין דער ערשטער פרעזידענט צו שליכטן די צענדליג יאריגע אנגייענדע אימיגראציע קריזיס!

האסט עס מיאוס פארפאטשקעט, און דערפאר ביזטו א דורכפאל.

יישר כח פארן לאנגען אנאליז,
אבער אויב טראמפ האט געקענט באווייזן דאס אומגלויבליכע, אז אלע דעמאקרעטס האבן געוואוט אן רעקארד,
25 בילליאן פאר זיין וואנט איז ער א געוואונער,

יעצט וועלן די פארהאנדלונגען גיין פיל לייכטער פאר אים
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 16, 2018 12:08 am

משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
"גרעסלי (טראמפ'ס)" ביל (25B באורדער סעקיורעטי,וואנט,דאקא,טשעין מייגרעישאן,וויזע לאטארי): 60-39 (11 רעפובליקאנער קעגן).

#TiredOfWinning

וועלכע 11 און פארוואס?

סיי עקסטרעמע ווי קרוז , אלס אמנעסטי, סיי רענד פאול וועגן ער האלט אז די וואנט איז א וועיסט אוו מאני, און סיי מעסיגע וועגן טשעין מייגרעישן און די לאטערי, די נעמען פון די עלף ווייסעך נישט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 16, 2018 12:43 am

נישט 11 רעפאבליקענס האבן געשטימט דערקעגן נאר 14, און דריי דעמאקרעטס האבן געשטימט דערפאר.

רעפאבליקאנער דערקעגן.

1)דזשעף פלעיק פון אריזאנע
2)דזשערי מארען פון קענזעס
3)דזשאן קענעדי פון לוזיענע
4)סטיוו דעינס פון מאנטענע
5)דזשים אינהאף פון אקלעהאמע
6)דזשאן טון פון סאוט דעקאטע
7)טעד קרוז פון טעקסאס
8)מייק לי פון יוטא
9)דזשאן באראסא פון ווייאוימינג
10)מייקל ענזי פון ווייאוימינג
11)ליסע מורקאווסקי פון אלאסקע
12) פאול פון קענטאקי
13)סוזען קאלינס פון מעין
14)דעב פישער פון נעבראסקע

דעמאקרעטס פאר

1)דזשאוי דאנעלי פון אינדיענע
2)היידי הייטקעמפ פון נארט דעקאטע
3)דזשאוי מענטשין פון וועסט ווירדזשיניע
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 16, 2018 2:34 am

כאפצעם, שיינע אנאליז, אבער אפאר זאכן זענען אביסל נישט אזוי אקוראט...

למשל אנפאנג האט שומער געאפערט ביליאונען פאר א וואנט... אבער דו ווייסט זייער גוט אז טראמפ האט געוואלט אינגאנצן פאנדן די וואנט, נישט 2 ביליאון! און ווען טראמפ גייט ווען איין דערויף וואלסטו געפייערט זיג! א שוואכלונג דער טראמפ...

די יעצטיגע וואוט פון דאקא פאר א וואנט האט אויך געהאט זיינע אישוס... און דא וואלסטו אויך געפייערט זיג ווען ס'גייט אדורך סיי וואס!

סאו טראמפ האלט טאקע שוין גאנץ ווייט, רוב סענעטארן זענען שוין גרייט פאר א וואנט, אבער היות ער הייסט טראמפ ווילער באקומען נאך מער!

ואגב, ביים שאטדאון האסטו אויך געהאלטן א טראמפ האט דערלייגט, סאו דאס אז דו האלטסט יעצט אויך אזוי איז נישט קיין חידוש...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 19, 2018 6:19 pm

וויל איך צולייגן איין נקודה, ווען טראמפ באקומט א וואנט נישט קיין חילוק וואס ער צאלט, איז ער א יודזש ווינער.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:24 pm

זייער סימפל, זיי האבן געוואלט אפשטעלן אימיגראציע אויף איליגעל אימיגרענטס ווי לאנג זיי טוען נישט קיין פארברעכן אין לאנד..

משוגע זאל ער זיין עס אנצונעמען
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:33 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זייער סימפל, זיי האבן געוואלט אפשטעלן אימיגראציע אויף איליגעל אימיגרענטס ווי לאנג זיי טוען נישט קיין פארברעכן אין לאנד..

משוגע זאל ער זיין עס אנצונעמען

מיינסט דעפארטאציע?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:41 pm

ריכטיג. (טעות)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 10:58 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זייער סימפל, זיי האבן געוואלט אפשטעלן אימיגראציע אויף איליגעל אימיגרענטס ווי לאנג זיי טוען נישט קיין פארברעכן אין לאנד..

משוגע זאל ער זיין עס אנצונעמען

כ'פארשטיי נישט, וואס הייסט משוגע זאל ער זיין? וואס איז זיין פראבלעם מיט די ביל, איז נישט זיין פאזיציע אז נאר קרימינאלן דארף מען דעפארטירן?!

א קוואוט:

get the people that are criminal and have criminal records, gang members, drug dealers, we have a lot of these people, probably 2 million, it could be even 3 million. We are getting them out of the country

the good people would not be deported, the good people would be checked

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:04 pm

נאך א קוואוט פונ'ן זעלבן אינטערוויו:

“After the border is secure and after everything gets normalized, we’re going to make a determination on the people that they’re talking about — who are terrific people. They’re terrific people, but we are gonna make a determination at that,” Trump said. “But before we make that determination . . . it’s very important, we are going to secure our border.”
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:08 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:זייער סימפל, זיי האבן געוואלט אפשטעלן אימיגראציע אויף איליגעל אימיגרענטס ווי לאנג זיי טוען נישט קיין פארברעכן אין לאנד..

משוגע זאל ער זיין עס אנצונעמען

כ'פארשטיי נישט, וואס הייסט משוגע זאל ער זיין? וואס איז זיין פראבלעם מיט די ביל, איז נישט זיין פאזיציע אז נאר קרימינאלן דארף מען דעפארטירן?!

א קוואוט:

get the people that are criminal and have criminal records, gang members, drug dealers, we have a lot of these people, probably 2 million, it could be even 3 million. We are getting them out of the country

the good people would not be deported, the good people would be checked

סיז דא א חילוק צווישן נישט פאוקעסן אויף זיי און מאכן א געזעץ דערוועגן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » מאנטאג פאברואר 19, 2018 11:31 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:

וואס הייסט, טאקע דאס זאגט דאך די געזעץ אז אויף די זאל מען נישט פאוקעסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:16 am

איך ווייס וואס די געזעץ האט געזאלט זאגן... אבער עס מאכן פאר א געזעץ איזעס שוין קאנטרעווערשל...

פונקט ווי דו פארשטייסט אז יעדע טיקעט וואס מ'באקומט אין מאנטיסעלאו ווערט אוטאמאטיש א פארקינג טיקעט ווען מ'גייט אראפ אין קאורט, דאך אבער איז נישטא קיין געזעץ אז יעדע טיקעט ווערט א פארקינג טיקעט...

נישט פאוקעסן אויף די נארמאלע איליגעלס, איז איין זאך, אבער נאך אלעם זענען זיי איליגל, סאו טוישן די געזעץ איז א סטעפ ווייטער...

אגב, האבעך געזעהן א קליפ ווי איינער פרעגט א מעקסיקאנער פארוואס מעקסיקא געווינט נישט קיין איין מעדאל אין די אלימפיקס... זאגטער אז יעדער וואס קען לויפן, שווימען, קריכן, טאנצן וכד' איז שוין אין אמעריקא...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 20, 2018 2:34 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:

אגב, האבעך געזעהן א קליפ ווי איינער פרעגט א מעקסיקאנער פארוואס מעקסיקא געווינט נישט קיין איין מעדאל אין די אלימפיקס... זאגטער אז יעדער וואס קען לויפן, שווימען, קריכן, טאנצן וכד' איז שוין אין אמעריקא...

גוט...,,, :lol:
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:26 pm

אן 21 יעריגע פרוי, אביגיל הארנענדעס, אן אומלעגאלע אימיגראנט וואס אבאמא האט געלאזט דא זיין אינטער די דאקא פראגראם איז געווארן ארעסטירט די וואך נאכן סטראשענען צו אויספירן א מאסן שיסעריי אין א שולע אין אפסטעיט ניו יארק.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:28 pm

ראסיסטן!!!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:45 pm

זאכליך האט געשריבן:אן 21 יעריגע פרוי, אביגיל הארנענדעס, אן אומלעגאלע אימיגראנט וואס אבאמא האט געלאזט דא זיין אינטער די דאקא פראגראם .

מיינסט וואס טראמפ האט געוואלט געבן סיטיזינשיפ, ריכטיג?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: 1man, 5 מאל, Kollel, rogers, אלעזר וויינפעלד, כאפצעם, פוילער, צדיק בן צדיק, קארפענטער, שתקן און 29 געסט