אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס האלטסטו איבער דאק"א

עס מאכן געהעריג געזעץ
28
25%
עס אנולירן
17
15%
עס מאכן געזעץ אבער בלויז מיט א מעקסיקאנע "וואנט"
67
60%
 
סך הכול שטימען: 112

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 02, 2018 7:33 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?

מען האט דיר שוין געענטפערט מערערע מאל, שומער'ס דיעל האט נישט אינקלודעט 'יעצט' געלט פאר א וואנט.

אוודאי אינקלודט עס - ארום 7 ביליאן תיכף, און די איבעריגע איז יעדע יאר א שיינע סכום.

פארוואס טראמפ זאל עס וועלן נעמען? ווייל ער גייט עניוועי נישט קריגן בעסערס, און ער האט אן איינמאליגע טשענס צו באקומען א שיין חלק פון זיין לאנג צוגעזאגטע (ולדעת רובא האמרקאי: נארישע) וואנט

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 02, 2018 7:36 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

וואס הייסט אנדער א גאן? טראמפ האט דאך אליינס גערופן שומער צום מיטינג

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 7:50 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?

מען האט דיר שוין געענטפערט מערערע מאל, שומער'ס דיעל האט נישט אינקלודעט 'יעצט' געלט פאר א וואנט.

אוודאי אינקלודט עס - ארום 7 ביליאן תיכף, און די איבעריגע איז יעדע יאר א שיינע סכום.

פארוואס טראמפ זאל עס וועלן נעמען? ווייל ער גייט עניוועי נישט קריגן בעסערס, און ער האט אן איינמאליגע טשענס צו באקומען א שיין חלק פון זיין לאנג צוגעזאגטע (ולדעת רובא האמרקאי: נארישע) וואנט

און טראמפ האט געדארפט זיין גענוג נאריש צו גלייבן שומער אויפ'ן ווארט אז זיי גייען אים ווייטער געבן די געלט אין די קומענדיגע יארן אן קיין ווארט.

דו זאגסט א שיינע סברא פארוואס טראמפ זאל עס וועלן נעמען, אבער טראמפ האלט אז ער וועט יא באקומען א בעסערע דיעל, און דעריבער איז גאר פארשטענדליך פארוואס ער האט עס נישט געוואלט. וואס איז ווייטער אומפארשטענדליך איז פארוואס שומער איז אזוי אויסן פאר א לאטערי סיסטעם אנשטאט א מעריט בעיסד סיסטעם, אזש ער איז גרייט צו שפילן פאליטיק און דאמפן די נעבעכדיגע דאקא קינדערלעך.

-----

אגב, רוב דעמאקראטישע סענאטארן האלטן אז א וואנט איז א שטארקע נעסעסיטי, ווי עס ווייזט די פאקט אז זיי (אריינגערעכנט באראק אבאמא און פרוי קלינטאן) האבן געוואוט דערפאר אין סענאט אזוי לעצטנס ווי אין 2007.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 7:53 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

וואס הייסט אנדער א גאן? טראמפ האט דאך אליינס גערופן שומער צום מיטינג

- מודיע צו זיין אז ער פארהאנדלט נישט אונטער א גאן, פינטל.

שומער האט אבער נישט געוואלט פארשטיין און האט דעריבער געאפערט וואס ער האט געאפערט, און טראמפ, וועלכער האט אים שוין קלארגעמאכט זיין שטעלונג, האט נישט גענומען די מי איבערצו'חזר'ן זיינע ווערטער.

און דערנאך איז שוטה ארומגעלאפן זאגן אז די ווייסע הויז לעקד לידערשיפ ווייל זיי רעספאנדן נישט צו זיין אפער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1725
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:17 am

@וויכטיג איך זעי נישט וויאזוי טראמפ גייט גיי יעצט באקומען געלט פאר א וואנט.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:28 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

וואס הייסט אנדער א גאן? טראמפ האט דאך אליינס גערופן שומער צום מיטינג

- מודיע צו זיין אז ער פארהאנדלט נישט אונטער א גאן, פינטל.

שומער האט אבער נישט געוואלט פארשטיין און האט דעריבער געאפערט וואס ער האט געאפערט, און טראמפ, וועלכער האט אים שוין קלארגעמאכט זיין שטעלונג, האט נישט גענומען די מי איבערצו'חזר'ן זיינע ווערטער.
.

קודם ס'נישט אמת! מ'האט געהעריג פארהאנדעלט, די תורה אז נישט האסטו יעצט אליין אפגעבאקן.. אפילו די ווייסע הויז האט ערשט אנגעהויבן מיט די תירוצים אז מ'פארהאנדעלט נישט הערשט איינמאל די שאטדאון איז געשעהן

נאכדעם כל, פשש.. האסטעך געהאלטן שטארק און נישט געמאכט קיין דיעל אונטערן גאן.. און?.. האסט נישט דיין וואנט!.. וואו וואסערע גיבור דו ביזט!...

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:35 am

פארשטיי איך נישט גענוי וואס דו זאגסט. די סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן דעמאלטס געבן א וואנט - דאקא- איז קאי וקים. וואס האט זיך געטוישט איז אז זיי האבן נישט דעם בודזשעט געווער.

ארט אוו די דיעל איט איז.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:35 am

הצדיק האט געשריבן:@וויכטיג איך זעי נישט וויאזוי טראמפ גייט גיי יעצט באקומען געלט פאר א וואנט.

וואס איז יעצט אנדערש ווי פריער? די דעמאקראטן ווילן שוין נישט דאקא?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:40 am

משהזוךמיר האט געשריבן:פארשטיי איך נישט גענוי וואס דו זאגסט. די סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן דעמאלטס געבן א וואנט - דאקא- איז קאי וקים. וואס האט זיך געטוישט איז אז זיי האבן נישט דעם בודזשעט געווער.

ארט אוו די דיעל איט איז.

ס'האט זיך ביגלי געטוישט! ווייל כדאי צו פארמיידן אזא מעידזשאר זאך ווי א שאטדאון זענען די דעמס געווען גרייט פאר גרויסע קאנסעשאנס

טראמפ האט געהאט א שאנס צו כאפן די געלעגענהייט און כאפן די וואנט! יעצט איז עס אווער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 8:47 am

Wow! די קאפ דרייט זיך פון די חידושים נפלאים וואס שאקלען זיך ארויס פון די ארבל.

די דעמאקרעטס האבן געוואלט פארמיידן א שאטדאון? אר ין פאר ריעל? זיי האבן עס געקענט ערלעדיגן אין א סעקונדע - דורך אפטיילן די געצווינגענע שידוך פון דאקא מיט'ן בודזשעט, אזויווי זיי האבן למעשה געטון. ווער האט זיי עס נישט געחאזט טון פינף טעג פריער?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:23 am

משהזוךמיר האט געשריבן:Wow! די קאפ דרייט זיך פון די חידושים נפלאים וואס שאקלען זיך ארויס פון די ארבל.

די דעמאקרעטס האבן געוואלט פארמיידן א שאטדאון? אר ין פאר ריעל? זיי האבן עס געקענט ערלעדיגן אין א סעקונדע - דורך אפטיילן די געצווינגענע שידוך פון דאקא מיט'ן בודזשעט, אזויווי זיי האבן למעשה געטון. ווער האט זיי עס נישט געחאזט טון פינף טעג פריער?

זיי האבן געמוזט ווייזן אז זיי פייטן פאר דאקא און זענען גרייט פאר א שאטדאון, אבער דאך איז עס זיי געווען א שווערע זאך (ספעציעל פאר די דעמאקראטן אין די רויטע שטאטן) איז שומער געווען גרייט פאר ערענסטע קאנסעשאנס אבי נישט צו ברויכן ניצן די שרעקעדיגע טול, ופשוט הוא!

יעצט איז די באן שוין אפגעפארן! מר. טראמפ יו מיסד די אפערטוניטי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:45 am

צל עובר האט געשריבן:עטס פארשטייסט טאקע נישט פארוואס שומער און די דעמאקרעטס זענען נישט מסכים צו טראמפס פלאן?

ער באקומט דאך די וואנט!

לאמיר זיך נישט לאזן נארן אויב טראמפ באקומט א וואנט (וואס נאר ער דארף) נישט קיין חילוק וואס די דעמאקרעטס באקומען פאר דעם, איז ער א ביג ביג ווינער.

די אלע אנדערע זאכן, דאקא 1.8 מיליאן טשעין מייגרעישן מיט די לאטערי וויזע בענענזאם, זענען פינאטס קעגן די וואנט.



איך פארשטיי יא! נאר שומער איז דער וואס שרייט אז די אומשולדיגע קינדערלעך קומען פאר פאליטיק...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:47 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?

מען האט דיר שוין געענטפערט מערערע מאל, שומער'ס דיעל האט נישט אינקלודעט 'יעצט' געלט פאר א וואנט.

אוודאי אינקלודט עס - ארום 7 ביליאן תיכף, און די איבעריגע איז יעדע יאר א שיינע סכום.

פארוואס טראמפ זאל עס וועלן נעמען? ווייל ער גייט עניוועי נישט קריגן בעסערס, און ער האט אן איינמאליגע טשענס צו באקומען א שיין חלק פון זיין לאנג צוגעזאגטע (ולדעת רובא האמרקאי: נארישע) וואנט



דו האלטסט א ער גייט נישט קריגן מער, ער האלט א יא! ער האט די פרעזידענסי, קאנגרעסס, און האט די מעדזשארעטי אין סענאט! ער איז צוויי דריטל דארט ווי ער דארף! אידער וועי, מ'פארהאנדלט נישט מיט קיין טעראריסטן! האלט נישט האסטידזש די גאווערמענט פאר איליגל אימיגראנטן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:48 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

וואס הייסט אנדער א גאן? טראמפ האט דאך אליינס גערופן שומער צום מיטינג



מ'פארשפארט די גאווערמענט ביז סיז דא דאקא הייסט גאן! צום מיטונג האטערעם גערופן צו האלטן אפן די גאווערמענט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:54 am

הצדיק האט געשריבן:@וויכטיג איך זעי נישט וויאזוי טראמפ גייט גיי יעצט באקומען געלט פאר א וואנט.



איך זעה אויך נישט! אבער איך פרעדיקט גארנישט מיט טראמפ! ער האט מיך שוין צופיהל מאל סורפרייזד...

אגב, כ'קען טראכטן אז די נעקסטע סטעפ גייט זיין אז טראמפ נעמט ארויס "ליגעל" אימיגרעישן פון די זאך, און דאס וועלן די דעמעקראטן יא מסכים זיין...

און אין בעסטן פאל וועט מען שניידן פון 25 ביליאן צו 15 ביליאן וכד'... לאמער נישט פארגעסן, טראמפ האט נישט סתם אוועקגענומען דאקא, ער האטעס אריינגעלייגט צו קאנגרעסס אין די הענט! און יעצט ליגט די באלל ביי די דעמעקראטן! זיי קענען נישט עפארדן צו פארלירן דאקא אינגאנצן, זיי גייען מוזן קומען צום טיש! טראמפ ווייסט דאס, האטער ארויסגעלייגט פון איין זייט גאר א דזשענערעס פלאן, אבער פון די צווייטע זייט צוגעלייגט געלט מער וויפיל ער דארף, און צוגעלייגט נאך זאכן... אזוי גייט מען שפעטער פארהאנדלן אויף די עקסטערע זאכן, און ער גייט באקומען מער ווייניגער וואס ער דארף, און אלעס פארן נאכגיבן דאקא!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:57 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

וואס הייסט אנדער א גאן? טראמפ האט דאך אליינס גערופן שומער צום מיטינג

- מודיע צו זיין אז ער פארהאנדלט נישט אונטער א גאן, פינטל.

שומער האט אבער נישט געוואלט פארשטיין און האט דעריבער געאפערט וואס ער האט געאפערט, און טראמפ, וועלכער האט אים שוין קלארגעמאכט זיין שטעלונג, האט נישט גענומען די מי איבערצו'חזר'ן זיינע ווערטער.
.

קודם ס'נישט אמת! מ'האט געהעריג פארהאנדעלט, די תורה אז נישט האסטו יעצט אליין אפגעבאקן.. אפילו די ווייסע הויז האט ערשט אנגעהויבן מיט די תירוצים אז מ'פארהאנדעלט נישט הערשט איינמאל די שאטדאון איז געשעהן

נאכדעם כל, פשש.. האסטעך געהאלטן שטארק און נישט געמאכט קיין דיעל אונטערן גאן.. און?.. האסט נישט דיין וואנט!.. וואו וואסערע גיבור דו ביזט!...



גיבור דו, נעים קאלינג איז אירעלעווענט... די פאקט אי אז די שאטדאון איז געווען א סאליד דורכפאל פאר שומער! וועגן די וואנט העמער זעהן צו סעט געשעהן... סידעך דא א דעדליין פאר דאקא...

און בנוגע נישט פארהאנדלן, פרעזידענט אבאמא האט אונז אויסגעלערענט... מ'פארהאנדלט נאר מיט איראן, חיזבאללה וכד'... מיט עכטע טעראריסטן, ווי קאנגרעססלייט פארהאנדלט מען נישט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 9:59 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:פארשטיי איך נישט גענוי וואס דו זאגסט. די סיבה פארוואס די דעמאקראטן זאלן דעמאלטס געבן א וואנט - דאקא- איז קאי וקים. וואס האט זיך געטוישט איז אז זיי האבן נישט דעם בודזשעט געווער.

ארט אוו די דיעל איט איז.

ס'האט זיך ביגלי געטוישט! ווייל כדאי צו פארמיידן אזא מעידזשאר זאך ווי א שאטדאון זענען די דעמס געווען גרייט פאר גרויסע קאנסעשאנס

טראמפ האט געהאט א שאנס צו כאפן די געלעגענהייט און כאפן די וואנט! יעצט איז עס אווער



טעות! קודם כל, ס'קומט נאך אפאר שאטדאונס... אדער גייט מענעס עוואוידן, אבער גאווערמענט פאנדינג לויפט אויס בקרוב...

שנית, ווי משה זאגט, וואס האצעך געטוישט? דאקא דארפן די דעמעקראטן נאכאלץ! און זיי גייען עפעס מוזן נאכגיבן דארפאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24593
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג פאברואר 02, 2018 10:02 am

סאבסיטוט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:Wow! די קאפ דרייט זיך פון די חידושים נפלאים וואס שאקלען זיך ארויס פון די ארבל.

די דעמאקרעטס האבן געוואלט פארמיידן א שאטדאון? אר ין פאר ריעל? זיי האבן עס געקענט ערלעדיגן אין א סעקונדע - דורך אפטיילן די געצווינגענע שידוך פון דאקא מיט'ן בודזשעט, אזויווי זיי האבן למעשה געטון. ווער האט זיי עס נישט געחאזט טון פינף טעג פריער?

זיי האבן געמוזט ווייזן אז זיי פייטן פאר דאקא און זענען גרייט פאר א שאטדאון, אבער דאך איז עס זיי געווען א שווערע זאך (ספעציעל פאר די דעמאקראטן אין די רויטע שטאטן) איז שומער געווען גרייט פאר ערענסטע קאנסעשאנס אבי נישט צו ברויכן ניצן די שרעקעדיגע טול, ופשוט הוא!

יעצט איז די באן שוין אפגעפארן! מר. טראמפ יו מיסד די אפערטוניטי


ווי געזאגט, ס'קומט נאך א באנטש פייטס איבער גאווערמענט פאנדינג, די שאטדאון האצעך געענדיגט מיטן פאנדן די גאווערמענט פאר אפאר וואכן... לויט דיר קען נאך טראמפ אויסנוצן די נעקסטע פארהאנדלונג פאר די וואנט...

און לויט ווי איך פארשטיי קענער דאס טוהן אדער ווייטער ווארטן און פארהאנדלן דאקא פאר א וואנט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:15 pm

פאר דאקא האלט איך אז עס קען זיין אז טראמפ גייט עס נישט מבטל זיין אפילו אן א וואנט, און אויב יא האבן די דעמאקרעטס א גוטע טאקינג פוינט, וועגן דעם האט טראמפ געמאכט די פארשלאג פון 1.8 מיליאן, ווייל דאס גייען די דעמאקרעטס זיכער נישט באקומען אן א וואנט, און די צוגעלייגטע 1.1 מיליאן מיט זייערע פארטרעטערס און ידידים גייען לייגן פרעשור אויף די דעמאקרעטס צו געבן די וואנט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 02, 2018 1:30 pm

צל עובר האט געשריבן:פאר דאקא האלט איך אז עס קען זיין אז טראמפ גייט עס נישט מבטל זיין אפילו אן א וואנט, און אויב יא האבן די דעמאקרעטס א גוטע טאקינג פוינט, וועגן דעם האט טראמפ געמאכט די פארשלאג פון 1.8 מיליאן, ווייל דאס גייען די דעמאקרעטס זיכער נישט באקומען אן א וואנט, און די צוגעלייגטע 1.1 מיליאן מיט זייערע פארטרעטערס און ידידים גייען לייגן פרעשור אויף די דעמאקרעטס צו געבן די וואנט.

זייער א גוטע פוינט, די דעמאקראטן זענען ווי עס שיינט געקומען צום שכל דאס וואס איך שריי שוין לאנג אז פאליטיקלי איז פאר זיי די בעסטע זאך צו לאזן דאקא עקספייערן. טראמפ ווידער פארשטייט אויך גוט דעם פראבלעם וואס ווארט אים און ער לויפט שוין ארום פארסאפעט אויף טוויטער אז די דעמאקראטן קאלן אים מער נישט... לויט באריכטן גרייט ער זיך שוין אפילו צו פארלענגערן די מארש דאקא עקספיירעישאן דעדליין..

די פארשלאג פון 1.8 מיליאן איז זיכער מהאי טעמא צו אויפרייצן די דעמאקראטן דווקא יא צו מאכן א דיעל.

די שאלה איז דא צו טראמפ'ס פארלאנג פון טשעין מייגרעישאן און די לאטארי פראגראם איז בלויז א פארהאנדלונגס טאקטיק אדער מיינט ער עס ערענסט. אויב מיינט ער עס ערענסט און איז נישט גרייט עס ארויסנעמען פון די געשפרעכן דאן גייט קיין דיעל נישט זיין ווייל די דעמאקראטן (און אפילו אסאך רעפובליקאנער) זענען להשמיד קעגן דאס שניידן "פעמילי ריוניען" ווי זיי רופן דאס, אפילו די גרעסטע ארגאנאזאציע וואס פארטרעט די דאקא אימיגראנטן אליין איז ארויסגעקומען אז זיי זענען גרייט צו פארלירן זייערע פראטעקשאנס ווי איידער צו זיין די גורם פון ראדיקאל שניידן די לעגאלע אימיגראציע סיסטעם, ממילא וועט גארנישט ווערן דערפון.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 05, 2018 9:59 am

טראמפ האט יעצט אויף טוויטער אפגעווארפן עני איידיא פון א דאקא ביל וואס וועט נישט ערהאלטן פאנד׳ס פאר א וואנט.
דאס קומט און א צייט וואס דזשאן מ׳קעין האלט אט ביים אויפברענגען א ביל און סענעט וואס איז א שטיק שוממער
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4914
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג פאברואר 05, 2018 10:30 am

איר מיינט מסתמא א שטיק טומער...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 05, 2018 11:24 am

עס קומט די נייעס אז קאנגרעס און סענאט גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וואס וועט לעגאליזירן דאקא אויף נאך א יאר, אין ליכט פון דעם וואס די געשפרעכן פאר א פערמענאנטע דיעל איז מער ווייניגער טויט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 05, 2018 11:34 am

טראמפ איז אין א קארנער און האט ענדליך אנגעהויבן כאפן אז די דעמאקראטן רייבן זיך שוין די הענט צו קאמפיינען העפטיג אויף זיין ענדיגן דאקא.. ער איז שוין אויך גרייט עס צו פארמיידן

"We wanna make a deal,” Trump said during a tour of a Customs and Border Protection training center. “I think they want to use it for political purposes, for elections. I really am not happy with the way it's going, from the standpoint of the Democrats."

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7397
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג פאברואר 05, 2018 12:38 pm

כאפצעם האט געשריבן:עס קומט די נייעס אז קאנגרעס און סענאט גרייט זיך צו באשטעטיגן א ביל וואס וועט לעגאליזירן דאקא אויף נאך א יאר, אין ליכט פון דעם וואס די געשפרעכן פאר א פערמענאנטע דיעל איז מער ווייניגער טויט.

אונעם ביל איז דא א וואנט?.
הכו"ח טשאדל הלוי באדעלע.
צוקומפטיגער ראה"ק דקהלתינו הק'.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, moshenies, rutledge, כאפצעם, מה שמו און 30 געסט