אלעס ארום אבאמא'ס דאק"א פראגראם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס האלטסטו איבער דאק"א

עס מאכן געהעריג געזעץ
28
25%
עס אנולירן
17
15%
עס מאכן געזעץ אבער בלויז מיט א מעקסיקאנע "וואנט"
67
60%
 
סך הכל שטימען: 112

אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

וויפיל געט ער פאר דער וואנט האט ער געטרייעט 25 ביליאנען? אדער נאר 1.5
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

זיין קושיא איז געווען פארוואס טראמפ האט נישט עקסעפטעט "פארן שאטדאון" שומער'ס אפער, אויף דעם זאג איך אז קודם טראמפ האט דאך גע'טענה'ט להד"ם [עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען]. און שומער האט קיינמאל נישט געזאגט איך אפער עס נאך יעצט. ער האט נאר פארציילט א שיינע מעשה אז ער האט געאפערט, ווען ער זאל ווען זאגן ברבים פארן שאטדאון, איך אפער דיר עס יעצט וואלט ער געהאט א קושיא. פארשטייט זיך אויב די אפער איז א נארמאלע דיעל.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

און לשיטת שומער אז ער האט געאאפערט א וואנט און טראמפ האט עס נישט אנגענומען, ווער זאגט אז עס איז געווען א נארמאלע דיעל? לויט ווי איך געדענק האט מען גערעדט דעמאלטס פון צווישן 1 אדער 2 ביליאן דאלאר, וואס דאס איז א לצנות פון א דיעל, און איך גלייב נישט אז אויב שומער האט אנגעטראגן א 25 ביליאן דאלאר'דיגן דיעל פאר א וואנט אז טראמפ זאל נישט מסכים דערצו (דו האלטסט יא אזוי?), סאו קודם ווער מיר געוואר צו די רעדע איז געווען איבער א נארמאלע דיעל און נאכדעם עמער רעדן פארוואס טראמפ האט עס נישט אנגענומען
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

למעלה משבעים האט געשריבן:און וועגן לייקענען האב איך דיר צוגעצייכנט אז ווי איך האב פארשטאנען האט ער עס געלייקנט, איז דאס נישט אמת?

נישט אמת
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די רעפאבליקענס האבן גע'טענה'ט אז מען טאר נישט נוצן די שאטדאון פאר א וואפן, און אפעציעל נישט געוואלט מאכן קיין דיעל ביז נאך די שאטדאון.

שומער האט גערעדט פון 25 ביליאן דאלער, אבער ער האט עס נאר געוואלט עפראפיעטן נישט עלאקעיטן ביז עס איז דא געהעריגע דעטאלן ווי דאס געלט וועט גיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ האט עס נישט געלייקנט, נאר מולוועיני האט נאכגעזאגט פון אים די עפראפיעטן עלאקעיטן פוינט.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:די רעפאבליקענס האבן גע'טענה'ט אז מען טאר נישט נוצן די שאטדאון פאר א וואפן, און אפעציעל נישט געוואלט מאכן קיין דיעל ביז נאך די שאטדאון.

שומער האט גערעדט פון 25 ביליאן דאלער, אבער ער האט עס נאר געוואלט עפראפיעטן נישט עלאקעיטן ביז עס איז דא געהעריגע דעטאלן ווי דאס געלט וועט גיין.


דו ביזט זיכער אין דעם? פון וואו?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קיין נפקמ האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איך רעדט פארן שאטדאון.

ער האט צוריקגעצויגן פונעם דיעל הערשט נאכן שאטדאון!


וואס זענען געווען די דיטעילס פינעם דיעל ווייסטו ?

ער האט געוואלט דאקא גלייך, לאזן טשעין מייגרעישאן, "און געלט פאר די וואנט אין 10 יאר ארום" (אויב ביז דאן און דאן וועלן די רעפאבס נאך קאנטראלירן די הייזער)
און אויף דעם האט טראמפ נישט מסכים געווען, פארשטייסט ?


ער איז דא מסביר אביסל די עלאקעיטן עפראפיעטן נקודה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:די רעפאבליקענס האבן גע'טענה'ט אז מען טאר נישט נוצן די שאטדאון פאר א וואפן, און אפעציעל נישט געוואלט מאכן קיין דיעל ביז נאך די שאטדאון.

שומער האט גערעדט פון 25 ביליאן דאלער, אבער ער האט עס נאר געוואלט עפראפיעטן נישט עלאקעיטן ביז עס איז דא געהעריגע דעטאלן ווי דאס געלט וועט גיין.


דו ביזט זיכער אין דעם? פון וואו?


אזוי האט ער קלאר געזאגט אין סענאט.

איך גיי לויט מיין סברה אז ווען ער זאגט עפעס אין סענאט זאגט ער אז ער איז גרייט אויף דעם.

שומער האט אבער נישט געלייקנט די עפראפיעטן עלאקעיטן פוינט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

הקיצור, שומער האט לכל היותר געאפערט צו לאזן בויען א וואנט, אבער געלט דערפאר ווען מען נישט זען פאר צען יאר.

און איינער וואונדערט זיך הויך פארוואז טראמפ האט עס נישט אנגענומען...

צוריק צו מיין קשיא, טראמפ האט דאך געאפערט שומער 1.8 מיליאן פולע סיטיזענשיפ. פארוואס כאפט ער עס נישט מיט ביידע הענט?

די נארישע תי' אז ער וויל אויך זייטיגע זאכן ווי לאטערי, איז קארני פאר צוויי סיבות. איינס, זינט ווען איז נאר אבאמא ענטייטלד צו פארלאנגען 'קאמפרעהענסיוו אימיגרעישאן ריפארם"? ובפרט ווען דאס איז א טייל פון טראמפ'ס בארדנר סעקיוריטי פלאן צוזאמען מיט די וואנט.
צווייטנס, שומער וואס האט נישט געוואלט עפראוון קיין בודזשעט וועגן דאקא, 'ער' וויל נישט צאממישן זאכן? מאכסט טאקע חוזק פון אונז?


---
לסיכום, טראמפ האט אזוי רומנות אויף די דריעמערס אז ער וויל זיי באווארפן מיט סיטיזענשיפ, נאר דער אכזר שומער שטייט אין וועג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

סך הכל פון די לעצטע פאר בלעטער אין א בילד

DU4l9SYXUAE4N9o.jpg
DU4l9SYXUAE4N9o.jpg (73.58 KiB) געזען 1045 מאל
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

תיקון טעות:

די אבאמא פלאן איז געווען: 1) 11 מיליאן אימיגראנטן 2)א פעט צו סיטינשיפ 3)45 ביליאן אין באורדער סעקיורעטי

נאך א מעידזשאר חילוק:
אבאמא'ס פלאן האט געפעסט סענאט, טראמפס פלאן איז סטאק און קוקט נישט אויס ווי סגייט ערגעץ..
שליו ודגים
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שליו ודגים »

פ"וו זאל עס נישט דורך גיין סענאט ? אלע דעמאקראטן גייען דאך זיכער וואויטן דערפאר
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שליו ודגים האט געשריבן:פ"וו זאל עס נישט דורך גיין סענאט ? אלע דעמאקראטן גייען דאך זיכער וואויטן דערפאר


משהזוךמיר האט געשריבן:...
צוריק צו מיין קשיא, טראמפ האט דאך געאפערט שומער 1.8 מיליאן פולע סיטיזענשיפ. פארוואס כאפט ער עס נישט מיט ביידע הענט?

די נארישע תי' אז ער וויל אויך זייטיגע זאכן ווי לאטערי, איז קארני פאר צוויי סיבות. איינס, זינט ווען איז נאר אבאמא ענטייטלד צו פארלאנגען 'קאמפרעהענסיוו אימיגרעישאן ריפארם"? ובפרט ווען דאס איז א טייל פון טראמפ'ס בארדנר סעקיוריטי פלאן צוזאמען מיט די וואנט.
צווייטנס, שומער וואס האט נישט געוואלט עפראוון קיין בודזשעט וועגן דאקא, 'ער' וויל נישט צאממישן זאכן? מאכסט טאקע חוזק פון אונז?


---
לסיכום, טראמפ האט אזוי רומנות אויף די דריעמערס אז ער וויל זיי באווארפן מיט סיטיזענשיפ, נאר דער אכזר שומער שטייט אין וועג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

סאבסיטוט האט געשריבן:תיקון טעות:

די אבאמא פלאן איז געווען: 1) 11 מיליאן אימיגראנטן 2)א פעט צו סיטינשיפ 3)45 ביליאן אין באורדער סעקיורעטי

נאך א מעידזשאר חילוק:
אבאמא'ס פלאן האט געפעסט סענאט, טראמפס פלאן איז סטאק און קוקט נישט אויס ווי סגייט ערגעץ..

די רעדע איז פון די וואס זענען געווארן אריינגעברענגט אלס קינד און זענען אויפגעוואקסן דאהי, נישט די וואס האבן בשאט נפש געבראכן דאס געזעץ און אריינגעקומען אומלעגאל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

אין די 11 מיליאן איז אינקלודעט די 1.8 מיליאן וואס זענען אויפגעוואקסן דאהי
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

זאל זיין אזוי.

תכלית גערעדט, איך וויל באמת וויסן פארוואס שומער נעמט נישט אן די יעצטיגע דיעל.



(די אמת'ע סיבה ווייס איך. איך וויל וויסן וואס ער פארקויפט פאר זיינע קעלבלעך)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?

כלפי די שומער בילל האב איך נישט קיין אנונג ממילא קען איך נישט אריינרעדן אבער די גרעהעם דורבין ביל איז אין קורצן דריעמערס באקומען סיטיזענשיפ און די וואנט עפעס אפאר דאלאר און לאטעריע + מעריט בעיסט + קאמפריהענסיוו בארדער סעקיוריטי וועט מען שמועסן א צווייט מאל...

פרעג איך דיר, אין טראמפ'ס שיך נעמסטו אזא ביל? א יא אדער ניין ענטפער ביטע און דערנאך א הסבר
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

גראדע איך בין קעגן טראמפ'ס יעצטיגע פארשלאג,
אין מיין אפיניען דארף גיין דאקא אליינס (800k) קעגן וואנט און בארדער סעקיוריטי, צוזאמען מיט לאטעריע, טשעין און מעריט בעיסט אימיגראציע
פשוט ווייל די אלע זאכן אחוץ די וואנט וויל דאך רוב אמעריקע נאר די דעמאקראטן אין סענאט און קאנגרעס זענען דערקעגן ממילא דאס ברויך זיין אין סיי וואסערע אימיגראציע רילעטעט ביל
יעצט דאקא (אומלעגאלע אימיגראנטן) קעגן די וואנט איז מיין איך גענוג א פעיר דיעל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?

מען האט דיר שוין געענטפערט מערערע מאל, שומער'ס דיעל האט נישט אינקלודעט 'יעצט' געלט פאר א וואנט.

און די גרעהעם דורבין איז סתם א ליצנות.

בנוגע דיין ערשטע פוינט, עס איז הוילע בלאף. טראמפ וויל 'טוישן' לעגאלע אימיגראציע, נישט אפשטעלן. ער וויל אוועקנעמען לאטערי און איינשטעלן מעריט בעיסד אנשטאט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאבסיטוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:אבער אויף טראמפ איז דאך א גרויס קשיא - פארוואס כאפט ער נישט מיט ביידע הענט שומער'ס דיעל פון אים גיבן זיין וואנט?

כ'געדענק נישט צו זען שטיין ערגעץ דא אז שומער זאל אים אפערן א דיעל, נאר אז שומער פארציילט אזוי, און טראמפ לייקענט.

טענקס פארן נעמען די מיה און ענטפערן נארמאל - קודם טראמפ האט עס קיינמאל נישט געלייקענט!

נאכדעם - האסט מיטגעהאלטן די שאטדאון? שומער האט געהאט א מיטינג מיט טראמפ פרייטאג, ער איז ארויסגעקומען זאגן: איך האב אים געאפערטנדי וואנט אין אויסטויש פאר דאקא און איך ווארט פאר אן ענטפער! קיין שום ענטפער איז קיינמאל נידט געקומען און קיין שום הכחשה... די גאווערמענט האט זיך אפגעשלאסן



הגם מ'האט דיר געפרעגט פאר דו האסט געפרעגט, אבער כעדער נאכאלץ ענטפערן...

שומער האט געאפערט א וואנט, אבער נישט גענוג געלט דערפאר, טראמפ וויל 25 ביליאן!

שנית די גאווערמענט האט דריי ברענטשעס, צוויי פון די דריי פיהרן דורך געזעצן, און די ריפאבליקענס קאנטראללן די צוויי, סיז זייער נארמאל אז די פארטיי וואס איז אין קאנטראלל זאל פיהרן די זאך און צוווארפן א ביינדל פאר די צווייטע, נישט פארקערט... סאו שומער'ס אפפער איז א געלעכטער! חוץ פון די פאקט אז ער האט צוריקגעצויגן דערפון...

און בעיקר איז די פראגע אויף שומער, שומער האטעך געוויינט אז מ'שפיהלט פאליטיק מיט אומשולדיגע שעפעלעך, און דא שטייט ער און שפיהלט פאליטיק, ער וויל נישט גיבן א וואנט, ווייל ס'פעהלט נישט אויס... ווי כאילו די גאווערמענט ספענדט נישט טריליאונען אין גארבידזש... מאך צו די מוללער פראוב האסטו ס'געלט פאר א וואנט! נאר היות טראמפ העט סקארן פאליטישע פוינטס, ווילער נישט נאכגיבן... ווידער טראמפ זאגט, איך וויל זיי נישט ארויסווארפן, אבער אן א וואנט און אנדערע פיקסעס גיי איך 10 יאר ארום נאכאמאל דארפן מאכן דאקא... סעקיור די בארדער און איך געדער דאקא...

סאו די פראגע איז אויף שומער, ער שרייט מ'טאר נישט שפיהלן פאליטיק! און ער שפיהלט פאליטיק!

און לדעתי איז טראמפ'ס אפפער א סאליד מאוו... ער האט נארוואס געגעבן פאר שומער איינס פון אונטן, ביים שאטדאון, האטער געוואוסט אז יעצט גייט שומער האבן פרעשור פון די לינקע נישט נאכגיבן גארנישט! האטער שנעל געגעבן גאר א דזשענערעס אפפער, און יעצט זעהט יעדער אז שומער איז די פראבלעם! מ'גיבט אים סיטיזענשיפ, און מ'גיבט עס פאר 1.8 מיליאן... און אין קעיס שומער נעמטעס יא אן, וועט קודם טראמפ קריגן קרעדיט פארן סעיוון די דאקא קינדער, און וויפיל וועצעך ווענדן אין טראמפ'ס מענטשן... יעדן צווייטן העט מען זאגן אז ער קוואלעפיידט נישט... און ווארסט קעיס העלן 1.8 מיליאון מענטשן צאלן טעקס, אראפגיין פון וועלפעיר, און אין די זעלבע צייט העט אמעריקא האבן א סעקיורד בארדער, בעז"ה, און טראמפ העט האבן א וואנט!

סאו די אפפער איז ס"ה א פאליטישע מאוו צו ווייזן אז שומער האלט ביי גארנישט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאבסיטוט האט געשריבן:און די עיקר פוינט איז - ווען שומער איז ארויסגעקומען ברבים זאגן אז דאס שלאגט ער פאר (לשיטתך אז ס'איז נישט געווען אמת) פארוואס איז נישט טראמפ ארויפגעשפרינגען דערויף שרייען "קום אריבער איך נעם שוין דעם דיעל"?...



און טאקע פארגעסן די מעין פוינט! עד דעט פוינט איז געווען טראמפ'ס שטעלונג מאך אויף די גאווערמענט, נאכדעם העמער רעדן! איך פארהאנדל נישט מיט א מעסער ביים האלז... און גוט האטער געטוהן! אבאמא פלעגט עס טוהן צו ריפאבליקענס, טראצדעם וואס די ריפאבליקענס האבן געהאט א ריקוועסט בשייכות צום בודזשעט... ווילסט ספענדן געלט, ספענדט אביסל ווייניגער... דאך האט אבאמא נישט געוואלט האנדלן בשעתן שאט'דאון...

דא בעט מען א פרעמדע זאך... ווילסט ראנען די גאווערמענט, ליגעלייז איליגל חברה... גוט האטער געטוהן מיטן נישט פארהאנדלן... און יעצט האטער שומער אין פלאץ... עני דיעל גייען די ליבעראלן שימפן, אפילו די בעסטע דיעל, ווידער נישט נעמען קיין דיעל איז פאליטיקל סוסייד... רוב לאנד וויל דאקא פאר בארדער סעקיורעטי...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאבסיטוט האט געשריבן:ער זאגט טראמפס פלאן שניידט קרוב צו %50 פון לעגאלע אימיגראציע

איך ווארט נאך צו הערן פארוואס טראמפ שטיצט נישט שומער'ס דיעל, אדער עטליעסט די גרעהם-דורבין ביל?



אין קורצן נאכאמאל, שומער'ס דיעל אי יעצט נישט דא, סיז נאר געווען ביים פארהאנדלן אונטער א גאן! מ'האנדלט נישט אין אזא סיטועישן!

חוץ מזה וואלט די וואנט נישט באקומען די נויטיגע פאנדס אונטער די שומער פלאן!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עטס פארשטייסט טאקע נישט פארוואס שומער און די דעמאקרעטס זענען נישט מסכים צו טראמפס פלאן?

ער באקומט דאך די וואנט!

לאמיר זיך נישט לאזן נארן אויב טראמפ באקומט א וואנט (וואס נאר ער דארף) נישט קיין חילוק וואס די דעמאקרעטס באקומען פאר דעם, איז ער א ביג ביג ווינער.

די אלע אנדערע זאכן, דאקא 1.8 מיליאן טשעין מייגרעישן מיט די לאטערי וויזע בענענזאם, זענען פינאטס קעגן די וואנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”