איבער די סעין בילדינג נעבן מאנסי

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ס'איז זייער שווער עט ליסט פאר מיר צו וויסן פארוואס אין די וועלט דער וויל עס פארקויפן. נישט סתם וואס ער וויל עס פארקויפן, נאר ס'גייט אים אזוי אין לעבן...
צוויי מעגליכע סיבות:
א) פשוט און גראד, ער קען נישט אויפגעבן, דאס איז עפעס וואס די פארגאנגענהייט האט שוין געוויזן, אבער איי געס אז דאס מאל איז עס טאקע אזוי. ער קען נישט דערליידן א פארלוסט.
ב) און דאס קוקט אויס ריכטיגער, אז ער פערזענליך וועט אין א געוויסע זין פארדינען דערפון במישרין אדער בעקיפין. עפעס וואס איך ווייס נישט וואס.

אויבנאויף איז זייער שווער צו פארשטיין פארוואס 5 מיליאן דאלאר וועט אזוי שטארק אויסמאכן אין א קאונטי מיט א בודזשעט פון העכער 700 מיליאן דאלאר, אז מ'זאל פארקויפן א בנין וואס איז קלאר אז אויב די קאונטי גייט נישט אונטער וועט מען עס דארפן אין געציילטע יארן ארום.
...
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

וועלכע תקופה אין יאר מאכט מען די בודזשעט, צו קענען זעהן אויב די חובות זענען שוין אראפ?
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

עין טובה האט געשריבן:שלום עליכם הרב להוסיף, וועלקאם צו מאנסי


שוין ברוך השם די פערטע זוממער אין מאנסי.

איך וויל נישט אריינגיין אין א וויכוח. ווייל איך בין נישט א תושב העיר. און אויך זעה איך אז מענטשן נעמען עס פערזענדליך.

וואס איך האב געשריבן האב איך גיהערט פון זייער אסאך תושבים. [איך האב גיהערט ווייל איך האב גיפרעגט]
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

להוסיף, איר פארשטייט אז אייער שמועס איז שלא מן הענין? אפשר זאל מען רעדן דא פון טראמפ, כ'מיין עפטער אלל איז טראמפ אויך פרעזידענט אויף מאנסי...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווי איך פארשטיי לויפט ער אויף א פלאטפארמע צו קלענער מאכען די גאווערמענט, דאס איז א סימבאלישע זיג פאר אים.

נישט די סעיל מאכט אים פאר א יודען פיינט - ער איז א טראדישענעל וויסטע אנטיסעמיט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מטעמים האט געשריבן:ווי איך פארשטיי לויפט ער אויף א פלאטפארמע צו קלענער מאכען די גאווערמענט, דאס איז א סימבאלישע זיג פאר אים.

נישט די סעיל מאכט אים פאר א יודען פיינט - ער איז א טראדישענעל וויסטע אנטיסעמיט.

אבער אויב קלענער מאכן דאן פארוואס נישט פארקויפן עפעס מער ווערטפול אפילו?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קנאפער ידען האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווי איך פארשטיי לויפט ער אויף א פלאטפארמע צו קלענער מאכען די גאווערמענט, דאס איז א סימבאלישע זיג פאר אים.

נישט די סעיל מאכט אים פאר א יודען פיינט - ער איז א טראדישענעל וויסטע אנטיסעמיט.

אבער אויב קלענער מאכן דאן פארוואס נישט פארקויפן עפעס מער ווערטפול אפילו?

גוטע קשיא, עס לוינט נישט אויף דעם ארויף צו לייגען די גאנצע פאוקעס פון די מערכה אנטקעגן אים ווייל עס זעהט אויס ווי נאר דאס איז זיין פראבלעם.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

מטעמים האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:ווי איך פארשטיי לויפט ער אויף א פלאטפארמע צו קלענער מאכען די גאווערמענט, דאס איז א סימבאלישע זיג פאר אים.

נישט די סעיל מאכט אים פאר א יודען פיינט - ער איז א טראדישענעל וויסטע אנטיסעמיט.

אבער אויב קלענער מאכן דאן פארוואס נישט פארקויפן עפעס מער ווערטפול אפילו?

גוטע קשיא, עס לוינט נישט אויף דעם ארויף צו לייגען די גאנצע פאוקעס פון די מערכה אנטקעגן אים ווייל עס זעהט אויס ווי נאר דאס איז זיין פראבלעם.

אוודאי נישט דער גאנצע פאוקעס, עס ווייזט בלויז ווידעראמאל ווי שטארק וואנזיניג ער וועט גיין אבי צו קענען שרייען אז די אידן (רעמעפאו פייוו וואס זענען געפירט דורך דער בלאק וואוט) טוען ממש שאדן פאר יעדן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

נישט דער גאנצע פאוקאס און נישט אביסל. ס'איז צו קאמפליצירט צו מסביר זיין פארן המון עם, דאס איז בכלל נישט עפעס וואס - ווי ווייט איך ווייס - נוצט מען פאר די קאמפעין אנטקעגן אים.
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אין פרישע אנטוויקלונגען ווערט יעצט באקאנט דאס פאלגענדע:

איינע פון די זאכן וואס די לעגיסלעיטער האט פארלאנגט פון עד דעי בכדי צו פארקויפן די סעין בילדינג איז געווען אן אפשאצונג פון וויפיל ס'וועט קאסטן צו אויסשטאטן און רוקן די ארבעטער צו אן אנדערע פלאץ, וואס עד דעי האט זיי געוואלט רוקן צו בנין עי.

די רעזולטאטן פון די פירמע וואס דעי האט געהייערט ווייזט אז ס'וועט אפקאסטן פאר די קאונטי די אסטרענאמישע סומע פון העכער 55 מיליאן דאללער!
דאס מיינט, אז א סעיל פון 5 מיליאן דאללער בערך, וועט למעשה זיין א פארלוסט פון קרוב צו 100 מיליאן דאללער (אריינגערעכנט אויב פארקויפט ער לכתחילה די בנין וואס די לעגיסלעיטאר האט געוואלט).

sain0.jpg
sain0.jpg (131.62 KiB) געזען 2303 מאל


sain1.jpg
sain1.jpg (145.51 KiB) געזען 2303 מאל



קנאפער ידען האט געשריבן:אבער אויב קלענער מאכן דאן פארוואס נישט פארקויפן עפעס מער ווערטפול אפילו?

זאכליך האט געשריבן:אויב גייט די קאונטי חוב סייווי ווערן זיראו, וואס גייט אזוי אין לעבן פאר דעם רשע צו פארקויפן די סעין בילדינג? גייט ער האבן א פערזענליכע ריוח פון די סעיל?
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

עד דעי האט אריבערגעפירט עטליכע ארבעטער פון די סעין בילדינג צו די בנין אין פאמאנאו, דערביי פארלאנגענדיג עטליכע מיליאן דאלאר פון די לעגיסלאטור צו טיילווייז איבערפרישן די שפיטאל געביידע.
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

נאך איבער עד דעי - ראקלענד קאונטי עקזעקוטיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

די דיסטריקט אטורני'ס אפיס האט געשטעלט א בקשה צו עטליכע פון די לעגיסלאטור פארשטייער אז אזויווי מען הייבט צוריק אן נוצן בילדינג עי אין פאמאונא, ווילן זיי אריבערפירן זייער אפיס צו יענע בנין, זייענדיג ביז יעצט צושפרייט אין עטליכע לאקאלן.
די זעלבע בקשה איז אויך געקומען דורך די שעריפס אפיס אז זיי ווילן אהין רוקן די פאליציי אקאדעמיע.
די פאר לעגיסלאטור באאמטע מיט וועמען זיי האבן גערעדט האבן געזאגט אז ס'איז א גוטע און ריכטיגע געדאנק, און זיי זאלן עס ארויפברענגען פאר א פולע לעגיסלאטור אפהאנדלונג.
ביי די אפהאנדלונג האבן זיי באקומען די שטיצע פון די לעגיסלאטור אז מען קען טראכטן פון אנהייבן די פראצעדור, אבער זיי האבן געבעטן אז די חברה זאלן קודם רעדן מיט עד דעי, ווייל אויב איז ער נישט מסכים דערצו איז ממש א שאד די צייט צו גיין ווייטער.

זיצנדיג מיט עד דעי, האט ער זיך ארויפגעכאפט דערויף און די באאמטע האבן זיך צושמייכלט ווען עד דעי האט פארגעשלאגן צו מאכן אן אפהאנדלונג אין די לעגיסלאטור... ווארום, ס'איז שוין געווען איינס... אבער, אז דעי הייסט פאלגט מען... אט איז די תוצאות:
https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 059593001/

"עד דעי האט פארגעשלאגן ביז 15 מיליאן דאללער צו רוקן די פאליציי אקאדעמיע צו די העלט קאמפלעקס" ליינט זיך די קעפל, אין די אנהייב פון די ארטיקל שטייט "דעי האט אויפגעוויקלט די פלאן דינסטאג ביי א זיצונג מיט די זשורנאל ניוז עדיטאריעל בארד"

עפעס מיינט מען אז ס'איז גאר זיין געדאנק.... וואס?

עניוועיס, נעקסט:
___
רופן צו די לעגיסלאטור פארשטייער, האט מודיע געווען פאר דער לעגיסלאטור אז די העלט אינשורענס פירמע עמפייער וועט אפשטעלן זייער דעקונג וואס די קאונטי שטעלט צו פאר ריטייערטע קאונטי איינגעשטעלטע.
זיך וואונדערונג וואס עס גייט פאר האבן די לעגיסלאטור באאמטע אנגעהויבן צו פארשן די זאך און אנדעקט אז עד דעי האט פשוט און פראסט געטוישט אינשורענס צו עטניע, עפעס וואס לויט די קאונטי געזעצן דארף עס דורכגיין א געהעריגע לעגיסלאטור עפראוול... ולא זו בלבד, נאר נישט די קאונטי און נישט עטניע ווייסן שוין וואספארא דעקונג די פלאן וועט צושטעלן... די איינציגסטע וואס זיי ווייסן איז אס דעקונג פון עטניע דארף זיך אנהייבן אום אפריל... אין א פארהער דורך די לעגיסלאטור, ווי עד דעי מיט זיינע מענטשן זענען גערופן געווארן אינאיינעם מיט עטניע פארשטייער זענען די דערמאנטע נישט אנגעקומען אנגעבליך אויפן דירעקטן פארלאנג פון עד דעי.
א קומענדיגע סעסיע איז ערווארטעט קומענדיגן דינסטאג.
...
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סהייסט חוץ זיין אנטעסעמיטיזם, איז ער נאך קאראפטעט אויך, שוין זעמיר אין גלות.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

אה, דא איז עס, שוין געשריבן א וואך צוריק. נו גוט.
צוליב וואס גוגל טרענסלעיט אויף אידיש ארבעט נישט געהעריג האט גענומען איבער א וואך פאר די אלגעמיינע פרעסע צו באריכטן די נייעס. אט לייענט:

https://www.lohud.com/story/news/local/ ... 086172001/
...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איינער האט מיר פריער געטעקסט איך זאל שרייבן דא אז עין האט עס געוואוסט א וואך פאר די פרעסע...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

חח.. יענער האט מיר געהאט געשיקט די לינק...
...
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

צום קעפל

==ענדע==

די סעיל פון די סעין בנין איז אפיציעל געקומען צו אן ענדע און וועט נישט פאסירן.
...
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”