האריקעין הארווי פארפלייצט היוסטאן און מזרח טעקסאס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

האריקעין הארווי פארפלייצט היוסטאן און מזרח טעקסאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א געפארפולע האריקעין מיטן צונאמען 'האַרווי,' מיט ווינטן צווישן 111 און 130 מייל א שעה, איז ערווארטעט צו גרייכן די ברעגעס פון דרום-מזרח טעקסאס שפעט פרייטאג אלס א קאטעגאריע דריי האריקעין, די שטערקסטע האריקעין אנצופאלן די פאראייניגטע שטאַטן זינט האריקעין קאַטאַרינאַ איז אנגעפאלן לואיזיאנע אין 2005 און געמאכט א חורבן פון די בארטן-שטאט ניו ארליענס.
IMG_20170824_193245.jpg
IMG_20170824_193245.jpg (112.05 KiB) געזען 6271 מאל

האריקעין הארווי האט זיך פארשטארקט צו א קאטעגאריע איין האריקעין פריער אין טאג אין די מעקסיקאנער גאלף, און די וועטער-מומחים זאגן אז עס גייט זיך פארשנעלערן צו א קאטעגאריע דריי האריקעין מיט אנהאלטנדע ווינטן פון 125 מייל א שעה.

דער נאציאנאלער האריקעין צענטער ערווארטעט דרייסיג, פינף און דרייסיג אינטשעס רעגן און גאר געפארפולע, צוועלף פיס הויכע, כוואליעס אין די צענטער וואו הארווי מאכט לאנדפאל. געוויסע קאמפיוטער מאדעלן שאצן פאר אפילו מער רעגן, ביז פערציג אינטשעס אין טייל געגנטער.

קערי עמאנועל, פראפעסאר פון אטמאספערישע וויסנשאפט אין די מאסאטשוסעטס אינסטיטוציע פון טעכנאלאגיע באצייכנט דאס ווי 'א צונאמי אנפאל אינמיטן א האריקעין.'

די איסטאנצן האבן ארויסגעשטעלט אן ערשטמאליגע ווארנונג אויף הונדערטער מיילן פון די מזרח ברעג פון טעקסאס פון יוסטאן צו בראונסוויל. טעקסאס גאווערנאר אַבאַט האט מיטוואך דערקלערט א 'סטעיט אוו דיזעסטער' אין דרייסיג טעקסאס קאונטיס און לואיזיאנע גאווערנאר דזשאן עדווארדס האט דערקלערט א 'סטעיט אוו עמערדזשענסי' פאר זיין סטעיט.

אויסגעליידיגטע פאליצעס אין א לאקאלער געשעפט אין מזרח טעקסאס
אויסגעליידיגטע פאליצעס אין א לאקאלער געשעפט אין מזרח טעקסאס
IMG_20170824_193208.jpg (411.64 KiB) געזען 6271 מאל


די היסטאריש שטארקע האריקעין איז א רעזולטאט פון אומגעווענליך ווארימע וואסער אין דער מעקסיקאנער גאלף.

דער שטאט קארפוס קריסטי אין טעקסאס מיט א באפעלקערונג פון 325,000 איז דער גרעסטער שטאט דירעקט אינעם ערווארטעטע ריכטונג פונעם האריקעין.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

ר׳ שלמה, וועלקאום בעק!! מיר האבן זיך שוין געבענקט נאך אייערע שיינע קלארע ארטיקלן.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

שלמה!!!!

געבענטשט זאל זיין די האריקעין וואס האט דיר אהערגעבלאזן... !!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אימפעט האט געשריבן:שלמה!!!!

געבענטשט זאל זיין די האריקעין וואס האט דיר אהערגעבלאזן... !!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

לייק
א געשמאק, אינפארמאטיוו, באגלייט מיט בילדער.
בעסער ווי סיי וועלעכע צייטונג
יישר כח
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

איך זעה גוט? אדער זענען מיינע אויגן געדעמידזשט געווארן פונעם ליקוי?..

לאזט אים נישט ארויס פון דא!

-------
קריסטי האט אן אפמאך מיט די האריקעינס זיך צו טרעפן מיט זיי?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:ר׳ שלמה, וועלקאום בעק!! מיר האבן זיך שוין געבענקט נאך אייך.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שלמה! דיין אפיס איז ליידיג און ווארט פאר אייך! וועלקאם בעק.
___

די האריקעין איז א ווין ווין סיטואציע פאר טראמפ

אויב באהאנדעלט ער עס גוט, דאן קען ער זיך ארויסזעהן פונעם טייוולונישע ניוס סייקעל און באקומען פאזיטיווע נייעס פאר עי טשעינדש

אויב באהאנדעלט ער עס שלעכט, וועלן זיינע שטיצער טענה'ן אז ער האט עס באהאנדעלט וואונדערבאר און בעסער ווי סיי וועם און דעריבער אים נאכמער שטיצן....
אוועטאר
אימפעט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אימפעט »

יש ברירה האט געשריבן:שלמה! דיין אפיס איז ליידיג און ווארט פאר אייך! וועלקאם בעק.
___

די האריקעין איז א ווין ווין סיטואציע פאר טראמפ

אויב באהאנדעלט ער עס גוט, דאן קען ער זיך ארויסזעהן פונעם טייוולונישע ניוס סייקעל און באקומען פאזיטיווע נייעס פאר עי טשעינדש

אויב באהאנדעלט ער עס שלעכט, וועלן זיינע שטיצער טענה'ן אז ער האט עס באהאנדעלט וואונדערבאר און בעסער ווי סיי וועם און דעריבער אים נאכמער שטיצן....

;l;p-

און איך וואלט פארגעשלאגן מ'זאל ח"ו נישט אויף קיין שום פאל קריטיקירן, ווייל דאס קען נאך גורם זיין ער זאל "טאקע" מער קיינמאל נישט וועלן גוט הענדלען א האריקעין... (אזויווי ער קען ווערן א אנטיסעמיט אויב מ'קריטיקירט אים פארן נישט שטארק פארדאמען)...
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

יש ברירה האט געשריבן:אויב באהאנדעלט ער עס גוט, דאן קען ער זיך ארויסזעהן פונעם טייוולונישע ניוס סייקעל און באקומען פאזיטיווע נייעס פאר עי טשעינדש

פארלאז דיך אויף די איינזייטיגע מידיע אז אפילו ער הענדעלד עס גוט וועלען זיי שוין טרעפען עפעס א זייטיגע פאוינט אויף וואס צו פאוקעסען אזוי ווי למשל זיי האבען געטוהון ביי די געלונגענע בכבודיגע טריפ קיין איזראעל און נאך אזעלכע זאכען
און אויב זיי וועלען נישט טרעפען פאר וועם צו געבען קרעדיט אנשטאט אים און עס וועט ממש זיין קלאר ווי די טאג אז ער האט עס גוט געהענדעלט און עס וועט נישט זיין עפעס א נארישע זייטיגע זאך אויף וואס צו פאוקעסען וועלען זיי כמעט נישט רעדען דערפון (געבעיסט אויף די היסטארי פון די מס"מ דעקונג פון טראמפ מען קען ברענגען אן א שיעור דגמאות)
לעצט פארראכטן דורך קאמפיוטער עקספערט אום דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 9:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

שכח שלמה פאר די קלארע באריכט און וועלקאם בעק

וואס איז דאס סטעיט אף דיזעסטער? די נעקסטע סטעפ נאך סטעיט אף עמערדזשענסי?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28201
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

ווי אלע שרייבער דא בין איך גאר פרייליך צום אומקער פון שלמה הילדערסהיימער, און דאסמאל דארפן מיר נישט פרעגן וועלכע ווינט האט דיך אהערגעבלאזן, ווייל דער ענטפער איז אינעם ארטיקל... #הארווי
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3233
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

פרעזידענט האט ארויפגעלייגט א קליינע ווידיו אויף טוויטער אז מ'זאל זעך אנגרייטן
Remember to #PlanAhead.
אטעטשמענטס
Untitled-5.jpg
Untitled-5.jpg (53.41 KiB) געזען 6074 מאל
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מיר קוקט אויס ווי שלמה איז דערגאנגען אינסייד אינפארמאציע פון די ליעקערס אין ווייסן הויז, אז נאך דעם שרעקליכן ערווארטערטן דיזעסטער וואס גייט פארקומען אין טעקסאס דורך דעם האריקעין גייט טראמפ הערשט קומען באזוכן צוויי וואכן נאכדעם, דעריבער איז ער שוין דא, אין קעיס אפ עמערזשענסי אזא סקאנדאל שווימט אויף...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

לכאורה האט געשריבן:ווי אלע שרייבער דא בין איך גאר פרייליך צום אומקער פון שלמה הילדערסהיימער, און דאסמאל דארפן מיר נישט פרעגן וועלכע ווינט האט דיך אהערגעבלאזן, ווייל דער ענטפער איז אינעם ארטיקל... #הארווי
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Thanks and welcome back
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

עס האלט שוין ביי איין טויטפאל.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

וואס איז למעשה געווארן דארט? ס'איז למעשה אנגעקומען פרייטאג, טאקע אזוי שטארק ווי מ' האט געזאגט?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

געלאנדעט אלס א נומער 4 האריקעין. געמאכט גאר אסאך שאדן.

יעצט איז עס שוין בלויז א טראפיקל שטורעם.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14686
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

בילדער
אטעטשמענטס
104.jpg
104.jpg (93.22 KiB) געזען 5447 מאל
103.jpg
103.jpg (69.42 KiB) געזען 5447 מאל
102.jpg
102.jpg (101.58 KiB) געזען 5447 מאל
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

די שאדן קומט הערשט דארנאך, ווענד זיך ווי שנעל און לייכט די וואסער טראגט זיך אפ.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יש ברירה האט געשריבן:שלמה! דיין אפיס איז ליידיג און ווארט פאר אייך! וועלקאם בעק.
___

די האריקעין איז א ווין ווין סיטואציע פאר טראמפ

אויב באהאנדעלט ער עס גוט, דאן קען ער זיך ארויסזעהן פונעם טייוולונישע ניוס סייקעל און באקומען פאזיטיווע נייעס פאר עי טשעינדש

אויב באהאנדעלט ער עס שלעכט, וועלן זיינע שטיצער טענה'ן אז ער האט עס באהאנדעלט וואונדערבאר און בעסער ווי סיי וועם און דעריבער אים נאכמער שטיצן....

;l;p-
וועלקאם בעק שלמה!
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

שלום עליכם שלמה, נייס סיאינג יו.
שכח פאר דיין באריכט.

איין זאך זעה איך, אז ביידע טראמפ זייטן האבן שוין א מהלך, נאו מעטטער וואס די ריזאלטס וועלן זיין.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

בקיצור דאס פארגלייכן צו קאטרינא איז זעהט אויס געווען איבערגעטריבן
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

שאהן הענניטי האט געשריבן:בקיצור דאס פארגלייכן צו קאטרינא איז זעהט אויס געווען איבערגעטריבן

גאנץ היוסטאן איז אונטער וואסער!!

די מצב איז שרעקליך דארט!!

#דעוועלאפינג

NWS Houston @NWSHouston
"CATASTROPHIC FLOODING IN THE HOUSTON METROPOLITAN AREA
IS EXPECTED TO WORSEN AND COULD BECOME HISTORIC"
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”