העסליכע גרופעס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע גרופע איז ארגער

קקק (קו קלוקס קלען) /ניא-נאצי'ס
78
62%
אנטיפא (אנטי-פאשיסטן)
48
38%
 
סך הכל שטימען: 126

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

למעלה משבעים האט געשריבן:כאפצעם, שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

כ'ווייס נישט וועם דו טרייסט צו פארקויפן באבקעס. סארי פארשעם נישט מיין אינטעליזשענס
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

כאפצעם האט געשריבן:

העי מר. אינטעליגענט :P
קרייץ ציגלער/כמעלניצקי/שפאניע/פארטוגאל וכו' וכו' זענען געווען ווייניגער רשעים ווי היטלער?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חיי אריכי האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

ליינטס ביטע איבער די היסטאריע ביכער, און פרעגט די עלטערע אידן ווילאנג זיי לעבן!

כ'מעג וויסן פון וועלכע עלטערע אידן איר רעדט?

אדרבה ליינט אביסל וועט איר געוואויר ווערן, זייער ציל איז געווען אויסצורייסן אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי א אידישע אידענטיטעט, קיין חילוק צו דאס איז ערליכע אידן, צו דאס איז יעוועסעקציע [גוט געספעלט?] ציוניזם יידישיסטן אן קיין ברעקל אידישקייט.

כאפצעם מיין תשובה איז פאר דיר אויך.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

למעלה משבעים האט געשריבן:[ווען יא וואלסטו דא נישט געשריבן, נאר אולי געווען פון די טעקסי דרייווער'ס :evil: ], ממילא "שפירסטו" עס נישט.

אחזתני פלצות
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אן עדיטאריעל פון JPUpdates פיינע נייעס אימעיל, איך האב הנאה געהאט פון דעם פרעספעקטיוו:

די געפאר פון ״פרייהייט פון ווארט״ / מאיר לאבין

א בליק איבער די לעצטע געשעענישן און אירע קאנסעקווענצן פאר׳ן אמעריקאנער אידנטהום

אין אמעריקע איז דא פרייהייט פון ווארט, א פרייהייט וואס עקזעסטירט כמעט נישט אין קיין שום אנדערע מדינה אין די וועלט. אין די פרייע וועלט איז אנגענומען אז פרייהייט פון ווארט האט פארשידענע באגרעניצונגען, אבער אין אמעריקע איז פרייהייט פון ווארט כמעט אבסעלוט, עס איז כמעט נישטא קיין רעטאריק וואס איז פארבאטן אונטער דעם געזעץ, בלויז אזאנס וואס ברענגט באלדיגע געפאר, ווי צום ביישפיל שרייען ׳פייער׳ אין א עפנטליכע פלאץ און פאראורזאכן א פאניק.

עס איז מעגליך א געבענטשטע זאך, אבער עס ברענגט מיט זיך א שטארקע געפאר, עס ערלויבט בייזע מענטשן צו האבן א פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייערע עקלהאפטיגע האס, עס ערלויבט שואה לייקענער צו עפטנליך פרעדיגן זייערע אנשויאונגען, און דעריבער איז טאקע אין אמעריקע דא פילפאכיג מער האסן גרופעס און נעא-נאצישע ארגאניזאציעס ווי אין יעדע ציוויליזרטע לאנד אויפ׳ן פלאנעט.

די איינציגע זאך וועלכע באלאנסירט אט די געפארפולע פרייהייט איז א געמיינזאמע פארשטענדעניש פון די עפנטליכע פאבליק ווען שפראך ווערט נישט טאלעריריט, די געפאר פון אויסשטיין א כוואליע פון פארדאמונגען און ווערן אויסגעשפיגן פון די געזעלשאפט איז די איינציגע זאך וואס האלט אפ די באהאלטענע נאציס פון ארויסקומען פון זייערע לעכער, דארט ווי די רעגירונג קען נישט איינצוימען דאס פרייהייט פון ווארט טוט די עפנטליכע ספערע טון אט די קריטישע ארבייט.

די אומטאלעראנץ פאר האס און ראסיזם וואס איז איינגעגלידערט אין אמעריקאנער געזעלשאפט איז קריטיש וויכטיג, עס טוט פארזיכערן אז די הונדערטער טויזנטער באהאלטענע נאציס האלטן זייער שנאה און גיפט טיף אין הארץ און שפייען עס נישט אויס אין די עפנטליכקייט. דאס איז ספעציעל קריטיק וויכטיג פאר מינאריטעט גרופעס אזוי ווי אידן, מיר ווערן נישט באשיצן פון די רעגירונג, מיר ווערן באשיצט פון די דעת הקהל!

אט די דעת הקהל הייבט זיך אן פון די אויבערשטע פונעם שטייסל, דער פרעזידענט שטעלט דעם טאן פון לאנד, און ווען דער פרעזידענט האט נישט די מאראלע קוראדש צו אומצוויידייטיג פארדאמען נאצישע פארזאמלונגען, ווען ער דארף ווערן געצווינגן צו ארויסמורמלען די ווערטער פון מויל, און דאן א טאג שפעטער טוט ער זיי עפנטליך פארטיידיגן אלס ״פיינע לייט״ דאן איז אמעריקע אין א געפאר פון זיך דערקייקלן צוריק צו איר טונקעלע ראסיסטישע פארגאנגענהייט.

יא, אמעריקע איז א מלכות של חסד, מיר געניסן דא פון פרייהייט וואס מיר האבן נישט געהאט סיי ווען אין די לאנגע אידישע גלות, אבער דאס איז נישט א זאך וועלכע איז פארזיכערט. אידן האבן געהאט אויסצושטיין שווערע אנטיסעמיטיזם אין די אמאליגע אמעריקע ווי יעדער וואס איז נישט געווען א ווייסער קריסט איז געווען א ציהל פאר שנאה און פארפאלגונג.

אין די לעצטערע יארן גייט אמעריקע אריבער א פראצעדור פון זיך אויסהיילן פון איר ווייטאגליכע פארגאנגענהייט, ספעציעל זינט די היסטארישע ציווילע רעכטן באוועגונג וועלכע האט געגעבן גלייכע רעכטן פאר אלע שיכטן און קרייזן פונעם אמעריקאנער פאלק אפגעזען פון רעליגיע אדער הויט קאליר, אט די פרייהייט ווערט באשיצט דורכ׳ן געזעץ, אבער די ראסיסטן וואס ווילן אונז צוריקפירן צום טונקלן אמאל ווערן באגרעניצט בלויז דורך א דרוק פון דעת הקהל, זיי ווייסן אז אמעריקע טאלערירט נישט קיין ראסיזם.

אט די אומטאלעראנץ דארף זיך אנהייבן פון גאנץ אויבן פונעם שטייסל, נעמליך פונעם ווייסן הויז. דער אמעריקאנער פרעזידענט דארף זיין דער וואס געט דעם טאן פאר אמעריקע, און ער דארף מאכטפול און אומצוויידייטיג קלארשטעלן אז די נאציסטישע און ראסיסטישע באוועגונגען זענען א קענסער וועלכע דארף ווערן אויסגעראטן און פארניכטעט ווען זי איז נאך קליין און זעהט אויס אומשעדליך.

דעריבער איז עס אזוי ווייטאגליך און קורצזיכטיג צו זעהן וויאזוי היימישע אידן טוען שטייען און פארטיידיגן דעם פארשוין וואס זיצט יעצט אין ווייסן הויז. דווקא אונז וואס דארפן פארשטיין אז די פאקט אז מיר געניסן פון פארהעלטנמעסיגע פרייהייט איז נישט קיין זעלבספארשטענדליכע זאך, דווקא מיר וואס זענען די ערשטע ציהל ברעט פאר די עקלהאפטיגע נעא-נאציס ימ״ש, דווקא אונז וואס האבן געשפירט אויף אונזער הויט די גרויל פון ראסיזם.

מיר דארפן זיין די ערשטע צו זיין באזארגט ווען דער פארשוין אין ווייסן הויז האט נישט די קוראדש צו פארדאמען קלאר און דייטליך די ראיסיסטישע באוועגונגען וואס ווערן שטערקער פון טאג צו טאג אונטער זיין זייגער, ווען דער פרעזידענט האט זיך נעכטן געשטעלט פארנט פון די קאמערעס און פארטיידיגט די העסליכע פארזאמלונג אין שארלאטעסווייל האט יעדע אידישע הארץ געדארפט פארפעלן א קלאפ! אויב אן אמעריקאנער פרעזידענט קען פארטיידיגן אזעלכע גרוילטאטן דאן וויאזוי זענען מיר פארזיכערט אז די ראסיסטן אין ניו יארק אדער אין מיאמי אדער אין קאליפארניע וועלן זיך נישט הייבן דעם קאפ און צוריקפירן אמעריקע צו איר טונקעלע פארגאנגענהייט?

*

מיר אידן דארפן אויך זיין ספעציעל געווארנט פון בארעכטיגן געוואלדטאטן, מיר ווייסן אז מיר דארפן מתפלל זיין בשלומה של מלכות, און אז אנדערש זענען מיר אין א געפאר פון ״איש את רעהו חיים בלעו״ אבער די נארישע און קורצזיכטיגע תירוצים איבער ״געוואלדטאטן פון ביידע זייטן״ רופט ארויס אפשיי ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש, די געוואלדטאטן זענען א נאטורליכע רעאקציע פון לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען געווארן צושוידערט צו זעהן א אפענע מאניפעסטאציע פון פיינטשאפט און נאציזם אין זייער שטאט.

עס איז נישט בארעכטיגט צו נוצן פיזישע געוואלדטאטן אויף קיין שום פאל, און איך לאז עס איבער פאר די לאקאלע פאליציי צו באשליסן אויב די קאנטער פראטעסטירער האבן זיך געפירט אומגעזעצליך, אבער צו ציען א פאראלעל צווישן די נעא-נאציס און די וועלכע האבן זיי פרובירט צו אפהאלטן איז געמיין און נאריש, עס טוט געבן לעגיטימאציע פאר די פיניסטערסטע עלעמענטן אין אמעריקאנער פאלק צו ווייטער גיין מיט זייער קרייצציגלערישע פאראדעס און גיפטיגע מאניפעסטאציעס, און פאר אונז בלייבט איבער בלויז צו מתפלל זיין און בעטן דעם רבוש״ע זאל אונז באשיצן ווייל פון דער וועלכער זיצט אין ווייסן הויז קענען מיר נישט ערווארטן דאס צו טון.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
שווימט האט געשריבן:מהאט לכאורה מער געליטען אין רוסלאנד (אנטיפא) ווי אין דייטשלאנד (קקק)
קען זיין ווייל עס האט אנגעהאלען לענגער

Neo-Nazi website banned by Google gets Russian web domain

ביזט גערעכט. סטאלין איז טאקע געווען אן אנדערקאווער נאצי.

דו האסט אפגעפרעגט שווימט?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

חיי אריכי האט געשריבן:וואו זענען אלע אידן געלאפן ווען די קריג האט אויסגעבראכן, נו וואו? קיין רוסלאנד!!! זייער גוט...
פארוואס? ווייל ווילאנג דו האסט דיך נישט פארטשעפט מיט קיינעם האט דיך קיינער גארנישט געטוהן (איך מיין ח״ו נישט צו שרייבן קיין איין גוט ווארט אויף זיי, פארשטיי מיר גוט) ווידער דער נאצי האט נאכגעיאגט דיין שאטן מיט כל מיני אכזריות משונות, פאר? פאר גארנישט!!!
ס׳איז אן עקל צו זעהן ווי קינדער און אייניקלעך פון אידן וואס האבן אזוי געליטן קענען נאך טראכטן אז ס׳איז דא עפעס בדומה (איך מיין נישט דיר פרעזענדליך)

הייסט אז היטן אידישקייט הייסט שוין זיך פארטשעפעט.
סטאלין איז געווען אנטיוכס, היטלער איז געווען המן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

כאפצעם האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כאפצעם, שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

כ'ווייס נישט וועם דו טרייסט צו פארקויפן באבקעס. סארי פארשעם נישט מיין אינטעליזשענס

די יעווסעקציע האט ער פארשיקט קיין סיביר און גלאט ערמארדעט צוליב זייער יראת שמים, וואס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

דאס איז סי ען ען

(CNN)President Donald Trump equated white supremacist marchers in Charlottesville to counterprotesters by calling them "alt-left," prompting an immediate backlash and questions about the term itself.

"What about the alt-left that came charging at, as you say, the alt-right, do they have any semblance of guilt ... What about the fact they came charging with clubs in hands, swinging clubs? Do they have any problem? I think they do," Trump said at a news conference Tuesday referring to a rally in Charlottesville that turned violent over the weekend.
Many people have never heard of the "alt-left," but "alt-right" is a term that's found its way into popular culture and the vernacular of politicians and journalists
Richard Spencer, president of the National Policy Institute and the editor of Radix Journal, is credited with coining the term "alt-right."
"I don't use the term white nationalist to describe myself," he said. "I like the term alt-right. It has an openness to it. And immediately understandable. We're coming from a new perspective."
But Oren Segal, director of the Anti-Defamation League's Center on Extremism, said this is simply a rebranding -- "a new name for this old hatred."
Is there really 'an alt-left'?
It's a "made-up term" used by people on the right to "suggest there is a similar movement on the left," Segal said.
But there's no equivalent with the anti-Semitic and bigoted groups that call themselves "alt-right", he said.
George Hawley, an assistant professor of political science at the University of Alabama, said the "alt-left" term has been most aggressively pushed by Fox News Channel's Sean Hannity, but it's not a label anyone or group has adopted for themselves.
"There is no such movement as the alt-left. Obviously, there are left-wing extremists but there is no congruence between the far-left and the alt-right."
Antifa, which is short for anti-fascist, is a controversial opposition group formed by a broad group of people whose political beliefs lean toward the left but do not conform with the Democratic Party platform. Members are known for causing damage to property during protests and some employ radical or militant tactics to get their message across
"There is violence on the left. The anti-fascists engage with those they oppose through physical confrontation. And that is a problem. That is an extremists tactic. There is also bigotry on the left," Segal said.
One reason could be that left groups are not trying to repackage themselves to go mainstream as the far right has, he said.
"Do not get me wrong; there are extremists on the left, including very problematic ones. But the "alt left" is not a thing. It's just an insult," wrote Mark Pitcavage, a senior research fellow at the ADL center, on Twitter
.
What is 'alt-right'?
"Alt-right" has become intertwined with the term white nationalism, which originated as a euphemism for white supremacy, the belief that white people are superior to all other races and should therefore dominate society, Segal said.

People who hold these beliefs sometimes go by other names, including alt-right, Identarians and race realists.
Other white supremacist groups include the Ku Klux Klan and neo-Nazis. But most white supremacists aren't affiliated with an organized group, Segal said. Some also take measures to distance themselves from known hate groups, like the KKK.
Some Klansmen still favor white robes and hoods. But groups like the alt-right, overwhelmingly made up of Millennial men, prefer khakis and collared shirts. They're active on social media and employ irony and humor in their messaging, Segal said.
But the goal is the same: a white ethno-state where each race lives in a separate nation.
White supremacists and their ilk see diversity as a threat, Segal said. A popular white supremacist slogan is, "Diversity is a code word for white genocide."
'Different universes'
A year ago, Republican presidential candidate Trump pushed back at Hillary Clinton's characterization of him as a supporter of the "alt-right."
"There's no 'alt-right' or 'alt-left.' All I'm embracing is common sense," Trump said at the time. "We're bringing love."
On Tuesday night, members of Congress and celebrities took to social media to criticize how Trump compared counterprotesters and neo-Nazis in Charlottesville.
"No, not the same. One side is racist, bigoted, Nazi. The other opposes racism and bigotry. Morally different universes," Mitt Romney, the 2012 Republican nominee and former Massachusetts governor wrote on Twitter.
No, not the same. One side is racist, bigoted, Nazi. The other opposes racism and bigotry. Morally different universes.

— Mitt Romney (@MittRomney) August 16, 2017
Massachusetts Democratic Sen. Elizabeth Warren called Trump's comments sick.
"The President of the United States just defended neo-Nazis and blamed those who condemn their racism and hate. This is sick," Warren wrote.
The President of the United States just defended neo-Nazis and blamed those who condemn their racism and hate. This is sick.

— Elizabeth Warren (@SenWarren) August 15, 2017
Bernie Sanders tweeted, "The violence in Charlottesville was not caused by the "alt-left," (whatever that may be). It was caused by Neo-Nazis and white supremacists."
The violence in Charlottesville was not caused by the "alt-left," (whatever that may be). It was caused by Neo-Nazis and white supremacists.

— Bernie Sanders (@SenSanders) August 15, 2017
Star Trek actor and activist George Takei condemned Trump's use of the term "alt-left."
Trump's trying to invent an "alt-left" as scary as Nazis. But if standing up to white supremacy makes someone alt-left, then count me in.

— George Takei (@GeorgeTakei) August 16, 2017
"Trump's trying to invent an "alt-left" as scary as Nazis. But if standing up to white supremacy makes someone alt-left, then count me in," Takei wrote
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

פון דעם גאנצן ארטיקל נעם איך דאס ארויס:
משה כספי האט געשריבן:"Do not get me wrong; there are extremists on the left, including very problematic ones. But the "alt left" is not a thing. It's just an insult," wrote Mark

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען....
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

קקק
אין מיינע אויגן איז א רעיסיסט די ערגסטע
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

משהזוךמיר האט געשריבן:פון דעם גאנצן ארטיקל נעם איך דאס ארויס:
משה כספי האט געשריבן:"Do not get me wrong; there are extremists on the left, including very problematic ones. But the "alt left" is not a thing. It's just an insult," wrote Mark

אז די הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען....

גערעכט! געוואלט טאקע דארק מאכן אבער שוין בעסער דיין ארבעט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כאפצעם, שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

כ'ווייס נישט וועם דו טרייסט צו פארקויפן באבקעס. סארי פארשעם נישט מיין אינטעליזשענס

העי מר. אינטעליגענט :P
קרייץ ציגלער/כמעלניצקי/שפאניע/פארטוגאל וכו' וכו' זענען געווען ווייניגער רשעים ווי היטלער?

מיר ווייסן נישט אויב זיי זענען געווען קלענרע אדער גרעסערע רשעים אבער אויסגעפירט די רשעות מכח אל הפועל אויפן גרעסטן פארנעם, אידן מאז היתה לגוי זענען לכאורה געווען די דייטשן ימ״ש.
די רוסן האבן נישט גע׳הרג׳ט קיין 6 מיליאן אידן, איך ווייס נישט קיין מספר אבער אינגאנצן נישט נאנט צו דעם. די וועג ווי אזוי די חיות טורפות - חיות בצורת אדם האבן אויסגעפירט די סיסטעמאטישע מאסן מארדן איז לתאר ואין לשער עס האט לכאורה נישט קיין פארגלייך אין די היסטאריע, אדרבה גיי פרעג דיך נאך ביי ר׳ שאול קליין.

מיר זענען ח״ו נישט דא צו מינימיזירן די רשעות הגוים וואס האבן אפגעטוהן מדור דור...

אבינו מלכינו נקום נקמת דם עבדיך השפוך...
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:כאפצעם, שקר וכוזב! פארשטייט זיך ס'האט זיך געוואנדן וועלכע צייטן, אבער ביים אזוי גערופענע רייניגונג איז זיין כוונה געווען אויסצוראטן אלע אידן.

כ'ווייס נישט וועם דו טרייסט צו פארקויפן באבקעס. סארי פארשעם נישט מיין אינטעליזשענס

העי מר. אינטעליגענט :P
קרייץ ציגלער/כמעלניצקי/שפאניע/פארטוגאל וכו' וכו' זענען געווען ווייניגער רשעים ווי היטלער?

מיר ווייסן נישט אויב זיי זענען געווען קלענרע אדער גרעסערע רשעים אבער אויסגעפירט די רשעות מכח אל הפועל אויפן גרעסטן פארנעם, אידן מאז היתה לגוי זענען לכאורה געווען די דייטשן ימ״ש.
די רוסן האבן נישט גע׳הרג׳ט קיין 6 מיליאן אידן, איך ווייס נישט קיין מספר אבער אינגאנצן נישט נאנט צו דעם. די וועג ווי אזוי די חיות טורפות - חיות בצורת אדם האבן אויסגעפירט די סיסטעמאטישע מאסן מארדן איז לתאר ואין לשער עס האט לכאורה נישט קיין פארגלייך אין די היסטאריע, אדרבה גיי פרעג דיך נאך ביי ר׳ שאול קליין.

מיר זענען ח״ו נישט דא צו מינימיזירן די רשעות הגוים וואס האבן אפגעטוהן מדור דור...

אבינו מלכינו נקום נקמת דם עבדיך השפוך...

אבער זאגן אז עס בעסער געווען אונטער כמעלניצקי ווייל מען האט זיך געקענט שמד'ן חלילה ווי אונטער היטלער מיין איך איז נישט גערעדט צו די זאך
ניין?

אגב סיסטעמאטיש מאכט נישט די רשעות מער ווי ברוטאלע טויטן וואס סטאלין און די אנדערע רשעים און שונאי ישראל האבן געטאן
כאפ א בליק אין די קינות אויף תתנ"ו און סליחות לכ' סיון וואס רשעות מיינט און סטאלין האט אדאפטירט זייערע רשעות

סאטמאר רב ז״ל האט אמאל ביי הושענא רבה געזאגט: אויף ווערטער - הושע נא למען קדושים מושלכים באש בזה״ל (ער האט גערעדט צו די אידן וואס האבן איבערגעלעבט דעם שרעקליכן קריג) אין די פריערדיגע דורות האט מען כאטש געגעבן די ברירה זיך צו שמד׳ן דא האט מען אפילו דאס אוועגענומען פון אונז....

רבינו הקדוש מי יגלה עפר מעיניך...
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

יישר כח פארן ארויפברענגען האסטו מיר אויסגעכאפט און דערביי געגעבן א פרישע ידיעה!
איך האב געוויסט אז ער האט דאס געזאגט אבער נישט געוויסט אז ער האט דאס אריינגעטייטשט אין די הושענות
אבער כלפי די פונקט בעצם ווער עס איז ארגער אין רשעות איז עס באמת נישט אזוי נוגע, עס איז נאר געווען מער צרה אז קיין קידוש השם איז עס בעוונותינו הרבים אויך נישט געווען
(וואס איז אגב די סיבה פארוואס ער האט געהאלטן אז מען דארף צוגעבן א נאמען נאך איינער וואס איז אוועק ביים קריג בשעת ווען איינער ווערט גע'הרג'ט עקד"ה געבט מען נישט צו)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ער האט אודאי געמיינט צו זאגן אז ס'געווען בעסער ווען מ'האט געגעבן די אפשען, ניין?

אגב, איך האב אמאל געזען אן היסטארישע אפהאנדלונג 'מיט דעטאלן' איבער די בארבאריזמען פון די קרייצציגלער. אפי' סטאלין און היטלער צוזאמען וואלטן נישט געקענט אויפקומען דערמיט.

איינער וואס האט גאר א שטארקע הארץ און וויל וויסן קען קאנטאקטן אינישי.

כספי האקט, די זעלבע פוינט איידעלער ארוסגעברענגט...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שכל טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 2:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל טוב »

משהזוךמיר האט געשריבן:ער האט אודאי געמיינט צו זאגן אז ס'געווען בעסער ווען מ'האט געגעבן די אפשען, ניין?

אגב, איך האב אמאל געזען אן היסטארישע אפהאנדלונג 'מיט דעטאלן' איבער די בארבאריזמען פון די קרייצציגלער. אפי' סטאלין און היטלער צוזאמען וואלטן נישט געקענט אויפקומען דערמיט.

איינער וואס האט גאר א שטארקע הארץ און וויל וויסן קען קאנטאקטן אינישי.

כספי האקט, די זעלבע פוינט איידעלער ארוסגעברענגט...

Looks like you have no idea what the natzis did , ask the polish German survivors you won't be sleeping for days ,
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

חיי אריכי האט געשריבן:באמת גייט מיר קיינמאל נישט אהן אז א צווייטער האלט אנדערש ווי מיר, יעדע זאך האט צוויי צדדים, האלסט אנדערש, נישט קיין פראבלעם, כשם שאין פרצופיהם שוות וכו,
אבער דאס גייט מיך נישט אריין אין קאפ, אז א איד קען מאכן וואטוס, ווער ס׳איז ערגער ווי א נאצי!
ר׳ איד! איר האלט באמת אז ס׳איז דא נאך מענטשן אויף דער וועלט וואס איז בדומה צו א נאצי???
מ׳רעדט פון נאצי׳ס!!
יא נאצי׳ס...
אונז זענען קינדער און אייניקליך וואס האבן געהערט פון כלי ראשון וואס זיי האבן אלץ געטוהן מיט אונז,
דאס ווארט כאפט א ציטער, א נאצי!!!
זייט דער וועלט שטייט,
יא אזוי ווי איר הערט זייט דער וועלט שטייט, איז נאך נישט געוועהן אזא זאך אז א גאנצע פאלק, וואס איז געבוירן געווארן ביי מענטשליכע טאטע מאמע, וואס גייט אויף צוויי פיס, האט א מוח,
זאל אויסהארגענען, אויסשעכטן, פארגאזן, מיליאנען מענטשן אנשים, נשים, וטף, מיט די גרעסטע אכזריות, רציחות, וואס דער זון האט נאר געזעהן,
פאר קיין שום חטא ועון, פאר גארנישט,
פשוט ווייל זייער נאז געפעלט מיר נישט... ווייל זייערע אויגן זענען נישט בלוי אזוי ווי מיינס...

אבער אנדערע מענשטן זענען אויך שלעכט, קען זיין,
ווען א גוי וואס זיצט על סיר הבשר, ווייסט נישט פון קיין דאגות, די לעצטע זיבען דורות,
זאגט אזוי, איז אויך א קשיא ווייל גארנישט קומט נישט צו צו קיין נאצי, אבער זאל זיין,
אבער א איד? אזוי צו טראכטן?
זאג נאר, דו האסט פיינט אבאמא?
ווען א געוויסער ראסיסט זאל הארגענען דיין טאטע, אין איינער מאכט א וואוט, וועם האסטו מער פיינט אבאמא, אדער יענער ראסיסט, וואלסטו אויך געענטפערט, אבאמא, וויל ער איז נישט געבוירן אין אמעריקע, אין ער איז א לינקער,
(פארשטיי מיך גוט, איך בין נישט קיין לינקער, איך האב זיי פיינט פונקט ווי דיר, אבער וואס גלייכסטו צו צו וואס?)
זכור! ואל תשכח!
ס׳איז דא גוים וואס ווילן מ׳זאל פארגעסן וואס מ׳האט געטוהן מיט אונז,
באשעפער איינציקער! דער איד הייבט שוין אויך אהן פארגעסן!!!
אידעלעך פארגעסט נישט, דאס האט מען געטוהן מיט ״אונזערע עלטערן״
זיי האבן ״אליינס״ געמוזט צוזעהן ווי מ׳הארג׳ט אויס זייער טאטע, מאמע, ברודער, שוועסטער, און די גאנצע משפחה, מיט די גרעסטע אכזריות וואס איז נאר שייך, און זיי זענען געשטאנען אין דערזייט, אין געלאכט פון אונז...
וואס איז מיט דיר??
ס׳כאפט א ציטער ס׳איז נאך היינט דא, וואס רופן זיך מענטשן, אין זיי האלטן די זעלבע ווי יענע רוצחים
(איך ווייס אפילו נישט צו מ׳מעג ניצן דאס ווארט רוצחים אויף זיי)

איך האף האסט מיר פארשטאנען אויב נישט איז ביטער...

רבונו של עולם היט אונז!

כל טוב סלה!

טאקע פארדעם זאגן געוויסע אז די קעפל איז נישט ריכטיג... פארגעס נישט, די גאנצע אשכול איז געווארן בשייכות צו א שמועס איבער וואס טראמפ האט געזאגט, סאו די אשכול רעדט מסתם נישט פון אונזער קוק ווינקל, ווייל פון אונזער קוק ווינקל עגריט יעדער אז די נאציס זענען די ערגסטע... איינער וואס האט מיינע זיידעס גע'שחטן און אונטערדריקט אויף דעם אופן... קעניש זיין ערגער פון דעם! די שמועס איז אבער איבער די וועלטליכע בליק! ביי א פשוטע גוי האבן די נאציס גע'הרג'ט מענטשן אזוי ווי אסאד און קים הרג'נען מענטשן...

סאו פון טראמפ'ס שטאנדפונקט, כ'רעד נישט פון זיין פערזענליכע נגיעות, די אלט לעפט האטעם פראטעסטירט די גאנצע צייט משא"כ די אלט רייט האטעם גע'בעקט... נאר אפילו אן די נגיעות, די אלט רייט האט די לעצטע צוואנציג דרייסיג יאר געהאט געציילטע אטאקעס, ווי דער ימ"ש זאגט אויפן ווידיאו, דו קענסט אויסרעכענען יעדע אלט רייט אטאקע ביים נאמען! דו ווייסט ווער דער טאראריסט איז געווען! משא"כ בל"מ צו אלט לעפט איז רעספאנסיבל פאר צענדליגער מערדערייען און שלעגערייען די לעצטע פאר יאר... און סיז דא נאך זאכן וואס פאר א פשוטע אמעריקאנע גוי איז בל"מ ערגער...

סאו די קעפל איז זייער ניש קלאר פון וואס די רעדע איז...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

שכל טוב האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:ער האט אודאי געמיינט צו זאגן אז ס'געווען בעסער ווען מ'האט געגעבן די אפשען, ניין?

אגב, איך האב אמאל געזען אן היסטארישע אפהאנדלונג 'מיט דעטאלן' איבער די בארבאריזמען פון די קרייצציגלער. אפי' סטאלין און היטלער צוזאמען וואלטן נישט געקענט אויפקומען דערמיט.

איינער וואס האט גאר א שטארקע הארץ און וויל וויסן קען קאנטאקטן אינישי.

כספי האקט, די זעלבע פוינט איידעלער ארוסגעברענגט...

Looks like you have no idea what the natzis did , ask the polish German survivors you won't be sleeping for days ,

קוקט אויס ווי איר קענט נישט די היסטאריע פון כלל ישראל
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פריילעך אידל האט געשריבן:אן עדיטאריעל פון JPUpdates פיינע נייעס אימעיל, איך האב הנאה געהאט פון דעם פרעספעקטיוו:

די געפאר פון ״פרייהייט פון ווארט״ / מאיר לאבין

א בליק איבער די לעצטע געשעענישן און אירע קאנסעקווענצן פאר׳ן אמעריקאנער אידנטהום

אין אמעריקע איז דא פרייהייט פון ווארט, א פרייהייט וואס עקזעסטירט כמעט נישט אין קיין שום אנדערע מדינה אין די וועלט. אין די פרייע וועלט איז אנגענומען אז פרייהייט פון ווארט האט פארשידענע באגרעניצונגען, אבער אין אמעריקע איז פרייהייט פון ווארט כמעט אבסעלוט, עס איז כמעט נישטא קיין רעטאריק וואס איז פארבאטן אונטער דעם געזעץ, בלויז אזאנס וואס ברענגט באלדיגע געפאר, ווי צום ביישפיל שרייען ׳פייער׳ אין א עפנטליכע פלאץ און פאראורזאכן א פאניק.

עס איז מעגליך א געבענטשטע זאך, אבער עס ברענגט מיט זיך א שטארקע געפאר, עס ערלויבט בייזע מענטשן צו האבן א פלאטפארמע צו פארשפרייטן זייערע עקלהאפטיגע האס, עס ערלויבט שואה לייקענער צו עפטנליך פרעדיגן זייערע אנשויאונגען, און דעריבער איז טאקע אין אמעריקע דא פילפאכיג מער האסן גרופעס און נעא-נאצישע ארגאניזאציעס ווי אין יעדע ציוויליזרטע לאנד אויפ׳ן פלאנעט.

די איינציגע זאך וועלכע באלאנסירט אט די געפארפולע פרייהייט איז א געמיינזאמע פארשטענדעניש פון די עפנטליכע פאבליק ווען שפראך ווערט נישט טאלעריריט, די געפאר פון אויסשטיין א כוואליע פון פארדאמונגען און ווערן אויסגעשפיגן פון די געזעלשאפט איז די איינציגע זאך וואס האלט אפ די באהאלטענע נאציס פון ארויסקומען פון זייערע לעכער, דארט ווי די רעגירונג קען נישט איינצוימען דאס פרייהייט פון ווארט טוט די עפנטליכע ספערע טון אט די קריטישע ארבייט.

די אומטאלעראנץ פאר האס און ראסיזם וואס איז איינגעגלידערט אין אמעריקאנער געזעלשאפט איז קריטיש וויכטיג, עס טוט פארזיכערן אז די הונדערטער טויזנטער באהאלטענע נאציס האלטן זייער שנאה און גיפט טיף אין הארץ און שפייען עס נישט אויס אין די עפנטליכקייט. דאס איז ספעציעל קריטיק וויכטיג פאר מינאריטעט גרופעס אזוי ווי אידן, מיר ווערן נישט באשיצן פון די רעגירונג, מיר ווערן באשיצט פון די דעת הקהל!

אט די דעת הקהל הייבט זיך אן פון די אויבערשטע פונעם שטייסל, דער פרעזידענט שטעלט דעם טאן פון לאנד, און ווען דער פרעזידענט האט נישט די מאראלע קוראדש צו אומצוויידייטיג פארדאמען נאצישע פארזאמלונגען, ווען ער דארף ווערן געצווינגן צו ארויסמורמלען די ווערטער פון מויל, און דאן א טאג שפעטער טוט ער זיי עפנטליך פארטיידיגן אלס ״פיינע לייט״ דאן איז אמעריקע אין א געפאר פון זיך דערקייקלן צוריק צו איר טונקעלע ראסיסטישע פארגאנגענהייט.

דער פרעזידענט האט פארטיידיגט 'נאציס' אז זיי זענען פיינע לייט? ער האט געזאגט אז צווישן די וואס האבן פראטעסטירט אנטקעגן אראפ נעמען די מאניומענט זענען 'אויך געווען פיינע מענטשן' ד"ה נישט נאציס.

יא, אמעריקע איז א מלכות של חסד, מיר געניסן דא פון פרייהייט וואס מיר האבן נישט געהאט סיי ווען אין די לאנגע אידישע גלות, אבער דאס איז נישט א זאך וועלכע איז פארזיכערט. אידן האבן געהאט אויסצושטיין שווערע אנטיסעמיטיזם אין די אמאליגע אמעריקע ווי יעדער וואס איז נישט געווען א ווייסער קריסט איז געווען א ציהל פאר שנאה און פארפאלגונג.

אין די לעצטערע יארן גייט אמעריקע אריבער א פראצעדור פון זיך אויסהיילן פון איר ווייטאגליכע פארגאנגענהייט, ספעציעל זינט די היסטארישע ציווילע רעכטן באוועגונג וועלכע האט געגעבן גלייכע רעכטן פאר אלע שיכטן און קרייזן פונעם אמעריקאנער פאלק אפגעזען פון רעליגיע אדער הויט קאליר, אט די פרייהייט ווערט באשיצט דורכ׳ן געזעץ, אבער די ראסיסטן וואס ווילן אונז צוריקפירן צום טונקלן אמאל ווערן באגרעניצט בלויז דורך א דרוק פון דעת הקהל, זיי ווייסן אז אמעריקע טאלערירט נישט קיין ראסיזם.

א פראצעדור פון זיך אויסהיילן?.. מ'איז שוין לאנג אריבער פון די פראצעדור פון זיך אויסהיילן, (ביי 99% אמעריקאנער) צו א שטאפל פון שנאה און האסע אנטקעגן דעם ווייסן מאן -עכ"פ אויב איז ער א רעכטער.

אט די אומטאלעראנץ דארף זיך אנהייבן פון גאנץ אויבן פונעם שטייסל, נעמליך פונעם ווייסן הויז. דער אמעריקאנער פרעזידענט דארף זיין דער וואס געט דעם טאן פאר אמעריקע, און ער דארף מאכטפול און אומצוויידייטיג קלארשטעלן אז די נאציסטישע און ראסיסטישע באוועגונגען זענען א קענסער וועלכע דארף ווערן אויסגעראטן און פארניכטעט ווען זי איז נאך קליין און זעהט אויס אומשעדליך.

ריכטיג. דער אמעריקאנער פרעזידענט האט דאס טאקע געטון. אויך דארף דער אמעריקאנער פרעזידענט שטעלן דעם טאן אנטקעגן 'אלע' גרופעס וואס פירן דורך ווילדע אומציוויליזרטע ראיאטן און זענען היינט פיל גרעסער, מאכטפולער, און אויך 'שעדליכער' פאר אמעריקע, און דאס האט דער פרעזידענט געטון. (אנדערש ווי זיינע פארגייער)

דעריבער איז עס אזוי ווייטאגליך און קורצזיכטיג צו זעהן וויאזוי היימישע אידן טוען שטייען און פארטיידיגן דעם פארשוין וואס זיצט יעצט אין ווייסן הויז. דווקא אונז וואס דארפן פארשטיין אז די פאקט אז מיר געניסן פון פארהעלטנמעסיגע פרייהייט איז נישט קיין זעלבספארשטענדליכע זאך, דווקא מיר וואס זענען די ערשטע ציהל ברעט פאר די עקלהאפטיגע נעא-נאציס ימ״ש, דווקא אונז וואס האבן געשפירט אויף אונזער הויט די גרויל פון ראסיזם.

מיר דארפן זיין די ערשטע צו זיין באזארגט ווען דער פארשוין אין ווייסן הויז האט נישט די קוראדש צו פארדאמען קלאר און דייטליך די ראיסיסטישע באוועגונגען וואס ווערן שטערקער פון טאג צו טאג אונטער זיין זייגער, ווען דער פרעזידענט האט זיך נעכטן געשטעלט פארנט פון די קאמערעס און פארטיידיגט די העסליכע פארזאמלונג אין שארלאטעסווייל האט יעדע אידישע הארץ געדארפט פארפעלן א קלאפ! אויב אן אמעריקאנער פרעזידענט קען פארטיידיגן אזעלכע גרוילטאטן דאן וויאזוי זענען מיר פארזיכערט אז די ראסיסטן אין ניו יארק אדער אין מיאמי אדער אין קאליפארניע וועלן זיך נישט הייבן דעם קאפ און צוריקפירן אמעריקע צו איר טונקעלע פארגאנגענהייט?

פארטיידיגן? ווען? וואו? וואס?

(זאגטס נאר הרב ר' מאיר, פאר וועם האט איר געשטימט אין די פארגאנגענע עלעקשאנס?

ווייסטו וואס, איר דארפט מיר נשט זאגן, כ'עלעס לאזן פארן עולם...)

*

מיר אידן דארפן אויך זיין ספעציעל געווארנט פון בארעכטיגן געוואלדטאטן, מיר ווייסן אז מיר דארפן מתפלל זיין בשלומה של מלכות, און אז אנדערש זענען מיר אין א געפאר פון ״איש את רעהו חיים בלעו״ אבער די נארישע און קורצזיכטיגע תירוצים איבער ״געוואלדטאטן פון ביידע זייטן״ רופט ארויס אפשיי ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש, די געוואלדטאטן זענען א נאטורליכע רעאקציע פון לאקאלע איינוואוינער וועלכע זענען געווארן צושוידערט צו זעהן א אפענע מאניפעסטאציע פון פיינטשאפט און נאציזם אין זייער שטאט.

כ'פארשטיי נישט, איין סעקונדע, 'מיר אידן דארפן זיין געווארנט ספעציעל פון בארעכטיגן געוואלדטאטן' די נעקסטע שורה 'די נארישע תירוצים פון געוואלדטאטן פון ביידע זייטן רופט ארויס אפשיי..' האיך יתקיימו שניהם? די אנטיפא פירן נישט אויס קיין געוואלדטאטן די לעצטע יאר צייט?

ל"ק, הא דידן והא להו...

עס איז נישט בארעכטיגט צו נוצן פיזישע געוואלדטאטן אויף קיין שום פאל, און איך לאז עס איבער פאר די לאקאלע פאליציי צו באשליסן אויב די קאנטער פראטעסטירער האבן זיך געפירט אומגעזעצליך,

אהא. וואס דארף מען לאזן פאר די לאקאלע פאליציי און וואס נישט? וואס הייסט 'געוואלדטאטן' און וואס הייסט מ'דארף באשליסן אויב ס'איז אומגעזעצליך'?

ילמדנו רבינו, כ'בין זייער צעמישט

אבער צו ציען א פאראלעל צווישן די נעא-נאציס און די וועלכע האבן זיי פרובירט צו אפהאלטן איז געמיין און נאריש, עס טוט געבן לעגיטימאציע פאר די פיניסטערסטע עלעמענטן אין אמעריקאנער פאלק צו ווייטער גיין מיט זייער קרייצציגלערישע פאראדעס און גיפטיגע מאניפעסטאציעס,

איר האט באמערקט די לעצטע שטיק צייט די 'געמיינע קרייצציגלער פאראדעס' ערגעץ וואו? עכ"פ אויף א גרעסערע פארנעם מיט געוואלדטאטן? איך האב געזעהן רוציחשע פאראדעס און גיפטיגע מאנפעסטאציעס. דו ווייסט וואו. פארוואס אבער יענס דארף דער פרעזידענט נישט פארדאמען? ער מעג אפילו נישט?...

און פאר אונז בלייבט איבער בלויז צו מתפלל זיין און בעטן דעם רבוש״ע זאל אונז באשיצן ווייל פון דער וועלכער זיצט אין ווייסן הויז קענען מיר נישט ערווארטן דאס צו טון

גערעכט טאקע... דער טראמפ איז דאך שוין פון לאנג אן אויסגעשפראכענער שונא ישראל...

ככ.. ער האט טאקע שוין איינמאל אריין געלייגט סם אין זיין איידעם'ס בעכער.. (ניין?) און אויך האט ער זיך נישט געוואלט בשום אופן טרעפן מיט היימישע עסקנים... (זיי זאגן גראדע אז זינט טראמפ איז פרעזידענט האבן זיי אן אפענעם טיר אין ווייסן הויז, מער ווי סיי ווען פריער).

מיר ווילן אייך בעטן איין בקשה טייערער ר' מאיר, מיר האבן זייער הנאה פון אייערע שרייב ווערק, מיר גלייכן זייער וען איר באשרייבט די נאצישע רציחות פון צווייטן וועלט קריג און אפילו ווען איר שריבט פאליטיק.

אבער איין קלייניקייט. ביטע, בכל לשון של בקשה, מישט נישט אריין אין אייער פאליטישע אגענדע מיינע אידישע געפילן. מיינע זיידעס דרייען זיך איבער אין קבר ווען איר נוצט זייערע קאלטבלוטיגע רציחות און פייניגונגען פאר א מיטל צו אייער פאליטישע אגענדע.
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

משהזוךמיר האט געשריבן:ער האט אודאי געמיינט צו זאגן אז ס'געווען בעסער ווען מ'האט געגעבן די אפשען, ניין?

וואס מיינט דאס? בעסער פארוואס?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מען האט שוין ענדליך געפרעגט בלעק לייווס מעטער ווס נאציס, די ענפער איז אז געפיליש זענען מיר אידן טאקע מער קעגן די נאציס, אבער וועכע איז א גרעסערע געפאר פאר אמעריקע?? זיכער אז בלעק לייווס מעטער און אנטיפא איז ערגער ווי די ניאו נאציס, זיי האבן שוין געמאכט מער געוואלטאטן און מיר בלוט פארגעסן אין די לעצטע דריי יאר ווי די נאציס האבן אין די לעצטע דרייסיג יאר.

ביידע זענען די זעלבע העיטערס, אבער ווען עס קומט צו וויילענס זענען די לינקע מער פראפעשענעל, די ווייסע זענען נישט אוועקצומאכן, אבער די לינקע האבן פארט מער בלוט פארגאסן.

נאך א קליינקייט, די נאציס זענען אפאר לוזערס און מיר זענען נישט אין געפאר אז זיי וועלן איבערנעמען די מענטשהייט, אנדערע איז מיט אנטיפא, זענען פארפעסטיגן די ליפט אונטערן נאמען פון פרייהייט, עס וועט קומען א טאג וואס מען וועט נישט קענען לעבן א נארמאלע לעבן אונטער זיי.

איך האב נישט געוואוט.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

דאס זענען נישט קיין סאלדאטן אין נישט קיין פאליציי, דאס איז א מארש פון די נעא נאציס...
2017-08-17 15.35.26.jpg
2017-08-17 15.35.26.jpg (487.45 KiB) געזען 2412 מאל
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

וואס א חילוק וועכע קאלער זייער הויזן איז? די עיקר איז די סארט ביקסן, נא... די זעלבע סארט האט געהאט דער לינקער שיסער אין טעקסעס און אראפגעקניידלט 5 פאליסלייט... וואס זאגסטו מיט דעי בילד?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”