העסליכע גרופעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלעכע גרופע איז ארגער

קקק (קו קלוקס קלען) /ניא-נאצי'ס
76
62%
אנטיפא (אנטי-פאשיסטן)
47
38%
 
סך הכול שטימען: 123

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

העסליכע גרופעס

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 10:57 pm

עס ווערט אריינגעמישט לעצטענס אין יעדע צווייטע אשכול און פארדרייט די גאנצע סובזשעקט אין לענגערע טענה'רייען, איז בעסער עס אפטיילן אלץ באזונדערע אשכול.

עס טוט זיך אין די לעצטערע טעג איבער די קקק/ניא נאצי גרופעס וו"ס די אנטיפא (אנטי-פאשיסטן) גרופע. רוב זענען מודה אז ביידע זענען שלעכט, אבער יעדער שרייט אז איין איז ארגער פונעם אנדערן.

די דעבאטע איז היינט גאר פארשארפט געווארן אין אמעריקא נאך וואס דער פרעזידענט האט אין א ברייט געדעקטע פרעסע קאנפערענץ געלייגט א שטארקע דגוש אז די צוויי גרופעס זענען מער ווייניגער אייניג שלעכט, וכלשונו: ס'איז דא צוויי זייטן אין לאנד, ביידע זענען שולדיג.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן וואס די עולם האלט דא. נאכאמאל: ביידע זענען שלעכט, די שאלה איז צו וועלעכע פון די צוויי דו שפירסט אז דו פארמאגסט א שטארקערע שנאה.

אויב מעגליך ביטע אויסברייטערן פארוואס איר קלויבט איינס איבער די אנדערע.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:02 pm

לייג פליז צו נאך א אפשען פון ביידע בערך די זעלבע
די אמת איז עס איז נישט קיין נפקא מינה ווער עס איז ערגער ביידע זענען שעדליך און ביידע טארען נישט זיין העכער די געזעץ

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:05 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:לייג פליז צו נאך א אפשען פון ביידע בערך די זעלבע
די אמת איז עס איז נישט קיין נפקא מינה ווער עס איז ערגער ביידע זענען שעדליך און ביידע טארען נישט זיין העכער די געזעץ

האמיר געמאכט אן הקדמה אז ביידע בערך די זעלבע האלט יעדער, די שאלה איז וועלעכע מער.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:08 pm

קקק
א האס צו יעדעם איינעם אריינגערעכנט אינז אידן (די מערסטע)

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:09 pm

אמביציע האט געשריבן:קקק
א האס צו יעדעם איינעם אריינגערעכנט אינז אידן (די מערסטע)

גראדע האסן זיי מער די שווארצע
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:15 pm

יהודי האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:קקק
א האס צו יעדעם איינעם אריינגערעכנט אינז אידן (די מערסטע)

גראדע האסן זיי מער די שווארצע

שווארצע זענען צווייט, ערשט זענען די אידן.

דארט האבן זיי געשריגן ''אידן ענק גייען אינז נישט איבער נעמען'' א ריכטיגע ציטאט פון די ''פראטיקלאן פון זקני ציון''

געליינט אמאל אן אינטערוויא פון איינעם פון דעי שרעקליכער גרופע און ער האט אויס גערעכענט די אידן ערשט דערנאך די שווארצע,

גיי ווייס, דעי חברה האבן שוין גאנצע פייעלס ווער ס'איז בעסער און ווער ערגער. א כאפטע אנעפלויט חברה

סאיזגוטבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 21, 2015 11:46 pm

תגובהדורך סאיזגוטבה » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:18 pm

איך האב געשטימט פאר די 2'טע, פשוט אזוי איז עס געווארן 50%-50%
האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:20 pm

געוואוט קקק,
כ'ווייס נישט וואס אנטיפא איז.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:21 pm

איך ווינדער מיר וויאזוי ס'קען זיין אז ביידע שטייען אייניג, ווער האט געהארגעט און געראצכעט אידן? ווער איז די בליט פיינט פון אינז אידן מיט אן אפענקייט? ווער שרייט ''הייל היטלער'' ווער שרייט ''טויט צו אידן'' ווער שטייט אינטער איין דאך מיט דעם צורר היטלער ימ''ש, ווער ווארפט אן א שרעק פאר אינז אידן? ווער שרייט ''מיר דארפן פטור ווערן פון די אידן?....

איך געב אויף

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:27 pm

צו זיין זייער אויפריכטיג, איך ווייס זייער גוט (איך האב זיך גוט צוגעהערט) וואס נאציס זענען און פאר אונז זענען זיי אין דער פארגאנגענהייט געוועהן דאס ערגסטע וואס די מענטשליכע באשעפעניש האט נאר אמאל אויסגעשפיגען.

קקק איז באוואוסט פאר זייער ראלע אין הרגענען יעדען אויסער ווייסע גויים וואס דאס מאכט זיי מער שעדליך אין זשענעראל אבער לגבי אידען קען איך נישט זייער היסטאריע און וואס זיי האבען אונז אלס אפגעטוהן. עפעס מיט הודיס.

אנטיפא, זעהט אויס זייער שרעקעדיג אבער איך מיין אז רוב אירע דא האבען דאס ערשטע מאל געהערט זייער נאמען דא די וואך.

נעאו נאציס איז דערווייל די מערסטע פארהאסט ביי מיר, פאר די מערסטע שעדליך דארף מען פרעגן די עף בי איי.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:36 pm

פעידזשעס 4,5,6,7.....
צוגעלייגטע
d.jpg
d.jpg (218.58 KiB) געזעהן 3053 מאל

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 11:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:אויב מעגליך ביטע אויסברייטערן פארוואס איר קלויבט איינס איבער די אנדערע.

עס איז כמעט האלב און האלב...

פון די וואס שטימען פאר די צווייטע אפציע האט נאך קיינער נישט אנגעגעבן א סיבה, ביטע אויב מעגליך כאטש אין קורצן

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:01 am

די ערשטע תגובה פונעם פותח האשכול, רעדט פון עטליכע פאקטארן, געוואלטאטן, טראמפ'ס פארגלייכן, וועלכע זענען מער שעדליך.

און צום סוף פרעגט ער צו וועלכע שפירסטו די מערסטע שנאה, איז די שאלה איינע פון די ערשטע, וואס זענען מער פאקטן אדער אידעאלאגיע פראגעס, אדער די לעצטע וואס איז פשוט א געפילישע פראגע?

און אויב ס'קומט צו געפיל, איז נישט דוקא שייך אז מ'מוז עס קענען מסביר זיין לאגיש, ער מעג פילן וויאזוי ער פילט, אן קיין פליכט צו קענען דשאסטיפייען זיינע פילינגס.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:14 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:און אויב ס'קומט צו געפיל, איז נישט דוקא שייך אז מ'מוז עס קענען מסביר זיין לאגיש

מ'מוז נישט, כ'פרעג אויב ס'דא איינער וואס קען יא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:40 am

אמביציע האט געשריבן:איך ווינדער מיר וויאזוי ס'קען זיין אז ביידע שטייען אייניג, ווער האט געהארגעט און געראצכעט אידן? ווער איז די בליט פיינט פון אינז אידן מיט אן אפענקייט? ווער שרייט ''הייל היטלער'' ווער שרייט ''טויט צו אידן'' ווער שטייט אינטער איין דאך מיט דעם צורר היטלער ימ''ש, ווער ווארפט אן א שרעק פאר אינז אידן? ווער שרייט ''מיר דארפן פטור ווערן פון די אידן?....

איך געב אויף

די אנטיפא גרופע איז אויסגעוואקסן פון די בל''מ גרופע (אזוי פארשטיי איך). איינער ווייסט ווער לואי פאראקאן איז? ווער על שארפטאן איז?
זיי שרייעןאויך טויט פאר די אידן!
דער חילוק איז, די לעצטע עטליכע צענדליג יארן זענען די נאציס געבליבן ביים שרייען, בעת וואס די לינקע ראסיסטן האבן געפלינדערט און גע'רצח'נט מינאריטען אריינגערעכנט אידן. (יאנקל ראזנבוים און ארי הלברשטאם זענען צוויי דוגמאות).

ועוד, בעת וואס די נאציס זענען ביזי שרייען און ראליען שטעלן זיי 'היינט צו טאגס' עפי''ר נישט פאר קיין עכטע געפאר פאר דעמאקראטיע וויבאלד זיי זענען טאקע פארנומען מיט אידעאלאגיע, אבער זיי פרובירן נישט עס איינצושטעלן מיט געוואלד. די לינקע אנארכיסטן משא''כ זענען יא אויסן ארויפצוצווינגען זייער אידעאלאגיע פאר יעדן פרייז, און אאפיינער וואס גייט נישט מיט זייער שיטה טעראריזירן זיי יענעם, מ'טיילט מכות רצח אן רחמנות,מ'פלינדערט און מ'רויבט.

אין סך הכל: אזויווי כאפצעם זאגט,ביידע זענעו בערך די זעלבע, נאר די קקק איז לכו''ע נישט אזוי שעדליך היינט ווי אמאל, בעת וואס די לינקע טוען גענוי דאס וואס די קקק האט געטון פאר הונדערט יאר צוריק.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:43 am

גראדע איז ארי האלבערשטאם געהארגעט געווארן דורך אן אראבער גארנישט מיט די לינקע אידעאלאגיע
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:49 am

פאר "אונז" שטעלן ביידע נישט קיין געפאר, פיינט האבן עפ"י תורה דארף איך מער פון די אלע א עובר עבירה להכעיס.

סכנה פאר אונז איז באהארארא אדער בלומבערג וכדומיהן.

סתם געפיל, וועם מ'העיט מער? ווענצעך צו דיך עקלט די קאנסערוואטיוון וועט דיר די עקסטרעמע עק פונעם ספקטרום, און להיפך אחיב דיך עקלט די ליבעראליזם וועט דיך עקלען עקסטרעם ליבעראל.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:52 am

יודל, לואיס פאראקאן איז א מוסלעמענער פרעדיגער, אבער כ'מיין אז דו ביזט גערעכט מיט דיין פוינט. איך צו צוריק פון דעם נאמען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:04 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:סתם געפיל, וועם מ'העיט מער? ווענצעך צו דיך עקלט די קאנסערוואטיוון וועט דיר די עקסטרעמע עק פונעם ספקטרום, און להיפך אחיב דיך עקלט די ליבעראליזם וועט דיך עקלען עקסטרעם ליבעראל.

אבי געהאקט אין קאפ, לויט דיר קומט אויס די רוב אייוועלטער וואס האבן געשטימט דא פאר די ערשטע אפציע זענען ליבעראלן...
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:05 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:געוואוט קקק,
כ'ווייס נישט וואס אנטיפא איז.


״אז דו ווייסט נישט פארוואס רעדסטע?״

---

איך וואוט נישט ווייל די פראגע איז ״ווער איז ארגער?״ וועלכע איז זייער vague. אויך נעמט עס אריין די קעי קעי קעי מיט די היינטיגע פראו נאצי, א צושטעל וועלכע איך טרעף נישט ריכטיג.

במעשים, כהיום, זענען די אנטיפא חברה פיל מער געפארפול ווי די היינטיגע פראו נאשיצע אנשויאונגען גרופעס. סיי צוליב זייער סייז, סיי צוליב די ברייטע שטיצע וואס זיי פארמאגן און סיי צוליב זייער זיין די מעינסטרים לינקע זייט צו די יעצטיגע צייט וועלכע איז פארנומען מיטן ״רעזיסטן״ דער לעגיטים ערוויילער אמעריקאנע פרעזידענט.

ווי משה שרייבט שוין זענען די נאצי חברה היינט קוים א מיעוט שאינו מצוי. די קעי קעי קעי נאך קלענער און זייערע אקטן קיין מיליאנסטל פארגלייך צו וואס זיי פלעגן (און ווילן אפשר נאכאלץ) טון.

עס איז גאר מאדנע און אויפפאלנד אז די זייט וועלכע וועט מיט די פלינקייט פון א הערש מיט שפאט אפחוזקן פון צווייטע אמענדמענט שטיצער וועלכע האלטן אז די רעכט צו באזיצן געווער איז זיך צו באשיצן פון רעגירונג אונטערדריקונג גענוי ווי ביי די נאציס איז יעצט די זייט גאר וואס ליארעמט געוואלדעס וועגן די טיראניע און ראסיזם פון די נאציס און פראבירן אריינצושטעלן דעם פרעזידענט אין די קאטעגאריע.

זייט אייך איין מינוט מצייר ווי די מעשה איז פארקערט, קלינטאן איז פרעזידענט און די רעכטע פראטעסטירן שוין זינט יאנואר ווי די לינקע יעצט - שטערן אלגעמיינע רעכטע רעדנער פון געבן רעדעס, איבערהאקן רעדעס, שלאגן און שיסן מענשטן און בלאקירן שאסייען און דערגיין די יארן פון ווער אימער עס דערוואגט זיך צו קריטיקירן זייער עקסטרעמיזם. יעדער רעפובליקאנע סענאטאר וואלט שוין געהאט ארויסגעקומען קעגן די פראטעסטירער, יעדער וואלט באויפטראגט געווארן צו האלטן אז זיי זענען געזעץ פארלעצער און ׳אן-עמעריקען׳, יעדער וואלט אזוי פארשטאנען פאר א פשטות!

אבער יעצט דארף מען רעדן פון אפאר זעלבט אינדענטיפיצירענדע פראו נאציס. פארוואס? ווייל אזוי קומט בעסער אויס פאר די לינקע גרוילשטיקער. סארי. עס איז נישט רעכט. דעם פרעזידענט קומט א מעדאל פאר זיין היינטיגע פרעסע קאנפרענץ הגם איך פארשטיי נישט פארוואס ער דארף זאגן ליגנט אויך ווען די פלעינע אמת אליין איז צעהן מאל שטערקער.
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:09 am

כאפצעם האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:סתם געפיל, וועם מ'העיט מער? ווענצעך צו דיך עקלט די קאנסערוואטיוון וועט דיר די עקסטרעמע עק פונעם ספקטרום, און להיפך אחיב דיך עקלט די ליבעראליזם וועט דיך עקלען עקסטרעם ליבעראל.

אבי געהאקט אין קאפ, לויט דיר קומט אויס די רוב אייוועלטער וואס האבן געשטימט דא פאר די ערשטע אפציע זענען ליבעראלן...

ניין, ווייל איך האב געשטימט פאר די ערשטע, ווייל מיר גייט אן ווי א לאך אין קאפ אז די אנטיפא זאלן האקן קעפ פון אנדערע, למכה מצרים בבכוריהם
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:16 am

יואב, שפתיים יושק!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:19 am

א שרעק.

On Saturday morning, I stood outside our synagogue with the armed security guard we hired after the police department refused to provide us with an
officer during morning services. (Even the police department’s limited promise of an observer near our building was not kept — and note, we did not ask for protection of our property, only our people as they worshipped).

Forty congregants were inside. Here’s what I witnessed during that time.

For half an hour, three men dressed in fatigues and armed with semi-automatic rifles stood across the street from the temple. Had they tried to enter, I don’t know what I could have done to stop them, but I couldn’t take my eyes off them, either. Perhaps the presence of our armed guard deterred them. Perhaps their presence was just a coincidence, and I’m paranoid. I don’t know.

Several times, parades of Nazis passed our building, shouting, “There's the synagogue!” followed by chants of “Seig Heil” and other anti-Semitic language. Some carried flags with swastikas and other Nazi symbolsi

A guy in a white polo shirt walked by the synagogue a few times, arousing suspicion. Was he casing the building, or trying to build up courage to commit a crime? We didn’t know. Later, I noticed that the man accused in the automobile terror attack wore the same polo shirt as the man who kept walking by our synagogue; apparently it’s the uniform of a white supremacist group. Even now, that gives me a chill.

When services ended, my heart broke as I advised congregants that it would be safer to leave the temple through the back entrance rather than through the front, and to please go in groups.i

This is 2017 in the United States of America.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:23 am

משהזוךמיר האט געשריבן:יואב, שפתיים יושק!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:27 am

כאפצעם האט געשריבן:א שרעק.

פארציילט ער ווייטער:

Later that day, I arrived on the scene shortly after the car plowed into peaceful protesters. It was a horrific and bloody scene

Soon, we learned that Nazi websites had posted a call to burn our synagogue. I sat with one of our rabbis and wondered whether we should go back to the temple to protect the building. What could I do if I were there? Fortunately, it was just talk – but we had already deemed such an attack within the realm of possibilities, taking the precautionary step of removing our Torahs, including a Holocaust scroll, from the premises.

Again: This is in America in 2017.

At the end of the day, we felt we had no choice but to cancel a Havdalah service at a congregant’s home. It had been announced on a public Facebook page, and we were fearful that Nazi elements might be aware of the event. Again, we sought police protection – not a battalion of police, just a single officer – but we were told simply to cancel the event.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך אוגוסט 16, 2017 1:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטיגליץ און 23 געסט