בלאט 1 פון 2

קאנסילמאן ר' דוד גרינפעלד

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 6:28 am
דורך שמערלער
עס ווערט יעצט באריכטעט אז דער בארא פארק קאנסילמאן דוד גרינפעלד וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאר אנטשטאט דעם ווערן דער פארזיצער פונעם מעט קאנסיל ארגענעזאציע א מאכטפולע פאזיצע לויט די יעצטיגע באריכטען גייט ער שטעלן זיין חבר קלמן יעגער אים איבערצונעמען.

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 8:43 am
דורך blue moon
שמערלער האט געשריבן:עס ווערט יעצט באריכטעט אז דער בארא פארק קאנסילמאן דוד גרינפעלד וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאר אנטשטאט דעם ווערן דער פארזיצער פונעם מעט קאנסיל ארגענעזאציע א מאכטפולע פאזיצע לויט די יעצטיגע באריכטען גייט ער שטעלן זיין חבר קלמן יעגער אים איבערצונעמען.


עס פאסט זיך ענדערש צו שרייבן לויט די יעצטיגע באריכטען גייט ער "אינדארסירן" זיין חבר קלמן יעגער

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 8:46 am
דורך קרייסלער
כמדומה לי איז דער פארגייער פון מעט קאנסול געגאנגען אין חד גדיא

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 8:58 am
דורך לאלתר לחיים
וואס איז ''מעט קאנסיל '' ?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 9:07 am
דורך טראבל מעיקער
מעט קאנסיל איז א ריזיגע אידישע שירעם ארגאנעזאציע וואס העלפט ארויס נויטבאדערפענדיגע אידן (און נאך) די אלע חלוקות ערב פסח ועוד קומט רוב מאל פון זיי...

איך קען אפאר אידען וואס נעמען דיירעקטלי פון זיי.. אנשטאט צו גייען צו UJO וכו'

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 10:06 am
דורך abeg
שמערלער האט געשריבן:עס ווערט יעצט באריכטעט אז דער בארא פארק קאנסילמאן דוד גרינפעלד וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאר אנטשטאט דעם ווערן דער פארזיצער פונעם מעט קאנסיל ארגענעזאציע א מאכטפולע פאזיצע לויט די יעצטיגע באריכטען גייט ער שטעלן זיין חבר קלמן יעגער אים איבערצונעמען.


דוד גרינפעלד קען (נישט וועט נישט אזױ װי אױבען גאזאגט) נישט לויפן פאר ווידערוויילונג אין City Counsel איז דא Term Limits

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 11:42 am
דורך שמערלער
ער קען יא ער האט נאך 4 יאר

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 11:46 am
דורך Gevald Geshrigen
די קיופאנס וואס יו דזשעי אוי געט פאר פסח ווערט באצאלט (עט ליעסט למחצה לשליש ולרביע) דורך מעט קאונסיל און ״אויסגעטיילט״ דורך יו דזשעי אוי.
זיי טיילן אויך מוציא׳ס פאר משביע וכדומה

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2017 12:28 pm
דורך אידיש.טייפינג
מעט–קאונסיל איז די דאך ארגאניזאציע פון די אידישע ארגאניזאציעס איבער ניו יארק, און זיי שאפן פאנדן ביי די רעגירונג אנטערצושטיצן די ארגאניזאציעס. זיי שטיצן 1 ארגאניזאציע אין יעדע געגענט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 6:16 pm
דורך eller
אולי האט געשריבן:נישט צו גלייבן. ס'לוינט ענדערש צו זיין דער מלך השנוררים ווי רעפרעזענטירן האלב ברוקלין. וואסי פשט? אפשר דארף מען שטעלען א וועד העניים
ולכן יאמר אליהם: "וְאַתֶּם בִּעַרְתֶּם הַכֶּרֶם גְּזֵלַת הֶעָנִי בְּבָתֵּיכֶם", רוצה לומר: אתם, הזקנים והשרים, שהיה מוטל עליכם להציל עני מחזק ממנו, ואביון מגוזלו, אתם גוזלים אותם!

זעהט אויס אז די שיסל איז דארט מער.....

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 7:22 pm
דורך Gevald Geshrigen
בין איך געווען אמאל ביי א ביזנעס עווענט און מען האט אויפגערופן עפעס א גרויסן קאפאציטעט מיט א לאנגן היסטארי אינעם ״היילי לוקרעטיוו נאט פאר פראפיט סעקטאר״
הוא הדין כאן

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 5:47 pm
דורך farshlufen
צוריק צו די נושא, עמיצער אנדערש שטעלט זיך ארויס פארן בענקל?

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 5:52 pm
דורך Gevald Geshrigen
וואס איז פישי ? הכסטנס האבן זיי ביידע געלערנט צוזאמען בחברותא בבא קמא פרק המחליף....

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 7:55 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

געארבייט מיט פעלדער'ן, יעגער'ן, און גרינפעלד'ן, אלע דריי געלונגען מיט צענדליגער יארן ארבייט פאר'ן היימישן ציבור.

18 יאר צוריק האט ער געארבייט אלס "פובליק אפעירס" באאמטער ביים מעט קאונסיל, וואס איז דען?

אולי האט געשריבן:יעגער איז אויך פון JCC ן Somthing fishy
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... yeger.html

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 7:59 pm
דורך יוסף משה
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

געארבייט מיט פעלדער'ן, יעגער'ן, און גרינפעלד'ן, אלע דריי געלונגען מיט צענדליגער יארן ארבייט פאר'ן היימישן ציבור.

18 יאר צוריק האט ער געארבייט אלס "פובליק אפעירס" באאמטער ביים מעט קאונסיל, וואס איז דען?

אולי האט געשריבן:יעגער איז אויך פון JCC ן Somthing fishy
https://www.theyeshivaworld.com/news/he ... yeger.html

אה! האבן מיר דא געכאפט א בחור...

נו וואס זאגסטו אויף הייקינד?

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 8:35 pm
דורך מזל מידיע
בס"ד

געארבייט מיט הייקינד אויך בשנים קדמוניות... אמאל געווען א וועלט, פאטאקי, סילווער, ברונא, ד'אמאטא, פערער, יעגער - ער איז געווען היבש שטיל אסאך יארן און יעצט קומט ער צום קאונסיל. צלח ורכב.

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 9:06 pm
דורך ראבב
ujo פסח חלוקה ועוד

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 9:01 am
דורך farshlufen
מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

געארבייט מיט הייקינד אויך בשנים קדמוניות.

ער רעדט שוין פונעם זון זיינעם.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:48 pm
דורך farshlufen
מר. אולי, אולי קענט איר צייגן פראאף אויף אייערע ווערטער?

א דאנק.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:16 pm
דורך Gevald Geshrigen
פאר פסח באקומען מענטשן פון יו זשעי או דורך מעט קאונסיל א סערטיפיקעט וואס מען קען קויפן עסן ביי וואן סטאפ.
איך ווייס פון עטליכע וואס האבן באקומען. זיי טיילן עס געווענליך דורך אנדערע ארגעניזעישנס לדוגמא דורך די העד סטארט אפיסעס פון מוסדות וכדומה.
ווען א תיפלה טיילט קעז (פאר די פיקטשערס) איז עס אויך א גרויס חלק פון זייער כמו תומכי שבת (להבדיל) צדקות און איז נישט פארבינדן מיט מעט קאונסיל

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:00 pm
דורך פיצי קעפעלע
פראגע צום קעפל. וואס איז דאס דער ר׳ דוד?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:13 pm
דורך El Rushbo
פיצי קעפעלע האט געשריבן:פראגע צום קעפל. וואס איז דאס דער ר׳ דוד?

היינט קאסטן די ר'ס נישט קיין געלט, זשאלעוועט מען נישט.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2017 1:07 am
דורך joegreen
כ׳האב שוין לאנג גאטראכט אז מ׳דארף מחזיר זיין עטרה לישנה אין רי-אינטערדאסען די טיטל מר.

אז מ׳טרכאט אריין וויזוי אינז ווארפן מיר זיך מיט די ר׳ אז דאס ווערט איבערגעטייטשט אויף ענגליש צו rabbi. ( פארשטייט זיך נאר ווען זיי קענען אנשמירן מיט דעם כלל ישראל לגנאי וד״ל)

לאמיר דא אנהייבען ומכאן הקריאה יוצאות צי די אלע צייטאנגען זיך צוריק אנהייבען צו באנוצען מיט מר.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 23, 2018 2:39 pm
דורך שמואל בארג
אויסהערנדיג אביסל פון די 2018 אגודה קאנווענשן, האב איך הנאה אז דער דעיוויד גרינפעלד פארטרעט מער נישט דעם היימישן אידנטום, ואכמ"ל.

דער שמחה אייכענשטיין מאכט א מורא'דיגן גוטן איינדרוק, עס קוקט אויס ווי ער פארשטייט די אחריות אויף וואספארא שטוהל ער זיצט.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2018 7:53 pm
דורך גרויסע-גדולה
שמואל בארג האט געשריבן:אויסהערנדיג אביסל פון די 2018 אגודה קאנווענשן, האב איך הנאה אז דער דעיוויד גרינפעלד פארטרעט מער נישט דעם היימישן אידנטום, ואכמ"ל.

דער שמחה אייכענשטיין מאכט א מורא'דיגן גוטן איינדרוק, עס קוקט אויס ווי ער פארשטייט די אחריות אויף וואספארא שטוהל ער זיצט.

אז דו האסט ארויפגעברענגט די טעמע, נו ביטע זייטס מסביר מער ; וועלכע זאכן געפעלט אייך פון ר' שמחה'ן?