נייע כשר'ע געשעפט ביי דעלטא אויפן רוט 4.

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:16 pm

ווער גיבט די השגחה אויף דעי סטאר?

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:23 pm

אויף אלע געפאקטע זאכן ווי קוגעל און סענדוויזשעס אד"ג האב איך געזעהן די סקווירא הכשר

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:38 pm

אבער וואס'יז מיט די דרינקס, סלאש, חלב ישראל און קאווע אא"וו?

שיכור
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 15, 2007 1:52 pm

תגובהדורך שיכור » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:42 pm

מילך איז געסילטע קוען.. איך מיין פון דבש
סלאש ווייס איך טאקע נישט

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:39 pm

איך בין יעצט דארט געווען לייוו..
צוגעלייגטע
IMG-20180705-WA0111.jpg
IMG-20180705-WA0111.jpg (292.68 KiB) געזעהן 1544 מאל
keep your words tasteful, you may have to eat them later

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » פרייטאג יולי 06, 2018 11:54 am

זיי אדווערטייזן מעכטיג ק''מ
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג יולי 06, 2018 2:15 pm

איך בין שוין לאנג נישט דארט געווען, אבער נעכטן אויפן וועג ארויס האבעך אריינגעסטאפט, איז דא דארט א נייער אינגערמאן, ער איז געווען ביזי מעסטן עפעס, קוקט אויס ווי ער ארבייט אריין... שעלפס זענען געווען שיין פול...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » פרייטאג יולי 06, 2018 3:53 pm

פאל איך יעצט אריין אין דעם אשכול הארט נאך וויכי'ס באזוך :wink: און איך זעה ס'טוט זיך וועגן הכשר, אלץ איינער וואס איז א אפטע באזוכער דארט וויל איך דא שרייבן וואס די מעשה איז.

די סטאר ווערט געפירט ווי א שמש שטיבל אויב מ'קען זאגן, די אידישע ארבעטער טוט דארט אלעס און מאכט זיכער אלעס איז אויסגעהאלטן הונדערט פארצענט, די מילך איז אזאלעכע גרויסע באקסעס אזוי ווי אסאך רעסטאראנטס האבן וואס מ'קען נאר אריינלייגן די "דבש" מילך די זעלבע זאך מיט די אלע אנדערע טרינקען דארף מען אריינלייגן די אינגערידיענס וואס די קאמפאני שיקט סא די אלע כשרות תגובות דארף ווען אריינגיין און פארברענגען ענדערש ווי אין ידיעות התורה.

די ווארימע עסן איז דאבל רעפפט נאך בעסער ווי עראפלאן פאוד און קומט פון מעדנים מיט די סקווירא הכשר חוץ ווען ס'איז זייער ביזי, (נאכ'ן כינוס למשל) איז די ארבעטער געווען דארט א גאנצע צייט מיט די אפענע עסן האט ער גראדע האב איך שוין מערערע מאל געקויפט אזא שלישקעס אדער עפעס אנדערש ווארעם און ס'געווען מוראדיג געשמאק, בקיצור כשר איז עס הונדערט פארצענט, און איך האלט אז דאס איז א גאר שטארקע חידוש פאר 2018.

די סטאר האט א שיינע סילעקשאן פון כשר'ע עסן אז קיינער בלייבט נישט הונגעריג.

אז מ'רעדט שוין וויל איך נאר צולייגען אז די גאנצע סטאר ווערט איבערגעמאכט א גאנצע צייט, נייע שעלף'ס, נייע פעינט, נייע אייטעמ'ס, נייע טוילעט'ס, איך פרעג די מענעדשער ווי לאנג גייט מען נאך אינוועסטן געלט זאגט ער מיר אז ער וויל מאכן זיכער אז די עולם איז צופרידן.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יולי 08, 2018 9:58 am

נו... האבן מיהר איהם ארויפגעווארפן אויף Kosher Travel Info דא...
http://koshertravelinfo.com/listings/de ... od-snaxit/

אויב איינער וויל מיהר שיקן קלארע בילדער, וועלען מיהר איהם צילייגן...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 10, 2018 11:33 pm

אזוי דורעכפארענדיג באשלאסן צו כאפן בילדער צו געבן צו פארשטיין פאר די וואס זענען נאכנישט דא געווען

מען קען זען דעם חלק פריזשעדער מיט גרויסע אויסוואל מיט כשר'ע געטראנקען און אויך באבי'ס פאלאטשינטא...און ווי אויך די געסיעלטע טונא סענדטוויטשעס פון עיר הבירה סקווירא פון די מעדנים געשעפט מיט וועד הכשרות ד'סקווירא
צוגעלייגטע
20180710_231824-1632x918.jpg
א נענטערע בליק אויפן טונא סענדוויטש
20180710_231824-1632x918.jpg (315.19 KiB) געזעהן 573 מאל
20180710_231815-918x1632.jpg
די סענדוויטשעס געסיעלד מיט פעסטיק און מיט א חותם מיט סקווירא הכשר
20180710_231815-918x1632.jpg (473.21 KiB) געזעהן 573 מאל
20180710_231754-918x1632.jpg
מערקט די כשר'ע געטראנקען
20180710_231754-918x1632.jpg (412.02 KiB) געזעהן 573 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 10, 2018 11:38 pm

מערקט די רייע אויסוואל פון יודישע ליין מאטריאל (אן קיין הכשר)

ווי אויך א גאנצע אייל מיט אלע זיסע עסן

ווי אויך דעם קליינעם ווארעמער
צוגעלייגטע
20180710_231835-918x1632.jpg
20180710_231835-918x1632.jpg (458.57 KiB) געזעהן 565 מאל
20180710_231851-918x1632.jpg
20180710_231851-918x1632.jpg (555.22 KiB) געזעהן 565 מאל
20180710_231855-918x1632.jpg
20180710_231855-918x1632.jpg (297.83 KiB) געזעהן 565 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 10, 2018 11:41 pm

מערקט די פאליצעס מיט ווארעמע פאטעיטא קוגעל , קישקע און פארעווע טשולענט

מערקט ווי עס איז גערעפט און אויך א חותם דערויף
צוגעלייגטע
20180710_231919-918x1632.jpg
20180710_231919-918x1632.jpg (379.66 KiB) געזעהן 562 מאל
20180710_231934-918x1632.jpg
20180710_231934-918x1632.jpg (365.85 KiB) געזעהן 562 מאל
20180710_231939-918x1632.jpg
20180710_231939-918x1632.jpg (306.38 KiB) געזעהן 562 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 10, 2018 11:46 pm

שיינע גרויסע שעלפס מיט אלע מיני נאשערייען

אייז קריים

אויך קען מען זען א א געסיעלטע פליישיגע פאסטראמי סענדוויטש פון מעדנים אין שיכון סקווירא מיט די השגחה פון סקווירא און מערקט די ווערטער אז די פלייש איז פון סאלאמאנס שחיטה וואס איז אויך בהשגחות וועד הכשרות ד'סקווירא
צוגעלייגטע
20180710_232122-1632x918.jpg
20180710_232122-1632x918.jpg (638.29 KiB) געזעהן 556 מאל
20180710_232128-918x1632.jpg
20180710_232128-918x1632.jpg (549.02 KiB) געזעהן 556 מאל
20180710_232247-918x1632.jpg
20180710_232247-918x1632.jpg (272.08 KiB) געזעהן 556 מאל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דינסטאג יולי 10, 2018 11:47 pm

מערקט דעם מילך טאנק פון דבש

און די קאפי מאשין פון נארט סייד מיט התאחדות הכשר וואס מאכט דיר דיין קאפי אויפן פלאץ און דערנאך דערנעבן די סלאש מיט התאחדות הכשר

אביסעל צו זען פארוואס אזא געשעפט ברויך נישט קיין הכשר ,עס איז אזוי ווי א קאנטין

בלייבט איבער צו ווינטשען צו האבן א דרך צלחה און יאכלו
ענווים וישבעו
צוגעלייגטע
20180710_235527-1632x918.jpg
20180710_235527-1632x918.jpg (311.44 KiB) געזעהן 535 מאל

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מיטוואך יולי 11, 2018 12:47 am

יישר כח "ווייסע זאקן" קוקט אויס זייער זייער שיין רענאווירט דאס פלאץ, און אפעטיטלך אויסגעלייגט די פראדוקטן, דעפפענטלי ווערד א סטאפ!

נאכן זיך ענדליך ארויסדערזעהן פון שטאט און אריבער שפרייזן די וואשינגטאן בריק, קען מען שוין גוט נוצן עפעס ווארימע איבערבייס אדער א שאל קאווע מיט חלב ישראל מילך אן קיינע חששות...

בלייבט איבער צו וואונטשן פארן אייגנטומער אסאך הצלחה!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19914
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך יולי 11, 2018 1:14 am

נייס! שיינע בילדער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אלמוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מיטוואך יולי 11, 2018 2:03 am

וואס איז מיט א מילך מאשין האט דאס אן אנדערן דין ווי א אפענע באטל מילך?

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יולי 11, 2018 5:34 am

אלמוני האט געשריבן:וואס איז מיט א מילך מאשין האט דאס אן אנדערן דין ווי א אפענע באטל מילך?


דאס ערשטע מאל איך הער פון א שאלה פון חלב שנתעלם מן העין , די געשעפט פארמאגט נאר די מילך, עס איז דא א דין פון בשר שנתעלם מן העין און אפילו בשר איז דא אזא זאך ווי יוצא ונכנס ,למעשה קומען און גייען יודן א גאנצע צייט, בקיצור אריין אין ידיעות התורה , אזוי ווי די קי און א בהמ""ד קען אפשר אויך א גוי עפעס אנדרייען ,וואס איז דעס אנדערש ?

דאס איז א מוראדיגע דורעכברוך בגשמיות וברוחניות און טאמער עמיצער איז מדקדק כקלה ובחמורה און ער זיכט מחמיר צו זיין , כל הכבוד און זייער חשוב אבער נישט אויפן חשבון פון טויזענטער יודן וואס ווילן עס ניצן און עס איז אויסגעהאלטען לכל הדיעות להלכה פאר אפילו המהדרין מן המהדרין

Naftule
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך יולי 11, 2018 7:03 am

פארקויפט ער אויך די טיפיקעל סחורה טרייפענע און האלב כשר עסן מיט סנעקס דרינקס וכו' און צייטונגען וואס א רעגולער געז סטאנציע פארקויפט אדער זוכט ער נישט די גוי'אישע קליענטן?

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יולי 11, 2018 7:18 am

Naftule האט געשריבן:פארקויפט ער אויך די טיפיקעל סחורה טרייפענע און האלב כשר עסן מיט סנעקס דרינקס וכו' און צייטונגען וואס א רעגולער געז סטאנציע פארקויפט אדער זוכט ער נישט די גוי'אישע קליענטן?


ער האט געטראנקען מיט ou אויך ,מיט אבעסעל נאש מיט די ou

אויסער דעם אלעס כשר ,נישט קיין טריפענע עסן אדער גויעשע צייטונגען

ער האט פארשטייט זיך ציגערעטלעך וכדומה
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום מיטוואך יולי 11, 2018 7:23 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך יולי 11, 2018 7:20 am

איז וואס פארקויפט דער גוי שבת זיינע קונים ? א באביס בלינץ מיט קינדליין?

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מיטוואך יולי 11, 2018 7:23 am

Naftule האט געשריבן:איז וואס פארקויפט דער גוי שבת זיינע קונים ? א באביס בלינץ מיט קינדליין?


אזוי זעט זיך אויס ...

Whiz
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 7:31 pm

תגובהדורך Whiz » מיטוואך יולי 11, 2018 8:12 am

ס'איז צייט ארויסטראסקענען די ריפעיר ביזנעס פון דארט און זיך געהעריג אויסברייטערן. א פול רעסטוראנט וואלט געווען נאך בעסער.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך יולי 11, 2018 10:18 am

לאז געמאכט האט געשריבן:יישר כח "ווייסע זאקן" קוקט אויס זייער זייער שיין רענאווירט דאס פלאץ, און אפעטיטלך אויסגעלייגט די פראדוקטן, דעפפענטלי ווערד א סטאפ!

נאכן זיך ענדליך ארויסדערזעהן פון שטאט און אריבער שפרייזן די וואשינגטאן בריק, קען מען שוין גוט נוצן עפעס ווארימע איבערבייס אדער א שאל קאווע מיט חלב ישראל מילך אן קיינע חששות...

בלייבט איבער צו וואונטשן פארן אייגנטומער אסאך הצלחה!

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך יולי 11, 2018 10:26 am

שכויעך ווייסע זאקען, זייער ארגינעלע פיקטשערס, איך בינ'אויכעט דארטען געוועהן לעצטענס, קוקט אויס זייער גוט, און בעסער ווי כ'אב געמיינט, גרויסע אויסוואהל, און רוב זאכען האט נישט אפילו א פראבלעם וואס זאל דארפען א הכשר, כ'אב מיך אויכעט געמאכט א פיינע הייסע קאווע, און גענומען מילעך פון דעם קיה פונקט ווי אין ס'מעדרעש, כ'בין נאר נייגעריג אויב די מילעך איז טאקע אויסגעהאלטען דיע וועג, ווייל מילעך דארף להלכה א חותם, און די גוי איז דארטען אגאנצע נאכט אליינץ, א דיין דארף דעס ענפערען


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, SPUSMN, אלי' מקוה יוד, בלינצע, דממה דקה, דערבארומדיג'ער, משהגראס, פסיקתא און 42 געסט