מאכן א קאווע אין א גויאישע געשעפט

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידעתי
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » מיטוואך יולי 11, 2018 6:09 pm

איך פארשטיי נישט, ברענגסט א אנדערע אייוועלט תגובה אלס א מקור?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יולי 11, 2018 6:24 pm

סאיז קלאר די הלכה אזוי, שוין געהערט מערערע מאל איבער די פראבלעם, אויף די מינוט געדענק איך נישט, אבער פרעג סיי וועלכע מורה הוראה צי ממעג נוצן די מילך פון א אפענע באטל אין די גויאישע געשעפטן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

מאכן א קאווע אין א גויאישע געשעפט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יולי 11, 2018 6:39 pm

נישט געדאגה'ט האט געשריבן:.

אין די 'גאז סטעישאןס' און 'קעפעטעריעס' וואס אפערעיטן דורך גוים -אדער אידן וואס זענען נישט קיין שומרי תורה ומצות- ווערט פארקויפט קאווע, און מען קען צו גיסן מילך פון א כשרע פלאש חלב ישראל למהדרין.
אבער דער עולם דארף וויסן אז א פלאש מילך וואס איז שוין געווען אפען ווען דער גוי איז געווען אליינס אין געשעפט אפילו נאר אפאר מינוט, איז די מילך מער נישט כשר – און עס העלפט נישט דערביי נכנס ויוצא.
דעריבער זייט געווארנט צו טרינקען מילך נאר פון א פארמאכטע פלאש - עצה טובה קויפט אייך א קליינע פלאש מילך.
ביטע זייט אויך מעורר אייערע פריינט.

גענומען פון דא
אזויווי מאנכע פרעגן דא די מקור אויב איינער קען צוצייגן
יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 7:10 pm

חלב שנתעלם מן העין?!. כ׳מיין די מישט אויס מיט ׳בשר׳ שנתעלם..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך יולי 11, 2018 7:16 pm

נודה לך האט געשריבן:סאיז קלאר די הלכה אזוי, שוין געהערט מערערע מאל איבער די פראבלעם, אויף די מינוט געדענק איך נישט, אבער פרעג סיי וועלכע מורה הוראה צי ממעג נוצן די מילך פון א אפענע באטל אין די גויאישע געשעפטן.

מ'רעדט דא פון א אידישע געשעפט, וואס האט גויאישע ארבייטערס.

ביי דעם איז לכאורה דא כמה דברים על מה לסמוך לכתחלה.

אידן זענען כסדר יוצא ונכנס.

ס'איז דא קעמרעס, ס'דא מקילים וואס האלט אז דאס העלפט אפילו לגבי עיקר דין חלב ישראל. אבל עכ"פ ביי אונזער פאל קלער איך אז הכל מודים מ'קען זיך פארלאזן אויף דעם.

ס'נישט דא קיין סיבה פארוואס דער גוי זאל עס פארטוישן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 7:20 pm

מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יולי 11, 2018 7:22 pm

נישט זיך באצויגן ביי די געשעפט נאר בכלליות. מהאט אפארגעריסן איינעם וואס ער פרעגט צי סאיז דא א חשש מיט א גאנצע הסבר אז נישטא קיין חשש אין ערגעץ נישט וכו'.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יולי 11, 2018 7:22 pm

Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

זאגסט א אייגענע סברא אדער געפרעגט א מורה הוראה?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 7:24 pm

Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

כ׳בין נישט קיין דיין, כ׳מיין אבער אז ס׳נישט דא אזא חשש, חוץ אפשר און שפעטער׳דיגע פוסקים. כ׳מיין אבער אז נישט. מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי ׳או סי די׳ ווי איידער א חשש און הלכה.

א גוי איז טאקע אינו נאמן, אבער חלב ישראל האט א חזקת כשרות.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך יולי 11, 2018 7:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 7:24 pm

נודה לך האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

זאגסט א אייגענע סברא אדער געפרעגט א מורה הוראה?

וועלכע חלק? די ערשטע האב איך געזאגט א סברא פארוואס מען זאל פרעגן א מורה הוראה. די צווייטע האב איך נישט געזאגט נאר נא שכל.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 7:25 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

כ׳בין נישט קיין דיין, כ׳מיין אבער אז ס׳נישט דא אזא חשש, חוץ אפשר און שפעטער׳דיגע פוסקים. כ׳מיין אבער אז נישט. מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי ׳או סי די׳ ווי איידער א חשש און הלכה.

א גוי איז אינו נאמן, אבער חלב ישראל האט א חזקת כשרות

מיר דאכט זיך אז עס איז א מפורש'ע גמ' אז מען דארף פארזיגלען מילך ווען מען שיקט עס מיט א גוי.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 7:26 pm

Think and Thank האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

כ׳בין נישט קיין דיין, כ׳מיין אבער אז ס׳נישט דא אזא חשש, חוץ אפשר און שפעטער׳דיגע פוסקים. כ׳מיין אבער אז נישט. מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי ׳או סי די׳ ווי איידער א חשש און הלכה.

א גוי איז אינו נאמן, אבער חלב ישראל האט א חזקת כשרות

מיר דאכט זיך אז עס איז א מפורש'ע גמ' אז מען דארף פארזיגלען מילך ווען מען שיקט עס מיט א גוי.

יא. ווייל אהן א חתומה קען עס נישט באקומען א חזקת כשרות. א גוי איז אינו נאמן צו זאגן אז ס׳איז חלב ישראל
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך יולי 11, 2018 7:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בולוד

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך יולי 11, 2018 7:32 pm

ס׳איז אביסל שווער צו שרייבן הלכות, אפילו מיט מקורות. מיר זענען אפשר מומחים אבער פארט נישט קיין דיינים, (מ׳ווייסט עכ״פ נישט) אפילו עמיצער שרייבט דא וואס די דין איז, מיז מען נאכאלטס אנפרעגן א דיין!. ס׳איז נישט אויסגעהאלטן אנצונעמען א פסק דין פון א ניק. ס׳איז כדי די מנהלים זאלן דאס נעמען אינאכט.

נאר אזאנע פראבלעמען..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 7:35 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:מיין עיקר קלער איז אויף ביינאכט ווען דער גוי איז דארט אליינס, אבער די סברא אז ער האט נישט קיין סיבה עס צו טוישן איז אויך שייך דאן.

כ׳בין נישט קיין דיין, כ׳מיין אבער אז ס׳נישט דא אזא חשש, חוץ אפשר און שפעטער׳דיגע פוסקים. כ׳מיין אבער אז נישט. מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי ׳או סי די׳ ווי איידער א חשש און הלכה.

א גוי איז אינו נאמן, אבער חלב ישראל האט א חזקת כשרות

מיר דאכט זיך אז עס איז א מפורש'ע גמ' אז מען דארף פארזיגלען מילך ווען מען שיקט עס מיט א גוי.

יא. ווייל אהן א חתומה קען עס נישט באקומען א חזקת כשרות. א גוי איז אינו נאמן צו זאגן אז ס׳איז חלב ישראל

א לעיבל איז נישט גענוג?
עניוועיז, עמיר א קוק טאן אין שו''ע און ממשיך זיין אינ'ם דעזיגנירטן אשכול.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יולי 11, 2018 7:43 pm

די שאלה האב איך שוין עטליכע מאל געהערט פון מורי הוראה מעורר זיין.
נאר אז מזוכט א מקור זאלן די וואס ווייסן זיך אנרופן.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
Think and Thank
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך יולי 11, 2018 7:51 pm

זה לשון השו"ע יו"ד סי' קי"ח סעיף א':
ין ובשר וחתיכת דג שאין בו סימן שהפקיד או שלח ביד עובד כוכבים צריך שני חותמות אבל יין מבושל ושכר או יין שעירבו בו דברים אחרים כגון דבש וכן החומץ וחלב ומורייס ופת וגבינה וכל שאיסורו מדברי סופרים שהפקידו ביד עובד כוכבים מותר בחותם אחד וי"א שאף בדברים שצריכים שני חותמות לא אמרו אלא בשולח ע"י עובד כוכבים שאינו עתיד לראות החותם אבל מפקיד שעתיד לראות חותמו די בחותם אחד כי הוא ירא ואף השולח אם הודיע לחבירו צורת החותם וגם אמר לעובד כוכבים שהודיעו לחבירו די בחותם אחד:

הגה: וי"א דלא בעינן ב' חותמות רק בישראל חשוד אבל בעובד כוכבים הכל שרי ע"י חותם אחד (טור והפוסקים בשם ר"ת). ובדיעבד יש לסמוך על זה (ארוך כלל כ"ג והגהות מיימוני ותוספות):

שטייט דא קלאר אז אפי' מען גיבט דעם גוי חלב ישראל טאר מען עס נישט טרינקען אן א חותם, און דער ש"ך זאגט קלאר אז די סיבה איז אלס חשש אז דער גוי וועט צוגיסן אביסל חלב טמא.
די מפרשים זענען דן פארוואס ס'איז נאר אן איסור דרבנן און נישט קיין דאורייתא, אבער א חשש דרבנן איז זיכער דא.
אויב פראטעסטירן קעגן אראפנעמען ראבערט לי'ס סטאטוע מאכט דיר פאר א נאצי, ווי גרויס מוז שוין זיין די נאציזם פון קלינטאן וואס האט צאמגעשטעלט ראבערט לי דעי מיט MLK day און דעזיגנירט א שטערן פון די ארקענסאו פלעג פאר די קענפעדערעסי?

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מיטוואך יולי 11, 2018 9:19 pm

דענק איך נישט ווען אבער עס איז געווען פאר יאר אויף קול מבשר אן אינטערוויו מיט הרב יחיאל שטיינמעץ שליט"א איבער די נושא

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מיטוואך יולי 11, 2018 9:22 pm

אויכט ווייס איך יעצט זומער ביי די קאנטרי דא אין קוויבעק איז דא א נייע גרויסע געז סטאנציע וואס פארקויפט יעצט זומער אביסל כשרס האט ער א קליינע פרידזש וואס פיט אריין נאר איין באטל מילך און עס איז פארמאכט מיט א נאמבער שלאס אז עס זאל נישט זיין קיין די פראבלעם פון אפענע מילך אן א יוד וואס איז דארט

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מיטוואך יולי 11, 2018 10:53 pm

א קאנאדער האט געשריבן:אויכט ווייס איך יעצט זומער ביי די קאנטרי דא אין קוויבעק איז דא א נייע גרויסע געז סטאנציע וואס פארקויפט יעצט זומער אביסל כשרס האט ער א קליינע פרידזש וואס פיט אריין נאר איין באטל מילך און עס איז פארמאכט מיט א נאמבער שלאס אז עס זאל נישט זיין קיין די פראבלעם פון אפענע מילך אן א יוד וואס איז דארט


סיזמיר אינטרעסאנט אז מקאן דאס רעכענען אלס חותם.

דער חותם פון שו״ע איז די מציאות אז אויב עפנט מען עס קען מען עס מער נישט פארמאכן. משא״כ דא וואס איז נישט אזוי רחוק ער זאל געוואויר ווערן די נומער.

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך יולי 11, 2018 11:15 pm

שוין געמיינט אז מגייט רעדן פון די עצם קאווע און דא האלט שוין מען ביי די מילך
וואס טוט זיך מיט בישול עכו״ם? כלים ווערן געוואשן אין א טריפענע סינק וכדומה

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:09 am

שוין געהערט פון צוויי דיינים אז חלב שנתעלם מן העין איז אסור

אדרבה. זאל איינער נאכזאגן פון א דיין אז ס'איז מותר


כ'האב געשריבן אין אן אנדערן אשכול און כ'גיי עס נישט יעצט אויפזוכן

כ'האב געזען אין א געז סטעישן אין די בעק (ווי ס'שטייט עמפלויאיס אלני) צוויי אויסגעוואשענע גאלדען פלאו באטלעך. א בלויע און א רויטע


די וועלערא אויפן 17 פארן טראוועי האט פאר א שטיק צייט פארקויפט פיצעלע מילך באטלעך. אז זיי האבן אויפגעהערט האצעכעס מסתמא נישט געלוינט
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:09 am

לעצטע וואך
בילד
די וואך
בילד

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2775
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:22 pm

זעהט אויס אז זיי ליינען אייוועלט...
:lol: :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » דאנארשטאג יולי 12, 2018 10:34 pm

נודה לך האט געשריבן:זעהט אויס אז זיי ליינען אייוועלט...
:lol: :lol:

פארוואס?
נאר דא איז אקטועל דיע שאלה?
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אסדר לסעודתא
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:14 pm

נודה לך האט געשריבן:זעהט אויס אז זיי ליינען אייוועלט...
:lol: :lol:

די ערשטע בריוו זענען זיי מודה אז ס'איז ק''פ, קוק די חתימה...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט