RealDonaldTrump / @POTUS@ - בלויז טוויטס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3487
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג יולי 19, 2019 1:00 pm

וואס איז די פוינט פון רעדן פון אמעריקעס אויסערגעווענליכקייט אין פרעמדע מדינות ?

להבדיל איך בין פון א עם הנבחר, סא ברויך איך עס מסביר זיין פארן גוי ?

כטראכט עס, צווישן זיך רעדט מען דערפון, נישט צו יענעם. ופשוט.

האקט

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2868
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג יולי 19, 2019 2:43 pm

פריש
צוגעלייגטע
4d5ed890720c407ca9faaa7823b13305.jpg
4d5ed890720c407ca9faaa7823b13305.jpg (117.16 KiB) געזעהן 2266 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יולי 19, 2019 3:36 pm

צווייפעל האט געשריבן:וואס איז די פוינט פון רעדן פון אמעריקעס אויסערגעווענליכקייט אין פרעמדע מדינות ?

האקט

פרעגטסט א גוטע קשיא, אבער דאס איז מנהג אמעריקא, בפרט פאר די וואס רופן זיך פאטריאטן.

דאנאלד רעדט אלעמאל american exceplist און אמעריקא פירסט, אבער נאר זיין אמעריקא אלעס פאר דעם בארעדט ער נאך אסאך ערגער ווי די גרופע פון פיר.

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יולי 19, 2019 3:37 pm

נאך א שיינעם אוסצוג פון דעם פירער:

אין זיי איינצוגס רעדע האט ער גערעדט פון American carnage

איר ווייסט אפשר וואס דאס ווארט carnag באדייט? דא האט איר א שנעלע סערטש:

slaughter, massacre, mass murder, mass destruction, butchery, bloodbath, indiscriminate bloodshed, bloodletting, annihilation, destruction, decimation, havoc

פאליטקלי קארעקט
שר האלפיים
תגובות: 2573
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » פרייטאג יולי 19, 2019 3:37 pm

נאך איינס:

נאך לעצטע יאר האט ער געזאגט:

Trump: U.S. A "Third-World Country" In Many Cases, "It's An Embarrassment"

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » זונטאג יולי 21, 2019 12:14 pm

איך פרעג אמת'דיג, הרב פאליטיקלי, האלסט טאקע אז אבאמע איז געווען א גערסערע חסיד פון אמעריקע ווי טראמפ איז?
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » זונטאג יולי 21, 2019 5:16 pm

הרב כאפצעם, ווען איינער שרייעט אייך נאך אויפן גאס, דו איד גיי פון וי דו קומסט און קום צוריק, איז דאס ראסיזם?

ווי ווייט איך ווייס וועט קיין ראסיסט דיר נישט צוריקרופן, ווען איינער זאגט דיר "דערנאך קום צוריק" מיינט דאס זאגן "איך וויל דיר האבן דא אין לאנד" נאר מיט אביסל מער עקספירענס. ניין?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יולי 21, 2019 6:22 pm

סאכאטשאווער האט געשריבן:ווען איינער זאגט דיר "דערנאך קום צוריק" מיינט דאס זאגן "איך וויל דיר האבן דא אין לאנד" נאר מיט אביסל מער עקספירענס. ניין?

ניין.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 21, 2019 7:25 pm

אז מ'רעדט שוין פון ראסיזם, 'העיט האוקס' טרענד יעצט אויף טוויטער, נאך וואס א שווארצע פרוי פון דזשארדזשיע האט מיט בכיות געשילדערט אז זי איז פארשריגן געווארן 'גיי פון וואו דו קומסט' דורך א ווייסער מאן, און אז טראמפ מיט די רעפובליקאנער פארשפרייטן שנאה.

שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס האט פאסירט נאך א לענגערע געפעכט, און יענער ווייסער מאן איז אן אימיגראנט, און א נעווער טראמפ דעמאקראט!....
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 21, 2019 7:30 pm

איינער פון די העצערישע טוויטס קעגן טראמפ, נאך די פאלשע מעשה. זי האט שפעטער מודה געווען אז דער דעמאקראטישער אימיגראנט האט ניטאמאל געזאגט גיי צוריק פון וואו דו קומסט...
צוגעלייגטע
IMG_20190721_192819.jpg
IMG_20190721_192819.jpg (72.09 KiB) געזעהן 1755 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג יולי 21, 2019 7:31 pm

דער אמת הייבט אן ארויפצושווימען... נאך וואס די דעטאלן פון די מעשה האבן זיך געטוישט עטליכע מאל.
צוגעלייגטע
IMG_20190721_192847.jpg
IMG_20190721_192847.jpg (61.02 KiB) געזעהן 1752 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג יולי 21, 2019 7:41 pm

מען רעדט נישט פון סתם א פרוי

זי איז אן ערוועלטע סטעיט רעפרעזענטאט אין דזשארדזשיע

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 21, 2019 7:42 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האב פריער דאס ערשטע מאל געזען טראמפ'ס פונקטליכע ווערטער פון זיין טוויט וואס האט אנגעדרייעט די גאנצע שטורעם. אנבעליוועבל די בלינדקייט און האס פון די מידיא\דעמאקראטן!! ממש צום שטוינען!! ווען נישט איך זע דאס וואלט איך נישט געגלייבט ווי טויט משוגע די חברה זענען!
שטעלט אייך פאר איינער שטייט אין ביהמ"ד און נערווירט דעם שמש... די בית המדרש איז שוואך געבויעט! יענע בית המדרש איז פיל בעסער! דו ביזט א בהמה! רוב מתפללים דא זענען טופשים! די מענטש וואס האט נעכטן אויסגעשאסן די פענסטער איז נישט קיין גנב! איך בין בכלל נישט אנטציקט פון די בית המדרש!
דער שמש רעגט זיך אויף און רופט זיך אן צו אים: געפעלט דיך נישט?! גיי אהיים און זיי מסדר דיין שלו' בית... נאכדעם קום מיר צוריק זאגן וויאזוי צו פאררעכטן אונזער בית המדרש!
דער אידל הייבט אן צו מאכן קולות: דער שמש איז א שגץ! ער שיקט מיר אהיים! כאילו נאר איך קום פונדערהיים און יעדער חוץ מיר איז געבוירן געווארן דא אין ביהמ"ד! בהמה! דו ראסיסט!
דו לאכסט?! פארוואס?! איך זע נישט די וויץ!!

דער משל בכלל נישט דומה צום נמשל. סארי. איך גיי עס אפילו נישט עקספלעינען וויל עס דארף צו זיין סעלף עווידענט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יולי 21, 2019 7:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינער פון די העצערישע טוויטס קעגן טראמפ, נאך די פאלשע מעשה. זי האט שפעטער מודה געווען אז דער דעמאקראטישער אימיגראנט האט ניטאמאל געזאגט גיי צוריק פון וואו דו קומסט...

שנייד נישט. זי זאגט אז זי געדענקט נישט זיינע ווערטער אויפן האר, צו ער האט געזאגט "גיי אהיים צו דיין היימלאנד" אדער "גיי צוריק פון ווי דו קומסט" אבער דאס איז זיכער אז יענער האט געזאגט עםעס אין דעם אפעקט.

און דער יעניגער לייקענט נישט אז ער האט דאס געשריגן, ער טענהט נאר אז זי האט געהאט צופיל אייטעמס אינעם עקספרעס לעין פארדעם האט ער איר צוגעפאכעט...

דאס איז אבער יא א פלאפ, אז למעשה איז ער נישט קיין טראמפער, די מעשה וואלט שטייצעך געווען פיל זאפטיגער ווען יא....

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 21, 2019 8:01 pm

כאפצעם האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איינער פון די העצערישע טוויטס קעגן טראמפ, נאך די פאלשע מעשה. זי האט שפעטער מודה געווען אז דער דעמאקראטישער אימיגראנט האט ניטאמאל געזאגט גיי צוריק פון וואו דו קומסט...

שנייד נישט. זי זאגט אז זי געדענקט נישט זיינע ווערטער אויפן האר, צו ער האט געזאגט "גיי אהיים צו דיין היימלאנד" אדער "גיי צוריק פון ווי דו קומסט" אבער דאס איז זיכער אז יענער האט געזאגט עםעס אין דעם אפעקט.

און דער יעניגער לייקענט נישט אז ער האט דאס געשריגן, ער טענהט נאר אז זי האט געהאט צופיל אייטעמס אינעם עקספרעס לעין פארדעם האט ער איר צוגעפאכעט...

דאס איז אבער יא א פלאפ, אז למעשה איז ער נישט קיין טראמפער, די מעשה וואלט שטייצעך געווען פיל זאפטיגער ווען יא....


די מעשה לויט די עכטע ווערסיע האט בכלל נישט קיין זאפט..

סארי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 21, 2019 8:35 pm

כאפצעם. קיינער זיכט נישט דא מער אדער ווייניגער זאפטיגער.

ס׳איז דא עטליכע אויפשטייגענדע פראבלעמען וואס פלאגן אמעריקא. ראסיזעם, אנטיסעמעטיזעם און פעיק נאוז. די דאזיגע מעשה איז א קלאסישער עקזעמפל וואס צייגט ביידע, סיי אויף וועלכע זייט די העיט איז, און אזוי אויך צייגט עס ווידער ווי שטארק די מידיע איז דעספערט אנצושמירן טראמפ אפילו די מעשה איז נישט אמת.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 12:35 pm

Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האב פריער דאס ערשטע מאל געזען טראמפ'ס פונקטליכע ווערטער פון זיין טוויט וואס האט אנגעדרייעט די גאנצע שטורעם. אנבעליוועבל די בלינדקייט און האס פון די מידיא\דעמאקראטן!! ממש צום שטוינען!! ווען נישט איך זע דאס וואלט איך נישט געגלייבט ווי טויט משוגע די חברה זענען!
שטעלט אייך פאר איינער שטייט אין ביהמ"ד און נערווירט דעם שמש... די בית המדרש איז שוואך געבויעט! יענע בית המדרש איז פיל בעסער! דו ביזט א בהמה! רוב מתפללים דא זענען טופשים! די מענטש וואס האט נעכטן אויסגעשאסן די פענסטער איז נישט קיין גנב! איך בין בכלל נישט אנטציקט פון די בית המדרש!
דער שמש רעגט זיך אויף און רופט זיך אן צו אים: געפעלט דיך נישט?! גיי אהיים און זיי מסדר דיין שלו' בית... נאכדעם קום מיר צוריק זאגן וויאזוי צו פאררעכטן אונזער בית המדרש!
דער אידל הייבט אן צו מאכן קולות: דער שמש איז א שגץ! ער שיקט מיר אהיים! כאילו נאר איך קום פונדערהיים און יעדער חוץ מיר איז געבוירן געווארן דא אין ביהמ"ד! בהמה! דו ראסיסט!
דו לאכסט?! פארוואס?! איך זע נישט די וויץ!!

דער משל בכלל נישט דומה צום נמשל. סארי. איך גיי עס אפילו נישט עקספלעינען וויל עס דארף צו זיין סעלף עווידענט

איך וויל דאך אבער יא הערן פארוואס ס'נישט ענליך... ביטע גיב הסבר.
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 12:52 pm

אההה, כ'כאפ שוין פארוואס ס'נישט גלייך די משל צו די נמשל. ווייל דא איז עס די שמש און דא איז עס טראמפ... סארי, נישט אויפגעפאסט!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 22, 2019 2:09 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אההה, כ'כאפ שוין פארוואס ס'נישט גלייך די משל צו די נמשל. ווייל דא איז עס די שמש און דא איז עס טראמפ... סארי, נישט אויפגעפאסט!

ניין, טראמפ איז אפשר פון די הנהלה אבער זי אויך. מיר זענען נישט אין א מאנארכיע ווי נאר דער קעניג הערשט. עס זענען דא דריי צווייגן וואס דארפן זיך טיילן מיט זייער מאכט. און דער פשוטע בירגער מעג אויך פראטעסטירן און קאמפלעינען. אפילו אויביי זיי שטאמען נישט פון דא (דריי זענען יא געבוירן דא) האבן זיי די זעלבע רעכט. טראמפ זאל אפשר צוריקגיין צו דייטשלאנד פון וואו זיין זיידע קומט ווייל ער האט אזויפיל קריטיקירט און אראפגעריסן דאס לאנד און אבאמא?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 2:27 pm

Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אההה, כ'כאפ שוין פארוואס ס'נישט גלייך די משל צו די נמשל. ווייל דא איז עס די שמש און דא איז עס טראמפ... סארי, נישט אויפגעפאסט!

ניין, טראמפ איז אפשר פון די הנהלה אבער זי אויך. מיר זענען נישט אין א מאנארכיע ווי נאר דער קעניג הערשט. עס זענען דא דריי צווייגן וואס דארפן זיך טיילן מיט זייער מאכט. און דער פשוטע בירגער מעג אויך פראטעסטירן און קאמפלעינען. אפילו אויביי זיי שטאמען נישט פון דא (דריי זענען יא געבוירן דא) האבן זיי די זעלבע רעכט. טראמפ זאל אפשר צוריקגיין צו דייטשלאנד פון וואו זיין זיידע קומט ווייל ער האט אזויפיל קריטיקירט און אראפגעריסן דאס לאנד און אבאמא?

ערשטנס: דו כאפסט וואס דו האסט יעצט געטון? דו ראסיסט!!
דו האסט געזאגט אז טראמפ זאל צוריקגיין פון וואו ער קומט!!
צווייטנס: שעפעלע טייערע, מאך דיך נישט נארישער ווי דו ביזט... דו האסט זייער גוט פארשטאנען די משל און אויך די נמשל... איך ווייס דו האסט נישט ליב טראמפ, און געס וואט... איך האב אים אויך נישט ליב! צו איך האלט פון זיינע פאליסיס? ווענצעך וועלכע... אבער אים אלץ א פשוטע מענטש האב איך אים פיינט פונקט ווי דיר... ער איז א שוטה, א בעיבי, א טיפש מרחם... א ווילדע אומסטאבילע פארשוין א וואולגערע פויער!!!
אבער ווי האסטו געזאגט?: מיר זענען נישט אין א מאנארכיע ווי נאר דער קעניג הערשט. און איר זענט גערעכט מיר לעבן אין א דעמאקראטיע און טאקע אונזער דעמאקראטישע סיסטעם האט ערוועלט דעם שוטה פאר פרעזידענט!! אבער די פארפוילטע דעמאקראטן מיט זייערע וואנזיניגע קאמפיין קעגן אים האבן מיר אזוי פארעקלט עד להפליא... עס געפעלט דיר נישט? מיר אויך נישט! אבער אויב דאס האבן די וויילער אויסגעקליבן וועלן מיר ווארטן מיט געדולד פאר 2020!! און דערווייל איז נישטא קיין שום בארעכטיגונג צו ארויפשמירן וואס דו ווילסט אויפן פרעזידענט... אויב דו האסט אים נישט ליב... "קענסטו זיך גיין פון וואו דו קומסט"... [דזשאסט קידינג... גראדע מיינעך אז יולי 4 ביי זיין "מיליטערישע" פאראדע האסטו געטראכט פון זיך אוועקציען...] אויב ווילסטו אים ארונטעררייסן קענסטו קאמפיינען קעגן אים אז ער איז א ווילדע אומסטאבילע מאן וואס איז נישט אומשטאנד צו פירן א רעגירונג! [ווייל דאס איז אמת] אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין שקרים בלויז ווייל ער איז נישט דיין ערוועלטער!! מאך אים נישט פאר קיין אנטיסעמיט און ראסיסט בעת וואס דו ווייסט גאנץ גוט אז דאס זענען הוילע אויפגעבלאזענע פראפאגאנדע!! דער אילאן אומאר פאר וועם דו נעמסטעך אזוי אן... ממש א רחמנות אויף איר!! יא יא דער אילאן אומאר... זי איז אן אפענע ראסיסט און וויסטע אנטיסעמיט!!! אן קיין צווייפל!! קיינער קען דאס נישט לייקענען!!
סאו עגעין, פליז סטאפ מיט די שטותים!
הערט זיך אביסל כעס'יג?... איך ווייס!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » מאנטאג יולי 22, 2019 2:31 pm

wow wow wow wow
לעגאו איז אין כעס!!! און כ'פארשטיי אים אביסל..

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מאנטאג יולי 22, 2019 2:43 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:אההה, כ'כאפ שוין פארוואס ס'נישט גלייך די משל צו די נמשל. ווייל דא איז עס די שמש און דא איז עס טראמפ... סארי, נישט אויפגעפאסט!

ניין, טראמפ איז אפשר פון די הנהלה אבער זי אויך. מיר זענען נישט אין א מאנארכיע ווי נאר דער קעניג הערשט. עס זענען דא דריי צווייגן וואס דארפן זיך טיילן מיט זייער מאכט. און דער פשוטע בירגער מעג אויך פראטעסטירן און קאמפלעינען. אפילו אויביי זיי שטאמען נישט פון דא (דריי זענען יא געבוירן דא) האבן זיי די זעלבע רעכט. טראמפ זאל אפשר צוריקגיין צו דייטשלאנד פון וואו זיין זיידע קומט ווייל ער האט אזויפיל קריטיקירט און אראפגעריסן דאס לאנד און אבאמא?

ערשטנס: דו כאפסט וואס דו האסט יעצט געטון? דו ראסיסט!!
דו האסט געזאגט אז טראמפ זאל צוריקגיין פון וואו ער קומט!!
צווייטנס: שעפעלע טייערע, מאך דיך נישט נארישער ווי דו ביזט... דו האסט זייער גוט פארשטאנען די משל און אויך די נמשל... איך ווייס דו האסט נישט ליב טראמפ, און געס וואט... איך האב אים אויך נישט ליב! צו איך האלט פון זיינע פאליסיס? ווענצעך וועלכע... אבער אים אלץ א פשוטע מענטש האב איך אים פיינט פונקט ווי דיר... ער איז א שוטה, א בעיבי, א טיפש מרחם... א ווילדע אומסטאבילע פארשוין א וואולגערע פויער!!!
אבער ווי האסטו געזאגט?: מיר זענען נישט אין א מאנארכיע ווי נאר דער קעניג הערשט. און איר זענט גערעכט מיר לעבן אין א דעמאקראטיע און טאקע אונזער דעמאקראטישע סיסטעם האט ערוועלט דעם שוטה פאר פרעזידענט!! אבער די פארפוילטע דעמאקראטן מיט זייערע וואנזיניגע קאמפיין קעגן אים האבן מיר אזוי פארעקלט עד להפליא... עס געפעלט דיר נישט? מיר אויך נישט! אבער אויב דאס האבן די וויילער אויסגעקליבן וועלן מיר ווארטן מיט געדולד פאר 2020!! און דערווייל איז נישטא קיין שום בארעכטיגונג צו ארויפשמירן וואס דו ווילסט אויפן פרעזידענט... אויב דו האסט אים נישט ליב... "קענסטו זיך גיין פון וואו דו קומסט"... [דזשאסט קידינג... גראדע מיינעך אז יולי 4 ביי זיין "מיליטערישע" פאראדע האסטו געטראכט פון זיך אוועקציען...] אויב ווילסטו אים ארונטעררייסן קענסטו קאמפיינען קעגן אים אז ער איז א ווילדע אומסטאבילע מאן וואס איז נישט אומשטאנד צו פירן א רעגירונג! [ווייל דאס איז אמת] אבער קום מיר נישט פארקויפן קיין שקרים בלויז ווייל ער איז נישט דיין ערוועלטער!! מאך אים נישט פאר קיין אנטיסעמיט און ראסיסט בעת וואס דו ווייסט גאנץ גוט אז דאס זענען הוילע אויפגעבלאזענע פראפאגאנדע!! דער אילאן אומאר פאר וועם דו נעמסטעך אזוי אן... ממש א רחמנות אויף איר!! יא יא דער אילאן אומאר... זי איז אן אפענע ראסיסט און וויסטע אנטיסעמיט!!! אן קיין צווייפל!! קיינער קען דאס נישט לייקענען!!
סאו עגעין, פליז סטאפ מיט די שטותים!
הערט זיך אביסל [size=150]כעס'יג?... איך ווייס![/size]

מ'טאר אויסדרוקליך נישט זיין אין כעס.
לעגאו האט ארויסגעגעבן א נייע מענטשעלע - א כעסיגע?
בארואיג זיך אביסל- כאפ א פארברענג אין היימישע פארברענגן, און בארייכער דעם וועלטל מיט דיינע תגובות
viewforum.php?f=21
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יולי 22, 2019 2:46 pm

Wow אזוי פיל בלעטער אנגעפילט אן קיין נייע טוויט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג יולי 22, 2019 4:32 pm

פרעזידענט טראמפ האט ווידער-געטוויט א טוויט פון די עקסטרעם רעכט בריטישע אקטוויסטקע קעיטי האפקינס איבער די לעצטע סאמאטוכע ארום טראמפ׳ס אטאקעס קעגן די ׳סקוואד׳ פון דעמאקראטישע קאנגרעספרויען. דער טוויט פון האפקינס האט אויסגעלויבט די פירערשאפט פון טראמפ און אנדערע רעכטע פירער איבער די וועלט און אויסגעפירט ״וואספארא גוטע צייט צו מיטלעבן״. האפקינס האט אין די פארגאנגנהייט אינדארסירט א ״ענדגילטיגע לעזונג״ צו די מוסלעמענער פראגע, און האט פארגליכן אימיגראנטן צו אינזעקטן, און נאך די בלוטיגע אטאקע אין פיטסבורג ווען 11 אידן זענען ערמארדעט געווארן האט זי געשריבן אז אידן האבן זיך דאס פארדינט צוליב זייער שטיצע פאר אומלעגאלע אימיגראנטן, שרייבנדיג ״קוק אויף די באמערקונגען פון אונזער טשיף ראביי איבער אימיגראציע״ און דערמיט זיך באצויגן צו די באמערקונגען פון הרב אפרים מירוויז איבער די פליכט פון אידן צו העלפן פליטים.
קרעדיט: jp
יעצט, אויב דאס איז אמת... בין איך דא!
פאר אזא זאך קומט זיך אים צוויי געזונטע פראסקעס!
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג יולי 23, 2019 12:29 am

ס׳איז שווער זיך צו באקענען מיט דעם שווארצער אזוי מיט איין קליפ על רגל אחת, אבער בעסער ווי גארנישט.

זיי נאמען איז ווילאם טעררענס [זיין טוויטער אקאונט איז w_terrence@]. א שחור ווי אלע שחורים, מיט אן אפאטיט צי די זייט. א טראמפער פונקט ווי די ווייסע ראסיסטן, א לץ שבלצים מיט אלע מפרשים. קומט ארויס מיט שני וחמישי קורצע שיעורים ווי ער טרייבט שפאס פון די לעפט. זיינע סחורה זענען דירעקט נישט אראפגעשפילט פראפעסיאנאל, וואס מאכט עס אויסקוקן נאך בעסער.

נאך די אויבערגעברענגטע העיט-האוקס געשיכטע צוויי טאג צוריק איז ער ווי אלע מאל ארויסגעקומען מיט עפעס, א קליפ וואס איז יעצט ביינאכט טרענד 16 אויף טוויטער.

ווער עס האט מיטגעהאלטן די נייעס און געזעהן די בכיות נוראות און טייכן טרערן וואס יענער שקרנות׳טע האט פארגאסן וויסענדיג אז די מידיע איז דא צו פראפאגאנדירן איר העיט-האוקס, דער זכר שפילט דאס איבער מיט זיין ווערסיע. צוזאמען מיט די גאנצע ״גיי דיר צוריק״ ראסיסטישע טראמפ קומענטארן פאלשע טרערן פארדאמונגען.

זייטס ענק מחי׳, #וועך אלערט.

https://www.dropbox.com/s/hlcmv168plg52 ... O.mp4?dl=0
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג יולי 23, 2019 12:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט