טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יאפ. ווען איינער שרייט נאך א שווארצן ״גיי צוריק פון ווי דו קומטס״.. איז עס רייפע ראסיזעם. איך פראביר נאר צו זיכן אזא קוואוט פון טראמפ.
ער האט זיי אפי' איינגעלאדנט צוריקצוקומען!
דער פרעזידענט האט ליב אימיגראנטן.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
פארשער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יאפ. ווען איינער שרייט נאך א שווארצן ״גיי צוריק פון ווי דו קומטס״.. איז עס רייפע ראסיזעם. איך פראביר נאר צו זיכן אזא קוואוט פון טראמפ.
קאם אן און וואס מיינט you can't leave fast enough? נאך דערצו אז רוב פון זיי זענען געבוירן אין אמעריקע.
פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דער טראמפ, האט געטוען אזא מין טובה פאר נענסי פעלאוסי בפרט, און פאר די דעמאקראטישע פארטיי בכלל.
דעי פיר קאנגרעספרויען האבן פאריגע וואך געהאט א פייט מיט נענסי פעלאוסי און מיט די מעסיגע פון די מעסיגע פליגל אין דעמאקראטישע פארטיי. א מלחמה א געהאלטן הארט פארו אויסברעכן, וואס וואלט שטארק שטארק געשאדט פאר די דעמאקראטן און געהאלפן די רעפובליקאנער. פלוצלינג האט זיך טראמפ, מיט זיין גרויס חכמה אריינגעמושט און פאראייניגט "עמון און מואב" (ממש מענינא דיומא) און אפגעהאלטן א קאטעסראפע פון די דעמאקראטישע פארטיי.
סטעיבל דזשיניעס, כה לחי!
אינערליכע אנקעטע ציפערן און דאטא פון דעמאקראטן און רעפובליקאנער צייגן ביידע אז קארטעז און אירע אליאירטע באדראען די שאנסן פון א שטארקע דעמאקראטישע מאיאריטעט אין קאנגרעס און אז אויב מער מענטשן וועלן הערן איבער די ארכי ליבעראלע אנשויאונגען פון די גרופע וועלכע דאמינירט די נייעס וועט עס פארטרייבן קריטישע סווינג וויילער אין ענגע פארמעסטן אין וועלכע ערשט טעמיניגע דעמאקראטישע מעמבערס דארפן קענען קאנקורירן
די רעפובליקאנע אנקעטעס צייגן אז דריי ערשט טערמיניגע קאנגרעסלייט אין סווינג דיסטריקטן זענען אונטערשטעליג פון זייערע קעגנער