2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » מיטוואך אפריל 18, 2018 10:58 pm

כאפצעם האט געשריבן:די מידטורמס הייבט שוין אן ווערן אביסל ווארעמער.. כ'על פראבירן יעדע שטיק צייט צו ברענגען אן אפדעיט פון די לעצטערע אנקעטעס און פארמעסטן.

איז קודם די וויכטיגסטע פאר די מידטורמס פאר ביידע צדדים איז די טראמפ אפראוול.. דאס איז פון די וואך:

נבס/וו"ס זשורנאל %39
עקאנאמיסט %42
ען פי אר/מעריסט %39
גאלאפ %39
עבס/וו"פ %44
רויטערס %41
רעסמוסען %50

די קאנגרעסנמאלע בעלאט פון די וואך, דעמאקראטן:

נבס/וו"ס זשורנאל +7
עקאנאמיסט +5
רויטערס +10
ען פי אר/מעריסט +5
עבס/וו"פ +4
רעסמוסען +5

נאכדעם איז דא אנקעטעס אין די הייסע פארמעסטן.

אין טעקסעס לויפט א מאדערעט דעמאקראט מיט חלומות פון ביעטן טעד קרוז. א קוויניפיעק אנקעטע פון היינט גיבט קרוז א שמאלע 3 פוינט אויבערהאנט. דער דעמאקראט בעטא אראוק זאמעלט ריזיגע געלטער און ציעט אן הערליך אין די אנקעטעס אבער ביים פריימערי האט קרוז באקריגן דאפעלט פון די דעמאקראטן וואס האט אביסל אויפגעוועקט ביי די עקסיידעד דעמאקרעטס די ריאליטעט פון טעקסעס..

אין אריזאנע קומט נעקסטע וואך פאר א ספעשל עלעקשאן אין א פעפער רויטן דיסטריקט.. און ניין, נישט פענסילוועניע-יוניען-ווארקינג קלעס טייפ רויט נאר געהעריג קעטשאפ רויט. שטייצעך די דעמאקראטן קאמפיעטן עניוועי און א אנקעטע יעצט ווייזט דעם דעמ. מיט +1, די ערלי וואוטס ווייזן אבער דעם רעפובליקען געווינען שיין באקוועם

אנדערע חלומות גייען פאר אין טענעסי ווי דער רעפובליקען מארשע בלעקבארן און דעמאקראט פיל ברעדסען לויפן פאר באב קארקער'ס זיץ, אן אנקעטע יעצט צייגט דעם דעמאקראט -און געוועזענע גאווערנער- ברעדסאן מיט א 10 פוינט ליעד, קארקער האט היינט אומאפיציעל אינדארסירט דעם דעמאקראט...

אינעם רויטן אינדיאנע צייגט היינט א גרעוויס פאול דעם אינקאמבענט סענאט דעמאקראט זשאו דאנעלי מיט א 10 און 18 פוינט ליעד קעגן די רעפובליקאנער קעגנער, למעשה כ'ווייס נישט פארוואס אבער ער פאולט נישט דאנעלי קעגן בראון וואס איז גראדע א שטיקל פראנט ראננער יעצט אין די זשי או פי פריימערי, סאו די דעמאקראטן דארפן נאך אביסל צואווארטן פארן לחיים..

אין אריזאנע ווי מ'לויפט פאר פלעיקס זיץ לויפט א מאדערעט סאליד דעמאקראט קריסטען סינעמע און די רעפובליקענס שלאגן זיך נאך אין די פריימערי צווישן דער בארימטער זשאו ארפייא, דער עקסטרעמיסט קעלי ווארד, און דער מאדערעט מעקסעלי. רעפובליקענס האבן זיך געפרייט מיט ארפייאס קאנדידאטור אזוי רייסן זיך די צוויי אויף די מערסט צעדרייטע שטימען און מעקסעלי וואס האט די בעסטע שאנס אין די זשענעראל קריגט די ליעד. למעשה איז דא די וואך איין אנקעטע וואס גיבט טאקע מעקסעלי א 10 פוינט ליעד אבער א פרישע אנקעטע גיבט פאר ווארד א 10 פוינט ליעד.. נו שוין.

אזוי שרייבענדיג איבער אריזאונע זעה איך אז ס'דארף ארויסקומען אין די נעקסטע שעה א פאול איבער די זשענעראל עלעקשאן, (דאכצעך די ערשטע פאול) דאס דארף זיין אינטערסאנט

חוץ מזה איז דא נאך א מעגליכע סיעט אין אריזאונע, זיידי מעקעין.. רעפובליקענס אין די אריזאונע סענאט האבן היינט געשטימט די זיץ זאל נישט זיין אויפן בעלאט אין די מידטורמס אויב פעקלט ער זיך אפ, למעשה אין די אסעמבלי ווי מדארף צוויי דריטל פאר דעם בלאקן עס די דעמאקראטן.. דאס מיינט אין דעם פאל עט זיין א אפוינטמענט דורכן רעפובליקען גאווערנער און אויב דעמאקראטן זענען לאקי און ער מאכט ליידיג דאס פלאץ נאך בעפאר נאוועמבער האבן זיי נאך א פיקאפ שאנס..

אזוי שרייבענדיג איבער אריזאונע זעה איך אז ס'דארף ארויסקומען אין די נעקסטע שעה א פאול איבער די זשענעראל עלעקשאן, (דאכצעך די ערשטע פאול) דאס דארף זיין אינטערסאנט
which poll
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אפריל 18, 2018 11:40 pm

עבס/אהנ (לאקאל פירמע) אנקעטע, אריזאונע סענאט:

סינעמע (ד) וו"ס מעקסעלי (ר) +6
וו"ס ווארד (ר) +10
וו'"ס ארפייא (ר) +26
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:00 am

שכח כאפצעם פאר די באריכט.

די דזשענערעל עלעקשן נאמבערס זענען אזוי ...

קעגן די מאדערעט GOP געשטיצטע קאנדידאט מקסעלי, סינעמא 48% מקסעלי 42% פלאס 6% פאר די דעמאקראט.

קעגן די יעצטיגע פראנט ראנער אין די פריימעריס ווארד, סינעמא 50% ווארד 40% פלאס 10% פאר די דעמאקראט.

קעגן דעם פארדאנירטען שעריף דזשאוי ארפייא, וואס איז דער דריטער אין די פריימעריס, סינעמא 59% ארפייא 33% גאנצע 26% פלאס פאר די דעמאקראט.

ביי מיר גייט די פארמעסט פון טאסאפ-טילט GOP צו ליען-לייקלי דעמאקרעט, פארגרעסערענדיג די דעמאקרעטס טשענסעס איבערצונעמען דעם סענאט.

ביז יעצט איז געווען אכט טאסאפ'ס פינעף דעמאקרעטס און דריי רעפאבליקענס, און די דעמאקרעטס האבן געדארפט געווינען זיבן פון זיי, יעצט אויב מרעכנט אריזאנע פאר די דעמאקרעטס, איז נאר דא זיבן טאסאפ'ס, פינעף דעמאקרעטס און צוויי רעפאבליקענס, און די דעמאקרעטס ברויכן בלויז געווינען זעקס פון זיי.

אויב מרעכנט אראפ אינדיענע, לויט וואס @כאפצעם ברענגט אראפ א גוטע אנקעטע פארן אינקאמבענט דעמאקראט, איז בלויז דא זעקס טאסאפ'ס, פיר דעמאקרעטס און צוויי רעפאבליקענס, און די דעמאקרעטס דארפן געווינען פינעף פון זיי.

עס איז אסאך א גרעסערע טשענס צו געווינען פינעף פון זעקס, ווי זיבן פון אכט, נאכדערצו אז מזעהט דאך אז צוויי פון די אכט האבן זיי שוין.

די איבעריגע צוויי רעפאבליקען זיצן זענען, טענעסי וואס @כאפצעם דערמאנט אז עס איז דא א גוטע אנקעטע פארן דעמאקראט, הגם עקספערטס האלטן אז דאך זענען די רעפאבליקאנער פעוואריט, מיט נעוואדע ווי דער אינקאמבענט רעפאבליקאנער דיען העלער לויפט אין א סטעיט וואס קלינטאן האט געווינען, אבער ער איז א אינקאמבענט, און איך האב נאכנישט געזעהן קיין אנקעטעס.

אלע אנדערע פון די סטעיטס וואס מ'רעדט האט טראמפ געווינען.

די איבעריגע פיר דעמאקרעטס זענען, ביל נעלסאן פון פלארידע, ווי טראמפ האט שמאל געווינען וואס האט אנגעהויבן הייסן א טאסאפ ווייל דער גאנץ פאפילער רעפאבליקאנער גאווערנער ריק סקאט לויפט קעגן אים, און די שטארק רויטע סטעיטס וואס האבן דעמאקרעטס וואס לויפן יעצט, נארט דעקאטע, מיזורי, וועסט ווירדזשיניע.

אינדיענע איז אויך זייער רויט אבער ווי געשריבן האט דארט דער סענעטאר זייער א גוטע אנקעטע, און מאנטענע איז אויך זייער רויט, אבער דארט הייסט אז דער אינקאמבענט דזשאן טעסטער איז זייער שטארק.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:34 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:07 am

לויט די קוויניפיעק אנקעטע וואס געט פאר קרוז בלויז דריי פוינטס מער ווי זיין קעגנער 44-47 איז אינטערסאנט אז גאווערנער אבאד באקומט לויט די אנקעטע קעגן איין קעגנער בלויז 49-40 און קעגן א צווייטן 41-48 דאס איז אסאך ווייניגער ווי מוואלט געטראכט, די רעיס האט געהייסן סעיף, זיבן ניין פראצענט איז נישט סעיף, קוים לייקלי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:21 am

@כאפצעם איך זעה אז קארקער האט געזאגט אז מסתמא וועט ער שטימען פאר בלעקבארן, זאגנדיג אז "געווענליך געב איך נישט קיין געלט פאר א קאנדידאט וואס איך פלאן נישט צו שטימען, אבער מ'וועל מיר זעהן".
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8935
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 8:23 am

צל עובר האט געשריבן:@כאפצעם איך זעה אז קארקער האט געזאגט אז מסתמא וועט ער שטימען פאר בלעקבארן, זאגנדיג אז "געווענליך געב איך נישט קיין געלט פאר א קאנדידאט וואס איך פלאן נישט צו שטימען, אבער מ'וועל מיר זעהן".

GOP Sen. Bob Corker heaps praise on Phil Bredesen, the Democrat hoping to succeed him

WASHINGTON — Republican Sen. Bob Corker heaped lots of praise Wednesday on one of the candidates looking to succeed him when he leaves office at the end of the year.

Unfortunately for Rep. Marsha Blackburn, the likely GOP nominee for the Tennessee seat, it was Democrat Phil Bredesen who was the beneficiary of Corker’s remarks.

“I think he’s got real appeal — I don’t think it, I know it,” Corker told reporters Wednesday at a Christian Science Monitor breakfast meeting in Washington. “The question is, in a state like ours that is still a red state, is it enough? I don’t know the answer to that.”

He was a very good mayor, a very good governor, very good business person,” Corker said

There’s something in the water in Tennessee, We’ve had senators that, generally speaking, have been statesmen that are willing to burn political capital to solve our nation’s problems and are thoughtful
.

Republicans working to elect Blackburn were privately frustrated by Corker's latest bout of praise for the Democratic candidate. Bredesen sent a fundraising email Tuesday that highlighted previous positive comments from Corker.

"Senator Corker is actively trying to undermine Senate Republicans and President Trump’s agenda," one Senate GOP campaign strategist said. "It’s sad that he is spending his last days in the Senate helping Chuck Schumer."

Indeed, after the breakfast concluded Wednesday, Corker acknowledged that he is closer to the Democrat than Blackburn.

"The reason I speak the way I do about the [former] governor is there's just been such an intertwined working relationship on and off for 23 years," Corker told reporters.

I just never have had that kind of relationship with the congressperson,” he said. “I mean, I've known her professionally, but it hasn't been like we've been close friends and worked on issues together. I can't think of a single piece of legislation we've ever worked on
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 11:53 am

דאס אז ער איז א געלונגענער מענטש און א גוטער גאווערנער האלט דאך רוב טענעסי, אבער למעשה האט קארקער געגעבן געלט פאר בלעקבארן און געזאגט אז מסתמא וועט ער שטימען פאר איר.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש אפריל 21, 2018 10:44 pm

די ריפאבליקענס האבן גירעיזד 40 מאלאנעס, די לעצטע קאטער. פיין טונד מאשין.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש אפריל 21, 2018 11:28 pm

אין מיזורי איז דא א אנקעטע וואס שטעלט דעם דעמאקראטישן סענעטאר 4% פון זיין קעגנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אפריל 22, 2018 10:53 am

אין א שטיקל דורכפאל פאר מיט ראמני האט ער פארפעלט צו באקומען 60% פון די 4,000 דעלעגאטן שטימעס ביי די רעפאבליקאנער קאנווענשאן אין יוטא דעם פארגאנגענעם שבת, עפעס וואס וואלט אים איינגעשפארט א רעפאבליקאנער פריימערי.

עס איז א אלטע געפעכט אין יוטא צווישן די פארטיי שישקעס וואזוי די רעפאבליקאנער קאנדידאטן זאלן ווערן אויסגעקליבן. די פארטיי פירער האבן אייביג געוואלט האבן די מאכט און דעריבער האבן זיי בעפארצאגט אז די קאנדידאטן זאלן ווערן אויסגעקליבן ביי די קאנווענשאן דורך פארטיי דעלעגאטן. אבער אנדערע האבן געוואלט מאכן די זעלבע סיסטעם וועלכע איז איינגעשטעלט אויף אסאך ערטער, נעמליך, מען נעמט צוזאם אונטערשריפן.

ראמני האט געוואלט טון ביידע צוזאמענעמענדיג אזויפיל ווי 52 טויזנט חתימות (דאס איז היפש מער פון די פארלאנגטע 27 טויזנט). דאס האט אויפגערעגט די דעלעגאטן און געפירט צו זיין פארלוסט ביי די פארטיי קאוקעס. נאכ'ן אריינקומען מיט 49% שטימען קעגן די 50% וועלכע איז געגאנגען פאר "מייק קענעדי" וועט ער יעצט מוזן אנטייל נעמען אין א פריימערי וועלכע וועט פארקומען יולי 27

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 22, 2018 11:28 pm

עס הייסט נאך אלץ אז ראמני האט סיי די פריימעריס און סיי די דזשענערעל אין טאש.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג אפריל 22, 2018 11:29 pm

צל עובר האט געשריבן:אין מיזורי איז דא א אנקעטע וואס שטעלט דעם דעמאקראטישן סענעטאר 4% פון זיין קעגנער.


48% פארן דעמאקראט קעגן 44% פאר דעם רעפאבליקאנער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5501
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג אפריל 22, 2018 11:39 pm

די דעמעקראט איז א אינקאמבענד און האט נאר געווינען איר זיץ צוליב די שוואכע קאנדידאט קעגן וועם זי איז געלאפן אין 2012

די זיץ איז פון די בעסטע טשאנסן וועלכע די רעפאבליקאנער פארמאגן איבערן לאנד

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 23, 2018 4:18 am

און מיט דעם אלעם איז עס די דריטע אנקעטע וואס שטעלט דעם דעמאקראט 4% פאראויס.

אין די רעטינגס איז עס א טאסאפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:31 pm

שלא באותו ענין
וואס איז די סטארי פוןדי פרוי סענענטערין פון מישיגעןוואס האט געהאט יעצט א קינד. (אגב זי לויפט יעצט ?) זי האט נישט קיין פיס.
האט זי עפעס מעלות אדער האט מען איר נאר גענומען ווייל ...........
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 23, 2018 7:21 pm

זי איז א וועטעראן פון מיליטער, און דארט האט זי פארלוירן ביידע פיס, דאס הייסט אז זי איז א הירא, און נאכדעם איז זי געלאפן פאר סענעטאר, איז דאס א חיזוק פאר אלע אינוואלידן, און יעצט איז זי געווען די ערשטע סענעטאר אין היסטאריע צו האבן א קינד זייענדיג א סענעטאר, איזעס א שטארקע זאך אז ווארקינג מאמעס קענען אויך האבן קינדער און ווייטער אנגיין מיט די קאריער, און נישט אז מ'מוז אויפגעבן צו האבן קינדער ווען מ'וויל בויען א קאריער.

זי איז פון אילענוי, ווי זי האט ארויסגעווארפן א אינקאמבענט רעפאבליקאנער, אין 2016, זי ברויך לויפן קומענדיגע מאל אין 2022.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג אפריל 23, 2018 7:23 pm

די סופרים קארט פון קאלאראדא האט גע'פסל'ט די אינטערשריפטן פון א זעקס טערמיניגן רעפאבליקאנער קאנגרעסמאן צו קענען לויפן אין די רעפאבליקאנער פריימעריס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4797
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:03 am

אין גוטע נייעס פאר די רעפאבליקענס איז דער אינקאמבענט סענעטאר דיען העלער פאראויס מיט 40 קעגן 39 פראצענט, אין די סטעיט וואס הילערי קלינטאן האט געווינען אין 2016 מיט 2.4% , אויב געווינט ער טאקע ברויכן די רעפאבליקענס בלויז נאך איינס, פון אריזאנע טענעסי, נארט דעקאטע מיזורי וועסט ווירדזשיניע אינדיענע פלארידע, וואס הייסן אלע טאסאפ'ס, אויך איז דא מאנטענע וואס טראמפ האט שטארק געווינען אבער דערווייל האלט זיך סענעטאר טעסטער זייער שטארק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:08 pm

צל עובר האט געשריבן:אין גוטע נייעס פאר די רעפאבליקענס איז דער אינקאמבענט סענעטאר דיען העלער פאראויס מיט 40 קעגן 39 פראצענט, אין די סטעיט וואס הילערי קלינטאן האט געווינען אין 2016 מיט 2.4% , אויב געווינט ער טאקע ברויכן די רעפאבליקענס בלויז נאך איינס, פון אריזאנע טענעסי, נארט דעקאטע מיזורי וועסט ווירדזשיניע אינדיענע פלארידע, וואס הייסן אלע טאסאפ'ס, אויך איז דא מאנטענע וואס טראמפ האט שטארק געווינען אבער דערווייל האלט זיך סענעטאר טעסטער זייער שטארק.

I wouldn't call this good news, for an incumbent senator to be just +1 to a relatively unknown opponent, in a year that is toxic for his party
And in addition Nevada is known to have a massive GOTV machine by Reid/Democrats, they always overperform the polls there, including 2016

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:27 pm

קלינטאן איז דאכצעך אויך געווען באקאנט אלס איינע מיט א מעכטיגע געט אוט די וואוט מאשין.
Innocent until proven Republican

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:39 pm

די גוטע נייעס דא איז, ווער עס געווינט די פאפולערע שטימען באקומט דעם זיץ.
?I DON'T CARE, DO YOU

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:44 pm


ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 588
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:47 pm

אין כל חדש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין גוטע נייעס פאר די רעפאבליקענס איז דער אינקאמבענט סענעטאר דיען העלער פאראויס מיט 40 קעגן 39 פראצענט, אין די סטעיט וואס הילערי קלינטאן האט געווינען אין 2016 מיט 2.4% , אויב געווינט ער טאקע ברויכן די רעפאבליקענס בלויז נאך איינס, פון אריזאנע טענעסי, נארט דעקאטע מיזורי וועסט ווירדזשיניע אינדיענע פלארידע, וואס הייסן אלע טאסאפ'ס, אויך איז דא מאנטענע וואס טראמפ האט שטארק געווינען אבער דערווייל האלט זיך סענעטאר טעסטער זייער שטארק.

I wouldn't call this good news, for an incumbent senator to be just +1 to a relatively unknown opponent, in a year that is toxic for his party
And in addition Nevada is known to have a massive GOTV machine by Reid/Democrats, they always overperform the polls there, including 2016

איך ווייס נישט פארוואס די רופסט אהן דער דעמאקראטישער אפאנענט "נישט באוויסט" ווען ער/זי איז די יעצטיגע קאנגרעסמאן דארט

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:15 pm

There are more than 1 Congressman in NV, I think number stands at 5, and you probably know how known a congressman is outside his district
See below from The Nevada Independent who conducted this poll

Rosen, who had never held office before her congressional race, lagged Heller significantly in name recognition among poll respondents, with 34.2 percent saying they had never heard of her compared to only 8 percent unfamiliar with him. Heller has served in public office since 1990 and in the U.S. Senate since 2011.

אין כל חדש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מיטוואך אפריל 25, 2018 1:22 pm

Think and Thank האט געשריבן:קלינטאן איז דאכצעך אויך געווען באקאנט אלס איינע מיט א מעכטיגע געט אוט די וואוט מאשין.

And? Finish your line! she won in NV, which is the State we are discussing now
Pundits like to name it the Reid machine as Harry Reid worked hard on this to get him reelected in republican wave year 2010 against all odds


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט