2018 מידטורם עלעקשאנס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג פאברואר 04, 2018 11:12 pm

עס איז אויסגעקומען אז די פריימעריס אין ניו יארק דארף זיין סעפטעמבער 11, וואס קומט אויס להבדיל די צווייטע טאג ראש השנה, און מ'ארבעט עס צו ריקן.

אין עטליכע אנדערע סטעיטס וואס איז אויך געווען די פראבלעם האט מען עס שוין אוועקגערוקט.

קרעדיט דער בלאט
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מאנטאג פאברואר 05, 2018 1:07 pm

דאס איז זיין שטאנדפונקט אויף די 2018 מידטורם עלעקשאנס.

Screenshot_20180205-125931-01.jpeg
Screenshot_20180205-125931-01.jpeg (160.75 KiB) געזעהן 1262 מאל

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:05 pm

ווער איז דאס?

די תמצית איז אז ער געט פאר די דעמאקרעטס א 62.8% טשענס צו געווינען דעם קאנגרעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:38 pm

2018 איז אפיציעל אין שוואונג, די אנקעטעס איבער אינדיווידואלע פארמעסטן הייבן אן אריינקומען:

מישיגען סענאט: אינקאמבענט דעמאקראט סטעבענאו +21
מישיגען גאווערנער: דעמאקראטישער קאנדידאט וויטאמיר +7
מערילענד גאווערנער: אינקאמבענט רעפובליקאנער לערי האוגען +10
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:09 am

צל עובר האט געשריבן:ווער איז דאס?

די תמצית איז אז ער געט פאר די דעמאקרעטס א 62.8% טשענס צו געווינען דעם קאנגרעס.

אן ארבעטער ביי DDHQ

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג פאברואר 06, 2018 2:48 am

אינטערסאנט לערי האוגען איז פאראויס מיט בלויז 10 פוינטס, ווען זיין עפראוועל איז ביי איבער 70% , אפשר ווייל ער לויפט אויף די רעפאבליקאנער פארטיי ליניע און טראמפ איז אודאי נישט צו פאפעלער אין מערילענד.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דינסטאג פאברואר 06, 2018 1:14 pm

לויט 538 זענען די דעמאקראטן פאראויס אין די זשענעריק קאנגרעשענעל בעלאט מיט בלויז 5 פראצענט!

Screenshot_20180206-125322-01.jpeg
Screenshot_20180206-125322-01.jpeg (109.18 KiB) געזעהן 1048 מאל

אייגענע מיינונג
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 10:13 pm
לאקאציע: ברוקלין נו יארק

תגובהדורך אייגענע מיינונג » דינסטאג פאברואר 06, 2018 2:39 pm

כ'ווייס נישט וויאזוי אויפצונעמען די אלע פראצענטן. די נאכט פון די עלעקשאנס האט די NYT געגעבן קלינטאנען 95% און צוביסליך אראפגעגאנגען ביז 95% פאר טראמפ'ן און יאפ זיי זענען גערעכט געווען. טראמפ האט עס געמאכט...
וואס מ'לערנט ארויס פון דעם איז אז פראצענט איז א סינאנים פאר 'אזוי מיינעך' און 'כ'שטעל מיך פאר'...

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך פאברואר 07, 2018 1:16 pm

היינט איז ערשינען 2 פרישע אנקעטעס אין די פלארידע סענאט זשענערעל עלעקשען.
איינס איז פון UNF וואס גיבט פאר די דעמאקראטישע אינקאמבענט סענאטאר נעלסאן א 6 פונקט אויבערהאנט איבער גאווערנאר סקאט (וואס האט אגב נאך ניט אמאל געמאלדן זיין קאנדידאטור)
די צווייטע אנקעטע איז פון די 'מעיסען דיקסען' פירמע און גיבט פאר די דעמאקראט אן אויבערהאנט פון בלויז איין פראצענט

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:16 pm

אייגענע מיינונג האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויאזוי אויפצונעמען די אלע פראצענטן. די נאכט פון די עלעקשאנס האט די NYT געגעבן קלינטאנען 95% און צוביסליך אראפגעגאנגען ביז 95% פאר טראמפ'ן און יאפ זיי זענען גערעכט געווען. טראמפ האט עס געמאכט...
וואס מ'לערנט ארויס פון דעם איז אז פראצענט איז א סינאנים פאר 'אזוי מיינעך' און 'כ'שטעל מיך פאר'...


די ניו יארק טיימס איז זייער גוט ביים ציילן די שטימען צו וויסן ווי מ'האלט, אזוי ווי אין אלאבאמע האט מען געוויסט אז דער דעמאקראט איז שטערקער אפילו ווען ער איז נאך געווען אינטערשטעליג אין די קאונט.

נעיט סילווער איז זייער א קראנטע פרעדיטקטער, ער האט געגעבן פאר טראמפ א ארום 30% פראצענט די לעצטע פאר וואכן פאר די וואלן, און האט מסביר געווען אז עס איז דא א דריטל טשענס טראמפ זאל געווינען שמאל, א דריטל קלינטאן זאל געווינען שמאל, און א דריטל טשענס קלינטאן זאל געווינען ברייט.

אלע אנדערע האבן געגעבן פאר טראמפ סינגל דידזשיטס אז ער קען געווינען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:25 pm

נעיט סילווער לייגט נישט אריין אין זיין מאדעל וואס ער מיינט און שטעלט זיך פאר, ער רעכנט אויס לויט די אינדיקעיטערס יעצט - ווער האט אין אזא פאל געווינען בעבר, די זעלבע זאך טוען די וועטער פאראויסשאצער.

ראמני האט ער געגעבן נאר 9% טשענס ווען מ'האט זיך איינגערעדט אז ער האט גאנץ גרויסע טשענסעס, טראמפ האט ער געגעבן 30% ווען יעדער (אפילו טראמפ אליינס) איז געווען זיכער אז ער מאכט עס נישט.

און ביי די וועטער ווען זיי זאגן 30% רעגן, נעמט מען דעם רעגן שטריימעל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

האלאו. האלאו. איר לויפט אויך?!

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:43 pm

איי דיריריי ריי איי דיריריי ריי אוי מיין באבע, יא זי איז מיין באבע... מיין באבע איז די בעסט.... 

Pelosi: My Grandson's Birthday Wish Was To Have Brown Skin, Brown Eyes; "Face Of The Future Of Our Country"

NANCY PELOSI: I'm reminded of my own grandson. He is Irish, English, whatever, whatever, and Italian-American, he is a mix. But he looks more the other [Italian] side of the family, shall we say. 

And when he had his sixth birthday... he had a very close friend whose name is Antonio, he's from Guatemala. And he has beautiful tan skinned, beautiful brown eyes, and this was a proud day for me, because when my grandson blew out the candles on his cake,they said did you make a wish?
He said yes, he made a wish. What is your wish? I wish I had brown skin and brown eyes like Antonio. 

So beautiful. So beautiful. The beauty is in the mix. The face of the future for our country is all-American. And that has many versions. 
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג פאברואר 09, 2018 1:52 pm

מיניסאטא קאנגרעסמאן 'ריק נאלאן' (דעמאקראט) האט געמאלדן אז ער וועט ריטייערן, ווערנדיג מיט דעם די פופציגסטער קאנגרעסמאן נישט צו לויפן פאר ריעלעקשען.
דאס קען זיין א גוטע שאנס פאר די רעפובליקאנער אויפצופיקן די סיט נאכדעם וואס טראמפ האט געווינען די דיסטריקט אין 2016 מיט גאנצע 16 פונקטן!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2370
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג פאברואר 09, 2018 1:56 pm

מען קען שיקן אביסל קאווע אנצושמירן ס׳פנימל פונעם זעקס יעריגס

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:11 pm

אבער.. אבער.. די מעמאו!..

דעמאקראטן קריגן א דאבל דיזשעט ליעד, א 5 פונקטן שפרינג פון א חודש צוריק...

Dems lead GOP by 11 on generic midterms ballot

Democrats hold an 11-point lead over Republicans on a generic House ballot, according to a new poll from Marist.

Registered voters favor Democrats over Republicans, 49 percent to 38 percent, according to the generic ballot question, with 5 percent supporting neither party and 8 percent undecided.

Support for Democrats has jumped since last month, as the previous Marist poll showed Democrats with a 6-point edge over Republicans, 46 to 40 percent.

The Marist poll surveyed 1,012 U.S. adults from Feb. 5 to 7 and had a margin of error 3.7 percentage points. Results for the 807 registered voters within the sample had an estimated 4.1-point margin of error.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 2:28 pm

כאפצעם האט געשריבן:אבער.. אבער.. די מעמאו!..

דעמאקראטן קריגן א דאבל דיזשעט ליעד, א 5 פונקטן שפרינג פון א חודש צוריק...

כאניש געזען באריכטן אז די fbi לויפט אין די מידטערמס. דיד איי מיס סאמטינג?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:15 pm

נעיט סילווער זאגט אז די זשענעריק בעלאט עוורעזש איז צירוק ארויף צו דעמאקראט + 7.5% און אויב אין נאוועמבער גייט זיין די נאמבער'ס גייט די קאנטראל אויף קאנגרעס זיין ממש א Toss-up

איינער פארשטייט פארוואס?

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:26 pm

ליבלעך האט געשריבן:נעיט סילווער זאגט אז די זשענעריק בעלאט עוורעזש איז צירוק ארויף צו דעמאקראט + 7.5% און אויב אין נאוועמבער גייט זיין די נאמבער'ס גייט די קאנטראל אויף קאנגרעס זיין ממש א Toss-up

איינער פארשטייט פארוואס?


ווייל די קאנגרעס דיסטריקט מעפ איז העוועלי דזשערימענדערט אין פעיוואר פון די GOP .

פון 1994 ביז 2006 האבן די רעפאבליקענס געווינען סיי די פאפעלער וואויטס און סיי מער זיצן, אין 2012 האבן די רעפאבליקענס פארלוירן די פאפעלער וואויטס מיט 1.2% , און דאך געהאט מער זיצן ווי די אלע יארן וואס זיי האבן געווינען די פאפעלער וואויטס.

די טשארט וואס דו ברענגסט אויבן ווייזט אויך די זעלבע זאך, אז די רעפאבליקענס קענען אסאך גרינגער געווינען מער זיצן ווי די פאפעלער וואויטס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:28 pm

שמאטע האט געשריבן:איי דיריריי ריי איי דיריריי ריי אוי מיין באבע, יא זי איז מיין באבע... מיין באבע איז די בעסט.... 

Pelosi: My Grandson's Birthday Wish Was To Have Brown Skin, Brown Eyes; "Face Of The Future Of Our Country"

NANCY PELOSI: I'm reminded of my own grandson. He is Irish, English, whatever, whatever, and Italian-American, he is a mix. But he looks more the other [Italian] side of the family, shall we say. 

And when he had his sixth birthday... he had a very close friend whose name is Antonio, he's from Guatemala. And he has beautiful tan skinned, beautiful brown eyes, and this was a proud day for me, because when my grandson blew out the candles on his cake,they said did you make a wish?
He said yes, he made a wish. What is your wish? I wish I had brown skin and brown eyes like Antonio. 

So beautiful. So beautiful. The beauty is in the mix. The face of the future for our country is all-American. And that has many versions. 


למעשה פארשטייט זי צו חינוך, אירע אייניקלעך גייען אין אירע וועגן.

גויאיש נחת.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:46 pm

צל עובר האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:נעיט סילווער זאגט אז די זשענעריק בעלאט עוורעזש איז צירוק ארויף צו דעמאקראט + 7.5% און אויב אין נאוועמבער גייט זיין די נאמבער'ס גייט די קאנטראל אויף קאנגרעס זיין ממש א Toss-up

איינער פארשטייט פארוואס?


ווייל די קאנגרעס דיסטריקט מעפ איז העוועלי דזשערימענדערט אין פעיוואר פון די GOP .

פון 1994 ביז 2006 האבן די רעפאבליקענס געווינען סיי די פאפעלער וואויטס און סיי מער זיצן

אין 2006 האבן זיי פארלירן

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:55 pm

סאבסיטוט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:נעיט סילווער זאגט אז די זשענעריק בעלאט עוורעזש איז צירוק ארויף צו דעמאקראט + 7.5% און אויב אין נאוועמבער גייט זיין די נאמבער'ס גייט די קאנטראל אויף קאנגרעס זיין ממש א Toss-up

איינער פארשטייט פארוואס?


ווייל די קאנגרעס דיסטריקט מעפ איז העוועלי דזשערימענדערט אין פעיוואר פון די GOP .

פון 1994 ביז 2006 האבן די רעפאבליקענס געווינען סיי די פאפעלער וואויטס און סיי מער זיצן

אין 2006 האבן זיי פארלירן


איך האב געמיינט ולא עד בכלל.

איך האב שוין דעמאלטס מיטגעהאלטן דעם פארמעסט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 10:05 pm

צל עובר האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:נעיט סילווער זאגט אז די זשענעריק בעלאט עוורעזש איז צירוק ארויף צו דעמאקראט + 7.5% און אויב אין נאוועמבער גייט זיין די נאמבער'ס גייט די קאנטראל אויף קאנגרעס זיין ממש א Toss-up

איינער פארשטייט פארוואס?


ווייל די קאנגרעס דיסטריקט מעפ איז העוועלי דזשערימענדערט אין פעיוואר פון די GOP .

פון 1994 ביז 2006 האבן די רעפאבליקענס געווינען סיי די פאפעלער וואויטס און סיי מער זיצן, אין 2012 האבן די רעפאבליקענס פארלוירן די פאפעלער וואויטס מיט 1.2% , און דאך געהאט מער זיצן ווי די אלע יארן וואס זיי האבן געווינען די פאפעלער וואויטס.

די טשארט וואס דו ברענגסט אויבן ווייזט אויך די זעלבע זאך, אז די רעפאבליקענס קענען אסאך גרינגער געווינען מער זיצן ווי די פאפעלער וואויטס.

אהא, שכח פארן קלאר מאכן!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:38 pm

ריפארט: טענעסי סענאטאר 'באב קארקער' טראכט ערנסט פון טוישן זיין מיינד און יא לויפן פאר ריעלעקשען אין 2018

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9603
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 12, 2018 10:18 pm

א באריכט אין פאליטיקאו פארציילט אז די GOP פאניקט אין רעזולטאט פון אן אינטערנעל אנקעטע וואס זיי האבן דורכגעפירט אין טענעסי.

די אנקעטע גענימען צוויי וואכן צוריק צייגט דעם דעמאקראט 'פיל ברעדסאן' (פאפולערער געוועזענער טענעסי גאווערנער) מיט א 3 פונקטן אויבערהאנט קעגן דעם רעפובליקען קאנדידאט 'מארשא בלעקבארן', א שטוינענדע רעזולטאט אין דעם שטארק רויטן סטעיט.

די פלוצימע שטארקע שאנסן צו פארלירן א ביז יעצטיגע פארזיכערטע סענאט זיץ האט אריינגעברענגט א פאניק ביי די פארטיי פירער נעמנדיג אין באטראכט אז דעמאקראטן זענען דערווייל אין די ליעד ביי זייערע אמטירנדע זיצן, און זענען פעיוואריט צו פליפן דעם נעוואדע סענאט זיץ, וואס מיינט אז די טענעסי זיץ קען זיי מאכן אין קאנטראל פון סענאט...

אלס רעזולטאט לייגט מען שטארקע דרוק אויף קארקער זיך איבערצורעכענען און יא לויפן פאר ווידערוויילונג.

קארקער זאגט יעצט אז ער 'קלערט זיך איבער', ער האט אבער נאך א פראבלעם אז צו געווינען דעם פריימערי קעגן מארשע בלעקבאורן וועט ער דארפן טראמפ'ס שטיצע, עפעס וואס ער אנטזאגט זיך דערווייל אים צו געבן נאך זייער אפענע פייט... מעקאנעל לייגט אבער אריין שטארקע כוחות אויפן ווייסן הויז אז טראמפ זאל פארקוקן אויף זיין איגאו פאר די הצלחה פון די פארטיי און נישט איבערמאכן דעם זעלבן טעות פון אלאבאמא...
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג פאברואר 12, 2018 11:57 pm

ישר כח @כאפצעם פאר די באריכט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: abeg, derech eretz, אור, בשבילי נברא, הרב_שלום, יישר כח, מי חכם, משמש, נאך פונדערהיים, שטילער און 82 געסט