איך וועל פרובירן צו ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
וויכטיג מאכער האט געשריבן:איך בין ראנג אז מ'רעכענט זאכן צוויי מאל? קודם כל דאס "וועגן" פאולס, סיז דא א פאולסטער, געגאנגן אין קאלידזש, סייענס בלא בלא... ער מאכט אפ צו פרעגן לויט וויזוי ער פארשטייט, זאגסטע, אז דו וועגסט עס צוליב וואטעווער ריעזאן... איי אפשר האט יענער דאס אויך גענומען באטראכט?
וועגן פאולס איז געווענליך בעיסד אויף זיין היסטארי צו ער איז דעמאקראטיש גענויגט אדער רעפובליקאניש, גארנישט ווייל איך מאך אפ ער איז נישט גערעכט אדרבה די עלעקשאן אנאליסטן זענען פייער אקעגן אריינצוקריכן אין סוב-סעמפלס און דרייען א קאפ, מסתמא וועגט ער אויך בעיסד אויף די נאמבער רעספאנדענטס, און ער עדזשאסט אויך אביסל רעדזשיסטערד ווס. לייקלי וואוטערס פאולס
שנית, וואס מאכט געלט אויס אויף א פארמעסט? אויב ברענגטעס וואוטערס דיך צו שטיצן, דארפן דאס די פאולס רעפלעקטן, סאו פארוואס לייגסטו צו די "פאנדעמענטלס" צו די פאולס, די פאולס דארפן דאך רעפלעקטן רעאלעטי וואס דאס איז שוין נאך די געלטער!
געלט איז חלק פון פונדעמענטלס און נישט צו טוישן פאולס, (איך קום שוין צוריק צו די ענד פיקטשער ווי מען בלענד אריין די פונדעמענטלס), און יא געלט זאגט עפעס א קאנדידאט מיט אסאך דעלט קען רוקן נאמבערס צו זיין ריכטונג (ע"ע מעיאר בלומבערג) שנית איז נאך א גאר וויכטיגע נקודה פאנדרעיזינג פון לאקאלע וויילער ווייזט אויף ענטוזיאזם, יא ארארק'ס נאמבערס (רוב פון זיינע געלטער קומט פון טעקסעס איינוואוינער) ווייזט קלאר זיינע שטיצער זענען זייער ענטוזיאסטיש
ואגב, דו זאגסט אז אן די פאולס וואלסטו געזאגט אז אראוקאו געווינט, אר יו פאר ריעל? און איך כאפמעך יעצט אז דאס איז טאקע די גרעסטע ראי אז די מאדעל טויג נישט... זאל מיר איינער זאגט אז אן די פאולס וואלטער געזאגט אז אראוקאו גייט געווינען טעקסעס... און איה"נ סילווער אליין זאגט אויך אז קרוז דארף זיין פאראויס אויף פאנדעמענטלס, אבער די פאנדרעיזינג שלעפטעס אראפ, און ער איז געווען סורפרייזד, וואסערמאן זאגט אז די מאדעל גיבט צופיהל קרעדיט פאר פאנדרעיזינג... ר' איד, ווען א מאדעל ווייזט זאכן נגד השכל, זיי נישט סורפרייזד, טויש דיין מאדעל!
דאס מיינט נישט אז אראוקא קעניש געווינען, אבער די מאדעל וואס ער נוצט שטינקט!
איין מינוט, פארוואס קען נישט זיין אז ארארק געווינט לויט די פונדעמענטלס? טראמפ האט געווינען טעקסעס מיט בלויז 9%, און א יאר וואס דעמאקראטן זענען אין 538 עוורידזש פאראויס מיט 8.4% אויפן דזשענעריק בעללאט האסטו שוין א נאנטע פארמעסט!! יעצט לייג צו וואס פאר א כאריזמאטישער קאנדידאט ארארק איז און קרוז זייענדיג קאנסערוואטיווער פון טעקסעס אין אלגעמיין האסטו ארארק געווינען!
יעצט צום סוף א ווארט וועגן אריינבלענדן די פונדעמענטלס, יעדער ווייסט אז אסאך מאל שטעלט זיך ארויס אז פאולס זענען אףף, וועגן דעם פרובירן אנאליסטן אייביג אריינצוקריכן צו מעסטן אפשר קען זיין געוויסע אנדערע אנדייטונגען וואס וועט אונז פאראויסשאצן אז פאולס זענען אףף אבער מען דארף אויך געדענקן נישט צו בויען פיתום ורעמסס אויף די אנדערע אנדייטונגען (א שטייגער ווי ראמני שטיצער אין 2012) וועגן דעם פרובירט נעיט סילווער אויס פארשידענע מהלכים און נאכדעם פרובירט ער אויס למפרע, דהיינו אויב וואלט איך גענוצט מיין מאדעל מיט די עוועיליבל אינפא פון פאר די וואלן אין די לעצטע 40-50 יאר וואס וואלט ער פאראויסגעשאצט און לויט דעם באשליסט ער אויב עס איז גוט אדער נישט
לסיום, דאס וואס וויכי טענה'ט אז רוב ארטיקלען דערמאנען נאר RCP און נישט 538, האב איך שוין אמאל געשריבן דא אז איה"נ רוב שרייבערס הייבן נישט אן צו וויסן בחייכון וביומיכון אין וואלן פאראויסשאצונגען, ביי די עלעקשאן אנאליסטן א שטייגער ווי וואסערמאן (און אפילו שאן טרענד) איז א ווארט פון נעיט סילווער גאר גאר שטארק, און די אמת איז אז מען דארף נאר ליינען 2 ארטיקלען פון סילווער צו זען דער חילוק פון אים און פלעינע נייעס שרייבער, א יעדע ריר שטודירט ער מיט אלטע דעטע ביי אים איז נישטא אזא זאך פון ארויסרוקן סברות אן עס דורכזיפן צו דעטע בעקט עס אדער נישט, (שוין לאמיר זיך דא אפשטעלן, שמעתי זיין מאמע איז א גוי, וויל איך נישט זיך גרעניצן מיט לא תחנם)