2018 מידטורם עלעקשאנס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די דעמאקרעטס האבן געווינען אלע חוץ איינס [מינעסאוטע 1, דארט האט דער רעפאבליקאנער זייער שמאל געווינען די ליידיגע דעמאקראטישע טראמפ זיץ, ער האט געגעבן 55% פארן דעמאקראט] וואס זילבער האט זיי געגעבן איבער פון טאסאפ גענויגט דעמאקרעט, דהיינו 50%+, די רעפאבליקאנער האבן יא דערלייגט אסאך פון זייערע זיצן, אפילו ליען'ס און לייקלי'ס.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זיי האבן געווינען אלע 20 קוק'ס ליען דעמ. זיצן
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל.
.

סארי ניו יארק שטימט "אונטער 60%" דעמאקראטיש!

אפגערעדט ביים גאווערנער איז עס אונטער 55% !!!

און דאס איז אין א דעמאקראטישע מידטורם עלעקשאן, פלאס וואס א מערהייט רעפאבליקאנער וואטען נישט וואוסענדיג אז עס איז א שאד זייער מיה און צייט...
אטעטשמענטס
Screenshot_20181110-211828~2.png
Screenshot_20181110-211828~2.png (75.28 KiB) געזען 1622 מאל
Screenshot_20181110-211927~3.png
Screenshot_20181110-211927~3.png (90.42 KiB) געזען 1622 מאל
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 10:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאפצעם האט געשריבן:זיי האבן געווינען אלע 20 קוק'ס ליען דעמ. זיצן

קוק'ס ליען דעם איז אין ערוך צו בלויז א ברעקל מער ווי פופציג פראצענט ביי זילבער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל.
.

סארי ניו יארק שטימט "אונטער 60%" דעמאקראטיש!

אפגערעדט ביים גאווערנער איז עס אונטער 55% !!!

און דאס איז אין א דעמאקראטישע מידטורם עלעקשאן, פלאס וואס א מערהייט רעפאבליקאנער וואטען נישט וואוסענדיג אז עס איז א שאד זייער מיה און צייט...

די ברויכסט רעכנען דזשיליברענד און קואמא אויף אלע זייערע פארטייען.

אויך איז די טוירנאוט אין די סיטי פיצי קעגן אינדרויסן.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 10:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאציאנאל און סטעיט פאליטיק איז נישט נישט שטארק פארבונדן, ספעציעל אין די נארט איסט מיט אירע פיסקעלי קאנסערוואטיוו און סאושעלי ליבעראל רעפובליקאנער.

מעסאטשוסעטס, קאנעטיקוט, ראוד איילענד, מעין און ווערמאנט האבן אינאיינעם א גרענד טאוטעל פון איין רעפובליקאנער קאנגרעסמאן, (אין מעין, און ער גייט מן הסתם פארלירן מיט די נייע ranked choice voting) צו 20 דעמאקראטן.

מעין האט יעצט ערוועלט א דעמאקראטישע גאווערנאר נאך אכט יאר.
מעסאטשוסעטס האט יעצט ריעלעקטעט זייער רעפובליקאנער גאווערנאר מיט א גוזמא פראצענטן.
ניו העמפשיר האט יעצט ווידערערוויילט זייער רעפובליקאנער גאווערנאר.
און ווערמאנט האט א רעפובליקאנער גאווערנאר.

מען קען גארנישט אפלערנען פון קוקן אויף די גאווערנאר פארמעסטן. און קאנגרעס פארמעסטן זאגט דיך פיל מער ווי קלינטאן'ס מארדזשין.
ווילסט מיר זאגן אז קאולינס איז אן אויסנאם וועגן די סקאנדאל. פיין, שטאפ זיין דיסטריקט מיט וויפיל רעפובליקאנער מעגליך, זאל זיין 70-30 צי מער, און ביזט האלבוועגס צום ציל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אויב דו צושאקלסט אלע דיסטריקטס קענסטו מער נישט קוקן אויף די קאנגרעשענעל מארדזשינס, נאר אויף פרעזידעשעל, אפשר א עוורידזש פון קלינטאן מיט אבאמע.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נישט ריכטיג.
מען ווייסט ווי בלוי די סיטיס וואוטן געווענליך. וויפיל די רורעל וויסטענישן שטימען פארן רעפובליקאנער. בערך, פארשטייט זיך. עס איז נישט ראקעט סייענס.
די אלע סטעיטווייד עלעקשנס וואו די פאר אפסטעיט וויילער מאכן נישט אויס, גאווערנאר און סענאטאר, זענען נישט מאסגעבנד אין קאנגרעס פארמעסטן ווי יעדע דיסטריקט קלויבט זיך אליין איר רעפרעזענטעטיוו. אויב דו ווילסט מאכן א קאנגרעס דזשערימענדער קוק אויף די קאנגרעס פארמעסטן.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל.
.

סארי ניו יארק שטימט "אונטער 60%" דעמאקראטיש!

אפגערעדט ביים גאווערנער איז עס אונטער 55% !!!

און דאס איז אין א דעמאקראטישע מידטורם עלעקשאן, פלאס וואס א מערהייט רעפאבליקאנער וואטען נישט וואוסענדיג אז עס איז א שאד זייער מיה און צייט...

די ברויכסט רעכנען דזשיליברענד און קואמא אויף אלע זייערע פארטייען.

אויך איז די טוירנאוט אין די סיטי פיצי קעגן אינדרויסן.

נישט גערעכט, עפי"ר די וואס האבן געוואוט פאר איהם ביי די אנדערע פארטייען איז עס געווען ווייל זיי ווילן זיך נישט אינדענטיפיצירן אלס דעמאקראטען.

און אפי' מ'וועט יא רעכענען די ס"ה פאר די קאנדידאטן, קומט עס אויס צו ארום 64% פארן סענעטאר, און אונטער 58% פארן גאווערנער, ווייט ווייט פון 75% - 80% פארן דעמאקראט!
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 10:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט ריכטיג.
מען ווייסט ווי בלוי די סיטיס וואוטן געווענליך. וויפיל די רורעל וויסטענישן שטימען פארן רעפובליקאנער. בערך, פארשטייט זיך. עס איז נישט ראקעט סייענס.
די אלע סטעיטווייד עלעקשנס וואו די פאר אפסטעיט וויילער מאכן נישט אויס, גאווערנאר און סענאטאר, זענען נישט מאסגעבנד אין קאנגרעס פארמעסטן ווי יעדע דיסטריקט קלויבט זיך אליין איר רעפרעזענטעטיוו. אויב דו ווילסט מאכן א קאנגרעס דזשערימענדער קוק אויף די קאנגרעס פארמעסטן.

קאן זיין אז דו ביזט גערעכט.

עכ"פ עס וואלט נישט געשאדט פאר די דעמאקרעטס צו מעיין זיין אין די טראמפ 2020 רעזאלטס אין אפסטעיט פארן נעמען אלע זיצן.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט ריכטיג.
מען ווייסט ווי בלוי די סיטיס וואוטן געווענליך. וויפיל די רורעל וויסטענישן שטימען פארן רעפובליקאנער. בערך, פארשטייט זיך. עס איז נישט ראקעט סייענס.
די אלע סטעיטווייד עלעקשנס וואו די פאר אפסטעיט וויילער מאכן נישט אויס, גאווערנאר און סענאטאר, זענען נישט מאסגעבנד אין קאנגרעס פארמעסטן ווי יעדע דיסטריקט קלויבט זיך אליין איר רעפרעזענטעטיוו. אויב דו ווילסט מאכן א קאנגרעס דזשערימענדער קוק אויף די קאנגרעס פארמעסטן.

קאן זיין אז דו ביזט גערעכט.

עכ"פ עס וואלט נישט געשאדט פאר די דעמאקרעטס צו מעיין זיין אין די טראמפ 2020 רעזאלטס אין אפסטעיט פארן נעמען אלע זיצן.

דאס זענען די זעלביגע אינגעלייט וואס האבן עטליכע טעג צוריק זיך אפגערעדט אויף די רעפאבליקאנע דשערימענדערינג!
טולק עבאוט דשערימענדערינג!...

ביידעוועי, אין 6 פון די 27 ניו יארקע קאנגרעס דיסטריקטן זענען אפי' נישט געלאפן קיין רעפאבליקאנער קאנדידאט!
לעצט פארראכטן דורך פאראינטערסירט אום מוצ"ש נאוועמבער 10, 2018 10:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך וויל נישט בשום אופן אז די דעמאקראטן זאלן דאס טון, נישט דאס הייסט דעמאקראטיע. איך וויל אז קיינער זאל דאס טון.
איך וויל נאר ארויסברענגען א פונקט, און א קאנטראסט מיט 'מאנכע' אנדערע פארטייען אין 'געוויסע' שטאטן..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווער רעדט זיך אפ, יאך בין נאך דעמאלטס געווען א רעפאבליקאנער און זיך געפרייט דערמיט, מען האט בלויז אויסגעשמועסט אז ווען נישט דעם וואלט די וועיוו נאך געווען אסאך גרעסער.

חוץ מזה פארגין איך נישט דעם פאפוליסט טראמפ צו ירש'נען די מעפ וואס די GOP ובראשם דער בוש מענטש קארל ראוו, האבן אזוי קלוג אויפגעבויעט.

----------

@שלמה האקט, יו ניעד טו פלעי דעיר געים.

דא אין ניו יארק קומט אי"ה א בלוטבאד אין קאנגרעס און אין סטעיט סענאט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מען האט דערמאנט קארל ראוו אין די אנדערע אשכול. סאיז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס ער האט געזאגט בנוגע די סענאט פארמעסט פון די היי יעריגע מידטורמס

"If you go back to 1914 when we began electing senators on a popular vote basis, there has never been a map as favorable to the president's party this one,"
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כאפצעם האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:טראמפ איז דער 7'ט גרעסטער פארלירער זינטן 2'טן וועלט קריג.

7 איז גאנץ ווייט פון נומער 1 און נומער 3...

ליכט יארן ווייט פון נומבער 19!



כככ.. פון וועם מאכסטו חוזק? כ'זעה נישט איינער חוץ כאפצעם אין די רום.

שנייד אראפ אלע צווייטע טורם מידטורמס און מ'העמער ווייטער רעדן.. פון 14 פרעזידענטן זינט די צווייטע וועלט קריג איז טראמפ דער זיבעטער פארלירער.. דה פונקט אינמיטן.. און דאס איז דער צעדרייטער סכנה'דיגער קרימינאלער טראמפ וועם קיינער גלייכט נישט! פאני
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז אין ניו יארק האט מען שוין אויסגעקוועטשט דאס לעצט ביסל לכלוחית פון רעפובליקענס וואס ס'איז נאר שייך. לאנג איילענד איז היבש רויטע טעריטאריע.

קאליפארניע איז אפגערעדט, ווי ס'קוקט אויס קומען זיי ארויס מיט 8 זיצן פון 53... נישט פארגעסן זיי האבן ווי נישט ווי א דריטל באפעלקערונג אינעם סטעיט, טאלק עבאוט א דעמאקראט עדווענטיזש!



דאס היסט אז שלמה'ס שווינדלער פארטיי האט זיך באוויזן אריינצובאקומען אין די בלויע קאליפארניע און מאכן זייערע גניבה שטיק?

טאקע אינטערעסאנט
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל.
אהייאו, א רויט גענויגטע סווינג סטעיט וואס האט געשטימט פאר אבאמא ביידע מאל, האט פארגינט פאר דעמאקראטן גאנצע פיר זיצן פון זעכצן.
נארט קארליינע, א ליכטיג רויטע סטעיט, אבאמא 2008, ראמני 2012, געט גאנצע דריי זיצן פאר דעמאקראטן. צען פאר רעפובליקאנער.

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:נישט ריכטיג.
מען ווייסט ווי בלוי די סיטיס וואוטן געווענליך. וויפיל די רורעל וויסטענישן שטימען פארן רעפובליקאנער. בערך, פארשטייט זיך. עס איז נישט ראקעט סייענס.
די אלע סטעיטווייד עלעקשנס וואו די פאר אפסטעיט וויילער מאכן נישט אויס, גאווערנאר און סענאטאר, זענען נישט מאסגעבנד אין קאנגרעס פארמעסטן ווי יעדע דיסטריקט קלויבט זיך אליין איר רעפרעזענטעטיוו. אויב דו ווילסט מאכן א קאנגרעס דזשערימענדער קוק אויף די קאנגרעס פארמעסטן.

האבעך יעצט אפגעציילט ביי הענד (מעניועל ריקאונט...) וויפיל שטימען די דעמאקראטישע און רעפאבליקאנער קאנגרעס קאנדידאטן האבן באקומען אין ניו יארק. (כ'האב גערעכנט וויפיל די קאנדידאטן האבן באקומען אינקלודינג דאס וואס זיי האבן באקומען אויף די אנדערע פארטיי פלאטפארמעס, ווי למשל Workers, Independent, conservative, א.א.וו., וואס דאס קומט בערך 230k שטימען פאר די דעמאקראטען, און עטוואס ווייניגער ווי 200k פאר די רעפאבליקענס)

ואגב ווי פריער ערווענט זענען אין 6 פון די 27 ניו יארקע דיסטריקט אפי' נישט געלאפן קיין רעפאבליקאנער קאנדידאטן, וואס דאס מיינט אז אין יענע דיסטריקטן זענען די רעפאבליקאנער שטימען אפי' נישט געווארן אפגעגעבן.
6 אוט אוו 27 איז ארום 23% פראצענט פון די די סטעיט!!

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאטן האבן אלעס אינאיינעם באקומען 3,668,664 שטימען בערך 63.5%
די רעפאבליקאנע קאנגרעס קאנדידאטן האבן אלעס אינאיינעם באקומען 1,753,796 שטימען בערך 30.4%
און איבער 357,000 שטימען פאר די אנדערע קאנדידאטן, אדער רייט-אין'ס בערך 6.1%.

נאכאמאל די דעמאקראטען האבן באקומען סטעיטווייד ביי די קאנגרעס פארמעסטן נישט מער ווי 63.5%.
ווי זאגט כאפצעם, ליכט יארן ווייט פון 75% - 80% ניו יארק פאר די דעמאקראטען!!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יש ברירה האט געשריבן:מען האט דערמאנט קארל ראוו אין די אנדערע אשכול. סאיז אינטערעסאנט אנצומערקן וואס ער האט געזאגט בנוגע די סענאט פארמעסט פון די היי יעריגע מידטורמס

"If you go back to 1914 when we began electing senators on a popular vote basis, there has never been a map as favorable to the president's party this one,"



מ'דארף נישט זיין קארל ראוו דאס צו זאגן... ווען נישט די מעפ וואלט טראמפ אויסגעקוקט כמעט ווי אבאמא! אבאמא האט פארלוירן גאר אסאך זיצן, ואגב, געוויסע זיצן האטער צו זיין מזל נישט פארלוירן צוליב ריפאבליקען גאר שוואכע קאנדידאטן! (דאס איז וויכטיגער ווי א גוטע מעפ)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל..

ביידעוועי, 8 אוט אוו 27 איז אונטער 30%, גענוי וויפיל פראצענט רעפאבליקאנער עס האבן געשטימט אין די יעצטיגע עלעקשאן. כנ"ל,
צו די זעלבע צייט האלטן די דעמאקראטען כהיום איבער 77% פראצענט פון די קאנגרעס פארטרעטערשאפט, על אף זיי האבן באקומען אין ניו יארק בלויז 63.5% פון די שטימען!

#טולק_עבאוט_דשערימענדערינג
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז אין ניו יארק האט מען שוין אויסגעקוועטשט דאס לעצט ביסל לכלוחית פון רעפובליקענס וואס ס'איז נאר שייך. לאנג איילענד איז היבש רויטע טעריטאריע.

קאליפארניע איז אפגערעדט, ווי ס'קוקט אויס קומען זיי ארויס מיט 8 זיצן פון 53... נישט פארגעסן זיי האבן ווי נישט ווי א דריטל באפעלקערונג אינעם סטעיט, טאלק עבאוט א דעמאקראט עדווענטיזש!



דאס היסט אז שלמה'ס שווינדלער פארטיי האט זיך באוויזן אריינצובאקומען אין די בלויע קאליפארניע און מאכן זייערע גניבה שטיק?

טאקע אינטערעסאנט

נאופ. ראנג עגעין!

פון קאליפארניע'ס 53 האוז זיצן (נישט אלע זענען שוין געקאלט)

רעפובליקאנער
זיץ # - געווינס מארדזשין
1 - 14%
4 - 10%
8 - 20%
17 - 22%
21 - 7%
22 - 10%
23 - 32%
42 - 20%
50 - 6%

דעמאקראטן
זיץ # - געווינס מארדזשין
2 - 48%
3 - 14%
5 - 46%
6 - 60%
7 - 8%
9 - 10%
11 - 46%
12 - 72%
13 - 76%
14 - 54%
15 - 42%
16 - 10%
18 - 44%
19 - 42%
20 - 58%
24 - 14%
25 - 4%
26 - 20%
27 - 58%
28 - 52%
29 - 60%
30 - 42%
31 - 14%
32 - 32%
33 - 36%
34 - 46%
35 - 34%
36 - 12%
37 - 76%
38 - 36%
40 - 56%
41 - 20%
43 - 52%
44 - 38%
46 - 30%
47 - 24%
51 - 36%
52 - 24%
53 - 34%

די טריק איז נעמען יעדע דיסטריקט וואו דעמס געווינען מיט א מארדזשין איבער 20% און דאס טיילן מיט די עטליכע רעפובליקאנער דיסטריקט און אזוי אויסמעקן רעפובליקאנער סינגל דידזשיט און לאו דאבל דידזשיט אויבערהאנטן.

עס זענען דא גענוג און נאך דעם דיסטריקטס מיט מארדזשינס פון 45%, 55%, 65% און אפילו 75%, צו פארווארסערן די מנין רעפובליקאנער דיסטריקט פון רעפובליקאנער 10%+ און 15%+ צו דעם 15%+ און 20%+ פינף מאל.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק שטימט, א געס, 75%, 80% דעמאקראטיש, אפשר מער. רעפובליקאנער האבן געהאט ביז יעצט 8 פון 27 זיצן, כמעט א דריטל.

האבעך יעצט אפגעציילט ביי הענד (מעניועל ריקאונט...) וויפיל שטימען די דעמאקראטישע און רעפאבליקאנער קאנגרעס קאנדידאטן האבן באקומען אין ניו יארק. (כ'האב גערעכנט וויפיל די קאנדידאטן האבן באקומען אינקלודינג דאס וואס זיי האבן באקומען אויף די אנדערע פארטיי פלאטפארמעס, ווי למשל Workers, Independent, conservative, א.א.וו., וואס דאס קומט בערך 230k שטימען פאר די דעמאקראטען, און עטוואס ווייניגער ווי 200k פאר די רעפאבליקענס)

ואגב ווי פריער ערווענט זענען אין 6 פון די 27 ניו יארקע דיסטריקט אפי' נישט געלאפן קיין רעפאבליקאנער קאנדידאטן, וואס דאס מיינט אז אין יענע דיסטריקטן זענען די רעפאבליקאנער שטימען אפי' נישט געווארן אפגעגעבן.
6 אוט אוו 27 איז ארום 23% פראצענט פון די די סטעיט!!

די דעמאקראטישע קאנגרעס קאנדידאטן האבן אלעס אינאיינעם באקומען 3,668,664 שטימען בערך 63.5%
די רעפאבליקאנע קאנגרעס קאנדידאטן האבן אלעס אינאיינעם באקומען 1,753,796 שטימען בערך 30.4%
און איבער 357,000 שטימען פאר די אנדערע קאנדידאטן, אדער רייט-אין'ס בערך 6.1%.

נאכאמאל די דעמאקראטען האבן באקומען סטעיטווייד ביי די קאנגרעס פארמעסטן נישט מער ווי 63.5%.
ווי זאגט כאפצעם, ליכט יארן ווייט פון 75% - 80% ניו יארק פאר די דעמאקראטען!!!

ביזט גערעכט. עס איז געווען א געס, ווי איך האב געשריבן, און איך האב נישט גוט געגעסט... דיינע ציפערן קוקן אויס ריכטיג.

אבער נישט דאס מיינט דזשערימענדערינג. מען שטימט נישט פאר א פארטיי, ווי אין אייראפע אדער מדנ"י, וואו די פארטייען באקומען זייערע דעלעגאטן לויט די פראצענט שטימען. מען שטימט לויט דיסטריקטס, און די פארטייען וואס זענען אין קאנטראל מאכן די דיסטריקטס.

איינמאל דו ביזט פופצן, צוואנציג פונקטן פאראויס סטעיטווייד, ווער רעדט נאך דרייסיג פונקטן פאראויס ווי אין ניו יארק, איז אויב ביזטו אומעטיש און shameless און דו גלייבסט נישט אין דעמאקראטיע קענסטו איינטיילן די דיסטריקטס אז דיין פארטיי זאל האבן 27 דיסטריקטס מיט א 20 פונקטן אויבערהאנט אין יעדע, אדער ווייניגסטנס כמעט יעדע, פון זיי.

ליבעראלן אין די ארכי-ליבעראלע ניו יארק און קאליפארניע זענען אבער נישט אומעטיש און shameless און גלייבן יא אין דעמאקראטיע און וועלן ענדערש האבן צען דיסטריקטס (ני) און צוואנציג דיסטריקטס (קאלי.) וואו דעמס האבן א פערציג ביז זיבציג פונקטן אויבערהאנט און צען דיסטריקטס וואו רעפובליקאנער האבן א צען ביז צוואנציג פונקטן אויבערהאנט. די קאנסערוואטיווע דריטל פון די סטעיט קומט זיך אויך א פארטרעטערשאפט אין וואשינגטאן.

דזשערימענדערינג איז וואס די רעפובליקאנער אין אהייאו און נארט קאראליינע טוען, סווינג סטעיטס וואו אבאמא האט געוואנען איין (נק) און ביידע (אה) מאל.

נארט קאראליינע דעמאקראטן האבן דעמאקראטן באקומען בערך האלב שטימען. 1,750,000 דעמאקראטישע שטימען צו 1,830,000 רעפובליקאנער שטימען, בערך צוויי פונקט ווייניגער.
אין אהייאו האבן דעמאקראטן באקומען אפילו נענטער. בערך 1,850,000 שטימען צו 1,900,000 רעפובליקאנער שטימען, 49-50.

מיט די 'אומעטישע, shameless און אומדעמאקראטישע' ארטיגע מאפעס, האבן די אהייאו רעפובליקאנער גענומען דריי-פערטל זיצן, 12-4, און די נארט קארופטירטע רעפובליקאנער אפילו מער ווי דעם, 10-3.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאך א טעות פון מיין זייט: ניו יארק רעפובליקאנער האבן געהאט 9 פון די 27 זיצן ביז היינט, נישט 8.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כ'מיין אז אין ניו יארק האט מען שוין אויסגעקוועטשט דאס לעצט ביסל לכלוחית פון רעפובליקענס וואס ס'איז נאר שייך. לאנג איילענד איז היבש רויטע טעריטאריע.

קאליפארניע איז אפגערעדט, ווי ס'קוקט אויס קומען זיי ארויס מיט 8 זיצן פון 53... נישט פארגעסן זיי האבן ווי נישט ווי א דריטל באפעלקערונג אינעם סטעיט, טאלק עבאוט א דעמאקראט עדווענטיזש!



דאס היסט אז שלמה'ס שווינדלער פארטיי האט זיך באוויזן אריינצובאקומען אין די בלויע קאליפארניע און מאכן זייערע גניבה שטיק?

טאקע אינטערעסאנט
צל עובר האט געשריבן:ווען מען האט געמאכט די מעפ אין 2011 איז עס ארויסגעקומען אין 2012 19 רעפאבליקאנער זיצן, נאר וואס דען, די דעמאקרעטס האבן איבערגענומען דעם ציבור אין איבער צען זיצן, ארענדזש קאונטי איז היינט בלוי, דאס איז געווען די היים באזע פון רעיגען און ניקסאן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@שלמה, די דעמאקרעטס זענען נישט משוגע, עיין ערך מערילענד, נאר וואס דען, אין ניו יארק האט עס א קארט געמאכט וועגן די צוטיילטע לעגיסלאטור, אין קאליפארניע איז דא א קאמיסיע.

אויך קען מען נישט אריינלייגן שווארצע בלוי צו מאכן א דיסטריקט, ווייל מען ברויך זיי געבן אייגענע דיסטריקטס.

ווען נישט וואלטן די רעפאבליקאנער אוועקגענומען די שווארצע דיסטריקטס פון אלאבאמע מיסיסיפי סאוט קעראליינע לוזיענע און דזשארדזשיע 2.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

Except, the VRA was struck down by SCOTUS.

קוק אויף די פארגאנגענע ני מאפעס נאך די צענזוס אין 2000, 1990 און פריער דא. עס איז קיינמאל נישט געווען עכט דזשערימענדערעד.
2000 = ר 10 ד 19
1990 = ר 13 ד 18
1980 = ר 14 ד 20
1970 = ר 17 ד 22

מערילענד איז טאקע באקאנט אלס די דעמאקראטישע דזשערימענדער. (כאטש דעמס באקומען דארט צוויי דריטל שטימען, אנדערש ווי נק און אהייאו וואו רעפאבס באקומען א שמיטשיק איבער האלב).
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”