מטעמים האט געשריבן:לו יהא כדבריך, האלטסט אז די קומענדיגע דעמאקראטישע קאנדידאט גייט זיין גאלד? האלטסט אז טראמפ גייט נישט טרעפן קיין שפעט נעמען אדער קריטיק אויף יענעם? ווי אזוי גייט ער קענען פארענטפערען די אלע גארבעדזש וואס האט זיך דורעכגעדרייט די דעמאקראטישע פארטיי אין די לעצטע פאר יאר?
די דעמאקראטישע פארטיי איז אין אוועראלל טראבעל בעיסד אויף זייער ביהעוויער, זיי האבען פלענטי פוטער אויפען קאפ מיט עכטע קעראפשען ווי איידער טראמפס אומקלאסישקייט, טראכט אין וואס איך זאג.
שווער צו טרעפן נאך א פאליטישען אזוי קאראפטעט, און מיט אזא לאנגיעריגע נידעריגע פעיווארביליטי ווי קלינטאן.
מ'רעדט נישט יעצט פון 2020 , מיין תגובה איז געווען א הסבר אויף אייער נקודה וואס האט איינעם געמאכט אוועקגיין פון טראמפ, לגבי 2018 , פון די 46% אמעריקע וואס האט געשטימט פאר אים, זאג איך אז עס איז נאר געווען קעגן קלינטאן, למשל א דוגמא, פענסילוועניע, די סימבאל פון טראמפס ראסט בעלט סוקסעס, 60% האבן דארט געהאט פאר די שטימען א אומגינסטיגע בליק אויף טראמפ, נאר וואס דען, קלינטאן האבן זיי אויך נישט ליב געהאט, און 52% פענסילוועניע האט טאקע געשטימט קעגן טראמפ.
תמצית מיט די מענטשן וואס האבן באמת געוואלט טראמפ אין 2016 קען מען קיין וואלן נישט געווינען, חוץ די ראסט בעלט קעגן די פארהאסטע הילערי.
איך האף אז איך ברענג מיר גוט ארויס.