באריכטן און אנאליזן
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:36 pm
לאמיך אמאל אריינפלאטשקען אין א ים וואס איך בין נישט אזוי באהאווענט...
אנדי, בארואיגט אייך, בארואיגט אייך. נישט נאר וואס איך בין נישט קיין אבאמא'מיסט אדער קלינטאנ'מיסט, נאר איך בין כלל נישט קיין פאליטיקאנט. ס'פאראינטערסירט מיך ווער ס'פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס אקוראשט ווי ס'פאר אינטערסירט מיך ווער ס'דער פרעזידענט אין האצנפלאץ. ווען בין איך געקומען צו דעם באשלוס? ווען אמעריקע האט געוועלט דאס ערשטע מאל פארן אינגן, אומערפארענעם, היינטיגן טיפוש, דער אלמעכטיגער פרעזידענט בוש, וועלכער האט געפירט אמעריקע אין בוד אריין! אין מיינע אויגן איז דער היינטיגער פרעזידענט כלל נישט געווען ערפארענד דאס ערשטע מאל ווען ער איז געלאפן; קיין חכם איז ער אויך נישט, איז וואס יא? גארנישט!
וויאזוי האט נאר טוישרטשל געזאגט?
Advertisement
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:41 pm
נו? וויאזוי?
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:42 pm
האט ער כאטש געהאט שטארקע מיינונגען און פעסטע באשלוסן, פראפאגאנדירט רחמנותדיגע קאנסערוועטיזם, שוין א זון פון א פרעזידענט וואס איז געזיצן 12 יאר אין ווייט האוז, און אליינס א גאווערנער 6 יאר, אבאמא איז אינגאנצן אפאר יאר אין סענאט, אויסער די מעדזשיק ווארט CHANGE וואס דער עולם גלייכט אזוי, זאגט ער דאך גארנישט.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:43 pm
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:50 pm
אגב זארעכ.
איך האב שוין אפגעמאכט דיין באשלוס, ווען דער אינגער אומערפארענער קלינטאן האט מיט זיין ליצנות איטס די עקאנאמי אידיאט, ארויסגעשטויסן דעם אלטן ערפארענעם לעגענדארע גענעראל און פראקטישער פירער פון ווייט האוז פאר 12 יאר, נאך אזויפיל לייסטונגען, מיט די גאלף קריג ועוד, אלעס וועגן אפאר דאלער, איך האב דעמאלס געטראכט אז מ'האט אים געקענט אריינשטימען, איז שוין עכט נישט קיין חילוק, און וואס מיינסטו, האט ער נישט געקענט?
ווער קען דען נישט, אמעריקא איז נישט אונטערגעגאנגען ביזדעווייל, יעדער האט זיך זיינע יועצים משרתים רואי פני המלך מיט די סגנים די סעקרעטאריס, און מיט די צייט ווערט מען אויסגעריבן, און נאך אלעם איז ער אויך שוין אפאר יאר אין וואשינגטאן און בעפאר איז ער געווען א אילינוי סענעטאר פאר א קארגע צען יאר דאכט זיך, דאס לאנג גייט אן, א פרעזידענט אין אמעריקא האט דאך נישט די לעצטע ווארט, ס'איז דאך דא דער טריאו, פון לעדזשיסלעטיוו, עקזעקיוטיוו און דזשודישעל ברענטשעס כמבואר במסכת קאנסטיטוציע, און פון קיין מלחמות האלט ער דאך נישט.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:50 pm
איך בין אויך נישט קיין פאלטיקאנט, איך וואוט ניטאמאל אין וואלן, חוץ פאר די לאקאלע באאמטע.
אבער א נייגעריגע מענטש בין איך יא און פארדעם האלט איך אלץ מיט פאר די נאלעדזש. איך רעג מיך נישט ווייל איך האלט אז עס וועט מיך אפעקטען. איך ווייס קלאר אז נישט די פרעזידענט דיקטירט די מצב נאר די מצב דיקטירט די פרעזידענט. ווען אברהם לינקאלן וואלט נישט געוואונען סוכ"ס די ציווילע קריג מיט אזא נצחון וואלט ער אלעמאל געדענקט געווארן לדראון עולם אלץ דער וואס האט פארווייקט די אמעריקאנער באדן מיט די בלוט פון מיליאנער אומשולדיגע אמעריקאנער בירגער אלץ ווייל ער האט נישט געוואלט האלטן קיין דייעלאג מיט זיינע קעגנער, די מצב פון די נצחון האט דיקטירט זיין לעגענדע.
רוב אידן האבן נישט געוואוט פאר די בוש טשעיני טיקען אין 2000 ווייל מ'הט געוואוסט אז בוש וועט זיך נישט אריין מישען אין די אויסערען פאליסי און עס קען שאטען פאר מדינת ישראל. מה עשה הקב"ה ער האט געשיקט אפאר עראפלאנען קיין וואל סטריט און צו די פענטעגאן און פלוצלינג איז אמעריקא בעסטע פרענדז מיט ארץ ישראל. ווייל די מצב האט דיקטירט בוש'ס אויסערען פאליסי.
און די זעלבע איז געווען מיט שרון און ביב נתניהו אין ארץ ישראל.
איך פארשטיי אז אבאמאס הצלחה אלץ פרעזידענט ווענדט זיך נישט אין זיין עקפיריענס און איך פארשטיי אויך אז בעצם מאכט נישט אויס פאר די אידן ווער איז פרעזידענט. ווייל אפי' א אידן פריינט אויב ער פילט אז עס לוינט אים צו שטעכען די אידן וועט ער עס טון. און די גרעסטע שונא ישראל וועט פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן (צו ווערן עלעקטעד נאך אמאל) זיך לעקען צו די אידן.
איך האב אבער מיט מיין ארטיקעל געוואלט ארויסברענגען די אבסערדיטי, און איך וויל הערען פון די אבאמא שטיצער וואס זיי טראכטען ווען זיי וואוטן פאר אים.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:52 pm
רבי היכלא,
אזוי גאר? וואס א פארגלייך איז ער צום פאטער? דער פאטער זיינער איז געווען א חכם, א שטאטסמאן, א פאליטישאן און אן אויסגערעכנטער (ומלחמת איראק הראשונה יוכיח). די איינציגסטע סיבה פארוואס זיין פאטער האט פארלוירן צו קלינטאנען, אין צוויי-און-ניינציג, איז בלויז צוליב די ריסעשאן וואס האט דעמאלט געהערשט אין לאנד. מענטשן זענען געווען מעשוגע פאר א דאלער. ווען נישט דעם, וואלטן די קלינטאנס געקענט ווישן טישוס נאך בימים ההם...
ער, דער טיפוש ולא לנו, וואס פארקויפט ער? וואס טוהט ער? זאגסט ער איז געווען גאווערנער, האלאו, וויפיל יאר איז ער געווען גאווערנער איידער ער איז אריין אין ווייסן הויז?
און פארגעס נישט נאך אזאך, די אלע אישוס און טישוס וואס קלינטאן ווארפט און ווישט, זענען אצינד כלל נישט אינטערסאנט. מ'האלט נאך נישט ביי די נאציאנאלע וואלן וואס דאן פעלט דאס אויס ווי בוימל צום פלאם, אצינד האלט מען נאך ביים ערשטן שטאפל וואס פארלאנגט בלויז ארויסצושלעפן די פארטיי פעיפערס. ודו"ק.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:53 pm
בני היכלא האט געשריבן:אגב זארעכ.
א פרעזידענט אין אמעריקא האט דאך נישט די לעצטע ווארט, ס'איז דאך דא דער טריאו, פון לעדזשיסלעטיוו, עקזעקיוטיוו און דזשודישעל ברענטשעס כמבואר במסכת קאנסטיטוציע, און פון קיין מלחמות האלט ער דאך נישט.
די פוסק אחרון איז אבער די סי. איי. עי.
מיטוואך פבואר 13, 2008 6:04 pm
רבי זארעכ, ווער האט אים פרובירט מדמה זיין צום גרויסן פאטער?
איך האב געשריבן ווי לאנג ער איז געווען גאווערנאר, אפשר האסטו פארזען מיינע לעצטיגע תגובות, סוף עמוד ד'.
און פארשטיי נישט שלעכט, בוש איז אריינגעקומען גאנץ קנאפ ערפארן, ווען מ'לייגט דאס אויף א וואגשאל קעגן אנדערע פרעזידענטן און לויפערס, איך האב נאר ארויסגעברענגט זיינע עדווענטעדזשעס קעגן אבאמא, אז למעשה האט ער אבער געהאט אזא פאטער פאר אזויפיל יאר, און ער האט געפירט די צווייט גרעסטע סטעיט אין אמעריקא פאר זעקס יאר, און ער האט קאמפיינט מיט שטארקע זאכן, דורכאויס זיין גאנצע קאמפיין, אויב דו געדענקסט האט ער שוין פון אנהייב געהאט אויסצושטיין שטארקע קונקערענץ פון דער יעצטיגער פלוצלינגדער שטערן מעקעין, און דער יונגער טוטער אומערפארענער האט אים אויך באזיגט דעמאלט, מיט זיין סטראטעגיע פון א נייע סארט קאנסערוואטיזם, ער האט פרובירט פארקויפן עפעס.
אגב, ווילט מיר זיך פרעגן, וואס האסטו געהאלטן פון בוש, ווען דאס גאנצע לאנד איז געווען צודרייט און משוגע פאר אים, נאך סעפטעמבער עלעווען, און אים גאטירט ווי איינע פון די גרעסטע העלדן אין די געשיכטע, ווי א שטארקע ג-טפארכטיגע מאן, מיט שטארקע מיינונגען, און פעסטע באשלוסן, אויפריכטיג און באשלאסן, ערנסט און שטארק פאר קאנסערוואטיווע אישוס, און נעשענעל סיקיוריטי.
מיטוואך פבואר 13, 2008 7:41 pm
רבי היכלא,
גערעכט, גערעכט, כ'האב פארזען דיין תגובה'לע דארט. עם כל זה האב איך נישט געטוישט מיין מיינונג. ווייל, אויב אזוי אי מלכא בן מלכא הוא, אז ער איז יא א רויאליש קינד און ער איז יא געווען פארקאכט אין פאליטיק, דאן איז דאך מיין קשיא נאר שטערקער...
דאס וואס דו זאגסט וועגן דעם קלינטאן-בוש פארמעסט אין 92', ביסטו צוויי מיליאן פראצענט גערעכט. און אין אמת געשמועסט, האט זיך מיר שוין דער געדאנק דעמאלט געווירבלט אין קאפ, די זאך איז נאר אז דעמאלט בין איך נאך געווען אריינגעווארפן אין עולם התורה, צווישן די ישיבה'שע בענק און סטענדערס, משא"כ ביי די צוויי טויזנט און נול וואלן.
פרעגסט וואס מיין מיינונג איז געווען דאן, ווען אמעריקע איז געווען פארשיכורט פאר אים?
גיב א קוק דא, ווי איך האב געשריבן אויפן שפיץ גאפל מיין מיינונג לגבי זיין נארישע שטאלצע רעדע יענעם אויפדערנאכט.
מיטוואך פבואר 13, 2008 11:35 pm
רבי פעפער [מדה כנגד מדה, שם תורה לחוד ושם חדשים לחוד].
א מיינונג? טאר זיך נישט טוישן אזוי שנעל, גוט האסטו געטון אז דו האסט עס נישט געטוישט, [נישט אז איך זע דא עפעס א מיינונג דיפערענץ צווישן מיר און דיר, מ'האט דאך סך הכל נאר געמאכט חילוקים צווישן בוש און אבאמא], עפעס א קלייניגקייט, א מיינונג, דאס איז דאך עצם ובשר רקמה וכו', א מענטש קען זיך עפעס מפקיר זיין אזוי בן יום ללילה, חס מלהזכיר, א שיטה א מיינונג, דארף זיין דורכגעקאכט מיטן גאנצן רמח אדער גאנצן רנג..
און פארדעם טאקע האב איך געוואלדיג הנאה געהאט, ווען דו האסט מיר געוויזן וואס דו האסט געשריבן א לאנגע צייט צוריק וועגן בוש'ן, ככה יעשה בישראל, אזוי דארף מען צו טאן, א מיינונג וואס מ'האט אראפגעשטעלט, דארף מען צו געדענקן ביזן לעצטן טאג, דאס דארף צו זיין דורכגעקנויטן און דורכגעזיפט, עד קצה האחרון, מיטן גאנצן חיות ונשמה דארף מען דאס שטארקן ברענגען ראיות, חזר'ן און געדענקען, און זיך האלטן פעסט דערמיט, און נישט קוקן אויף קיין שום מכשולות אויפן וועג, וואס איז מעשה בעל דבר, נישט קיין שום שאלות, קשיות, אפווענדונגען, סתם דרייעס מיט די נאז, ניין נישט כאפן קיין התפעלות, פלעגט דער רבי אייביג חזר'ן זיין מיינונג דערוועגן.
איך וואלט אבער געקענט באשטיין צו זען, וואס דו האסט געשריבן טאקע ממש נאך דעם מאורע אין 01, בעיצומו של השריפה, האסטו נישט געשריבן דעמאלט ערגעץ ווי דערוועגן, נישט אז איך בין דיר חושד אז דעמאלט האסטו געהאט א צווייטע מיינונג, ווייל ווי אויבנדערמאנט, איז עס פאר אנשים חכמים ונבונים מהדברים החממורים, ואטו בשופטני עסקינן?
און אחוץ דעם, לפי דיין דארטיגע תגובה, קוקט מיר אויס, אז דאס האסטו נישט אפגעמאכט יענעם טאג, נאר דאס איז שוין געווען ביי דיר אויפן צונג א לאנגע צייט, נאך פונעם יארע צווייט טויזנט און נול, ווי דו רופסט עס, און זיך האלטנדיג דערצו פעסט אפילו נאך די אלע הבטחות און נצחונות נישט זעענדיג דערין עפעס עקסטערס, אויסער לופטיגע טאראראם'ס. איי פארוואס וויל איך וויסן וואס דו האסט געשריבן ווען מ'האט נאכנישט געוואוסט וואס ער גייט אויפטון, ער האט נאר געטיילט מעכטיגע פרעכטיגע שטורמישע סימפאטישע דרשות, ווייל סתם אז מ'רעדט שוין כאפט שוין אן א נייגער.
און אז דו רעדסט שוין פון די צוויי מיליאן פראצענט, דערמאנסטו מיך נאר פון די עולם הישיבה מיט די סטענדערס, האסט סתם אזוי אינמיטן א גרינעם אדר'דיגען דינסטאג געמאכט א תשעה באב פון מיר, דו האסט מיר אין אזא עולם אריינגעלייגט דא, מיט דיין פשוט'ע תמימות'דיגע אומשולדיגע תגובה'לע, אוי די סטענדערס, יגר וואלט געזאגט, יוי געפילן... די ליגן אין עולם התורה, מיט די בענק דארט, שוין....
דינסטאג פבואר 19, 2008 6:06 pm
אקעי, יא געוואונען צו נישט. דער עיקר איז אז
אבאמא איז א מעק און קלינטאן א פיסי..... דאס אידעך דאס גרעסטע פארשעמונג אויף א מענטש צו זאגן אז ער איז א פיסי, נישטאזוי?
דינסטאג פבואר 19, 2008 10:09 pm
ער האט שוין ווידער געווינען, זייטן סופער טאג, האלט ער נישט ביים פארלירן.
http://www.nationalpost.com/news/world/ ... ?id=319014
דינסטאג פבואר 19, 2008 10:40 pm
וויסקאנסין ווידער פאר אבאמה. מקעין.
נעבעך נעבעך די קלינטאן'ס מיט זייערע אשה'ס...
מיטוואך פבואר 20, 2008 1:22 am
דאס דארף צו זיין א שטארקע קלאפ פאר בילערי, רעכענענדיג דאס אלס איר באזע, און אבאמא האט שטארק געווינען, 58-40
http://politics.nytimes.com/election-gu ... es/WI.html
א נייע סי ען ען פאל, זאגט אז עס איז מער ווייניגער א ווירטואלע אייניגקייט, צווישן די צוויי, דעד-היט, בלשונם.
מיטוואך פבואר 20, 2008 1:25 am
איך הער יעצט אויב די אשת חיה פארלירט די פריימעריס, גייט זי מופן קיין קובא....
מיטוואך פבואר 20, 2008 1:35 am
די סי עען ען פאול רעדט פון טעקסעס.
מיטוואך פבואר 20, 2008 4:11 pm
יא ס'איז ממש 'היתר האבאמאס' דאר אבאמא גאלאפירט אן אפשטעל, והאשה וילדיה תהי' לאדוניה, פרוי קליטאן מיט טשעלסי וועלן קענען צייגן אויף ביל, אז ווען דער ביל הונט איז א סימן אז דער קויל איז געלונגען.
לעצטענס האט אונזער שוועסטער נייעס אגענטור סי. בי. עס אין זייער 60-מינוט פראגראם געפיטשערט דעם אבאמא, עס איז זייער אינטערעסאנט וויאזוי ער איז געשפרינגען אין משך פון דעם פארגאנגענעם יאר צו וואו ער האלט היינט, ווער האט זיך דאס פארגעשטעלט.
מאנטאג פבואר 25, 2008 4:10 pm
איך האלט אז די בילד וואס צייטליך האט געפאוסט אין אן אנדערע אשכל ווי אבאמא גייט אנגעטון ווי א טראדיציאנאלע מוסעלמענער, ווי אויך די שטארקער אינדארסירינ פון לואיס פאראקאן וועט אים שאטען.
וואס האלט איר?
פרייטאג פבואר 29, 2008 8:53 am
בהמשך צו וואס איך האב דא געשריבן............
נעטכען ביין אהיים פארן האב איך אנגעצונדען שאן הענעטי אויף זיבן זיבעציג (די פען און ע.ס.פ.נ. זענען געווען אויף קאמערשעל ברעיק), הער איך ווי ער אינטערוויוט מענטשען אויף די גאס. ער שטעלט אן א סוקסעספולער פי. אר. פרוי אין מאנהעטען און ער כאפט א שמועס מיט איר בערך אזוי.
הענעטי: דו האלטסט מיט מיט די עלעקשאנס?
פרוי: אביסל.
הענעטי:וויפול?
פרוי: איך ווייס נאך נישט פונקטלעך יעדעם איינעמס גאנצע היסטארי און אלע זיינע שיטות אבער איך האלט מיט גענוג אז איך ווייס שוין בערך פאר וועם איך גיי וואוטען.
הענעטי: פאר וועמען?
פרוי: באראק אבאמא.
הענעטי: דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס דו האסט ליב פון באראק אבאמא'ס רעקארד וואס האט דיר באיינפלוסט צו וואוטען פאר אים?
פרוי: איך בין נאך נישט אזוי באהאווענט אין אלעס דערווייל.
הענעטי: זאג מיר עפעס גוט אויף אבאמא.
פרוי: ממ עמ עמ איך האלט נאך נישט גענוג מיט צו וויסען א פונקטליכע זאך.
הענעטי: ס'איז אקעי, איך וועל דיר ארויס העלפען, אבאמא זאגט אז ער גייט מאכען א......
פרוי: מממ עמ עמ מממ איך ווייס נישט,
הענעטי: ס'איז אקעי, איך וועל דיר זאגן, אבאמא זאגט אז ער גייט מאכן א טשעינדזש.
פרוי: אה יא! איך האב דאס געוויסט.
הענעטי: דו האלטסט אז איינע וואס איז אזוי יונג, און אומערפארען, האט נישט קיין עקספיריענס, איז די ריכטיגע פערזאן פאר טעינדזש?
פרוי: יעס ענד נאו.
הענעטי: וואס הייסט?
פרוי: ער קען זיין די ריכטיגע מענטש אדער נישט.
הענעטי: און מ'קעין?
פרוי: ער איז שוין צו אלט, מענטשען זענען שוין באורד פון אים. די עיקר טעם פארוואס איך וויל וואוטען פאר אבאמא איז וועגען העט קעיר, דער נושא איז מיין עיקר קאנסערן.
הענעטי: דו האלטסט אז די דעמאקראטען וועלעכע האבן באנקראפטירט די סאשעל סעקיוריטי און מעדעקעיר פלענער קענען צושטעלען א סטאבילער העלט קעיר פלאן?
פרוי: ווער ווייסט?
יא יא!
דאס איז אמעריקא! מ'וואוט פאר איינעם און מ'האט נישט די מינדעסטע השגה פארוואס.
לעצט פאראכטן דורך
אנדי פעטיט אום פרייטאג פבואר 29, 2008 1:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג פבואר 29, 2008 11:00 am
ביסט דאך אזוי גערעכט אנדי. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער ווייזט, אז דאס אמעריקאנע פאלק האט נישט קיין אהנוג פארוואס און פארווען, אבער מען שטיצט אים ווייל.... בלא בלא בלא.
פרייטאג פבואר 29, 2008 1:31 pm
אבאמא וויל א טשעינדזש!!!!!!!
- עטעטשמענטס
-

- n606175756_672037_4178.jpg (53.48 KiB) געזעהן געווארן 480 מאל
פרייטאג פבואר 29, 2008 2:22 pm
ער הערט צי פול זאכן.
- עטעטשמענטס
-

- n606175756_644252_8046.jpg (26.58 KiB) געזעהן געווארן 473 מאל
פרייטאג פבואר 29, 2008 2:22 pm
באראק איז אנגעקומען פון קאזאקסטאן און ער וויל איין נעמען אמעריקא.
- עטעטשמענטס
-

- n606175756_642825_518.jpg (51.8 KiB) געזעהן געווארן 462 מאל
פרייטאג פבואר 29, 2008 2:24 pm
אויף אן ערענסטע נאוט,
עס דרייט זיך ארום דער בילד אין די מידיע ווי ער שטייט ביי די נאציאנאלע אנטיום און ער האלט נישט די הענט אויף זיין הארץ כנהגם.
איז די שאלה איז ער גענוג פאטריאטיש?
- עטעטשמענטס
-

- hand.jpg (39.65 KiB) געזעהן געווארן 469 מאל