באריכטן און אנאליזן
מאנטאג פבואר 11, 2008 1:57 am
ווען גייט ער בר מצוה האבן?
Advertisement
מאנטאג פבואר 11, 2008 10:29 am
בני היכלא האט געשריבן:ווען גייט ער בר מצוה האבן?
לא"ה
מאנטאג פבואר 11, 2008 10:47 am
קרעמער,
קאסא-בלאנקא איז ספאניש פון ווייסע-הויז (מיר וועלן דאס איבערלאזן פאר די שפראך אפטיילונג)
רבי,
די בר מצוה וועט פארקומען ינואר 20 2009.........
דער באראק פאזשאמא גייט מיט'ן מאמענטום, דערווייל זיגט ער יותר מכפי יכולתו, ופני הקלינתנים חפוים, גברת קלינתן האט גע'פייער'ט נישט קיין זיג נאר איר קאמפיין הויפט, נאכפאלגנדיג שאנדבארע פארלוסטן מיט די שטאט מעין זייענדיג דער מכה בפאטש א פלאץ וואו מ'האט יא פארגעזאגט א זיג פאר איר.
היצט זענען די פאליטישע זשאנקיס (די וואס גלייכן זעלטענע פאליטישע פאסירונגען, א שטייגער ווי דער בוש-גאור סומטאכע) פארנומען מיט'ן פאקט וואס קוקט אויס זייער נאנט צו רעאליטעט, אז די סופער-דעלי-עגאטשעס וועלן מחליט זיין ווער דער צוקונפטיגער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט וועט זיין, א זאך וועלכע וועט זיין א היסטארישע געשעעניש (גראדע איז עפעס ענליכס געווען ווען ר' וואלטער-מאנדל איז געלאפן קעגן ראנאלד רעגן)
מאנטאג פבואר 11, 2008 10:50 am
קודם האט שמעון טאקע געזאגט אז מיט'ן פארלירן מעין איז עס סתימת הגולל אויף איר קאמפיין, שפעטער האט ער צוריק געצויגן, און געזאגט אז זי האט נאך א שאנס ביי די גרויסע סטעיטס, ווי טעקסאס און אהייא.
דרך אגב, קול מבשר גייט אן, דערשרעקט אייך נישט פון קיין טעראר, צוליב אייך דארף איך נישט זיצן צוגעבינדן צום ראדיא, אזוי ווי איך פלעג טון ביי פארגאנגענע קאמפיינס.
מאנטאג פבואר 11, 2008 11:33 am
קארל ראוו, וועם בוש רופט דעם ארכיטעקט(יעטאר...) פון די 2000 און 2004 וואלן זאגט אז קלינטאן וועט פאלן נאך מען הונטערשטעליג אין די נעקסטע טעג, אבער עווענטועל וועט זי עס יא מאכן מיטן געווינען די דריי גרויסע סטעיטס טעקסאס אהייא און פענסילוועניע.
מאנטאג פבואר 11, 2008 12:44 pm
קרעמער האט געשריבן: פאר זיין מארש צום קאסא-בלאנקא (לעצטנס געכאפט אז דאס איז רוימיש פון "ווייסע הויז").
ספאניש
מאנטאג פבואר 11, 2008 12:47 pm
יענטאאש איך האב געהערט פון אא גרויסע מויל מאכער אז אבאמא איז פארזיכערט מיט טעקסעס
מאנטאג פבואר 11, 2008 1:18 pm
שוועמל, מיין בילד איז נישט בעסער?
דער רעיון פון פובליצירן א בילד ווען ער קוקט אויפ'ן הימל איז געוואלדיג! ער טראכט און טראכט פון א טשעינדזש אויף גאנץ אמעריקא, באמערקסט פון זיין שטערן?
מאנטאג פבואר 11, 2008 6:45 pm
אינטערסאנט איז אז עס איז דא א מחלוקה איבער די דעליגעט'ס.
ןרמינהו, היינט אינדערפרי האב איך געהערט אויף CBS אז אבאמא האט איבערגעשטיגן קלינטאן מיט די צאל דעליגעט'ס, והתניא, יעצט לייען איך CNN שרייבן זיי גרויס אז קלינטאן האט מיט בערך 20 מער, ווי שטימט דאס ?
אלא, קאן זיין אז תירוץ איז הא לן והא להו, די שאלה איז נאר ווי.
תיובתא דרבא תיובתא.
מאנטאג פבואר 11, 2008 10:02 pm
לחיים ולברכה האט געשריבן:שוועמל, מיין בילד איז נישט בעסער?
דער רעיון פון פובליצירן א בילד ווען ער קוקט אויפ'ן הימל איז געוואלדיג! ער טראכט און טראכט פון א טשעינדזש אויף גאנץ אמעריקא, באמערקסט פון זיין שטערן?
דער רעיון איז א אלטע
אריק שרון האט מען אויך אזוי קאמפיינט אין מדינת ישראל, עס האטגעוויזן ווי א פעלד מארשאל קוקט אויפן האריזאנט.
דינסטאג פבואר 12, 2008 6:06 pm
ניין לחיים.
איך האב געוואלט דוקא דער אנדערער בילד ווי ער קוקט פלעין.
אגב, ער נוצט א גוטן 'טוטפעיסט'
דינסטאג פבואר 12, 2008 6:10 pm
אופס. דיין בילד אידעך אויך א שווארצער... אבער ער נוצט נישט קיין גוטע טוטפעיסט...
בילד ארויף בילד אראפ, עריז א רוח שאינה מצוי'.
דינסטאג פבואר 12, 2008 8:09 pm
ווירדזשיניע איז שוין אפיציעל אין באראק'ס קאלום, מיט גאר פיינע אויסזיכטן אויף מערילענד און דע צע.
דינסטאג פבואר 12, 2008 8:29 pm
אודאי איז ער א רוח שאינה מצויה...
ער בלאזט ארויס אלע שווארצע פון די לעכער צו קומען שטימען פאר אים'ן. און דאס איז זיין אויסערגעווענליכע זיג. און די לעצטע פארמעסטן האבן גאר ווייניג אפריקען אמעריקענ'ס אנטייל גענומען, אבער היצטער איז דאס זייערס א 'בראדער', וואסץ אפ יו מען ?
מיטוואך פבואר 13, 2008 2:56 pm
אויב האט ער אויפגעוועקט די שווארצע, [וואס פערצופאל איז ער נעכטן אריינגעקומען זייער שטארק ביי די ווייסע, שאקירנדיג די קלינטאן לאגער], דאן פארוואס האלט מען אז די שווארצע האבן זיך נאר יעצט אויפגעוועקט, און ס'איז א נייע עולם שטימערס, און ס'צייגט נישט די געווענליכע רוב שטימערס אין אמעריקא, און ס'איז נאר א ווינט, פארוואס גייען זיי בלייבן אינדערהיים, אין די דזשענעראל עלעקשענס, ווער גייט זיי דאן איינשלעפן, זיי און אנדערע ווערן דאך נאר מער און מער אויפגעוועקט, ביזדערווייל, מ'זאגט דאך אבער פאר יעצט א גרויסע זיג פאר קלינטאן אין די רייכע טעקסעס, און אזוי אויך אין די רייכע אהייא און פענסעלוועניע, אויב זי מאכט די דריי, קען זי זיך א שטארקע שאקל געבן.
איך גיי אבער אריינגעבן מיין שטימע, פארן פארזיצער הרב וואקסמאן, אלס א רייט-אין, אוי איז ער גוט, כאטש א איד?
מיטוואך פבואר 13, 2008 3:17 pm
בני היכלא האט געשריבן:
איך גיי אבער אריינגעבן מיין שטימע, פארן פארזיצער הרב וואקסמאן, אלס א רייט-אין, אוי איז ער גוט, כאטש א איד?
אויב שוין א רייט אין וואלט איך ענדערש גענומען די בלאנדע קאנגרעסמאן דעיוויס.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:17 pm
הענרי וואקסמאן איז א איד. און קלינטאן גייט זיך נישט צוריקכאפן.
פינטל פינטל פינטל
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:20 pm
איך וויל נאר צולייגן א קליינע שטרעכל נאכן פינטל, אפשר יא, אפשר יא, אפשר יא. צוריק צו פינטל.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:22 pm
די מער וואס איך ליין איבער דער עלעקשאנס די מער איך דארף מיך ציפען צו זען צו איך לעב נישט אין א חלום. וואס איז געשען צו מיין לאנד? זענען מיינע פאלקסלייט טאקע אזעלעכע גרויסע שוטים משוטים? זענען זיי אין גאנצען אראפ פון זינען? די לאנד איז שיכור פון נצחון אז מ'ווערט פטור פון די קלינטאנס. אבער וועם באקומט מען אנשטאט דעם? אבאמא? וואס זענען זיינע קראדענטשילס? וואס מאכט אים קוואליפעצירט צו זיין פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס אוו אמעריקא? וואס מאכט אים פעהיג צו פירען די גרעסטע וועלטס מאכט (דערווייל) פאר די קומענדיגע פינף יאר? און נאך ספעציעל און אזא צייט ווען די וועלט איז פארפלאגט דורך די טעראריסטען, און די לאנד איז פארפלאגט פון א שווערע אקאנאמיע?
גיי ארום אין די גאסען און פרעג איינער פון די וואוטערס פאר אבאמא צו ער קען דיך זאגן וואס אבאמאס רעקארד איז אויף דאמעסטיק אישוס. וואס איז אבאמאס קוואליפיקאציעס אין אקאנאמיע, וואס איז זיין עקספיריענס אין פארען פאלעסי. איך גלייב ניטאמאל אז איינס פון 10 וועלען דיר קענען זאגן וועלעכע סטעיט ער רעפרעזענטירט. (וויפול חברי הקרעטשמע דא ווייסען די ענטפער אויף דער שאלה? הא?

)
די ציושטע המון עם שרייט אז מ'דארף טשעינדזש. נו? און אז מ'דארף טשעינדזש מיינט עס שוין אז די פרעזידענט דארף זיין איינער וואס האט קוים פאליטישע עקספעריענס? אז מ'דארף טשעינדזש מיינט עס שוין אז מ'גייט וואוטען פאר איינעם לשם טשעינדזש? אז דו דארפסט טשעינדזש גיי אריין אין די געז סטעישאן און בעט פאר טשעינדזש! גיב אבער נישט אריין די לייצעס פון די לאנד אין די הענט פון אן אומערפארענער מענטש!
אנדערע האבן געוואוט פאר אים פשוט ווייל ער איז די איינציגסטע קאנדידאט וואס האט נישט געוואוט פאר די מלחמה אין איראק. די שוטה שבעולם! דו מיינסט אקע אז ווען ער וואלט געווען אין די סענעט אין יענע צייט און ער וואלט געזען די עווידענס וואס קאלין פאוועל האט צוגעשטעלט, וואלט ער נישט געוואוט פאר די מלחמה? אונזערע פירער ווערען אויס געקליבען דורך א סטאדע קיען און אקסען!
די לאנד איז שיכורת ולא מיין! איך האב נישט קיין ווערטער דאס צו דיסקרייבען.
גלייבטס מיר, איך האב נישט קיין שום אג'ענדע דא, איך בין נישט קיין דעמאקראט און איך האב גארנישט מיט קלינטאן. אדרבא איך דעספייז איר העלט קעיר פלאן! איך האלט אז עס וועט לייגען די שוין קראנקע אמעריקאנער אקענאמיע אין די ערד אזוי ווי אלע קאמוניסטישע לענדער.
די זעלבע האב איך געפילט ווען די צדרייטע ריפאבליקאנער אין אייעווע האבן געוואוט פאר האקעבי לשם טשעינדזש.
וואס זאל איך זאגן? לב מלכים ושרים ביד ה,.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:24 pm
דיין לעצטע שורה זאגט אלעס.
בני-היכלא;
דער אשכול וועט דאך אי"ה איבערלעבן די פריימעריס, העמיר זעהן ווער עס איז גערעכט געווען.
זיי נישט קיין נאר, כאפ א בליק אויף די מארדזשענס פון אבאמא'ס לעצטערע געווינסן; זיינע געווינסן אין מעין וואס איז געווען קלינטאן טעריטאריע; זיין שטארקייט ביי די ווייסע און פרויען; קלינטאן'ס קאמפיין מענעדזשערס פאלן ווי די פליגן; ביל איז נישט צום האבן פאר קיין רפואה; הילערי האט פארלוירן איר אפעטיט; ווי זאגט בוש? THE GAME IS OVER
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:28 pm
אבער נאך אייאווע האט מען אויך אזוי געזאגט.
און זי האט זיך דאך צוריקגעכאפט אין ניו העמפשיער, די מאמענטום כאשר בא כן הולך, קוק אנדי'ס תגובה ווער אמעריקאנע מענטשען זיינען.
אז זי געווינט די רייכע טעקסעס און אהייא, וויזוי ס'הייסט יעצט, און אויך פענסילוועניע, און וויסקאנסין איז אויך טייט, האט זי באקומען די אויבערהאנט מיט דעלעגעיטס, וואס איז בעסיקלי יעצט איווען.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:32 pm
איך וויל צולייגען צו מיין לעצטע תגובה אין דער אשכל,
די זעלבע האב איך געפילט ווען איך האב געליינט איבער די יונגסטע (אוממאראלישע) סופער דעליגעט אין אמעריקא ער איז נאר 21 יאר אלט. ער איז געווארן עלעקטיד אלץ סופער דעלעגעט ווען ער איז נאר געווען 17 יאר אלט! איר הערט? 17 יאר אלט!
וועלעכע משוגענע צודרייטע פארוקטער קראנקער בהמה גייט וואוטען פאר א 17 יעריגע בעיבי אז ער זאל זיין פון די מחליטים ווער עס זאל ווערען נאמינירט???????????????????
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:32 pm
ווען ער האט ווען א גרויסע אויבערהאנט מילא ער דאך נישט מער ווי 1200 קעגן 1200 מיט עפעס מער
וויאזוי קענסטו קרעמער זאגען אויך זיכער אז סאיז אווער
כפארשטיי דיין פרייד ווייל איך האב איר מער פיינט ווי דיר אבער איך בעט נאך
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:36 pm
אנדי, האסט א גאר שטארקע פוינט, אבער פאקט בלייבט פאקט. יא, די המון עם איז טאטאל צודרייט! מ'ווערט משוגע פון זיין גלעצענדע (עקלדיגע) רעדעס, און... ער ווערט פרעזידענט. נו, אפשר זאל ר' יוסף חיים גרינוואלד ווערן פרעזידענט? דאס אידאך אבער זיין טריק, ער ווייסט אויף וואס דער עולם ווערט פארקויפט, און ער נוצט דאס אויס עד הסוף.
ווי זאגט דער וועלט? יו ספיעק אוער לענגוועדזש! עקאנאמי, העלט קעיר, איראק, גארנישט גארנישט גארנישט. הו ספיעקס אוער לענגווידזש? דער באקומט מיין שטיצע. פארפעליינו, אבער אזוי זענען זיי די משוגעים.
מיטוואך פבואר 13, 2008 5:36 pm
קרעמער האט געשריבן:דיין לעצטע שורה זאגט אלעס.
בני-היכלא;
דער אשכול וועט דאך אי"ה איבערלעבן די פריימעריס, העמיר זעהן ווער עס איז גערעכט געווען.
ס'איז נישט קיין טענה פון גערעכטיגקייט, ווייל איך זאג דאך נישט אז זי גייט עס יא מאכן, און נישט אבאמא, סך הכל זע איך נאכנישט די וודאות, ווען ס'איז ממש איווען, ווייל די לעצטע פאר סטעיטס האט ער געמאכט, מיינט נאכנישט גארנישט, וועגן דעם איז דא נאך סטעיטס און אמעריקא, און נאך אפאר חדשים אוו עקשען. יו קאלד נעווער נאו, א ריעל היסטאריען, דארף דאס וויסן, כבר הי' לעולמים, עולם גולם גייט מיטן שטראם.