בלאט 16 פון 18
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 11:51 am
דורך יאסל
וועל איך מיז דיר זאגען אז די ביסט היבש פארקויפט פאר זיי
די סברה חצונה וואלט ענדערש מיט געגעבן אז די פריש פנים אין גלענצעדע רעדעס אין די מורעדיגע ארגענעזעישאן אין אייאווע האט געשטעלט אבאמא אויך די פיס ווי איידער די טאלק שויס וואס האבן מיטאמאל 10פראצענט פון די וויילער וואס הערן זיי
אין קארליינע איז געווען וואס האט ציריגעשטעלט אבאמא אויף די פיס נאך די העמשיר פארלוסט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 4:59 pm
דורך אנדי פעטיט
און איך מוז זאגן אז דו ביזט היבש פארקויפט פאר די ליבעראלער מאשין ווייל עס וואלט געמאכט אסאך מער סענס אז עס איז געווען אן אינדערויסענדע גורם (אויב נישט א סקאנדאל אויף דעקונג וואס איז נישט געווען) וואס האט אראפ געקלאפט די זיכערע פראנט ראננער און דורך דעם טאקע האט די פרישע פנים באקומען זיין מאומענטאם.
נאכאמאל, פון קארעליינע רעד איך נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 7:20 pm
דורך זיידעניו
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 7:28 pm
דורך אנדי פעטיט
חחח לא"ה

אזוי סאונדען נעבעך די פאנאטיקע פארגלייבטע אין אבאמא.
עס דערמאנט מיר ווען בוש איז געלאפען די ערשטע מאל ווי זיינע שטיצער האבן געזאגט אז בוש גייט ענדיגען די קלינטאן טראדיציע פון זיך אריין מישען אין מידעל איסטערן פאלעסי און בוש גייט זיין פארנומען נאר מיט אמעריקא. ווי אזוי זעהט אויס דער וואס שטייט היינט אויף פון די קאומע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:00 pm
דורך Monticello
חברה, ס'קאסט מיר א לאך...
כ'האב אדווערטייזט אין א "דרויסנדיגע" צייטונג אז איך זיך א געהילף אין אפיס. בליקענדיג אויף די צענדליגע רעזומעיס, איז מיין אויגן געפאלן אויף איינס: זי איז א קאלעדזש גראדואירטע פון "קוויניאפעק" מיט א Bachelor of Arts in Political Science. אין איר עקספיריענס שרייבט זי:
Obama for America Campaign, Manchester, NH
Volunteer, October 2007-February 2008
• Phone banking
• Create campaign advertising material
• Door to door canvassing
• Organized on campus support group
כ'האב גראדע אסאך איבערצישמוסען היינט צוטאגס מיט איר... אבער די פראבלעם איז אז פאר דעם האט זי בלויז געארבעט פאר פירמעס ווי "דאנק ענד דאנאט" און "קאהלס".... נישט פונקטליך וואס איך זיך...
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:08 pm
דורך אנדי פעטיט
וואס פאר א סארט ארבייט דארפסטו?
וואסי שלעכט מיט ארבייטען ביי קאהלס און דאנקען דאנאטס? זי האט מן הסתם געארבייט דארט בשעת זי איז געווען אין קאלעדזש.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:24 pm
דורך Monticello
אנדי פעטיט האט געשריבן:וואס פאר א סארט ארבייט דארפסטו?
וואסי שלעכט מיט ארבייטען ביי קאהלס און דאנקען דאנאטס? זי האט מן הסתם געארבייט דארט בשעת זי איז געווען אין קאלעדזש.
זי האט נישט די עקספיריענס וואס איך זיך. הגם מיר זענען ביידע פאר אבאמא, זיך איך נאכאלס עקספיריענס....

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:26 pm
דורך אנדי פעטיט
נאך א מזל דו האלטסט נאך קאפ.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:27 pm
דורך ליפא
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 1:53 pm
דורך farshlufen
ליפא:
דאס איז שייך אידישלעך אויך.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 14, 2008 2:08 pm
דורך מיללער
Monticello האט געשריבן:חברה, ס'קאסט מיר א לאך...
כ'האב גראדע אסאך איבערצישמוסען היינט צוטאגס מיט איר... אבער די פראבלעם איז אז פאר דעם האט זי בלויז געארבעט פאר פירמעס ווי "דאטנק ענד דאנאט" און "קאהלס".... נישט פונקטליך וואס איך זיך...
.....איך בין אריין אהין און א געבעטן איין 'דאטנק', זיי האבן נישט געוואוסט פון וואס איך רעד...............
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2008 9:34 pm
דורך Monticello
דראדזש האט אויסצוגן פון א דרשה וואס אבאמא האט געגעבן:
"We can't drive our SUVs and eat as much as we want and keep our homes on 72 degrees at all times ... and then just expect that other countries are going to say OK,"
זייט זיכער, אויב איז עס אמת, וועט איר דאס הערן ביז עלעקשאן דעי. אבאמא וויל איר זאלט גיין אויף א הונגער סטרייק.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2008 9:55 pm
דורך קרעמער
ער האט אויך א בילד פון די 75,000 מענטשן וואס האבן זיך היינט פארזאמעלט צו די גרעסטע אבאמא קאמפיין ראלי אין די געשיכטע.
http://www.kgw.com/news-local/stories/k ... e.html?npc
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 4:07 pm
דורך קרעמער
פארעפענטליכט: שבת מאי 24, 2008 11:22 pm
דורך לאקשען ברעט
חחחחחחחחחחחחח
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2008 12:08 am
דורך זיידעניו
ויקרא שמו באיסלאם
ברוך כוסעין אבאמאוויטש
כשם שנכנס לארצות הברית, כן יכנס לטאראבארא, ולמעשן טובים,
מזל טוב מחודושת
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2008 3:53 pm
דורך שוועמל
זיידעניו ...
אייזן !!!!!! ריזיג!! אריין אין לאזונג אשכול.
דא האט איר דעם בילד פון וואסינייעס, כדאי הוא רעבאמא לצחוק עליו בשעת הצחק...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 11:18 am
דורך אנדי פעטיט
מדינת ישראל איז זייער טעטיג אין די לעצטע פאר וואכען צו פארענדיגען די שלום געשפרעכן מיט א פיינעל אפמאך וואס וועט איין מאל פאר אלעמאל פיינעלייזען די גרעניצען פון מדינת ישראל מיט פאלעסטינע און מיט סיריע, די סירישע דיפלאמאטען האבן אנגעגעבן אז מדינת ישראל איז גרייט אויף א רוקצוג פון די גולן בערג בתנאי אז זיי וועלען שטיצען די שלום פראצעס מיט די פאלעסטינע.
פשטות זענען די לעצטע געשפרעכען א פועל יוצא פון פרעמיער אולמרט'ס אינוועסטיגעישאן, ווייל ער ווייסט אז ווילאנג ער וועט ערענסטערהייט פירען צו א שלום אפמאך, וועט די לינקע קארט סיסטעם אין מדינת ישראל אים צורי לאזען.
אבער נעכטען האבן צוויי דיפלאמאטען אין מדינת ישראל אנגעגעבן נאך אן ערענסטע סבה צו די געיאגטע געשפרעכען. זיי זאגען אז די איזראעילי אינטעלידזשענטס האלט אז אבאמא גייט געוואונען אין די גענראלע עלעקשאנס, און ממילא וועט מדינת ישראל פארלירען זייער גאלדענע שליסעל צו וואשינגטאן וואס זיי האבן געהאט אין די לעצטע 16 יאר מיט בוש און די קלינטאנס. אשר על כן האלטען זיי אז עני עגרימענט וואס זיי קענען יעצט אפמאכען וועט זיין אסאך בעסער פאר זיי ווי אן עגרימענט וואס די אבאמא אדמיניסטראציע גייט פראופאוזען.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 12:48 pm
דורך צייטליך
דיין לעצטער סיבה וואס די זאגסט איז גראדע א זאך וואס לייגט זיך אויפן שכל. בוש וועט זיי צוזאגן אסאך אסאך מער יעצט פאר ער גייט ארויס פון אפיס אבי זיי זאלן צוקומען צו עפעס.
אבער פרייט אייך נאכנישט, עס וועט "קיינמאל" נישט צוקימען צו א געהעריגער שלום אפמאך אין יענער ראיאן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 12:49 pm
דורך אנדי פעטיט
יא יא!
ווען משיח וועט קומען....
.. זאל די אייבישטער זיך מרחם זיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 3:09 pm
דורך farshlufen
פון ברוקלין דעילי איגעל:
BARACK OBAMA FUNDRAISER in Williamsburg. This evening at 8:30 p.m.,
www.arthechange.org is holding a
fundraiser for presidential candidate Barack Obama at the Hope Lounge, 10 Hope St., Williamsburg.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 3:43 pm
דורך צייטליך
ער וועט זיין צוגאסט דא אונעם עיר ואם בישראל וויליאמסבורג? אין ירושלים ד'אמעריקע?
נו, אפשר זאגן מיר אום עפעס איבער די בייק לעין?...
איך גלייב אז אויב ער קומט קיין וויליאמסבורג אין די געגענט פון די פראדזשעקס וועט ער האבן דארט זיין צווייט-גרעסטע ראלי דא אין אמעריקע... וואס מיינט איר? די שיסעריין קומען נישט אליין, איינער שיסט זיי אויס. און אויב האבן זיך פארמערט שיסערייען לעצטענס דא מער ווי שוועמל נאך א רעגן איז א סימן אז זיינע חסידים שטראמען אהער אן אויפהער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 4:23 pm
דורך Chuchem Atik
Is this Williamsburg NY? or in Virginia
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 4:34 pm
דורך יאסל
א לינק וואס כ'האב געקריגען פון באס קרעמער
http://politicalticker.blogs.cnn.com/
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 4:38 pm
דורך קרעמער
פארשלאפן;
דיין לינק איז טויט. (איך האב נישט גענוצט די ווארט אטענטאט... באג אףף).