באריכטן און אנאליזן
דינסטאג מאי 06, 2008 12:13 pm
יאסל האט געשריבן:
די ביסט דאהי אויפן זעלבן פלאנעט ווי מיר? וויל לויט ווי איך זע עס, ווארט אפ פאר די רעפאבליקאנער א יאר כדוגמת 94' פאר די דעמאקראטען!!!
והקאנגרעס זיץ בלאוזיאנע יוכיח.
יאסל, האסט מיך אויסגעכאפט אויפן האר. כ'האב אבער קודם געוואלט ווארטן אויפן על ראשון ראשון.
Advertisement
דינסטאג מאי 06, 2008 12:30 pm
יאסל. יעצט זעה איך אז די האסט שוין פריערט אריין געוואויגן דיין מיינונג.
הער אויס, זאל עס זיין קריס מעטיוס, קעטי קוריק, אדער דער גריכישע סטעפענאפעלעס. זיי אלע באקומען באצאלט פאר רעדן, פלוידערן, און שפעקולירן. אין אזא לאנגן פריימער סעזאן און די זעלבע טאלקינג פאונטס זענען שוין געווען קמח ישן אים פאברואר האמיר זיך דערקייקלט אז זיי רעדן שוין אפי' פון ראש לימבאו'ס פאנטאזיעס. אבער אויך נאר בדרך אפשר אויב נישט בדוחק גמור.
די פאקט בלייבט. פון אייווא ביז היינט, האבן ביידע קאנדידאטן אנגעצויגן די זעלבע סארט מענטשען, די זעלבע דעמאגרעפיקס, אזש אים סופער טוסדעי האט געליקט (?) אן אינערליכע אבאמא סטראטעגישע אנאליז געשריבן פון אנפאנג, וואס האט פאראויס פערדיקטעט אלע זיגן און פארלויסטן פאר זייער קאנדידאט. אלע, ביז היינט צוטאגס. כמעט אקוראט. דאס זאגט מיר אז דאס זענען געווענליכע פאראויסגעזעהנע געשעהנישן וואס לימבאו קען באשטיין צו נעמען קרעדיט.
דא איז געווען א קלינטאן סטראטעגיע, ביג סטעיטס און לויפן אלס די פראנט ראנער, קעגן אן אבאמא סטראטעגיע, קאוקוסעס און אינדעפעינדענטס און לויפן אלס די דרויסענדיגער טשענדזש קאנדידאט. איינס קעגן צווייטן. אלעס אין די דרך הטבע.
אבאמא איז געווען די ליבלינג פאר "קראוסאווערס" נאך אין אייווא, ווען לימבאו האט נאכנישט געהאט די צייט צו קוקען אויף די דעמאקראטישע זייט, ווען ער איז נאך געשטיינען ביים שפיגל און אויספרובירט וויאזוי בעסער נאכצומאכן מ'קעין און א גערעגטע מאד.
דינסטאג מאי 06, 2008 12:43 pm
מאנטי
די ביסט גערעכט אז זיי זיכען וואס צי רעדן אין זיכער רעדן זיי פון לימבא נאר בדרך אפשר, איך האב מיך באצויגען צי דיין אראפקלאפען די אפארעישן אז נאר פארשטיפטע צייטונגען רעדן דערפון
ווידער אין דעמאגראפיגס לאזט זיך אויך דעבעיטען לאמיר אנכאפן די אזויגעריפענע בלאו קאלער וואטערס, אמת קלינטען האט געווינען אין 26 פון 29 סטעיטס ווי ס'איז געווען אוועליבעל עקסיט פאולס, אבער מדארף אויך קיקען ווי שטארק זי האט געווינען אדער ער פארלוירען, נאך סופער טויסדעי האט ער גענומען א 43-45שעיר פון די אויבן דערמאנטע קבוצה, זינט אהייא רעדט מען פון 35 פראצענט, שטימט!
ס'זעלבע מיט רעפאבליקאנער קראסאווערס ווי אבאמא געווינט נאך אלץ די קבוצה, אדער מיט א שוואכערע מערהייט.
אין איך וועל נישט רעדען פון זיין פיק, ווען ער האט געווינען וויסקאנסען וואס איז די זעלבע דעמאגראפיקס ווי פענסלעוועניע אין דאך האט ער געווינען דארט, אינקלוידינג די בלאו קאלער געמיינדע.
דינסטאג מאי 06, 2008 1:01 pm
פאר איך מאך מיין ארגומענט לאמיך דיר קודם געבן גערעכט אז אבאמא אין אפרילל איז נישט אבאמא פון דעצעמבער. די צענטעראלע שאלה איז פארוואס. דו, אנדי, מיט ראש לימבאו טענה'ן אז דאס איז צוליב די טאלק שאו'ס אינדארסירונג פאר קלינטאן. איך זאג, ס'איז מער מסתבר ווייל ער איז געווארן אן ערענסטע קאנדידאט, ממילא האבן זי ספאטלייטס געשיינט אויף אים, אזוי ווי מיט יעדע פראנט ראנער, און זיינע טשיקנעס האבן אנגעהויבן אהיימציקימען, און ער האט אריינגעהויבן אטאקעס וואס האבן אראפגענימען זיין אריגינעלע גלאנץ. די אטאקעס זעען געקומען פון טאלק שאויס, מעין ס. מידיא, און די קלינטאן קאמפעין צוגלייך.
אבער נאכמער. ס'איז אן אווער-סימפליפאקעשאן צו מאכן א גזירה שווה בלוי-קאלער בלוי-קאלער, און אז ער געווינט בלוי-קאלער אין איין סטעיט מיינט נאך נישט אז ער מיז געווינען בלוי-קאלער פון אן אנדערע סטעיט.
ליין דעם ארטיקל בנוגע וועסט ווירזשיניע'ס געמאגראפיקס, און די וועסט זעהן אז אלעס ווענד זיך ווי דער חמר שטייט איין.
http://www.realclearpolitics.com/horser ... ratic.html
מ'קען נישט זאגן דון מינה ואוקי באתריה, נישט מיר נישט דיר. ווייל יעדע סטעיט, אריינגערעכנט וויסקאנסאן, איז אנדערש פאר אנדערע סיבות. און מיט בלוי-קאלער, אינו דומה טעם דג העולה בוויסקאנסאן לטעם דג העולה בוועסט ווירזשיניע. מ'קען נישט זאגן היינו טעמא.
דינסטאג מאי 06, 2008 1:11 pm
נע, יעצט איבער געלינט דעם לינק. ער מאכט נישט מיין ארגומענט. אין פאקט, ס'איז נענעטער צו דיר ווי צו מיר. אנטשולדיגט.
דינסטאג מאי 06, 2008 1:15 pm
לייג נישט אריין אין מיין פעדער ווערטער וואס איך האב נישט געשריבן, ס'איז דען א ספק אז די רייט אפעקט אדער די אזוי געריפענע ביטער געיט האט געהאט די מערסטע אפעקט אין דעם וואס ער איז שוין נישט דער זעלבער שטארקער קאנדידאט, איך נעם דיר אליינס פאר א הוחכה וואס קיינער וועט נישט חושד זיין אז לימבאו האט עס געמאכט אין מיט דעם אלעם ביסטי שוין נישט אזוי בלינד פאר אבאמא ווי אמאל
נאר וואס איז האב געטענה'ט אז מקען נישט אוועק מאכן במחי יד די לימבא אפעקט ,דאטס אלל!
ווידער איך זע נישט פארוואס אפציטיילען די דעמאגראפיקס איין סטעיט פון די אנדערע זיכער ווען עס איז אמאל אנאנדער אויסקים זיכט מען אריין צי לערנען פשט, אבער סתם אזוי איז אין מקרה יוצא מדי פשוטו,
אין איז דען נישט דער וויסקאנסען פארלוסט געווען די שטערקסטע בלו פאר די קלינטאן קאמפיין איך מיין אז ס'איז לית מאן דפליג אז יענע נאכט איז געוון די לאו פוינט פון איר קאנדידאטור(פארשטייט זיך נישט אריינרעכענדיג די טאג ווען אבאמא וועט עס קלינטשען).
דינסטאג מאי 06, 2008 1:22 pm
אינו דומה טעם דג העולה במצודת מאנטיסעלאו לדג העולה במצודת יאסל, דון מינה ואוקי אבאמא אחזקתו, חזקת מרה (ביטער-געיט בלע"ז) קמא, אבל אין מקרא יוצא מידי פשוטו כמשמעו ושניהם דבר אחד נתכוונו, שני כותבים טובים הבאים כאחד ומלמדים!
דינסטאג מאי 06, 2008 1:32 pm
איך זעה אז מיר האבן א פונדאמענטול מיספארשטענדעניש וויאוזי אפצוליינען די נייעס און ציען לאגישע מסקנות.
לאמיר מאכן א שטיקל עקסערסייז. און איך לאדען יעדעם איין.
דא האסטו א רויטע קעפעל פון דראדזש ריפארט היינט:
Paper: Hardcore Republican voting Democrat in IN...
דא איז דאס לינק:
http://www.indystar.com/apps/pbcs.dll/a ... /805060396
דאכט זיך לימבאו האט אויך געהאלטן דעם פאפיר אין זיינע 'געוועזענע ניקאטין פינגערס', און עס ענטוזיאסטיש פארגעליינט צו די פארגאפטע 'סנערדלי'.
ליינט דאס דורוך. און קים צוריק מיט די מסקנות וואס איז מעגליך צי ציען פון דעם ארטיקל.
בעיקר לאמיר פרובירן צו פארענטפערן די שאלות אויפן היינטיגן אגענדע.
וויפיל רעפובליקאנע וואס גייען שטימען פאר מ'קעין האבן געשטימט פאר אבאמא?
וויפיל דערפין האבן אזוי געשטימט צוליב לימבאו?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פארמעסט אין אינדיאנע?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פריימערי פארמעסט אין אלגעמיין (להבא.)?
וויפיל רעפובליקאנע וואס גייען שטימען פאר מ'קעין האבן געשטימט פאר קלינטאן?
וויפיל דערפין האבן אזוי געשטימט צוליב לימבאו?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פארמעסט אין אינדיאנע?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פריימערי פארמעסט אין אלגעמיין (להבא.)?
וויפיל מער רעפובליקאנע האבן יעצט געשטימעט פאר א דעמאקראט פון וויפיל ס'האבן געשטימט אין די פריע פריימעריס פאר דעמאקראטן?
וויפיל דערפין האבן אזוי געשטימט צוליב לימבאו?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פארמעסט אין אינדיאנע?
וויפיל אימפעקט האט דאס אויף די פריימערי פארמעסט אין אלגעמיין (להבא.)?
לעצט פאראכטן דורך
Monticello אום דינסטאג מאי 06, 2008 1:36 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מאי 06, 2008 1:34 pm
מיללער האט געשריבן:אינו דומה טעם דג העולה במצודת מאנטיסעלאו לדג העולה במצודת יאסל, דון מינה ואוקי אבאמא אחזקתו, חזקת מרה (ביטער-געיט בלע"ז) קמא, אבל אין מקרא יוצא מידי פשוטו כמשמעו ושניהם דבר אחד נתכוונו, שני כותבים טובים הבאים כאחד ומלמדים!
כתר מיללער עולה על גביהן.
דינסטאג מאי 06, 2008 1:40 pm
רעפובליקאנער וואס גייען שטימען פאר מקעין האבן לדעתי נישט געשטימט פאר אבאמא.
עס זענען דא רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט פאר קלינטאן אין די לעצטע וואלן, און לויט רוב אנעליסטן איז דאס א דירעקטע ארבייט פון לימבאו'ן.
עס מאכט נישט אויס ביי די אינדיאנא וואוט'ס, ווי קלינטאן איז פון גאנץ אנפאנג אסאך שטארקער דארט.
איינמאל די רעפובליקאנער זענען שוין געווארן פארזיכערט מיט זייער נאמינאציע איז זיכער געווען מער רעפובליקאנער וואס האבן געשטימט פאר א דעמאקראט, קיין ציפער ווייס איך נישט.
ווייטער איז א גרויסער פראצענט דערפון נאר צוליב לימבאו.
דאס איז מיין ארימער מיינונג. בעק טו יא מאנטי.
דינסטאג מאי 06, 2008 1:41 pm
מיום שחרב לא ניתנה נבואה אלא לשוטים
איך האב נישט קיין שום אינטרעס צי פראדיקטען, סך הכל נאכן ריזאלט טרייען צי לערנען פשט.
אזויפיל יא אז לאמיר זאגען אז אין פענסעלוועניע האט עס געהאט נאר א צוויי פראצענט אפעקט איז עס אויך געווען א שטארקע זאך! וויל זי האט געריטשט די (כמעט)10 פראצענט.
אין בכלל וואס איז די אבסעשאן אנקעגן מיסטער לימבאוי????
דינסטאג מאי 06, 2008 1:50 pm
Monticello האט געשריבן:פון זיין אינסטיטוט אויף פארגעשריטענע קאנסערוואטיווע שטודיעס, האט ער נישטאמאל געקענט האבן דאס מינדיסטע אפעקט אין זיין "אייגענע" פארטיי! וויפיל ער האט נאר געריסן שטיקער פון מ'קעין, וויפיל ער האט אים נאר נאכגעמאכט אין א גערעגטע שטומע, האט זיך די פארטיי געמאכט אן אייגענע באשלוס. זיי האבן אים געלאזט פייפן.
פארגעס נישט, מייק האקאבי האט צוטיילט די קאנסערוועטיווע וויילער,
דינסטאג מאי 06, 2008 1:56 pm
דינסטאג מאי 06, 2008 2:12 pm
יאסל, דאס שמעקט אביסעל ווי די קאנטראקט מיט אמעריקע.
צייטליך, איך הער. נעמסטו דאס פון דעם ארטיקל וואס לויט דראדזש צייגט עס קלאר אזוי, אדער נאכן עס ליינען האט דיר אנגעכאפט א דארשט צו קאלן "דער מיטן לעפ-טאפ אין זיין ליווינג רום אין מיאמי" (אזוי ריפט אים מארק האלפערין...) און פרעגן מהיכן דנתנו?
דינסטאג מאי 06, 2008 3:22 pm
איז דא א אשכול וואו מען האלט מיט לעבעדיג פריימערי נייעס?
אויב נישט אפשר זאל איך עפנען, מיין ערשטע אשכול?
דינסטאג מאי 06, 2008 4:46 pm
אט דא אין דעם אשכול, מר. געפילטע פיש, איז לעבעדיג מיט פריימערי נייעס.
האלט זיך דאהי, וועסט נישט אנטוישט ווערן.
יישר כח פאר מאנטיסעלאו מיט זיין קא-האוסט יאסל פאר די פיינע אינטערטעינמענט אויפן היינטיגן טאג!
דינסטאג מאי 06, 2008 4:53 pm
יא, באט אפשר קען מען מאכן א אשכול ספעשל פאר דעם, דארף מען האבן רשות צו עפענען א אשכול? קען איך עפענען א אשכול "פריימערי רעזאלטס"?
דינסטאג מאי 06, 2008 4:59 pm
די יודעי דבר וועלן אריינשפרינגן ווי נאר די רעזולטאטן קומען אריין, און זיי וועלן שטעלן די סטעיטס אין די עקזיסטירענדע אשכולות, למשל נארט קאראליינע אין דעם אשכול, און אינדיאנא מעגליך ביי די דערנעבנדיגע קלינטאן אשכול.
דינסטאג מאי 06, 2008 5:03 pm
איז אבער דען נישט אינטרעסאנטער צו מאכן איין אשכול ווי עס וועט ווערן אפדעיטעד יעדע פאר מינוט, נישט דארפן שפרינגען צו 5 אשכול'ס?
זאל איך עפענען צו ניש?
דינסטאג מאי 06, 2008 5:05 pm
שוין. ווייסטו וואס. בעטסט דאך אזוי שיין. עפן.
אבער געב עס א נאמען אזוי: רעזולטאטן פון די לעצטע 8 פריימעריס
(אזוי וועט דאס שוין דינען פאר די קומענדיגע 6 אויך)
דינסטאג מאי 06, 2008 5:10 pm
דינסטאג מאי 06, 2008 5:11 pm
גוטע ארבעט.
דינסטאג מאי 06, 2008 5:21 pm
געפילטע פיש, קודם בינעך העפי אז כ'קען שוין איינמאל אליין בייוואונען וויאזוי א פיש רעדט,
אין דזשענערעל דארף מען נישט האבן קיין רשות על כל תגובה ותגובה, מ'מעג עפענען וויפיל מ'וויל, (פארשטייצעך נאר ווער ס'האט שוין רשות כתיבה) ס'דארף נאר זיין א תגובה וואס איז נאכנישט דא אזא תגובה, און אויך אויסגעהאלטן על פי תקנת קרעטשמעתינו הקדושה,
אויך דארפעס זיין אין פלאץ, ווי למשל ס'דא היימישע קרעטשמע, פארברענגען, ולאחיו יאמר חזק, בית יאנאש, ספארט'ס, קוק אריין אין די אלע פלעצער וועסטע שוין אליין זעהן ווי יעדע זאך באלאנגט, (איך ווייס אויך נישט ווי אלעס באלאנגט, די הנהלה פארעכט א טעות)
עניוועי, יו דזשאסט קיפ אן רייטינג גוד סטאף, און עקספיריענס וועט אלעס פארענטפערן,
טענקס, וויכי.
דינסטאג מאי 06, 2008 5:29 pm
וויכטיג מאכער האט געשריבן:געפילטע פיש, קודם בינעך העפי אז כ'קען שוין איינמאל אליין בייוואונען וויאזוי א פיש רעדט,
און נישט פלעין, נאר מיט מייערן און כריין
מיטוואך מאי 07, 2008 9:28 am
פריימערי אפדעיט, מיטוואך צופרי:
סענעטאר ב. אבאמא האט די לעצטע נאכט אריינגעהויבן שטארקע געווינסן. ווי די רעזולטאטן ווערן שוין געברענגט אין אן אנדערער אשכול האט אבאמא געווינען אין נאורט קאראליינע מיט א מערהייט פון 14 פראצענט! מער ווי די לעצטע פאראויסשאצונגען.
מרת ה. קלינטאן האט טאקע געווינען אינדיאנא, אבער מיט ביזיונות, נידיריגער ווי די אלע פאראויסשאצער, נאכדעם וואס עס האט אויסגעקוקט אז זי קומט אריין מיט א חילוק פון 4 פראצענט, איז עס אינמיטן די נאכט געפאלן צו א נידיגערער שטאפל, ווען זי האט געווינען מיט א מערהייט פון בלויז 2 פראצענט!
פארשטייט זיך אליין אז גארנישט טוישט זיך נישט. די פעסטע (איר געדענקט נאך אירע טרערען..) מרת קלינטאן פארבלייבט ווייטער אין די רעיס אן קיין שום שאנס צו געווינען די נאמינאציע, די תירוץ וואס זי זאגט יעצט איז אז זי ווארט אויף די זיצונג פון די דעמאקראטישע פארטיי פירער ענדע דעם חודש, ווי מ'וועט אפמאכן אויב מ'זאל זעצן די דעלעגאטן פון פלארידע און מישיגען.
אלה ברכב ואלה בסיסים.