באריכטן און אנאליזן
זונטאג מאי 04, 2008 6:04 pm
למעשה וועט מיסטאם זיין א ריקאנט און אפשר וועט קלינטי האבן עטליכע מער שטימען, אבער דעלעגאטן וועלן זיי בלאבן אייניג
Advertisement
זונטאג מאי 04, 2008 7:07 pm
זיידעניו האט געשריבן:שבת איז מיר אריין אין געדאנק אז אין די תורה שטייט אז חם זאל זיין א עבד ואין עבד נעשה מושל
אגב חורפא אין דיין שבת'דיגן גייסט, האסטו פארזעהן אז דאס גאנצע פרעזידענטשאפט איז שררה אני נותן לכם? עבדות אני נותן לכם!
מאנטאג מאי 05, 2008 9:37 am
מאנטיסעלאו, דאס איז א טייער ווארט....
*
איז דער גואם אינזל נאר פאר מיליטער לייט?
מאנטאג מאי 05, 2008 10:17 am
צייטליך האט געשריבן:איז דער גואם אינזל נאר פאר מיליטער לייט?
ניין. די מיליטער אבער פארמאגט דארט בערך דרייסיג פראצענט שטח אין באזעס.
מאנטאג מאי 05, 2008 8:34 pm
עס איז געווען היינט באריכטעט אין די ניו יארק פאסט אז די אפעראציע כאאס פון ראש לימבוי האט געמאכט א דירעקטע אפעקט אויף די וואלן אין מיט רעכט קען מען זאגן אז ער פירט היינט אמעריקא...
דינסטאג מאי 06, 2008 9:12 am
רעד מער חכם אטיק.
וואס האט ראש לימבאו אנגעפירט וועלכער אפעראציע?
איז ער געווארן א דאקטאר?
איז אבאמא קראנק געווען? גארנישט געהערט.
דינסטאג מאי 06, 2008 9:38 am
ראש לימבו איז פון די גרעסטע לוזערס אין די פריימערי סעזאן! ער פאלט אריין ערגעץ צווישן רודי זשוליאני און פרעד טאמפסאן.
פון זיין אינסטיטוט אויף פארגעשריטענע קאנסערוואטיווע שטודיעס, האט ער נישטאמאל געקענט האבן דאס מינדיסטע אפעקט אין זיין "אייגענע" פארטיי! וויפיל ער האט נאר געריסן שטיקער פון מ'קעין, וויפיל ער האט אים נאר נאכגעמאכט אין א גערעגטע שטומע, האט זיך די פארטיי געמאכט אן אייגענע באשלוס. זיי האבן אים געלאזט פייפן.
פארגעסט נישט. ראש איז אלס א געווינער! ער קען נישט ארויפקומען זאגן, רבותי כ'האב אנגעזעצט! געווינט מען, איז עס וועגן אים. פארלירט מען, האט ער עס פאראויסגעזעהן, ווייל מ'האט אים נישט געפאלגט, אדער ווייל מ'האט זיך נישט געהאלטן צו די ריכטיגע קאנסערוואטיווע פרינציפילס. איי מ'קעין? דאס איז טאקע שוין צו שווער געווען פאר אים אראפצושלינגן, ממילא פרובירט ער דאס צו פארווישן.
יעצט טיט ער זיך ערהוילן פון זיין פארלויסט, און זיין פיסכיאטער האט אים געראטן אז ער זאל זיך אריינלאזן אין עולם הדימיון. ער חלום'ט אז ער איז א קאמאנדיר, ער האט טרופן, זיי טיען וואס "ער" זאגט. ער איז אויך איינגערעד רעד איין פאר זיינע צוהערער אז די "פארבייפארענדע" מידיא איז פארנומען בלויז מיט אים, ראש לימבאו. אבער די איינצוגסטער וואס איז פארנומען מיט אים, איז ער זעלבסט. ער מיז ראטעווען זיין פאזיציע, זיין רעפוטאציע, מיט זיינע צוהערערס. ממילא קראצט ער אפיר עפעס א פיצינקע פאראגראף אין א פארשטיפטע צייטונג אין פענסילוועניע, אינדיאנא, און נארט קאראליינע, ליינט עס פאר מיט גרויס אינטערעסע, און צוקנייטשט עס שטארק אז די קול זאל זיך אריינכאפן אינעם גאלד'ענע פייקראפאן, צו די באגייסטערונג פון "סנערדלי".
ווער ס'געדענקט, האט ער פאר די פענסילוועניע פריימער נישטאמאל געזאגט פאר וועם זיינע טרופן זאלן שטימען. ער איז נישט געווען זיכער ווי די ווינט גייט, ממילא האט ער זיי ארויסגעשיקט אנע דירעקטיווען... אויך מער א קאמאנדיר.
אבער ער איז א גיטער לץ. ווער ס'פארשטייט די לצנות דערפין קען קייכן פאר געלעכטער, הערנדיג אים.
לעצט פאראכטן דורך
Monticello אום דינסטאג מאי 06, 2008 9:45 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
דינסטאג מאי 06, 2008 9:43 am
ראש לימבאו האט אנגעפירט מיט א קאמפיין אז די רעפובליקאנער זאלן זיך רעגאסטרירן פאר דעמאקראטן און שטימען פאר פרוי קלינטאן און אזוי ארום אריינברענגען צומישעניש און כאאס אינערהאלב די - שוין אזוי אויך צושפליטערטע - דעמאקראטישע פארטיי.
נאכדעם וואס קלינטאן איז ביי די לעצטע פריימערי וואלן אריינגעקומען מיט א צען פראצענט חילוק פון איר אפענאנט אבאמא, האט דאס שטארק אפגעשלאגן די וואס האבן פון איר פארלאנגט אין די פארגאנגעהייט אז זי זאל זיך אפלאזן פון די קאמפיין און שוין אויפגעבן וויבאלד זי האט סייווי נישט קיין שאנסן צו געווינען מער. (וואס אגב האט זי ווייטער די זעלבע שאנסן עס צו מאכן.. עס איז איר אוממעגליך)
דאס האט געמאכט אז די דעמאקראטן זאלן ווייטער בלייבן צושפליטערט און נישט פאראייניגט ביז די קאנווענשאן ווי קיינער וועט נישט אויפגעבן ביז דאן.
ראש לימבאו פייערט דעריבער זיג און זאגט אז עס איז אום געלונגען די "אפעראציע כאאס" (אזא נאמען האט ער דאס געגעבן) אינערהאלב די דעמאקראטישע פארטיי נאכדעם וואס שווערע טויזענטער איינוואוינער האבן זיך רעגיסטרירט אלס דעמאקראטן און געשטימט פאר קלינטאן א דאנק זיין קאמפיין.
*
אין אנדערע נייעס.
היינט קומען פאר די פריימערי וואלן אין 'אינדיאנע' און 'נאורט קאראליינע' ווי עס איז דא א ס"ה פון 187 דעלעגאטן.
ווי די אנקעטע'ס זאגן פאר האט אבאמא א אויבערהאנט איבער קלינטאן אין נאורט קאראליינע כאטש וואס עס איז היפש געפאלן אין די לעצטע פאר טאג. און קלינטאן האט א אויבערהאנט אין אינדיאנע איבער אבאמא, אבער נישט מיט אזא שטארקיייט ווי אבאמא אין נ"ק.
די אלטע אויסגעוועפטע פאטן הויבט זיך צוריק אן...
דינסטאג מאי 06, 2008 9:49 am
ווייסט איינער א לינק ווי מען קען מיטהאלטן די אויסגאנג פון די וואלן בשעת מעשה?
דינסטאג מאי 06, 2008 9:49 am
צייטליך האט געשריבן:ראש לימבאו האט אנגעפירט מיט א קאמפיין אז די רעפובליקאנער זאלן זיך רעגאסטרירן פאר דעמאקראטן און שטימען פאר פרוי קלינטאן און אזוי ארום אריינברענגען צומישעניש און כאאס אינערהאלב די - שוין אזוי אויך צושפליטערטע - דעמאקראטישע פארטיי.
די אלטע אויסגעוועפטע פאטן הויבט זיך צוריק אן...
חלומות!
די דעמאקראטישע פארטיי האט ארויסגעברענגט רעקארד וויילער, אנגהויבן אין אייווא.
פענסילוועניע איז א הילערי סטעיט.
ווען ראש לימבאו האט אנגעהויבן צו פלאטשקען אין די פענסיללוועניע פריימערי, איז די רעגיסטראציע סעזאן געווען ביי די ענדע.
די רעפובליקאנע זענען באזארגט איבער די דעפאקציע פון רעפובליקאנע רעגעסטרירטע וויילער. ס'זאגט נישט קיין גיטס פאר זיי.
ראש לימבאו כאפט זיך ארויף אויפן וואגן וואס האט די אימפעט.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:07 am
קיין גאנצע חלומות איז דאס נישט.
זיי האבן א נומער פון אריבער הונדערט זעכציג טויזענט וויילער וועלעכע האבן געטוישט פון רעפובליקן צו דעמאקרט און געשטימט פאר היללערי.
קענסט זאגן אז זיי האבן סתם אזוי געטוישט רעליגיע.. און געווארן ליבעראלן.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:08 am
געפילטע פיש האט געשריבן:ווייסט איינער א לינק ווי מען קען מיטהאלטן די אויסגאנג פון די וואלן בשעת מעשה?
איינער ווייסט עפעס? איך בין א פרעמדער, זייט מיר מקרב
דינסטאג מאי 06, 2008 10:14 am
א גוט יאר ראביי פיש.
איך האב נישט קיין פלאץ ווי מ'קען דאס מיטהאלטן, אבער אז איר וועט קומען דא שפעט נאכמיטאג וועט איר שוין זעהן עפעס, איינער וועט שוין ברענגען א לינק, ווארט נאר אביסל, ס'איז נאך אביסלע צו פרי.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:16 am
א קאלקיולעטער וואס רעכענט אויס וויפיל דעלעגאטן מדארף בעקומען לויט וויפיל זיי געווינען.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:20 am
WOW
נאך יצמח'ס קאלקולעיטאר, קען אבאמא זאגן וקרב קץ.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:42 am
רבי מאנטיסעלאו, בחילת כבודך הרמה אבער איך מיין אז אייערע לאיאליטעט צו די דעמאקראטישע (לייען ליבעראלע) פארטיי פארבלענדט אייערע אויגן.
קודם כל איך פיל מיך זיכער מיט וואס איך גיי זאגן ווייל אויב דו וויסט קענסטו אויף קוקען דא אין קרעטשמע און זעהן אז איך האב געזאגט פונקט די זעלבע זאך אפאר חדשים צוריק.
מיט איין זאך בין איך מסכים מיט דיר, אז ראש לימבאו איז זייער א שוואכע ראדיא טאלק שאו האוסט, ער איז נישט אינטרעסאנט אויס צו הערן. אבער קלוג איז ער און ער ווייסט גוט וואס טוט זיך, און צו דו האסט עס ליב צו נישט האט ער א שטארקע כח אין אמעריקא היינט מיט מיליאנער געשוואוירענע חסידים. נישט בחנם איז זיין שאו סינדיקעיטעד אויף צענדליגע ראדיא סטאנציעס ארום די קאנטרי און ספעציעל אויף די עי בי סי פראגראם וואס ווערט געפירט דורך די ליבעראלע געשטימטע דיזני קאמפאני. צווייטענס, נישט בחנם האט די ליבעראלע שטימע פון קעידי קוריק געזאגט דעם שבת אז ראש לימבאו'ס אפאראציע כאאס קען אויסמאכען אין די רעזולטאטען אין אינדיאנע און קאראליינע, זי האט אים זיכער נישט צוגעטיילט דער כבוד בחנם. יא! קעידי קוריק האט עס געזאגט! איך האב עס געהערט!
יעצט צוריק צו ראש לימבאו, ער ארבייט אינאיינעם מיט שאן הענעטי, און לארע אינגראם, און מיט די הילף פון אנדערע ווי באב גרענט וכדומה פירען זיי די קאנסערוויטיווע וויילער ווי זיי ווילן. זייער פראבלעם אין די היי יעריגע אלעקשאן איז געווען אז ס'איז נישט געווען קיין איין שטארקע קאנסערוויטיווע קאנדידאט, און ממילא האבן זיי 'נישט' געשטיצט קיין איין קאנדידאט ביז ממש צום סוף ווען זיי האבן זיך דערמאנט צו שטיצען אביסל ראמני אבער עס איז שוין געווען צו שפעט. און ממילא וויבאלד זיי האבן נישט געשטיצט קיין איין קאנדידאט כאטש אפילו זיי האבן באהאקט מקעין דאך האבן די קאנסערוויטיווע נישט געהאט פאר וועם צו וואוטען און ממילא האט מקעין געוואונען.
אבער איין קאמפיין האבן די דריי חברה געהאט פון אנהייב און עס האט געהייסען 'דע סטאפ הילערי עקספרעסס'. און דאס איז געווען א סוקסעס למעלה מן המשוער. ביז אפאר חדשים צוריק האט יעדער איינער געוואוסט אז הילערי קלינטאן איז די זיכערע דעמאקראטישע קאנדידאט בלי שום ספק, זי האט געהאט א ריזיגע ליעד אין די פאפולערע שטימען. די דריי חברה (אינקלודינג לימבא) האבן געמאכט אזא גוטע דזשאב אזש אזוי פול קלינטאן סעפארטערס און נאנטע ידידים זענען אנטלאפען פון איר ווי פאר פייער, און מען האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז זי זאל זיך ארויס ציען פון די פארמעסט.
אבער דאס האבן זיי נישט געוואלט! ווייל פאר די רעפאבליקאנער איז גוט אז ביי די דעמאקראטען זאל מען זיך שלאגען און שמירען ווי לאנג מעגליך און אזוי וועט די מידיע נישט פאוקעסען אויף מקעין'ס שוואכקייטען. ממילא האבן זיי געטוישט די אפעראציע צו 'אפעראציע כאאס', דאס מיינט אז אויב אבאמא איז שטארק דארף מען וואוטען פאר הילערי און אויב הילערי איז שטארק דארף מען וואוטען פאר אבאמא אזוי אז די פייט זאל זיך ציען ביז די קאנווענטשען, אזוי ווי עס זעהט טאקע אויס אז אזוי וועט זיין מיט מעגליכע קארט לאו סוטס איבער משיגען און פלארידע.
מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן זייער סוקסעס.
ערשט נעכטען איז ארויס געקומען א פאול אז אין די פאפולערע שטימען האט הילערי מער ווי אבאמא צווישען דעמאקראטישע וויילער נאר אבאבא האט שטארקע שטיצע צווישען רעפאבליקאנער און אינדיפענדענט וויילער, וועמענס ארבייט איז דאס? הא?
ראש לימבא וכת דיליה האבן דערווייל געהאט זייער א שטארקע זיג אין די פריימעריס.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:43 am
Monticello האט געשריבן:WOW
נאך יצמח'ס קאלקולעיטאר, קען אבאמא זאגן וקרב קץ.
אויך מיר א וקרב קץ! לאמיר זעהן צו ער וועט זיך קענען ערהוילען שנעל גענוג פון אזא מועסע פריימעריס און זיין גרייט פאר די גענעראלע וואלן?
דינסטאג מאי 06, 2008 10:46 am
נאך א פאול אויף עמ עס ען בי סי אז א דריטעל פון די דעמאקראטן וואס דארפן נאך וואוטען אין די פריימעריס האבן געזאגט אז אויב זייער קאנדידאט פארלירט וועלן זיי וואוטן פאר דזאן מעקעין.
דאס דארף זיין גוטע נייעס פאר די רעפאבליקאנער.
דינסטאג מאי 06, 2008 10:54 am
וקרב קץ מיינט ער צו זאגן די נאמינאציע נישט די גענעראלע עלעקציעס.
אויב פארשטיי איך גוט דער קאלקולטער איז זייער חשבון אז קלינטאן מיז געווינען הונדערט פראצענט פון די איבערגעבליבענע דעלעגאטן און סופער דעלעגאטן צו געווינען די נאמינאציע.
אנדי; האסט אראפגלייגט א פיינער און שטארקער אפהאנדלונג איבער די קאנסערוועטיווע טאלק שאו'ס, אבער איין זאך איז נישט אינגאנצן אמת, דאס אראפברענגען קלינטאן וואלט נישט אזוי גוט געארבייט ווען זיי האבן ווען נישט אבאמא אלס איר אפענעאט. אויב זאל ווען זיין דער צווייטער קאנדידאט איינע פון די פריערדיגע אין די פארמעסט וואלט עס זיי קיינמאל נישט געארבייט און נישט געלונגען.
יעדער איז מודה אז אבאמא'ס שטארקייט איז נישט קלינטאן'ס שוואכקייט, זי איז גענונג שטארק, נאר אבאמא האט דא געהאט עפעס א אויסטערלישער שטארקייט אזש אראפצוברענגען קלינטאן, אבער יעדער זאגט אז ער איז עפעס אן אינטערסאנטער פערזאן און די מענטשן וואס זענען פארגלייבט אין אום זענען ווי א סעקט.
אלזא איר פראבלעם איז אבאמא נישט די טאלק שאו'ס.
דינסטאג מאי 06, 2008 11:06 am
אבאמא איז אלץ געווען שטארק אבע די א.ג. 'אויסטערלישע שטארקייט' וואס האט אים געממאכט געוואונען איבער הילערי קומט פון די קאנסערוויטיווע טאלק שאוס.
דינסטאג מאי 06, 2008 11:45 am
אנדי טייערע:
יט איין זאך בין איך מסכים מיט דיר, אז ראש לימבאו איז זייער א שוואכע ראדיא טאלק שאו האוסט, ער איז נישט אינטרעסאנט אויס צו הערן. אבער קלוג איז ער און ער ווייסט גוט וואס טוט זיך
כ'בין גראדע א חסיד פון זיין טאלאנט (אנדערש ווי מיט שאן). ער ווייסט טאקע גיט וואס ס'טיט זיך. אבער ער האט אן אגענדע, און ער זאגט בלויז וואס ער וויל די זאלסט הערן און גלייבן. אויב איז עס "אויך" פערצופאל די אמת, איז עס א באנוס פאר אים. אבער נישט דאס דיקטירט אים.
אבער איין קאמפיין האבן די דריי חברה געהאט פון אנהייב און עס האט געהייסען 'דע סטאפ הילערי עקספרעסס'. און דאס איז געווען א סוקסעס למעלה מן המשוער. ביז אפאר חדשים צוריק האט יעדער איינער געוואוסט אז הילערי קלינטאן איז די זיכערע דעמאקראטישע קאנדידאט בלי שום ספק, זי האט געהאט א ריזיגע ליעד אין די פאפולערע שטימען. די דריי חברה (אינקלודינג לימבא) האבן געמאכט אזא גוטע דזשאב אזש אזוי פול קלינטאן סעפארטערס און נאנטע ידידים זענען אנטלאפען פון איר ווי פאר פייער, און מען האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז זי זאל זיך ארויס ציען פון די פארמעסט.
דאכט זיך אז "סטאפ הילערי עקספרעסס" איז א הענעטי אינציאטיוו. אבער אלענפאלס, נישט דאס האט אראפגעברענגט קלינטאן. והא ראי' אז די קאמפעין גייט שוין אן פאר איבער א יאר (אויב נישט צוואנציג יאר) און, וויאזוי די אליין זאגסט, האט זי געוואקסן אבנארמאל סוקסעספול. ביז אבאמא איז אנגעקומען. ער האט איר געסטאפט.
דאס וואס די זאגסט אז "זי האט געהאט א ריזיגע ליעד אין די פאפולערע שטימען" און "נאנטע ידידים זענען אנטלאפען פון איר ווי פאר פייער, און מען האט אנגעהויבן לייגן דרוק אז זי זאל זיך ארויס ציען פון די פארמעסט" איז אמת. אבער איין פראבלעם, חוץ אויב די זאגסט אין מוקדם ומאוחר, האסטו די טיים ליין ראנג. ס'איז געקומען נאכדעם וואס אבאמא האט איר געלייגט אין א ספאט נאך אייווא. פון דארט איז אלעס געגאנגן בארג אראפ פאר קלינטאן ביז ענדע פעבראואר.
דרך אגב, הילערי האט קיינמאל נישט געהאט די ליעד אין פאפולערע שטימען. אפשר מיינסטו אנקעטעס.
מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן זייער סוקסעס.
צו מאכן אזא סטעיטמענט, ברויך מען שוין האבן אביסעל מער רויע טריקענע דאטא. וואס איז נישטא. קעיטי קוריק און אלע אנדערע מיינונגן, אריינגערעכנט מיינס און דיינס, זענען בלויז אנאקדאטעל מיינונגן. ס'איז נישט קלאר ווער ס'איז בלינד אדער ווער ס'זעהט.
ערשט נעכטען איז ארויס געקומען א פאול אז אין די פאפולערע שטימען האט הילערי מער ווי אבאמא צווישען דעמאקראטישע וויילער נאר אבאבא האט שטארקע שטיצע צווישען רעפאבליקאנער און אינדיפענדענט וויילער, וועמענס ארבייט איז דאס? הא?
דאס לייגט דיין גאנצע ארגומענט אויפן קאפ. לויט דיר, פרובירן די רעפובליקאנע צו שטיצן די הינקענדיגע קלינטאן כדי איר צו האלטן אינעם פארמעסט. וויאזוי שטימט די פאול מיט דעם. דאס איז פיטש קאפויער פון וואס די זאגסט. אבער דאס איז אייגענטליך אין אנקלאנג פון וואס ס'האט פאסירט פונעם ערשטען טאג: אבאמא האט בעסער אנגעצויגן צווישן מעסיגע.
נאר וואס דען? היא אשר דברתי. די טאלק שאויס זענען דא צו קלעימן וויקטארי סיי וויאזוי די מצב שטעלט זיך אויס. טאקע דאס האבן זיי געוואלט. איי, דא שטימט עס נישט? טאקע
דאס האב איך געוואלט. איי דארט? טאקע
דאס. אין קורצן: כאאס אבער ווי? ביי די טאלק שאויס.
דינסטאג מאי 06, 2008 11:52 am
איך וועל באלד צונעמען א יעדע זאך עקסטרע און ענטפערעם על ראשוין ראשון, אבער פאר דערווייל.......
אונטערשטע שורה, וואס ווילען די טאלק שאו האוסטס, אראפ ברענגען די דעמאקראטישע פארטיי. און לעניית דעתי שטייט די דעמאקראטישע פארטיי אין א שווערע מצב היינט, עס גלייבט זיך נישט אז זיי האבן טאקע אין 06 אזוי שטארק געוואונען די קאנגרעס און אין די סענאט פארמעסטען, די פארטיי האט יעצט אסאך צו פאררעכטען אין בעפארברייטונג צו די אלגעמיינע וואלן, און דאס ווילען די קאסערוויטיווע, צו עס איז זייער ארבייט צו נישט וועל איך שפעטער שרייבען מיין דעה, אבער זיי שטייען נישט אין קיין שוטם כאאס היינט.
דינסטאג מאי 06, 2008 11:56 am
אנדי פעטיט האט געשריבן:אבער זיי שטייען נישט אין קיין שוטם כאאס היינט.
איך פארשטיי אז עס איז א טעות, אבער נאך וויי זענען זיי שוטים...
דינסטאג מאי 06, 2008 12:04 pm
כ'ווייס נישט ווי אנציהויבן, אבער אפאר פוינטס.
צי געבן קרעדיט פארן אזוי געריפענעם אפארעישן כייאעס לאזט זיך דעבאטירן ס'איז נישט ווי מאנטי טענה'ט אז נאר פארשטיפטע צייטונגען רעדן דערפין, נאר בעסקלי די גאנצע מעין סטריט מידיע אנגעהויבן פון קריס מעטיוס אין אויסגעלאזט ביי דזשארדש סעפענאפאלוס.
אזוי אויך איז מאנטי נישט קלאר מיט די פאקטען, ווייל דער אזויגעריפענער אפארעישן האט זיך שוין אנגעהויבן בעפאר אהייא אין טעקסאס אין היבש פאר די דעדליין פון ווען מקען זיך רעגסטרירן אין פענסולווניע ממילה לאזט זיך דעבאטירן ווי ווייט עפקטיוו דאס איז, דאס איז זיכער אז זינט אהייא איז זי אויף א רייד.
ווידער וואס אנדי וויל געבן קרעדיט פאר די סטאפ הילערי עקספרעס פאר אינזערע
בעיבישע טאלק שוי'ס, לדאבאוני הייב איך נישט אן צי כאפן ווי מ'קען עס אזוי אייזעצן, צי ער האט געהאט השפעה אויף די דעמאקראטען,אדער רעדט מען דא פון קראסאויבער'ס איך וואלט זייער געגליכן צי הערן א שטיקעל הסבר.
מיט דאס עגריאיך 120 פראצענט מיט מאנטי זז"ג אז מיסטער לימבאוי זאגט וואס ער וויל די זאלסט גלייבן אין איך פארשטיי גארנישט ווי א איד וואס איז אויפגעצויגען מיט מדת רחמנות אין צדקה זאל קענען איינשטימען מיט אים.
ביידעוועי דאס וואס מיסטער לימבאו האט נישט סוקסידעט מיטן קאמפיין אנקעגן מעקעין, לדעתי צייגט נישט אויף עפעס אויסטערלישע שוואכקייט פון לימבא נאר ענדער אויפן רייפן שכל פון די וויילער וואס האבן פארשטאנען אז אויב א WIN דאס יאר, וועט עס קימן נאר דורך מקעין.
לעצט פאראכטן דורך
יאסל אום דינסטאג מאי 06, 2008 1:17 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל בסך הכל.
דינסטאג מאי 06, 2008 12:06 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:אונטערשטע שורה, וואס ווילען די טאלק שאו האוסטס, אראפ ברענגען די דעמאקראטישע פארטיי. און לעניית דעתי שטייט די דעמאקראטישע פארטיי אין א שווערע מצב היינט, עס גלייבט זיך נישט אז זיי האבן טאקע אין 06 אזוי שטארק געוואונען די קאנגרעס און אין די סענאט פארמעסטען, די פארטיי האט יעצט אסאך צו פאררעכטען אין בעפארברייטונג צו די אלגעמיינע וואלן, און דאס ווילען די קאסערוויטיווע, צו עס איז זייער ארבייט צו נישט וועל איך שפעטער שרייבען מיין דעה, אבער זיי שטייען נישט אין קיין שוטם כאאס היינט.
די ביסט דאהי אויפן זעלבן פלאנעט ווי מיר? וויל לויט ווי איך זע עס, ווארט אפ פאר די רעפאבליקאנער א יאר כדוגמת 94' פאר די דעמאקראטען!!!
והקאנגרעס זיץ בלאוזיאנע יוכיח.