באריכטן און אנאליזן
זונטאג ינואר 27, 2008 11:06 pm
אויך קעראליין שלאסבערג קענעדי, די טאכטער פונעם פארשטארבענעם פרעזידענט קענעדי, האט אינדארסירט אבאמא אין א צייטונגס ארטיקל, זאגענדיג אז ער ענדלט אין איר פאטער מיט זיין יונגקייט און ענערגיע.
Advertisement
מאנטאג ינואר 28, 2008 1:48 am
סאו קרעמער.
מ'קען זיך רישן אויף פרעזידענט אבאמא? האסט נישט מורא דערויף, גייט ער דאס מאכן פאר א אפריקאנע לענדל, אדער א ישמעאל'ישע?
האט ער בכלל ערפארונג? פון איין האלבן סענאט זיץ.
דארף מען ערפארונג? צו וואס?
די וואס זעען יעדן טאג ווי אט אט קומט שוין דער דריטער וועלט מלחמה אן רח"ל, און שטייען שוין גרייט מיט אלע זוהר'ס און פארוואפענע מדרשים, האבן שוין געטראפן רמזים, אויף אבאמא?
אבאמא, איז די ווערטער, אב אמא, א טאטע און א מאמע, דאס מיינט אז .... ס'איז א פאני נאמען.
דריי אלפין האט דאס שוין, מ'קען שוין זאגן, אמר אויב ארדוף.
דאס דערמאנט מיר פון די גאלף קריג, ווי מ'האט פארטייטשט אויף תולה ארץ, אמר אויב ארדוף אשיג אחלק, ה' אלפים, שלל תמלאמו נפשי אריק, תשנ"א, חרבי, ראשי תיבות, חוסעין רוצח בוש ינצח..
וניבאו ולא ידעו מה ניבאו, הנח להם לבני ישראל אם אינם נביאים בני נביאים הם, ווייל אם לא נתקיים בו נתקיים בבנו.
מאנטאג ינואר 28, 2008 11:52 am
בעני;
חחחח. חחחח איז ר"ת: חאח חאח חאח חאח... וכך הוה.
קרעמער;
ווען דו לעבעדיגע מוזיק וועט זיך איינשטילן, און אבאמא'ס לעבעדיגע געווינס באטבלס וועלן זיך בארואיגן, וועט ער זיך ווייטער טרעפן הונטערשטעליג אין 99 פראצענט שטעט ווי מען וועט שטימען דעם גרויסן דינסטאג, טא לייג אוועק דו אנטי-קלינטאן שאלונגען אויף שפעטער, קענסט עס אפילו טיף באגראבן ווייל די שאנסן זענען גרויס אז דו וועסט עס קיינמאל נישט קענען נוצן.
אין מיין ארימן מיינונג זוכן רוב דעמאקראטישע וויילער -און אויך די נאציאנאלע וויילער- א פרעזידענט וועמען זיי שפירן אז זיי קענען געטרויען מיט די שרעקעדיגע וועלט פונעם ערשטן טאג. אבאמא איז א גלענצענדער רעדנער, און פיל מיט לעבעדיגע 'ספיריט', אבער ער איז נאכנישט גענוג ערפארן און שטארק אין די אויגן פון רוב דעמאקראטישע וויילער, זיי זאלן אים טראסטן צו קענען פירן דאס לאנד שוין יעצט.
קלינטאן איז א אייזן שטארקע פרוי, און א הארטע פאליטישאן, זי האט עקספיריענס און שטאנד. דו מוזט איר נישט גלייכן און אויך נישט עגריען מיט איר, און אלס רעפאבליקאנער מעגסטו איר אפילו פיינט האבן, אבער לויט מיין מיינונג שפירן רוב דעמאקראטישע וויילער אז מען קען איר טראסטן צו פירן דאס לאנד אין די שרעקעדיגע צייטן פונעם ערשטן טאג.
ונזכה ונחיה ונראה.
מאנטאג ינואר 28, 2008 8:25 pm
אבאמא אליינס דארף נישט קיין עקספיריענס. וואס איז געווען בוש'ס עקספיריענס אויפן וועלט ארענע? דער עיקר אז מען נעמט זיך ארום מיט גוטע ראטגעבער (צווישן אונז: לב מלכים ושרים ביד ה', אפגעזען צו ער איז א מאלפע, א שחור, [א פרוי ווייסעך שוין נישט... עס שטייט נישט מלכות ושרות]).
יענטאאש; טעד קענעדי איז ביי דיר א שמויגער? (ביי מיר איז ער אן אפגעפליקטער תלוש, אבער ביי די ליבעראלן איז ער א העלד) ער האט היינט געזאגט אז אבאמא קען רואיג פירן דאס לאנד.
קלינטאן איז מעגליך א שטארקע פרוי, אבער א פרוי בלייבט זי, און אין פאל פון א 9/11 וועט זי כאפן א וסת קבוע לדמעות און נישט קענען זיך צוזאמקראצן דעם פימפל צווישן די אקסלן ארויסצוקריכן מיט עפעס זאכליך וואס זאל מעגליך לינדערן דעם מצב.
און אז מען רעדט שוין: וואס איז איר גרויסע עקספיריענס? פון זיצן אפילו 8 יאר אין סענאט קען מען קיין גרויס עקספערט אין רעגירונגס ווירטשאפט נישט זיין (זאג מיר נישט אז זי וועט זיך צולייגן אביסל אין לינקאלן בעדרום און ביל וועט שוין איבערנעמען די לייצעס, דאס הייסט שוין רעכט ליצנות געמאכט פונעם קאנסטיטוציע וואס פארבאט אים צו לויפן נאכאמאל).
מאנטאג ינואר 28, 2008 8:57 pm
יענטאאש, איך גלייך מיך זייער נישט צו קריגן מיט דיר, און ווי אויך וועלעך נישט אריין גיין אינעם פאליטישן חלק, אבער צו זאגן אז קלינטאן, אז אן אייזן שטארקע פרוי, מיינעך איז אביסל נאריש, ארום צו פליפ פלאפן, הייסט ביי דיר שטארק? אדער אפשר וויינען ווען מ'פארלירט, הייסט יא שטארק? איך ווייס נישט.
מאנטאג ינואר 28, 2008 9:15 pm
איינער קען אויספיגערען וואס ס'איז א חילוק פאר אונז ווער עס געווינט
די קרעטשמע וועט מיטען אייבערשטען'ס הילף אנגיין על אפם ועל חמתם פין נישט קיין חילוק ווער עס געווינט
זיי מיינען אלע זיך , אין פאר אונז וועט זיין גוט ווען עס וועט זיין והי' ה' למלך על כל הארץ,
מאנטאג ינואר 28, 2008 10:40 pm
וואלט איך געוואוינט אין קאנאדע, וואלט איך געשריבן "גם אני מצטרף לדברי לאקשען ברעט"
דינסטאג ינואר 29, 2008 12:55 pm
איך בין נישט אזוי זיכער אז די ליבעראלען וועלען לאזען די קרעטשמע אנגיין אזוי פראנק און פריי, זיי ווילען דאך יעצט אויסארבייטען לעגיסטלאציע אויף די מידיע! (עיין ערך מיכאל וויינער שאו).
דינסטאג ינואר 29, 2008 3:38 pm
קרעמער;
ס'איז מיר קיין גרויס חילוק וואס 'טעד קענעדי' האט צו זאגן, ער איז א פאלאטישאן ווי אלע און ער האט זיינע סיבות, איך גלייך צו מאכן מיינע אייגענע אפמאכן.
איך הער;
קלינטאן איז א שטארקע פרוי, און דאס איז אפילו א קריטיק אויף איר, מענטשן זאגן אז זי איז 'צו שטארק'.
יעדער פאלאטישאן האט שוין גע'פליפל-פלאפל'ט. נאכאמאל, יא יעדער. מעקיעין זאגט עס אויף ראמני, ראמני אויף הוקאבי, און אזוי ווייטער און ווייטער, דאס איז א פאלאטישאן.
וויינען? אט למשל 'ראש לימבאו' און 'דיק מאריס' זאגן אז גאר אז זי האט זיך 'געמאכט' וויינען, א פאליטישע שפיל לשיטתם. אבער טו מיר א טובה, גיי קוק וויאזוי זי פירט זיך אויף ביי דיבעיטס, און נאכער זאג מיך צו זי איז 'שטארק'. אויב עפעס איז זי שטאקער פון 'אבאמא' דורכאויס דעם קאמפיין, בשעת 'אבאמא' האלט אין איין זיפצן אז מען רייסט אים אונטער הערט מען נישט קיין פיפס פון איר ווען מען רייסט איר ארונטער.
מאנטאג פבואר 04, 2008 1:20 am
טאמער מיינט איר אז נאר איר האט א מיינונגס פארשידענהייט מיט אייער עזר כנגדו, זייט וויסן אז דער גרויסער מעכטיגער ארנאלד שווארצענעגער, גאווערנאר פון קאליפארניע, האט פאריגע וואך אינדארסירט מעקעין פאר פרעזידענט, און היינט קומט די מעלדונג אז זיין פרוי, א ניכטע פונעם פארשטארבענעם פרעזידענט קענעדי, האט אינדארסירט אבאמא!
מאנטאג פבואר 04, 2008 10:15 am
דער אבאמא ריקט זיך פאראויס ער איז איר שוין איבערגשטיגן אין קאלעפארניע אין אין נוי דזשירזי איז לויט ווי די חברה זאגן גאנץ שמאל די דיפרענץ
אויב גווינט ער קאלעפארניע וועט לויט אלע פארשטייערס זיין דא א פאליטישע ערד ציטערניש
מאנטאג פבואר 04, 2008 12:43 pm
יאסי,
כאפ נישט שטאטעליך, אבאמא ריקט זיך פאראויס, אקעי, וואו? אין קאליפארניע און אין (נישט אין אין, ווייל לא אמרו רבנן בכפילא) ניו-זשערסי, אדער נאר אין קאליפארניע דערווייל, נאר די חברה זאגן אז אין ניו זשערסי איז שמאל דער דיפרענץ.
אויב געווינט ער קאליפארניע אליינס, וועט שוין זיין אן ערד ציטערניש?
מאנטאג פבואר 04, 2008 3:28 pm
מיללער האט געשריבן:יאסי,
כאפ נישט שטאטעליך, אבאמא ריקט זיך פאראויס, אקעי, וואו? אין קאליפארניע און אין (נישט אין אין, ווייל לא אמרו רבנן בכפילא) ניו-זשערסי, אדער נאר אין קאליפארניע דערווייל, נאר די חברה זאגן אז אין ניו זשערסי איז שמאל דער דיפרענץ.
אויב געווינט ער קאליפארניע אליינס, וועט שוין זיין אן ערד ציטערניש?
וואס א מין יאסי איז דאס עפעס דרך ארץ האט מען דיר נישט גלערנט
לגבי אבאמא'ס מאמענטום איז אין קאלעפארניע לויט די היינטיגע אנקעטעס איז ער איבערגעשטיגן
און אלע עגריען אז אויב קען ער ארויספאלען א וויקטארי דאן איז ער אויף פעסט טרעק וואס מ'עט שווער קענען אפשטעלן
און אין (כ'האף אז ביסט ציפרידן)נוי דשורזי איז פון 15 פוינטס אראפ צי 5-6 בערך
מאנטאג פבואר 04, 2008 3:37 pm
וויפיל פינקטליך אבאמא איז העכער ווייסעך נישט
אבער אז די רעבע-ציין הילעקי לינטאן האטזעך נאכעמאל אזוי צעוויינט אזש זע האט נישט געקענט קומען צום ווארט שוין צום צווייטן מאל
ווייסט דאס גענוג ווי אבאמא האלט
מאנטאג פבואר 04, 2008 3:57 pm
נאדיר
California Democratic Primary Suffolk Clinton 39, Obama 40 Obama +1
California Democratic Primary Reuters/CSpan/Zogby Clinton 40, Obama 46 Obama +6
California Democratic Primary Rasmussen Clinton 44, Obama 45 Obama +1
מאנטאג פבואר 04, 2008 3:57 pm
ר' יאסל,
איך בין העכסט צופרידן פון די קלארע אינפא.
דינסטאג פבואר 05, 2008 12:47 pm
היינט וועט פילייכט זיין דאס ערשטע מאל איך וועל שטומען פאר א שחור אין מיין לעבן... והוא רחום יכפר עון.
דינסטאג פבואר 05, 2008 1:03 pm
גאו באראק, קרעמער איז וויט יו!
דינסטאג פבואר 05, 2008 2:04 pm
קרעמער
איז דעי דיסיזשאן נאר פאר די פריימעריס
דינסטאג פבואר 05, 2008 2:25 pm
איך קען ענטפערן אנשטאט אום..
זיכער אז יא, קענסט זיכער זיין אז דער קרעמער וועט פאר קיין דעמאקראט אדער ליבעראלער נישט שטימען, און ווי ער האט שוין געשריבן דא, אז דאס איז נאר פאר יעצט, ביי די נאציענאלע שטימען וועט ער זיך אפרעכענען מיט אום (אבאמא) עקסטער, עפ"ל.
דינסטאג פבואר 05, 2008 7:49 pm
האלאו צייטליך;
איך האב דיר נישט אויפגענומען אלס פירשפרעכער!
איך וועל אי"ה ביז א האלבע שעה ארום אפגעבן מיין שטומע פאר באראק כוסעין אבאמא, ווייל דאס איז די נאנסטע שטופ וואס איך קען געבן פאר הילערי קלינטאן אן דארפן פיזיש צורירן די מכשיפה.
אויב אבאמא וועט באווייזן דאס אומגלויבליכע איבערצוקומען די מכשיפה וזכר דילה, האב איך אים שוין כמעט פארשפראכן מיין שטומע אין די גענעראלע וואלן (אויב די פאולס וועלן סייווי געבן ניו יארק פאר דעמאקראטן).
זונטאג פבואר 10, 2008 5:46 pm
מעכטיגע נייעס: באראק אבאמא האלט יעצט פאראויס ביי די קאקוסעס אין מעין!
דאס איז א טויט-קלאפ פאר קלינטאן, ווייל עס איז ביז יעצט באטראכט געווארן ווי איר טעריטאריע (הער אויס שמעון ראלניצקי נעכטן נאכט אויף קול מבשר)
זונטאג פבואר 10, 2008 5:50 pm
קרעמער האט געשריבן:(הער אויס שמעון ראלניצקי נעכטן נאכט אויף קול מבשר)
יא יא ווען מ'קען ווען הערן
זונטאג פבואר 10, 2008 7:18 pm
יאסל;
בשעת די פריימערי רעזולטאטן קומען אריין, איז ממש א חורבן, אבער אביסל שפעטער איז אלעס צוריק צו נארמאל (איך האב עס געהערט 3'ע פארטאגס. אבער היינט א גאנצן טאג איז די סיסטעם פיין געווען).
אגב, קען מען שוין באשטעטיגן אז אבאמא האט געמאכט "מעין", און דאס איז די מכה בפטיש (אין מיינע אויגן) פאר זיין מארש צום קאסא-בלאנקא (לעצטנס געכאפט אז דאס איז רוימיש פון "ווייסע הויז").
מאנטאג פבואר 11, 2008 1:25 am
באראק הוסעין אבאמא
בילד גענומען פון וויקי