באריכטן און אנאליזן
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:08 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:אבאמא'ס מיליטערישע אדווייזער טאני מק'פיק האלט אז די אמעריקאנער אידן אין נו יארק און אין מיאמי זענען שולדיג אז ס'איז נישט דא קין שלום אין די מיטעל מזרח ראיאן. ער זאגט אז אמעריקא האט נישט קיין געהעריגע פלאן פאר די שלום אפמאך צווישען פאליסטינע און מדינת ישראל ווייל פאלטישאנס ווייסען ווי וויכטיג ס'איז פאר זיי צו געוואונען די בלאק וואוט אין מיאמי און נו יארק.
[/url]
זיינע קאמענטארן, דאכט זיך זיי זענען נישט נייע, זענען אין איינקלאנג מיט די מיינונג יעדער בר-נש אינדרוסען פון פאליטיק און אינדרויסען פון די איינפלוס פון די קאליציע פון איזרעלי לאבי. נאכמער, טייל פון זיינען קאמענטארן וואס זענען אזוי שארף אראפגעריסן געווארען אין יענער צייט, בנוגע די סעטעלמענטס, זענען שפעטער דורוכגעפירט געווארן דורוך אריק שארון זעלבסט!
אבער ס'איז א וואל יאר און דער אמת וועט מיזן אויסווארטן, אויב ס'האט געדולד.
צום לעצט, דער זעלבער מק'פיק איז געווען א העלד אינעם ערשטן בוש קאבינעט, זיינעדיג פון די דזשונט טשיפס אוו סטעף, אבער דאס ער זאל דינען אין א דעמאקראטישע קאבינעט, העלל נאו! מ'וועט אים פעינטען אלס אן אנטעסעמיט און אפשר נאך לינקען צו רעוורענט רייט.
Advertisement
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:17 pm
זיינע קאמענטארן, דאכט זיך זיי זענען נישט נייע, זענען אין איינקלאנג מיט די מיינונג יעדער בר-נש אינדרוסען פון פאליטיק און אינדרויסען פון די איינפלוס פון די קאליציע פון איזרעלי לאבי.
איך ווייס נישט אויף וועלעכע פלאנעט דו לעבסט אויף ווען דו זאגסט אז יעדער בר נש האלט אזוי. לאמיר לייגען די תורה'דיגע השקפה אין א זייט ווייל איך וויל נישט מסביר זיין מיין מיינונג נאר די אמעריקא'ס מיינונג. ס'איז דא איין וועסטערן געשטימטע לאנד אין די מידעל איסט צווישען צענדליגער ראדיקאלער אנטי וועסטער לענדער, און דו האסט א הוה אמינא אז אמעריקא אדער אפי' פראנקרייך זאלן זיין עכט אינטרעסירט אין די שלום אפמאך? ווען די צווייטע בוש איז געלאפן האט יעדער איינער געטענה'ט אז ער וועט נישט זיין פראו איזראעל און מ'האט אפי' געהאט ראיות דערויף, אבער אזוי ווי ער איז געזעצען מיט די פרעזידענטליכע ברילן אויף זיינע אויגן האט ער שוין פארשטאנען די סטראטעגעשע וויכטיקייט פון איזראעל. און די זעלבע וועט איז געוועןמיט'ן היינטיגע אנטי איזראעלישע קארטער און די זעלבע וועט זיין מיט אבאמא. יא! אפי' אויב זיין אדווייזער מק'פיק איז אנטי איזראעל וועט אבאמא דארפן איזראעל גאר וויכטיג אלץ א סטראטעגישע אפשטעל פון די איסלאמישע כוואליעס ווואס בוזשעווען אין גרויסן.
איך בין דיר דן לכף זכות אז דו ביזט אזוי ביזי דיפענדען די ליבעראלע קאנדידאט אבאמא אז דו האסט דיר נישט געכאפט וואס דו האסט געשריבן דא.
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:33 pm
דיין דן זיין לכך זכות ווייזט אויף נאבאלע מדות. ישר כחכם.
פרעזידענט בוש II איז געווען דער ערשטער טאקע וואס האט אקטיוו געזוכט די מוסלמענישע שטומעס. ווער געדעקנט יענער דעבאטע ווי ער האט זיך אזוי אפגערעדעט אויף רעשאל פראפיילינג קעגן די מוסלעמס? (וואגען זאל זיך היינט איינער דאס טוהן. אדער, וואגן זאל זיך א דעמאקראט דאס צו טוהןץ)
אמת ווען ער האט זיך אנגעטוהן די ברילן אלס פרעזידענט האט ער אנגענימען - ווי אלע לעצטיגע פרעזידענטן - א עקסטרעמע אומראציאנאלע פרא איזראעלי שטעלונג.
די שאלה איז, ווען ער האט אנגעטיהן די ברילן, מה ראיה ראה? דער ענטפער? שתי ראיות: די אנטקעטע רעפארטס, און די באנק אקאונטס פון די איזרעלי לאבי.
איך פארשטיי אז די מיינסט אז איך קום יעצט ארויס פון די נשה תורה, אבער ליסטען טו מי, איך האב געליינט איבער די נושא מער פון דריי טויזנט בלעטער אין קלאסישע ווערק.
אלס אן התחלה ראט איך דיר צו ליינען דאס, א בוך וואס איז ערשינען פאראיאר:
http://www.amazon.com/Israel-Lobby-U-S- ... 0374177724
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:41 pm
פאר א יעדע איין אנטי איזראעלישע און אנטי איזראעלי לאבי בוך געשריבן דורך ראדיקאלע ליבעראלער און מוסעלמענער שרייבער קען איך דיר געבען 5 וואס ווייזען איף אנדערש, און דו קענסט זעהן פאקטען וואס ווייזען אויף אנדערש. אודאי די איזראעלי לאבי פונקט ווי אלע לאבי גרופעס אין וואשינגטאן זענען זייער פאווערפול און זיי שטיצען שטארק די פאליטישאנס פון ביידע זייטן פון די ספעקטראם. אבער איך מיין אז אויב מ'וואלט געהאט א דעבאטע איבער די סטראטעגישע וויכטיקייט פון איזראעל פאר אמעריקאס זיכער הייט פון א לויטער אמעריקאנער נאציאנאל שטאנדפונקט וואלסטו נישט געוואונען. אויב ביזטו גערעכט אז בוש איז געווארן פראו איזראעל וועגען די געלט דאן ווי איז געווען זייער געלט ביז דאן? און די מאלטי מיליאנער בוש דארף זייער געלט דען? קאמאן! איך זאג דיר נאכאמאל קלאר לייג דיך אריין אין די שיך פון א גויאישע אמעריקאנער פרעזידענט וואס זוכט נאר די טובה פון זיין לאנד (און ס'גייט אים גאנץ ווייניג אהן דאס וואוילזיין פון די אידן) וואלסטו אויך געהאטן אזוי.
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:43 pm
איך האב גראדע אראפ געברענגט יענע רעפארט אלץ א טריקענע שטיקעל נייעס, אפי' נניח אז מק'פיק איז גערעכט קען עס אבער דאך אויסמאכען אין די אוטקאם פון די עלעקשאנס פאר אבאמא וואס אויף דעם ביזטו דאך אויך מודה כנ"ל.
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:50 pm
פארגעס וואס א פרעזידענט זאגט. ער איז א פאלטישאן און ווייסט ווער ס'שמירט אים פיטער ברויט.
כ'ווייס נישט וויאזוי די האסט אפגעמאכט אז דאס איז א ראדיקאלע בוך. אבער דו ווייסט ווער ס'האט גענטפערט אויף די בוך? עלען דערשאוויץ! סאו די האסט א קאנסטיטוצינאלע לאויער (א לינקער אין אלגעמיין), און א בלינדע פארטיידיגער פאר איזראעל, קעגן צוויי רעספעקטירטע פראפעסערן מיט עקספערטיז אין פאליטיקל סייענס!
ער האט ארויסגעגבן אן ענטפער איבערנאכט (און עס פערפעקעט אין עטליכע וואכן). וואס האט ער געשריבן? ער האט עס פארגליכן מיט די פראטאקאלן פון זקני ציון! דאס איז מער ווייניגער דער ענטפער מען באקומט אלעמאל.
אויך א פרוי פראפעסאר ווייסז האט ארויסגעבן אן ענטפער בוך, אבער זיך נישט באצויגן צום עצם ענין, נאר באשולדיגט אידן אין אמעריקע פארן נישט זיין געניג לאיאל צו איזראעל.
ס'איז אן אריכות, אבער די וועסט עס נישט הערן אויף די אלגעמיינע מידיא, די לאבי גלייכט דאס נישט.
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:54 pm
איך בין מודה אין פרינציף, אז עני אפענקייט צו די אישו קען שאטן פאר א קאנדידאט. אבער די מעשה וואס די ברענגסט איז "דערווייל" בלויז באריכטעט אין אן איזרעלי מקור, ס'איז אלטע קאמענטירן, און ס'איז נישט געזאגט געווארען אלס ראטגעבער צו אבאמא. ממילא איז נישט מוכרח אז "דאס" וועט אים שאדן. אבער ער האט אן אלגעמיינע פראבלעם מיט איזראעל.
מיטוואך מרץ 26, 2008 2:58 pm
איך וויל נישט פארפירען די נושא דא וועל איך מיך דא אפשטעלען מיט אפאר קורצע שורות.
בעצם האב איך היינטיגע טעג נישט קיין צייט צו ליינען ווי אמאל אבער עכ"ז קלער איך צו ליינען דער בוך פשוט כדי איך זאל קענען זעהן צו זיי רעדן בכלל עפעס אינטרעסאנט צו נישט. מיינע שיטות אין פאליטיק קומען כמעט נשיט פון די ראדיא נאר טאקע פון ביכער. בוכער פון פאליטישאנס, בוכער פון פארמער עף בי איי פירערס, M16 פירערס, וכדו' און בוכער פון אינוועסטיגעיטיוו רעפארטערס. איך האב שוין אסאך געליינט איבער די איזראעלי לאבי און עס איז אן עקל טאקע צו זעהן ווי די לאביאיסטען (אלע אינקלאדינג די פראו עבארשען פראו גאן קאנטראלל וכדו') האבן אזא צוטריט צו קעפעטיל הילל און די ווייסע הויז. אבער מיט דעם אלעם האט מיר נאך קיינער נישט אויף געוויזען ווי אזוי אמעריקא וואלט אנדערש געקענט באהאנלען די סיטואציע. ווי אזוי וואלט אמעריקא געקענט אויספירען אזוי פול סיקרעט מישענס צו דיפענדען זייער לאנד (אפילו אויב ס'האט אסאך מאל געשעדיגט איזראעלס אינטערעסן) ווען נישט איזראעל.
אבער לסיים הנושאד א אין אבאמא'ס אשכל וועל איך דיר צוליב טון און זיך בקרוב איינהאנדלען ס'בוך.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:07 pm
מי אנכי כי אמיש אריין בין ההרים הגבוהים, איך וועל מיך נאר באציע צו די צדקה אישוס וואס די (מאנטי) האסט דעפענדעט בזה"ל:
אבאמא איז געווען א רעלעטיוולי שוואכע פארדינער ביז ער האט ארויסגעגעבן זיין בוך. ביז דאן האט ער נאך זיך געפלאגט מיט זיינע סטודענט לאונס!
1.2 מיליאן דאלאר אין 4 יאר איז נישט קיין 'שוואכע פארדינער' (הלוואי אויף מיר אזעלכע שוואכע פארדינסטען..) דאס קומט אויס 300,000 $ א יאר! און ער האט נאך באצאלט סטודענט לאונס? קאם-אן וועיק-אפ!
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:20 pm
מיללער האט געשריבן:מי אנכי כי אמיש אריין בין ההרים הגבוהים, איך וועל מיך נאר באציע צו די צדקה אישוס וואס די (מאנטי) האסט דעפענדעט בזה"ל:
אבאמא איז געווען א רעלעטיוולי שוואכע פארדינער ביז ער האט ארויסגעגעבן זיין בוך. ביז דאן האט ער נאך זיך געפלאגט מיט זיינע סטודענט לאונס!
1.2 מיליאן דאלאר אין 4 יאר איז נישט קיין 'שוואכע פארדינער' (הלוואי אויף מיר אזעלכע שוואכע פארדינסטען..) דאס קומט אויס 300,000 $ א יאר! און ער האט נאך באצאלט סטודענט לאונס? קאם-אן וועיק-אפ!
ער האט באצאלט סטודענט לאונס (און געקויפט א קערקע) מיט די פראפיטן פון זיין בוך.
איך האב געשריבן "רעלעטעוולי" שוואכע פארדינער.
זאג נאר איז איין האר געניג? ווענד זיך, אויף די נאז: איבערגעניג, אויפן קאפ: העלל נאו!
א פאלאטישאן צו פארדינען, צווישן אים אין זיין ווייב, דריי הונדערט טויזענט האט מען שוין געהערט און מ'קען עס אראפשלינגן. ער דארף נאכנישט עפענען א פאנדעישאן דערפון.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:30 pm
אנדי
אפשר ביסטי מיר מסביר די סטראטעגעשע ווערד וואס די US האט פון איזראעל
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:33 pm
יאסל האט געשריבן:אנדי
אפשר ביסטי מיר מסביר די סטראטעגעשע ווערד וואס די US האט פון איזראעל
דאס מסביר צו זיין וואלט איך געדארפט שרייבען אן ארטיקל ווען איך האב נערווען און צייט, אוון נישט אין דער אשכל ווייל ס'איז שלא מן הענין.
אבער וואס האט דיר פלוצלינג אנגעכאפט א נייגער צו דעם?
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:36 pm
זיין נייגער איז מסתם ווייל ס'איז א לעגענדע.
ווען דו שרייבסט דעם ארטיקל זיי מסביר פארוואס אמעריקע דארף איבערן דראנג ווארפען א ביליאן אראבער פאר 4 מיליאן ישראלים.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:39 pm
וואס הייסט פארוואס, די האסט אראפגעלייגט אן הנחה אז זיי זענען א סטראטעגישן ווערד וויל איך עס פארשטיין?
איך למשל האלט אז זיי זענען ענדערש א קלאפאטע פאר די יונייטעד סטעיטס!
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:41 pm
יאסל האט געשריבן:אנדי
אפשר ביסטי מיר מסביר די סטראטעגעשע ווערד וואס די US האט פון איזראעל
יאסל:
וואסערע סטראטעגישע ווערט האט רוסלאנד געהאט פון קובא?
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:43 pm
איך וויל מיך נישט אויסדריקן שארף
אבער ענטפער דאס האט רוסלאנד געהאט אן אנדער אפשען?
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:45 pm
מאנטיסעלא האט געשריבן:ער האט באצאלט סטודענט לאונס (און געקויפט א קערקע) מיט די פראפיטן פון זיין בוך.
איך האב געשריבן "רעלעטעוולי" שוואכע פארדינער.
זאג נאר איז איין האר געניג? ווענד זיך, אויף די נאז: איבערגעניג, אויפן קאפ: העלל נאו!
א פאלאטישאן צו פארדינען, צווישן אים אין זיין ווייב, דריי הונדערט טויזענט האט מען שוין געהערט און מ'קען עס אראפשלינגן. ער דארף נאכנישט עפענען א פאנדעישאן דערפון.
1) געקויפט קרקע, דאס שוין יא, אויף דעם ברויך מען שוין א בוך, אבער לאונס קען מען באצאלן צוביסלעך אפי' קלענערע פארדינער.
2) איך האב געזעהן דיין "רעלעטעוולי" און איך קען דעם וויץ פון די האר, אבער דא קומט דאס לדעתי נישט אריין, ווייל צדקה געט מען פערצענטועל וואס נעמט קער פונעם 'רעלעטיוויטי', און איין פראצענט איז גאר נידריג צו געבן פאר צדקה, עס איז גאר ווייט פון עפענען א 'פאנדעישאן' כלשונך.
3) סטאפ פליעז מיט די אבאמא דעפענס, ער (מיט אלע פאליטישאנס) איז פול אוו בעלאוני.
וועגן זיינע רימארקס איבער איזראעל, גארנישט מיט נשא תורה ניטאמאל מיט'ן על הגאולה אבער מ'דארף זיין בלינד נישט צו האלטן אז די אידישע לאבי איז אינפלוענטשאל אויף וואשינגטאן פאליסי, אבער א גרויס חלק פון זייער כח איז די טענה אז אמעריקא ברויך האבן א עליי אין די מידל-איעסט.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:51 pm
יאסל, אקוראט!
זיכער וויל יעדער ווי מער אלייענסעס מיט ווי מער לענדער (ובפרט קובא פאר רוסלאנד, איז אלס בעסער אז רוסלאנד קען דארט אויפשטעלן מיסלס קעגן אמעריקע ווי פארקערט), אבער די מער ספעציפישע נושא איז יעצט פון אויסוועלען איין לאנד אנשטאט די צווייטער. דער ענטפער איז אז דער אראבערס קענען געבן פאר אמעריקע מער מענטשען, אויל, טערעטאריע, און ועל כולם אראפנעמען דעם חרון אף.
דאס איז חוץ דעם וואס דער בעטלער ישראל וועט נישט אוועקווארפן די "ביליאנען" פון אמעריקע אפי' אויב זי באפריינדעט דער אראבער. נאר וואס דען, די לאבי פארזיכערט אז אמעריקע איז דער נדבן, אבער איז נאכדעם נאכאלץ געבינדען פון גיין מאכן אלייענסעס וואס איז אין איר זיכערהייט אינטערעסען.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:51 pm
מיללער האט געשריבן:וועגן זיינע רימארקס איבער איזראעל, גארנישט מיט נשא תורה ניטאמאל מיט'ן על הגאולה אבער מ'דארף זיין בלינד נישט צו האלטן אז די אידישע לאבי איז אינפלוענטשאל אויף וואשינגטאן פאליסי, אבער א גרויס חלק פון זייער כח איז די טענה אז אמעריקא ברויך האבן א עליי אין די מידל-איעסט.
די קויפסט די זעלבע לאקשן
זאג נאר א היכי תמצא אז ס'וואלט קיינמאל ווען נישט אנשטאנען אזא סטעיט ווי איזריעל(וואס ביסייד די פוינט אז דאן וואלט מיר שוין געהלטן נאך ביאת משיח) וואלט אמעריקע געקענט טרעפען אן עליי אין דעי חלק פון די וועלט?
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:53 pm
מיללער האט געשריבן:מאנטיסעלא האט געשריבן:.
3) סטאפ פליעז מיט די אבאמא דעפענס, ער (מיט אלע פאליטישאנס) איז פול אוו בעלאוני.
זיי זענען אלע פול אוו בעלאוני. אבער זיינע בעלאוני קומט שענער פארפאקט.
Packaging is everything
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:54 pm
יאסל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:וועגן זיינע רימארקס איבער איזראעל, גארנישט מיט נשא תורה ניטאמאל מיט'ן על הגאולה אבער מ'דארף זיין בלינד נישט צו האלטן אז די אידישע לאבי איז אינפלוענטשאל אויף וואשינגטאן פאליסי, אבער א גרויס חלק פון זייער כח איז די טענה אז אמעריקא ברויך האבן א עליי אין די מידל-איעסט.
די קויפסט די זעלבע לאקשן
זאג נאר א היכי תמצא אז ס'וואלט קיינמאל ווען נישט אנשטאנען אזא סטעיט ווי איזריעל(וואס ביסייד די פוינט אז דאן וואלט מיר שוין געהלטן נאך ביאת משיח) וואלט אמעריקע געקענט טרעפען אן עליי אין דעי חלק פון די וועלט?
איך קויף עס דען?, איך זאג וואס זיי פארקויפן און וואשינגטאן קויפט עס.
וער נאך ווי איך (אויסער דער רבי ז"ל) וויל ווען אז איזרעאל זאל ווען נישט זיין קיין לאנד טא בעגין וויט.
לעצט פאראכטן דורך
מיללער אום מיטוואך מרץ 26, 2008 3:55 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:54 pm
זיי חלש'ן אלע צו זיין אליאירט מיט אמעריקע. דער פאליטישאן ציטערט פון די לאבי צו עקצעפטערין.
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:55 pm
נאופ איך מיין אז אין דער פאל איז דיין דזשאדזשמענט פארפאקט!
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:55 pm
כאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא
ווען די זאלסט וויסן ווי שיין דאס איז פארפאקט, קיינמאל געניצט. MINT אין איבעי שפראך.
לעצט פאראכטן דורך
Monticello אום מיטוואך מרץ 26, 2008 3:56 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך מרץ 26, 2008 3:56 pm
מאנטיסעלא,
ביז לעיטלי איז זיין באלאוני געווען פארפאקט, היינט איז דאס אפען ווי א גרעיפ-פרוכט! גלוי לכל העמים.