באריכטן און אנאליזן
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:19 am
אודאי פארשטיי איך צו פלאמבינג.
עני פראבלעם וואס איך האב אין מיינע טוילעטס ווייס איך באלד וואס צו טון..............
.......... איך הייס מיין ווייב רופן די פלאמבער.
Advertisement
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:23 am
גרוסער חכם יעצט באוויסט געווארן ווייל יעצט לויפט אבאמע וויאזוי דען זאל מען וויסען
ווען מאנטי וועט לויפן אין ס'וועט זיך ארויסשטעלן אז ער איז אן אנהענגער פון נטורי קרתא וועלן אלע וויסן פון נטורי קרתא
אין די טענה אז ס'איז נאר אפאר סטעיטמענטסעס פרעג דיך בעסער נאך מ'רעדט נישט דא פון אפאר דרשות נאר פון א סטעדי מהלך אין די אישויס
איך האב געפרעגט נעכטען וועט א דורכשניטליכער אמעריקאנער טאטע אין מאמע לאזן זייערע קינדער זיך חברן מיט אזא איינעם וואס האט אזאלעכע ראדיקאלע אנשויאונגען???
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:27 am
אונטערשטע שורה, דאס איז נישט די זאך וואס מאכט אים ווערט צו זיין פרעזידענט אדער נישט, די עיקר זאך איז דאך די אישוס און שיטות וואס מ'האט (אדער נישט) און דאס ווערט נישט אדרעסירט ווייל מ'איז ביזי מיט דער מעשה.
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:33 am
איך בין מיט יאסל קעגן פעטיט דאס מאל, דער רייט איז א וויסטער אנטי-אמעריקאנער צו בשיטה צו נאר פאר פאן ווייסיך נישט אבער די דרשות זענען פון עטליכע אקעיזשאנס, און איינער וועלכע לויפט פאר פרעזידענט פון 'גאנץ' 'יונייטעד' סטעיטס און איז מקבל הדרכה פון אזא ראדיקאלער פרעדיגער ברויך זייער שווער ארבעטן אויפצוקלערן מענטשן פון די אנדערע 'ראסע' וויאזוי ער גייט פארשטיין זייערע באדערפענישען.
און דאס איז שוין איידל גערעדט, אין אמת'ן אריין זאגט דאס גאר אסאך איבער וואס אבאמא האלט איבער אמעריקע'ס היסטאריע, איבער מדינת ישראל, איבער 9/11 און נאך, 'כח הרייט באבאמא' נאו דאוט עבאוט איט!
גוטע משל, אויב איינער דאווענט 20 יאר ביי נטורי קרתא האלט ער פונקט ווי זיי און איז מתפלל אז איראן זאל אראפווישען די מדינה יעדע ליאדע מינוט, און אויב וויל יענער לויפן פאר פרעזידענט און די מידיא וועט דיסקאוועראן א ראדיקאלע דרשה פון זיין רב און יו-טוב'ס רעטינגס וועט זיך הייבן, וועט דער יעניגער נישט קענען פארענטפערן פארן עולם מיט אן אקעדעמישע דרשה איבער די הארבקייט פון די שלש שבועות און די היסטאריע פון אנטיסעמיטזעם אין אמעריקע וכדו'
גאו אבאמא! אין דר'ערד אריין........
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:36 am
זאג איינער וואס איז אפליעטעט מיט די KKK איז ראוי צי זיין פרעזידענט אויב איז ער גיט אויף אישויס?
ביידעוועי מיט אישויס בין איך מער מיט אבאמא
איך גלייך נישט צי זען אידען זיצען צענדליגער יארן אין תפיסה פאר ווייט קאלער קריים
אויך גלייך איך נישט די הפקרות פון די גאן אינדערסטרי נאר ווייל ממאכט זיך צי די אויגן אין משרייט (...) אמענדמענט אן קיקען אויף ריאלעטי ווירסעס אנדערע לענדער וואס האבן יא גאן קאנטראל
אין די 100'דערטער בליאנען דאלארען מעג ווען אויך האבן א סעקענד לאק צי סאיז ווערט צי ספענדען דא ביי אונז ווי אדער ביי די בארפיסע אין די מדבריות
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:38 am
איך וועל געבן א משל וועט איר מיר בעסער פארשטיין. ווען איר וועט הערן אז א בחור דרייט זיך ארום מיט א סעלפאון און דרייווט א קאר וועט איר האלטן אז עפעס איז ראנג מיט אים, אבער ווען איר וועט וויסען אז דער בחור איז בעצם א אוכל נבילות ומחלל שבת וועט אייך נישט איינפאלען אז עפעס איז ראנג מיט זיין דרייווען און סעלפאון.
די זעלבע דא, איך האב אלץ געהאלטען אז אבאמא ווייסט נישט בחייכון וביומיכון וואס טוט זיך מיט אים און ער איז נישט ווערד צו זיין א סענעטאר לאז אפ פרעזידענט, און ממילא ווען איך הער דער מעשה זעה איך נישט די ביג דיל וכנ"ל.
בי דע וועי איך האב יעצט געהערט זיין נעכטיגער דרשה און איך האב נאר געהערט איין זאך.........
..........בלא בלא בלא בלא בלא בלא בלא בלא....... איך זעה נישט די גדולה פון דער דרשה (א חות די פאקט אז ער איז מער ארטיקעלעט ווי בוש, וואס דאס איז א קליינע קאמפלימענט) סך הכל, וואס האט ער שוין געזאגט דא?
מיטוואך מרץ 19, 2008 11:43 am
יאסל האט געשריבן:זאג איינער וואס איז אפליעטעט מיט די KKK איז ראוי צי זיין פרעזידענט אויב איז ער גיט אויף אישויס?
ביידעוועי מיט אישויס בין איך מער מיט אבאמא
איך גלייך נישט צי זען אידען זיצען צענדליגער יארן אין תפיסה פאר ווייט קאלער קריים
אויך גלייך איך נישט די הפקרות פון די גאן אינדערסטרי נאר ווייל ממאכט זיך צי די אויגן אין משרייט (...) אמענדמענט אן קיקען אויף ריאלעטי ווירסעס אנדערע לענדער וואס האבן יא גאן קאנטראל
אין די 100'דערטער בליאנען דאלארען מעג ווען אויך האבן א סעקענד לאק צי סאיז ווערט צי ספענדען דא ביי אונז ווי אדער ביי די בארפיסע אין די מדבריות
דו גלייכסט צו ירמי' רייט צו די KKK אבער איך גלייך אים צו צו א נייטראלע רבי וואס האט אפאר מאל מוחה געווען אויף געוויסע ראדיקאלער זאכן.
אין וואשינגטאן די סי איז דא די שטרענגסטע געזעצן אקעגען האלטן וואפען און ס'איז דא דארט די מערסטע מערדערייען אין לאנד. (אויף דער נושא איז שוין דא א לענגערע שמוען אין אן עקסטרע אשכל און מ'קען דארט ווייטע ממשיך זיין)
אויב האסטו א פראבלעם מיט א דעפעסיט וואס א רעפאבליקאנער פרעזידענט האט אנגעמאכט דאן וואס וועטו זאגן ווען ס'וועט זיין א דעמאקראטישע פרעזידענט וואס וועט שפענדען פינף מאל אזוי פול? ער וויל דאך מאכען נאציאנאלע העלט קעיר און נאך פראגראמען וואס וועלען אויסליידיגען די קאסעס פון די אמעריקאנער דזשאב קריעיטערס אז זיי וועלן מער נישט זיין איטרעסירט צו אינוועירן אין אמעריקא.
מיטוואך מרץ 19, 2008 12:16 pm
ער איז מער קרוב צי די KKK ווי צי א נייטראלער רבי דוק ותשכח.
איך זע אז ווי מער איך רעד צי דיר אלץ מער ווער איך נתפעל זאג וויפיל עפערד נעמט אריינצישמוגלען אוואפען לאמיר זאגען פון ווירדשניע צי DC ??? די פוינט איז אוועלבילעטי.
אין זיכער האט עס די העכסטע קריים רעיט ווער וואינט דארט??
די האסט געזען אין מיינע ווערטער א פראבלעם וועגן דעפעציט? נע ס'איז
ווי מספענט עס.
אין די נושא פון דזשאדשעס וואס זעצען איין אינזערע אידען ווילסטי גארנישט רעדן, אבער ביי מיר איז עס טאפ אף די ליסט. אין ניין מיר גייט נישט אן צי אבורשען וועט בלייבן לעגאל אדער נישט!!
ביידעוועי האב איך היינט געהערט אז די אלע סאונד בייטס וואס סאיז דא פון אבאמא'ס רבין, קימט פון א DVD וואס די טשורטש זעלבסט האט ארויסגעגעבן אלץ
די בעסט אוו רעווערענד רייט.
מאנטי כ'האב נאך פאר דיר אין דאס איז סקארבארא'ס שוי זעלבסט
http://www.msnbc.msn.com/id/21134540/vp ... 0#23707930
מיטוואך מרץ 19, 2008 12:57 pm
ביטע נישט שרייבן קיין נעמען פון רבנים, איך בין שוין מיד פון פאררעכטן.
יישר כח
יאנאש
מיטוואך מרץ 19, 2008 1:23 pm
רבותי אלע פורים רבנים זאלן זיך גיין לערנען ביי די אלע רעוורענטס, און גלחים!
דראדזש האט א לינק צו א ווידיא (נישט אינגאנצן איידל) פון א פעסטאר ווי ער רייסט אריין אין אבאמא! ס'איז חגא אין די וואכן.
ס'איז א נייע וועלט. דער עולם ווערט געוואר אז כל הרוצה ליטול את השם רופט זיך א גלח און כארכעלט ווי אן עגלה ערופה.
וויאזוי האט יענער געזאגט? ער זאגט שוין נישט להבדיל צווישן רבנים אין גלחים ווייל די גלחים זענען זיך אויך ווערט דאס געלט.
מיטוואך מרץ 19, 2008 1:26 pm
חחחחח מאנטי פאר דיין לעצטע שורה.
מיטוואך מרץ 19, 2008 1:31 pm
אנדי פעטיט האט געשריבן:אין מיין אפיניאן האט אבאמא נאר איין עצה צוריק צו באקומען מאמענטום, און דאס איז אז ער מוז טרעפען א סקאנדאלישע מעשה אויף הילערי און עס ארויס געבען איינצעלע טעג פאר די פענסילווענעיע פריימעריס.
.
ס'ווערט שוין פארווירקליכט.
היללערי, נאך גרויס דריק, האט ארויסגעגבן איר סעקעדשול פון אירע יארן אינעם ווייסען הויז.
ס'שטעלט זיך ארויס אז בילל האט געהאט פת בסלו אין יענע גורלדיגע שעה'ן וואס האבן אים געברענגט אינפיטשמינט.
ס'איז נאכנישט קלאר אויב הילערי איז דערביי געווען, אבער אזויפיל יא, אז ס'איז דאנמאלט נישט געווען קיין שאלה פון יחוד.
מיטוואך מרץ 19, 2008 1:33 pm
הרב ממאנטיסעלא:
יעצט הייב איך אן צו טראכטן אז ווען די וואלסט ווען געוואלט לויפן פאר פרעזידענט וואלסטו געדארפט זיך אפשאקלען נישט נאר פון די אלע שרייבערס למיניהם נאר אויך און בעיקר פון אלע האט ליין דרשנים.
און דאס איז שוין אוממעגליך.
זונטאג מרץ 23, 2008 4:42 pm
אבאמא האט ערהאלטן די אינדארסמענט פון ביל ריטשארדסאן דער געוועזענער קאנדידאט און געוועזענער גאוואנער פון נוי מעקסיקאו און געוועזענער סעקרעטערי אוו ענערדזשי פאר די קלינטאן'ס
ריטשארדסאן זאגט אז ער איז זייער לויעל צי די קלינטאנס אבער סקען נישט גיין אזוי בוש - קלינטן- בוש - קלינטאן
http://www.cnn.com/2008/POLITICS/03/23/ ... index.html
דינסטאג מרץ 25, 2008 12:19 pm
אבאמא איז אויסגעשטיינען א דילעמא די וואך זונטאג. ווי פראוועט מען דעם יו"ט איסטער? גיין אין קירכע אין טשיקאגא קען זיין א געפארפולע טעות, ווייל דאן וועט יעדעס ווארט פונעם נייעם גלח פאלן אויף אבאמא'ס אקסלן, און ס'איז אים געניג שווער די לאסט פון זיין פריערדיגע גלח. (ס'שטעלט זיך ארויס אז דער גלח'ס דרשה איז האט זיך באצויגן צו די "פובליק לינטשינג" קעגן רעוורענט רייט. און לינטשינג איז נישט א ווארט וואס אבאמא וויל זיצן און הערן). וואודערום, גיין אין אן אנדערע קירכע וועט אויך זיין קאנטריווערסיעל, ווערענדיג אויסגעטייטש אלס אן אפשאקעלונג פון די קירכע. אין יעדע פאל, גיין אדער נישט גיין, וואלט געגעבן די מידיא נאך א פלאטפארם פאר די קאנטריווערסיע אויף נאך א וואך.
די עצה? גיין וואקאציע אויף די ווערגין איילענדס. (און ליקן עטליכע בילדער מיט פאזיטוויע דעקונג פון א קליין מיידעלע וואס האט אים פערצופאל דערקענט, און ער איז געווען "נייס ענאף" צו לאזן כאפן א בילד פון אים מיט טיר).
א שטייגער פון אנטלויפן פון די שבת הגדול פרעשור צו א האטעל אין מיללאן, שפאניע.
דינסטאג מרץ 25, 2008 12:26 pm
און וואס איז מיטן זאגן אויך זיין באב'ען טיפיקעל ווייט פורסען
דינסטאג מרץ 25, 2008 2:15 pm
יאסל האט געשריבן:און וואס איז מיטן זאגן אויך זיין באב'ען טיפיקעל ווייט פורסען
זי איז טאקע א טיפישע ווייסע פערזאן. און דאס איז געזאגט בניחתא און א פאזיטיווע ליכט. זי אז געווען אן איבערגעגעבענע באבע, אבער אזוי ווי יעדער אין איר צייט האט זי אויך נאכנישט באגריפן אז ALL MEN ARE CREATED EQUAL, דאס איז נישט נאר זי נאר יעדער בימים ההם, ס'זאגט גארנישט שלעכט איבער איר. און צו לייקענען אז דאס איז וויאזוי אמעריקע האט אויסגעקיקט אין אירע צייטן איז מכחיש זיין שמש בצהרים.
ערוך:
שוב ראיתי, ער האט גערעדט לאו דוקא פון אמאל נאר אויך היינט. און מיט דעם איז ער אויך גערעכט. ס'איז אזוי ווי "טאטע שיק מיר הויזן." מ'קען זאגן אז ער האט עס געזאגט לגנאי, אדער און מער מסתבר איז (כ'האב נישט געהערט די אוידיא) אז ער האט עס געזאגט מיט פארשטענדעניש, ווי איינער זאגט, לעטס פעיס איט, ס'איז די איינגעבאקענע טבע צו זיין סקעפטיק איבער א די מאטיווען פון איימיצער פון א צווייטער ראסע. זינאפאביע איז עכט און בנמצא איבעראל.
דינסטאג מרץ 25, 2008 2:25 pm
זעסט דאס מאל בין איך מסכים מיט דיר, אז ס'איז נישט קיין פעלער כאטש ווי געשמיסט אז אין צייטן פון סאנד בייטס קען עס יא האבן אן עפעקט, עספעשעלי נאך די רייט קאנטעווירסיע.
מיט איין זאך מיז איך יא שיידן פון דיר, אז די סיבה איז נישט די באגריף נאר די מציאות
דינסטאג מרץ 25, 2008 2:58 pm
יאסל האט געשריבן: מיט איין זאך מיז איך יא שיידן פון דיר, אז די סיבה איז נישט די באגריף נאר די מציאות
באאאאאאאאאאאאאאא. אדער מער קרעטשמעריש...כא...כא...כא
מיטוואך מרץ 26, 2008 8:45 am
נעכטן האב איך געהערט א באריכט איבער די אבאמא פאמיליע וועלכע האבן לעצטענס רעליעסד זייערע שטייער-צורוקקער באריכטען פון די פארגאנגענע 7-8 יאר, די רעפארטס צייגן אז צווישן די יארן 2000-2004 האבן זיי פארדינט 1.2 מיליאן דאלאר וואס דערפון האבן זיי נאר פארטיילט פאר וואולטעטיגע צוועקן קנאפע 11 טויזענט דאלאר (!) עטוואס מער פון איין פראצענט פון זייערע פארדינסטן.
די נייעס איז גאר שאקירנד איבער דעם כלומרשטען סאציאלער דעמאקראט אבאמא וועלכער אין זיינע רעדעס רעדט ער כסדר איבער ארעמקייט אין אמעריקא זאל נישט זיין מער גענעראס פון די נארישע 11 טויזענט דאלאר און 4 יאר.
ביי אונז ווייסט מען אז צדקה איז דער שליסל צו סוקסעס, אזוי ווי ס'שטייט "וצדקה תהי' לנו קי"!
מיטוואך מרץ 26, 2008 8:54 am
11 טויזענט דאללאר אין פיר יאר קומט אויס א נישטיגע 229.17 א חודש, גאנץ שיין פאר א פשוט'ער עבד.
מיטוואך מרץ 26, 2008 9:10 am
יא יא, דאס איז דער לייטזעליגער אבאמא וועלכע זארגט פאר באקריוודעטע און קעמפט פאר די מענטשהייט, אבער קיין רויטן גרייצער פון זיין אייגנטום האט ער זיי נישט פארגינען אין יענע יארן.
אגב, דער זעלבער באריכט צייגט אויך אז שפעטער האבן זיינע צדקות אנגעהויבן ארויפגיין נאכדעם וואס ער האט ארויסגעגעבן זיין בעסט-סעלער בוך וועלכע האט אים אריינגעברענגט גרויסע געלטער, דער גרעסטער בענעפעטירער פון זייערע צדקות איז געווען נישט קיין אנדערער ווי די שווארצע תיפלה בנשיאות דער היינט באקאנטער גלח השחור ירמי' רייט.
מיטוואך מרץ 26, 2008 11:21 am
אבאמא'ס מיליטערישע אדווייזער טאני מק'פיק האלט אז די אמעריקאנער אידן אין נו יארק און אין מיאמי זענען שולדיג אז ס'איז נישט דא קין שלום אין די מיטעל מזרח ראיאן. ער זאגט אז אמעריקא האט נישט קיין געהעריגע פלאן פאר די שלום אפמאך צווישען פאליסטינע און מדינת ישראל ווייל פאלטישאנס ווייסען ווי וויכטיג ס'איז פאר זיי צו געוואונען די בלאק וואוט אין מיאמי און נו יארק.
מק'פיק איז אן ערענסטער קאנדידאט צו זיין דעפענס סעקרעטאר אין אבאמא'ס אדמיניסטראציע, זייענדיג די טשיף אוו סטעף אין די עיר פארס. און ער איז שוין אן אלטע קריטיקירער פון מדינת ישראל.
די רעמארקס פון מק'פיק זענען ארויסגערונען אין א צייט וואס אבאמא'ס קאמפיין איז פארפלאגט מיט די שווערע רעמארקס און אינדארסירינגס פון רעווערענד רייט. רעווערענד רייט האט אמאל געזאגט ברבים אז 'איזראעל' איז א מועס'ע ווארט, ווי אויך האט ער געזאגט אז זיי זענען ראסיסטען.
דא קענט איר ליינען דאס ארטיקעל
מיטוואך מרץ 26, 2008 1:41 pm
מיללער האט געשריבן:די רעפארטס צייגן אז צווישן די יארן 2000-2004
אזוי ווי מארק טוועין האט שוין געזאגט: ס'איז דא ליגנטס, ליגנטס, און סטאטיסטיקס.
דער ערשטע שאלה וואס איך האב געפרעגט איז פארוואס בלויז רעכענען פון 00' ביז 04'? דער ענטפער איז אזוי ווי מילער זאגט שפעטער, אז זיינע צדקות זענען שפעטער ארויף מיט זיין אינקאם. אבער כדי די מעזשיק נומבער פון איין פראצענט זאל אפקלינגן אין די העדליין פעלט זיך אויס צי שניידן די סקאופ פונעם סטאטיסטיק.
אבאמא איז געווען א רעלעטיוולי שוואכע פארדינער ביז ער האט ארויסגעגעבן זיין בוך. ביז דאן האט ער נאך זיך געפלאגט מיט זיינע סטודענט לאונס!
אבער לאמיתו של דברים איז עס נישט מעלה און נישט מוריד. ווייל באמת האט ער צושטייער געגעבען 37% פון זיין איינקונפט פאר די רעגירונג (איך גלייב ער איז אין די שטייער ברעקעט) ווואס ס'רוב גייט פאר סאציאלע פראגראמען. און יעדע שטייער העכערונג וועט ער אויך איינטייל נעמען ווי א טאטע'לע, ווייל ער פארדינט אריבער צוויי הינדערט טויזענט.
מיטוואך מרץ 26, 2008 1:52 pm
סור די ביסט פארבלופט אין אים!!