Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 18, 2008 4:15 pm

סארי מאנטי החכם והנבון
ווי ווילסטי דא ציזאמענשטעלן רעלגיע מיט העיט, די רעלגיע פראבלעם האט טאקע מיט ראמני געהאט, אבער רוב אמעריקאנער האבן קיין פראבלעם מיט דעם זיי פארשטייען אז דיין רעלגיע פארלאנגט דאס אין די פראקטעצירסט עס ביי דיר אינדערהיים אין די ווילסט עס נישט ארויפצווינגען דעי סי נאו פראבלעם,
אבער שפייען מיט שנאה וואס לאמיר שוין זאגען אז יונייטעד סטעיטס אף KKK קען מען פארשטיין וויל די שחורים זענען אנגעוויטאגט
אבער זיין ריספאנד נאך סעפטעמבער 11 איז ממש וואנזיניג ווייל מהאט געבאמט היראשימא (וואס יעדער נארמאלע מענטש פארשטייט אז מיט דעם האט מען נאר אפגעראטעוועט לעבנס סיי אמעריקאנער אין סיי יאפאנעזער)איז מייד באגלינג,
אין וואס איז דאס זאגן אז איזריעל איז א מיאוס ווארט האט אויך מיט שווארצע,
אויב איז ער זיין רבי אין מורה דרך דעמאלט הי שויט דראפ אט ריידעוועי.

Advertisement

דינסטאג מרץ 18, 2008 4:36 pm

קודם ביסטו נישט גערעכט מיט היראשימא. ס'איז דא קליגע געלערענטע, היינט נאך מער ווי סיי ווען, וואס האלטן אז היראשימא'ס באמבאדירונג - ווי ציווילע פרויען און קינדער זענען אפגעווישט געווארן פון דו מאפע ווייל זיי האבן געטין סיפאטאזירן מיט זייער מיליטערישע פאליסי - איז געווען מאראליש אומגערעכט. פון די אנדערע זייט מאכן די טעראריסטן די זעלבע ארגומענט. ס'גייט אזוי: אמעריקע איז אין קריג מיט אונז. זי וואלט נישט געקענט איינפירן איר קריגערישע פאליסיס נאר מיט דו צושטימונג פון די אמעריקאנע בירגער. אמעריקע געווינט בלויז צוליב איר פינאנציעלע אויבערהאנט. = פינאנציעלע אינסטיטוציעס און אמעריקאנע בירגער זענען לעגעטימע מלחמה צילן.

חוץ פון דעם זאגסטו גיט, אזוי ווי ראמני מיט זיין גלויבן, אדער קענעדי מיטן פויפס, ברויך נישט א רבי אדער מורה דרך שפילן א ראלע אינעם פארמעס, ווייל ער לויפט נישט צו זיין פויפס אדער גלח, ווי דו ברויכסט קוקן וואס זיין פילאיזאפיע איז. ער לויפט פאר פרעזידענט. ער האט א קאנסטיטוציע צו וואס ער ברויך זיך צושטעלן, ער האט געזעצן וואס ער ברויך איינהאלטן.

אבער מיר פארקריכן. נישט דאס איז געווען די דרשה היינט און נישט דאס איז געווען מיין פאוינט.

דו פאוינט איז אז אויב די וועסט גיט עקסעמענירן וואס ווערט געשריבן און געזאגט ביי אונז וועסטו זעהן אז צומאל ווייסן מיר אויך וואס ס'קומט פארוואס. איך געדענק נאך גיט דו גלייכגילטיקייט פון צייטונגס שרייבער (ליין: השקפה שרייבער) צו די 9.11 אטאקע. זיי האבן גערעדט דערפין ווי גלייך ס'איז אן "אמעריקע'ס" פראבלעם, נישט דו "אידישע בירגער'ס" פראבלעם. זיי האבן צומאל געקענט שרייבן וואספארא שנעלקע דער גרויסער "אמעריקע" האט געכאפט, אזש מ'האט געקענט שפירן דעם זיגרייכן שמייכל פון אונטערן שרייבער'ס וואנצעס.
לעצט פאראכטן דורך Monticello אום דינסטאג מרץ 18, 2008 4:43 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל בסך הכל.

דינסטאג מרץ 18, 2008 4:37 pm

יאסל;

הער די דרשה וועסטו פארשטיין וואס מר. סעלא זאגט.

מאנטי;
צום פינטל! און יא י. מ. סופר קען דיר נאך קאסטן די וואלען, איך מיין זאלסט דיך ארויסלאזן דערפון, קענסט עס מעלדן ביים ציון הק..........

דינסטאג מרץ 18, 2008 4:52 pm

לגבי היראשימא קען זיין אז ס'איז נישט מאראליש גערעכט
אבער לויט די קאסטען פון נאר די צווי קליינע אינזלען
האט מען דאן ג'עסטימעט אז צי אקופירן יאפאן זעלבסט וועט קאסטן בערך 100.000 אמעריקאנער סאלדאטן און מיליאנען יאפאנעזער מיילע צי זאגן אז אמעריקא האט געהרגעט כך וכך אין היראשימע אין פארדעם איז געקומען 9-11 איז הסתה פאר נאו ריזען

איך האב דיר שוין געזאגט אז אין פילאפ'ס ארטיקלען איז נישט דא דיין הסתה נאר געטליכקייט הימעלישע אנווייזונגען
די מארמאן רעלגיע האט להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה ווי איך פארשטיי אויך אזאנע פראבלעמען
פון דעם איז דא להבדיל פון דעם שחור גענוג אין נאך למשל אז וועגן די *** פארעד אין ירושלים איז געקומן עפעס אן עונש, פיין איך הער מקען עס פארדייען.
אבער אז דער נאמען איזריעל איז א מיאוס ווארט
סארי נאו עקספלענישן פאר דעט נישט שווארצע ווארצלען אין נישט שמייליקייט
סארי איך וואלט עס פארגליכען ווי אז מעקעין זאל האבן א פריטשער פון די KKK.

דינסטאג מרץ 18, 2008 5:03 pm

פארקערט. דאס וואס דו זאגסט אז ס'האט נישט מיט שמייליקייט, האט סך מער מיט לאגיק און פאלאסי.

איזראעל איז געבויט געווארן דורך טעראריזירן, אטאקירן, און פארטרייבן אומשילדיגע אראבישע איינוואוינער פון זייער היים. ס'איז זייער געמיין!

אפווישן 100,000 ציווילע מענטשען פונעם פלאנעט מיט א מיטל וואס האט נאך היינט נאכווייען ווייל ס'איז מיליטעריש גרינגער און מיט ווייניגער קאסטן - בשעת די אטאקע פאר זיך האט נישט געהיינט קיין ספעציעלע מיליטערישע באדייט חוץ אז ס'האט זיי געשלאגן אויף אן אויפן וואס טיט זייער וויי - גיט די געלעגנהייט פאר מאנכע צו מאכן דעם מאראלישן צושטעל צו 9.11.

יעדע טעראריסטישע אקציע קומט ווייל זיי פארמעסטן זיך מיט כוחת וואס קען נאר אזוי באקעמפט ווערן, asymmetrical warfare. דאס מאכט דאס נאר טאקטיקל אויסגעהאלטן, נישט מאראליש.

דינסטאג מרץ 18, 2008 5:10 pm

מאנטיסעלאו, איר זענט א ג'יניעס!

איך גלייך זייער אייערע באשרייבונגען, איך האב אביסל געזעהן דער דרשה אויף יו-טוב, פארפאלען ער איז גוט.

מאנטי, די לויף נאר, איך גיב מיין שטימע פאר דיר..

דינסטאג מרץ 18, 2008 5:13 pm

ווען ער איז א מוסלמענער פארשטיי איך אבער יעצט זאג איך אז ער איז אנ אנטיסעמיט אדער פון די נטורי קרתא
אין אזוי וועלן זאגן בעסקלי אלע יודישע וואטערס
די רעדסט וואס א טעראריסט וועט צישטעלן אדער נארמאלע מענטשן?
דער טאטעל די וויסטע העצע קעגן די ווייסע גאווערמענט ווי למשל אז זיי הבען ערפונדען HIV אדער אז זיי שמוגלען אריין קרעק אין דערנאך בויען זיי תפיסות דארף מען פארשטיין וויל די שווארצע זענען געווען שקלאפן,
די העצע קעגן איזריעל איז ווייל די פאלעסטינער ליידן,
וועגן יאפאן איז ווייל ס'איז נישט אויסגעהלטן מאראליש,
יעדער עקסטער דארפמען זיך אראפשלינגען די ציין כדי מזאל טראכטען אז ס'איז דא וואס צי פארשטייען אבער אלל טאגעדער??? סארי זיך א צווייטען אדער גיי פארענטפער פאראקאן.

דינסטאג מרץ 18, 2008 5:25 pm

אראפשלינגן דארף קיינער נישט גארנישט.

כ'האב שוין געזאגט, וואלן פארלירט מען אזוי.

איך רעדט יעצט נישט וואס דער אדער יענער דעמאגרעפיק וועט זאגן דערצו.

איך זאג אז פון א אקעדעמיקע פערספעקטיוו קען מען פארשטיין, פון צווישן די הייפארבאליק פראזן, וואס ער מיינט.

דרך אגב. די קרעק, תפיסות און שווארצע מיינט גאר עפעס אנדערש. קרעק האט הארבערע תפיסה שטראפן פון פאט און אנדערע דראגס. אין די שווארצע געמיינדע טרעפט מען מער קרעק, און אין די ווייסע טרעפט מען מער פאט. דאס האט געברעגנט צו אבנארמאלע הויכע פראעצענטן פון שווארצע אינמעיטס. דאס איז אן אלטע מקור פון אנגעגעסענקייט ביי די שווארצע. זיי ווילן אז מ'זאל ארויגעבן "אייניגע" שטראפן פאר ביידע. (כאטש דעם וואס קרעק דאכט זיך איז ערגער, כ'ווייס נישט פונקטליך פארוואס, צו ווייל ס'איז מער עדיקטיוו אדער וואס). זיי כאפן נישט אז אין די יוסטיץ סיסטעם גייט אויך אן אפערמיטיוו עקשאן...

אבער הוא אשר דברתי, רוב עולם ווייסט נישטאמאל דו קאנטעקסט פון די אלע סטעיטמענטס, אבער ס'איז געניג צו ארויסברענגן דעם צארן פון די המון עם.

כ'וואלט געזאגט: אויב אבאמא געווינט, איז עס א שטארקע קאמפלימענט אויף די אינטעלעקט פונעם אמעריקאנע וויילער. אויב פארלירט ער, זאל אבאמא צוריקגיין אין אוניווערסיטעיט און ווערן א פראפעסער, און לאזן פאליטיק צו דיע וואס זענען געניג נידריג צו זיין אומפארשעמט אומאויפריכטיג מיטן אמעריקאנער עולם און זיי פיטירן די זעלבע אלטע ראסן-צוטיילונג העצעריי.

דינסטאג מרץ 18, 2008 6:11 pm

מיר זענען שטאלץ צו האבן צווישן אונזערע שרייבער אזעלכע דענקער און אנאליזירער ווי מר. מאנטיסעלאו.

היימישע קרעטשמע שרייט אויס מיט פאטאס: יא מיר קענען! מיר האבן עררייכט פראמינענץ מיטן אריינבאקומען אין אונזערע ראנגן אזא געלונגענעם שריפטשטעלער יהיה מי שיהיה.

דינסטאג מרץ 18, 2008 8:08 pm

אז מען רעדט ווערטער וואס קיינער פארשטייט נישט ווערט מען שוין א 'דענקער' ?

קרעק = (געקרעקט די סיריעל קאוד)
פאט = (מעהש מ'פאטעיטא יצ"ו)
ועוד רבות אטו כי רוכלא..

דינסטאג מרץ 18, 2008 10:20 pm

איך וועל מיך נישט פרובירען אריינצומישען צווישן אזאנע ריזן ווי מאנטיפיורא און יאסל, אבער דער סך הכל העולה מביניהם בקיצור איז אזוי.

* אבאמא האט געמאכט א גרויסן טעות מיט'ן ווארטן ביז היינט אפצוווארפן די אטאקעס דורך כסדר טענה'ען שלא ידע מהם
* דער שווארצער גלח האט געזאגט עטליכע מאל ראסיסטישע און אנטי-אמעריקאנע פראזן און לאזונגען, דברים שאי אפשר לשומעם
* אבאמא איז א נאנטער ידיד און תלמיד פון דעם גלח, אין החי יכול להכחיש
* נאך אבאמאס דרשה היינט בלייבט נאך די הויפט קשיא אין די לופט, וואס דרייעסטו דיך מיט אזאנע פארשוינען, וואו איז דיין זשאזשמענט? ולית ניגער ובר ניגער דיפרקיניה
* אבאמא האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע דרשה איבער ראסע און ראסיזעם, וואס אנדערע קענען נישט און ווילן נישט טאן, ואת החטאת דרש דרש אבאמא
* די דרשה האט לכאורה נישט צופיל אויפגעטוען צווישן ווייסע און אנדערע וואו פריערדערמאנט, א"כ מה הועיל אבאמא בדרשתו?
* לגבי קלינטאן קען זיין אז עס וועט שוין נישט אויסמאכען ביי די פלעזשד דעלעגעיטס ווייל די פארבליבענע פארמעסטן זענען צו קליין צו מאכן א דיפרענס, הכל תלוי אבאמאזל
* די סופער דעלעגאטן קענען נאך נויגן צו קלינטאן וועגן די קאנטערווערסיע אבער זי פארלירט די שווארצע שטימען ביג-טיים, השחורים אבד ואין קלינטאן שם על לב
* מעקעין קען דערנאך האבן א פרי רייד צום ווייסן הויז, לא לחנם הלך מעקעין?

[שוועמל, דיינע קאמענטארן זענען ציניש און לאו-דוקא אין פלאץ]

דינסטאג מרץ 18, 2008 11:38 pm

מיללער כתב:
"ולית ניגער ובר ניגער דיפרקיניה"

דער לשון איז נישט דולדיג אין די היימישע אטמאספערע דאהי אין קרעטשמע.
את חטאי אני מזכיר היום, כבר היה לעולמים וואס מיללער אליינס האט פארפירט אויף אזוינע לשונות צווינגענדיג אויסצוקרויזן עטליכע נארהאפטיגע תגובות.

דינסטאג מרץ 18, 2008 11:43 pm

ווען איך האב עס גשעריבען האב איך געוואוסט אז דו גייסט געדענקען מיין טענה, אבער די מליצה איז מיר אזוי געפאלן אז כ'האב מיר פשוט נישט געקענט איינהאלטן, איך האף דו פארשטייסט די חילוק פון א מליצה ביז זיך באצען צו שווארצע אזוי בכלליות.

אבער איך עדמייער דיין זכרון.

מיטוואך מרץ 19, 2008 12:13 am

... נישט קיין חילוק וואס.

אז דו טראכסט שוין פון מיר איז אויך גוט.

מיטוואך מרץ 19, 2008 12:22 am

את והב בסופה, מ'שפירט די ליבע צווישן די ראסען דא אין קרעטשמע..

מיטוואך מרץ 19, 2008 8:23 am

צוויי פראגראפן פונעם היינטיגן נ.י. טיימס שטיצן אונטער מיינע נעכטיגע סענטימענטן.

Presidential politics usually requires candidates to either wholly adopt or reject positions and people. Mr. Obama did neither with his pastor, rejecting his most divisive statements but also filling in the picture of Mr. Wright and his church.

In interviews, Democratic and Republican strategists, scholars, and voters all agreed that Mr. Obama had given a brave, incisive speech about one of the topics most difficult to address in American life. But nearly all of them expressed doubt that his address will fully put to rest the firestorm over Mr. Wright’s statements.

מיטוואך מרץ 19, 2008 8:53 am

תודה לך מר. מאנטיסלא על ההעתקות מה'טימס' הליברלי.

אינטערעסאנט אז זיי באציען זיך צום גלח מיט'ן טיטל 'מר.' און נישט 'רעוו.' האט דאס עפעס מיט די קאנטערווערסיע?

מיטוואך מרץ 19, 2008 9:23 am

נאך אן אינערליכע בליק וואס דו פרעסע שמועסט צווישן זיך.

The speech on race that Obama gave yesterday has drawn rave reviews. It was a bold and daring speech. Could anyone else have discussed both the injustice of slavery and white fears of busing? As we predicted, he hit a homerun with the media elite; in fact it was batting practice -- with the political world watching. It's hard to find an editorial board in the country that didn't praise him for this speech. But as others including NBC’s Tim Russert and MSNBC’s Joe Scarborough have pointed out, its political impact is unknown

http://firstread.msnbc.msn.com/

מיטוואך מרץ 19, 2008 9:26 am

א דאנק הרב ממאנטיסעלא:

איך באוואונדער דיין וועג פון שרייבן אנאליזירן און דעבאטירן, האסט מיך מהנה געווען.

מיטוואך מרץ 19, 2008 9:33 am

מאנטיסעלא היקר
זעט אויס איך האב נישט געכאפט וואס די ווילסט ארויסברענגען יעצט מיט דיין ברענגען דעם טיימס איי גאט יא
בקיצור אז ער האט געהאט דעם קוראזש צי בארירען דעם האקעלען טעמע פון ראסע אין פארשטייט זיך עס אראפ צילייגען מיט זיין כשרון פון האלטן אן אויסערגעווענליכען ספיטש וואס ער איז פון די בעסטע וואס איך האב געהערט (איינמאל האט ער מיר ממש געברענגט צי טרערן נאכען נוי העמשיר פריימערי).
אבער לענינו זיין אפליעשאן מיט אזא ראדיקאלער פארשוין וואס איך וויל גלייבען אז סאיז נישט מצוי נאר ביי 5 אדער 10 פראצענט פון די שווארצע פרעדיגער איז אן עקסעפטעבל, אין אז די ביסט מחולק דאן זיי מיר מסביר פארוואס פון פאראקאן דארף מען זיך יא אפשאקלען.

נאדיר נאך וויאזוי ס'ווערט אויפגענומען
http://video.msn.com/?mkt=en-us&from=msnhome

מיטוואך מרץ 19, 2008 10:42 am

און יעצט מיינע צוויי סענס. (איך בין געווארען אזוי צומישט פון די לאנגע דיסקוסיע דא אז איך געדענק קוים ווער האלט וואס?)

איך האלט אויך (ווי מאנטי?) אז דער ירמי' רייט'ס ווערטער זענען היבש ארויסגעבלאזען פון זייער קאנטעקסט. זיינע וועטרער זענען געזאגט געווארן דורך טויזענטער און הונדערט טויזענטער אנדערע אמעריקאנער, מיט אנדערע אויסשפריכען און ווערטער. עס זענען דא זייער אסאך פאליטישאנס וואס האלטען אז אמעריקא איז שילדיג אויף די ניין עלעוו אטאקעס. ס'דא גאנצעטע ארגעניזאציעס און וועבזייטלעך מוקדש פאר דעם. און די זעלבע איז מיט היראשימע און נאגעסאקי. און די שארפע ווערטער וואס ער האט זיך אויס געדריקט אקעדען דאס לאנד איז נישט קיין פראבלעם ווי לאנג ס'קומט פון א ציווילע מענטש. נאר היות די פרעזידענטליכע קאנדידאט אבאמא איז אסוסיעיטעדמיט דעם איז עס שוין אן אישו. אבער בעצם וואס האט אבאמא מיט זיינע ווערטער? ער איז אינספייערט פון זיין רעגילעזע חלק און נישט פון זיין פאליטישע שיטות. והא ראי' ווייל ווען נישט וואס אבאמא גייט צו יענע קלויסטער וואלט קיינער נישט געוואוסט דערפון. וואס מיינט דאס? אז נישט די ווערטער איז די פראבלעם נאר אבאמא איז די פראבלעם.

נאר וואס דען? איין מאל די מידיע האט ארויסגעגעבן די מעשה צום פאלק אין די קאנטעקסט ווי זיי האבן געוואלט (א קאנטרעווערסיע פארקויפט פעיפערס), קען זיך אבאמא פארענטפערן פון היינט ביז מארגען און ס'וועט אים גארנישט העלפן. און די גרעסטע טעות וואס ער האט געמאכט איז גווען אז ער האט עס נישט אדרעסירט גלייך מיינענדיג אז ס'גייט אוועק גיין. אבער די אמת איז אז ווען ער וואלט שוין געווען פרעזידענט וואלט עס אפשר אוועק געגאנגען , אבער היות ער איז נאר די קאנדידאט דארף ער יעצט קאנווינסען די וויילער און די דעלעגאטען צו שטימען פאר אים כאטש אפילו ס'דא א קאנטרעווירשעל ארום אים, און דאס איז זייער א שווערע זאך און דאס אליינס מאכט אז די אישו זאל נישט אוועק גיין אזוי שנעל.


איך האב נישט געהערט די נעכטיגע דרשה דערווייל אבער איך האלט אז פאר רוב עולם וועט א שינע דרשה צו פיל נישט העלפען, ווייל פאר'ן עולם איז א קאנטרעווערסיע מער אינטרעסאנט ווי א שיינע דרשה. און בכלל זענען די אמעריקאנער וויילער נישט צו קלוג, והא ראי' זיי האבן געשטימט פאר אבאמא כאטש אפילו זיי וויסען גארנישט איבער אים כנ"ל כמה פעמים. איז פון איין זייט וועלען טאקע די נישט קלוגער וויילער שנעלער ווערען אימפרעסט פון א ליידיגער דרשה וואס סאונד גוט, אבער פון די אנדערע זייט הערן דאך די וויילער בכלל נישט אויס קיין דרשות, קוים וואס זיי ליינען העדליינס. ווי ויך איז די מידיע מער הילערי געשטימט (עכ"פ אזוי זעהט אויס) און זיי דרייען די נייעס מער פאזיטיוו פאר הילערי.

אין מיין אפיניאן האט אבאמא נאר איין עצה צוריק צו באקומען מאמענטום, און דאס איז אז ער מוז טרעפען א סקאנדאלישע מעשה אויף הילערי און עס ארויס געבען איינצעלע טעג פאר די פענסילווענעיע פריימעריס.

איך האף אז מיינע ווערטער מאכען סענס, איך בין זייער מיד היינט, סאו זייט מיר מוחל.

מיטוואך מרץ 19, 2008 10:55 am

אינטערסאנט, נעכטן נאכט, עטליכע שעה נאכן דרשה, און בלויז געצייטלטע שעה נאכן ווערן ארויפגעלייגט אויף יו-טוב האט עס שוין געהאלטן ביי אריבער צוויי הונדערט טויזענט קוקערס! און עטליכע הונדערט קאמענט'ס.

ס'מיינט אז דאס לאנד רידערט מיט די דרשה.

מיטוואך מרץ 19, 2008 11:04 am

פעטיט
איך האב נישט געזען אז מאנטי זאל שרייבן אז זיינע דרשות זענען ארויגענימן פון קאנטעקסט ער האט נאר געטרייט צי עקספלעינען פון ווי ס'קימט צי אים אזאלעכע ראדיקאלע אנשויאונגען
איך וואלט געזאגט אז די האסט נאכנישט געהערט דעם גלח דרשות
אין דיין שאלה וואס אבאמא האט מיט אים פארשיי איך אינגאנצין נישט ער איז זיין ספירטשעל עדווייזער פאר 23 יאר ער איז געווען זיין מסדר קדושין ער האט געבעבטייזט זיינע קינדער אין וואס נישט.
זאג ווען איינער להבדיל דרייט זיך ביי נטורי קרתא וואלסטי געזאגט אז ער איז מעסיג אדער מסתמה איז ער אולטרא אולטרא אורטעדאקס?

מיטוואך מרץ 19, 2008 11:11 am

די חילוק איז אז רעווערענד רייט איז נישט באוואוסט אלץ א ראדיקאל נאר לעצטענס איז באוואוסט געווארן אפאר ראדיקאלער קאמעטארן. ס'איז אזוי ווי דו וועסט טענה'ן אז איינער וואס איז א ........חסיד מוז זיין א קנאי ווייל זיין רבי האט אפאר מאל געגעבן קנאי'שע דרשות, ניין! ער איז א חסיד פון דער רבי ווייל די רבי איז א קדוש און א קלוגער איד, און ער איז טאקע נישט מסכים מיט זיין רבי'ס שיטה (ביי די גוים אדער להבדיל מאדערנער אידן און אפי' ביי חסידישע אידן איז דא אזא מושג) ווען ער האט מוחה געווען אויף דער און דער זאך.

נאך אמאל איך האלט אז אבאמא קען נישט זיין קיין פרעזידענט, אבער נישט ווייל זיין מורה דרך מאכט טיפש'דיגע קאמענטארן נאר ווייל אבאמא פארשטייט צו דאמעסטיק עקענאמעק און פארען פאליסי ווי איך פארשטיי צו ............ (נן? וואס פארשטיי איך נישט ?)

מיטוואך מרץ 19, 2008 11:17 am

אנדי פעטיט האט געשריבן:נאך אמאל איך האלט אז אבאמא קען נישט זיין קיין פרעזידענט, אבער נישט ווייל זיין מורה דרך מאכט טיפש'דיגע קאמענטארן נאר ווייל אבאמא פארשטייט צו דאמעסטיק עקענאמעק און פארען פאליסי ווי איך פארשטיי צו ............ (נן? וואס פארשטיי איך נישט ?)


פלאמבינג
שרייב א תגובה

Advertisement