Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

שבת מרץ 01, 2008 9:28 pm

איז די בילד ריכטיג?, עס קען זיין געקלעבט און פאלש.

Advertisement

זונטאג מרץ 02, 2008 11:52 am

קרעמער:

ס'איז אן אמת'ע בילד ס'איז דא דערפון א נייעס קליפ.

ער אליין לייקנט עס אויך נישט, נאר ער טענה'ט אז דאס רוב אמעריקאנער ווייסען נישט דערפון הגם ס'איז א געזעץ.

זונטאג מרץ 02, 2008 12:25 pm

דער בילד. פונקט ווי שאן הענעטי'ס "מען אן די סטריט" פרעזענטאציע, איז אומ-סייענטיפיש און אוז דעזיינט צו כאפן התפעלות פון קלעימ"ס וואס האבן נישט קיין ריכטיגע באזיס.

קודם דאס בילד.

ווען איך וואלט דיר געצייגט א בילד פון 5 פערזאנען וואס זיצען ארום א טיש און עסען בארכעס און פיש מיט טאמעטא-דיפל חוץ פון איינער, לאמיר אים ריפן ויזאתא, וואס פונקט ווי דו אנדערע זיצט ער פארנט פון א טעלער פיש מיט בארכעס צו דער זייט, אבער אנשטאט עסען, ווישט ער זיין נאז מיט א טישו. וועט עמיצן בייפאלן צו ניצט דעם בילד אלס א קלארע באווייז אז ויזאתא גלייכט געדעכטס פון די נאז מער פון פיש און חלה?

פארשטייסט מיין פאוינט?

צענדליגע טויזנטער אמעריקאנער, אריינגערעכנט הייסע פאטריאטן, פארלעצן דעם געזעץ (יא, ס'איז א געזעץ), טאג טעגליך אין פוט-באלל, בעיס-באלל סדאטיום'ס. דו שאלה איז אבער, צווישן אנדערע, איז דער בילד בלויז געכאפט געווארן תיכף ווען די מוזיק האט אנגעהויבן שפילן "אה סעי קען יו סי" און אבאמא האט נאכנישט עספיעט צו לייגן די הענט ווי מ'מיז?

א בילד רעדט צומאל מער ווי טויזענט ווערטער - צומאל בלויז ווייל ס'גיט נישט דעם "גרויסן בילד".

יעצט מיט שאן'ס שאו אויף די גאס. קודם מיז איך גלייבן אז די שמועסער איז אויסגעוועלט געווארן אינגאנצן 'רענדאם', דהיינו איך גלייב אז דער מאן מיטן מייקרעפאן טוט זיין האמווארק איידער ער לייגט עמיצער ארויף אויפן שאו פאר מיליאנע צוהערער. ס'גייט בערעך וואו א "PHONE TAP" וואס מ'הערט אסאך אויף ראדיא, וואס פון צען געלונגט איינס. די שאו דארף זיין אינטערעסאנט, ממילא זיכט מען אפיר עמיצער וואס נאך א קורצע שמועס מיט אים זעהט מען אז דאס איז א גיטע קאנדידאט פאר די פאוינט וואס מ'וויל איבערצייגן. בערעך אזוי ווי "סקרינערס" אויף א טאלק שאוי.

יעצט, לאמיר שוין זאגן אז ס'איז יא רענדאם. כ'האב אבער נאך קיימאל נישט געהערט שאן אויספרעגן א מאן פון רורעל קענסעס. איך גאראנטיר דיר אז חוץ פון זיין SUV און זיין גאן, ווייסט ער גארנישט. ער ווייסט נישט אז זשאן מ'קעין לויפט פאר פרעזידענט. און אויב יא, און דו וועסט אים פרעגן פארוואס ער שטיצט אים, וועט ער אויך נישט וויסן פארוואס. אפשר, אפשר, אפשר וועט ער וויסן אז ער איז א מלחמה העלד. וואס זאגט באמת גארנישט. און ווען איך בין שאן, וואלט איך צוריקגעפרעגט אויב ער האט טאקע געשטימט אין 04' פאר קערי (אויך א וועטעראן)!

זונטאג מרץ 02, 2008 12:48 pm

מאנטיסעלער;

אין פאליטיק איז זייער גוט די ווערטל מיט יענעם וואס מ'האט ארויסגעלאזט א שם אויף זיין טאכטער בזמן ווען ער האט אפי' נישט פארמאגט איינע, מיט א געפיל פון "גיי פארענטפער דיך"

איך ווייס נישט צו די אדער יענע בילד וועט/קען שאטן פאר אזא איינער ווי אבאמא וועלכער גייט דערווייל אן מיט א מורא'דיגע מאמענטום וואס נישט בילדער און נישט מידיא-אדווערטייזמענטס קענען אפשטעלן, אבער בילדער האבן שוין אין די פארגאנגענהייט אראפגעברעגט קאנדידאטן אפי' ווען עס איז געווען טיילוויז איבערגעטריבען אדער ווי דו זאגטס נישט געוויזן די 'ביג-פיקטשור'.

וואס אנבאלאנגט דעם בעיבי (קרעטשמע סלענג פאר טאק-שוי האוסטס) שאן הענעטי, ווען ער פרובירט צו הענעטייזען די וועלט מיט אזעלכע סטופיד טאקטיקען ווי נעמען מענטשען אפי' עט-רענדאם, איז ביי מיר כלל נישט מאסגעבנד, ווער ווייסט דען נישט אז רוב (!) אמעריקאנע ווייסן בכלל נישט וואס דער פרעזידענט אמט באדייט און ווער עס זענען אירע קאנדידאטען, וואס זיי שטעלן פאר און מיט וואס זיי זענען זיך מחולק.

לולא דמיסתפינא, העט איך ווען געזאגט אז הענעטי אליינס איז אויך נאר א פאפיגיי פון די אנדערע ריזען ווי לימבאו, אינגרעם וכדו'
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום זונטאג מרץ 02, 2008 12:56 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג מרץ 02, 2008 12:53 pm

איך בין מודה אז למעשה איז נישט קיין נפק"מ, ס'קען זיין פונקט אזוי געפארפול פארן קאנדידאט (זעה וואס כ'געשריבן איבער טורבאן-געיט).

איך האב בלויז גענטפערט אויף קרעמער'ס פראגע צו ס'איז אמת אדער נישט -אז ס'קען זיין אמת און אויך גארנישט באדייטן, להלכה.

זונטאג מרץ 02, 2008 1:02 pm

3 פונקטען
1 דער בילד ווי ער האלט נישט די האנט איז לדעתי א נאן אישוי, סקימט נישט צי צום בילד פונעם טורבאן.
2 לגבי די מען אן די סטריט דארךף מען צי וויסען אז פיפציג פראצענט אין אמעריקע וואויט נישט אין די זענען לכאורה פון דיע.
3 דער הענעטי איז לכאורה די קלענסטע קאפ צווישען די בעבי רעדערס.

זונטאג מרץ 02, 2008 1:24 pm

למעשה האט דער בעיבי שבעביביס מיליאנע בעיבישע צוהערערס, און בעיבישע אנהענגערס, וואס זיין/יענעמס מיינונג, מאכט אויס א בעיבישע דיפערענץ, אין די בעיבישע שטימען.
וואס קען מען טאן, מיר זענען אין גלות אמעריקא, צווישן די בעיביס.

זונטאג מרץ 02, 2008 1:30 pm

גערעכט. אין אמעריקע האט א נארמאלע באוויסטזיניגע פערזאן און א מענטאל-געפלאגטע פערזאן דאס זעלביגע שטים רעכט. און מיט רעכט אזוי.

אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז דא א קנאה און געיעג אנצוקומען אין משוגעים הויז.

זונטאג מרץ 02, 2008 1:34 pm

רבי'לע; (אז דו ביסט פון די בעיביס, וועליך מוזן זינגען "קליינע רבי'לע מיט קורצע הויזן")

די בעיביס וואס הערן אויס די בעיביס, אין אנדערע ווערטער 'די בעיבי חדר' צווינגט נישט ארויף קיין מיינונג אויף די אינטעלעקטואלן ווי יאסל, מאנטיסעלא און מיללער פאר דעט מעטער, און אפי' מיר זענען אין גלות אמעריקא כלשונך ברויכן מיר נאך נישט ווערן הענעטייזד/בעיביסייזד ביי זיי.

אין א מער ערנסטען טאן, וואס האט דער רבי געמיינט דערמיט? האלט איר נישט אז די 'מענטש-אויפן-גאס' טאקטיק איז קינדיש? און אז די רעזולטאטן עפעקטירען נישט דעם נארמאלען מענטשן'ס געדאנקען גאנג.

זונטאג מרץ 02, 2008 1:59 pm

זייער פשוט

אז ער האט מיליאנע מענטשן וואס הערן אים אויס און נעמען אן וואס ער זאגט, אפגעזען, צי ס'איז בעיביש אויסגעהאלטן וואטעווער. פשוט פאקטן.

זונטאג מרץ 02, 2008 4:21 pm

ר' בני היכלא זיי נישט אזוי אין כעס די טיטל בעיביש איז קורטסי פון מנהל קרעמער אין דערוואג דיך נישט חולק צי זיין אויף דעם

זונטאג מרץ 02, 2008 4:47 pm

איך בין דען חולק אויף איינעם? איך ברענג נאר ארויס איין פוינט, אז מיט דעם וואס די קלוגע אינטעלעקטואלע קאפזיניגע מענטשן פארשטייען, וואספארא אומערפארענער ליידיגע קאפ דער מענטש איז, מאכט עס נאך נישט די מאסן צוהערערס זיינע, וואס זענען אפשר נישט אזוי קלוג, האלטן אנדערש פון וואס ער זאגט, ער איז טאקע א בעיבי, אבער דער בעיבי האט א מייק אין די האנט, און א שטיקל צונגל, און צוזאמען מיט די כיטרישע שטיק און בייעס מעשיות, רייבן זיך די מיליאנע מענטשן אין בייכל, פשי, קוק אן וואס די לינקע מידיא בייעס האט אונז געוואלט פארנארן, נאך א מזל הענעטי האט אונז געראטעוועט פון לעבן אין אזא שקר, וואויל איז אונזער חלק..

זונטאג מרץ 02, 2008 4:58 pm

די האסט נישט געקאפטשויט..

זונטאג מרץ 02, 2008 5:23 pm

וואס פאלט דיר ביי?

מאנטאג מרץ 03, 2008 9:32 am

בדרך כלל: נישט ווייל ער הערט אים אויס איז ער א בעבי, נאר ווייל ער איז א בעבי הערט ער אים אויס.

איך קען זאגן לופט ווען איך שפיר עס, פראפאגאנדע ווען איך הער עס.

שבת מרץ 08, 2008 9:29 pm

דעם שבת קודש פקודי האט אבאמא געווינען די וויאמינג קאוקוס. ברענגענדיג זיין ציפער צו 1527 קעגן פרוי ק. וואס פארמאגט 1428 דעלעגאטן.

אזא שמאלע פארמעסט וואו יעדער נומער ציילט און איז קרוסיעל פאר ביידע צדדים.

דינסטאג מרץ 11, 2008 12:08 pm

היינט קומט פאר די מיסיס-סיפי פריימעריס ווי אבאמא האט א נאטורליכע שטארקייט זייענדיג די סטעיט מיט די גרעסטע שווארצע פאפולאציע פארצענט, מיסיס-קלינטאן ווידער האפט אז מאנכע וועלן פארטוישן די צוויי מיסיס'עס........

נעכטן האט אבאמא אפגענטפערט א קלינטאן סאגעסטיע ווי ביל האט געאפערט אז אבאמא זאל זיך צאמשטעלן מיט הילערי לויפנדיג אלס איר וויצע-פרעזידענט קאנדידאט (הערסט א חוצפה.......), אבאמא האט געטענה'עט אז עס פאסט נישט פאר איינעם וואס איז דער אונטער-הינטל דאס צו אפפערן פאר'ן פארנט-לויפער, און ער האט סארקאסטיש אנגעוויזען "אויב האלט איר נישט אז איך בין גרייט צו ווערן פרעזידענט אום טאג-איינס, טא פארוואס האלט איר אז איך קען זיין וויצע-פרעזידענט"?..

קארל ראוו דער רעפובליקאנער 'ארכיטעקט' האט אבער אנגעצייכנט אז אבאמא איז באגאנגען א פעלער מיט'ן ענטפערן פאר די קלינטאן'ס, זאגנדיג "עס איז א גוטע ליין (די גרייטקייט טענה) אבער נישט פונעם ריכטיגען פערזאן" מיינענדיג דערמיט אז דאס וואלט א קאמפיין געהילף געברויכט זאגן, אבער ווען אבאמא זאגט עז זעהט ער אויס גערעגט און באליידיגט.

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:00 pm

אלע נייעס סטאנציעס זאגן פאטר ס'זעלבע ווי מיללער אז אבאמא איז דער היינטיגער געווינער.

אינטערסאנט צו באמערקן אז פון אנפאנג ציילן איז קלינטאן אריינגעקימען העכער, יעצט נאך א שעה בערך - ווען מ'האלט נאכן ציילן אכט פראצענט - האט זיך אבאמא'ס נומערן געהויבן און ער איז יעצט העכער פון קלינטאן מיט א פראצענט. און ווי זיי ווייזן אן גייט מען יעצט אנפאנגען צו ציילן 'אבאמא-טערעטאריע' (ס'הייסט די שווארצע) וואס דורך דעם וועט אריינקומען אבאמא מיט א שטארקע מערהייט.

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:15 pm

סי ען ען, האט אים שוין געפראזשעקט אלץ ווינער.

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:36 pm

איך_הער האט געשריבן:סי ען ען, האט אים שוין געפראזשעקט אלץ ווינער.


די ווינער זענען אלס אין די פראזשעקטס?

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:45 pm

חחחחחח, מיללער, גוט גוט.

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:51 pm

מיט 80 פראצענט פון די שטימען אפגעציילט, האלט אבאמא ביי 59 פראצענט און קלינטאן ביי 39 (די דעלעגאטן וועלן אבער נישט צוטיילט ווערן מיט ברייטע מוציא'ס פאר אבאמא, ווי שמעון ראלניצקי ערקלערט בטוב טעם ודעת אינעם קאכלעפל, אוזן שם)

דינסטאג מרץ 11, 2008 10:03 pm

כ'בין נישט אין די מוהט פון אוזן'ען, אפשר שרייבסטעס אראפ בקיצור, שכוח פון פראנאויס.

דינסטאג מרץ 11, 2008 10:42 pm

מיט 92 פראצענט אפגעציילט: אבאמא 59 קעגן קלינטאן 39. דעלעגאטן האלט עס יעצט 18 העכער 12

מיטוואך מרץ 12, 2008 11:23 am

אין די נעכטיגע שיעור זאגט שמעון פון די 'לאך קעפעל' אן אינטרעסאנטע באמערקונג. ביז מארטש 4 האבן אינדיפענדענט און רעפאבליקאנער וואוטער וועלעכע האבן געוואוט אין די דעמאקראטישע פריימעריס, זענען רוב געגאנגען פאר אבאמא, אבער זייט מארטש 4 גייען רוב פאר קלינטאן. ער זאגט צוויי סברות פאר דער פינאמענאן, איינס ווייל די רעפאבליקאנער זוכען אויס צו ציען די דעמאקראטישע רעיס ווי לענגער מעגליך, כדי צו העלפען מ'קעין מיט זיין קאמפיין זיך גוט צוגרייטען. די צווייטע סברא איז אז רעפאבליקאנער וואוטער זענען מער רעיסיסט געשטימט און זיי ווילען נישט וואוטען פאר א שווארצע.

איך מיין אז ס'פאסט נישט פאר אזא געפאלישטער פאליטישע אנאליסט צו זאגן אזא לעכערליכע סברא, (סברא 2 ), ושלש תשובות בדבר. איינס, ס'עפעס זאלען רעפאבליקאנער זיין מער אקעגען שווארצע? די רעפאבליקאנער האבן געהאט די ערשטע שווארצע דיפענס סעקרעטאר, די ערשטע שווארצע פרוי צו פירען די סטעיט דיפארטמענט און די ערשטע שפאנישע אטערני גענעראל? בכלל וואס איז דא אין די רעפאבליקאנער שיטה וואס מאכט זיי מער רעיסיסט? צווייטענס, אויב זענען זיי רעיסיסט, פארוואס זאלען זיי נישט זיין אויך ***סיסט? פארוואס זאלען זיי ענדערש וואוטען פאר א פרוי ווי א שווארצע? דריטענס, והוא העיקר, אויב זענען די רעפאבליקאנער רעיסיסטס דאן פארוואס האבן זיי געוואוט פאר אבאמא ביז מארטש 4?

איך מיין אז ס'פשוט געווען שגגה היוצא מפי הדעמאקראט און באמת איז נאר די ערשטע סברא וואליד.

ע"כ נראה לי לענ"ד.
שרייב א תגובה

Advertisement