חתונה מיט חובות געווארן אויס מחותנים - ר' יואל ראטה חתונה אין ישיבה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

חתונה מיט חובות געווארן אויס מחותנים - ר' יואל ראטה חתונה אין ישיבה

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 4:45 pm

גענומען פון אידישער ווינקל

די אידישע וועלט איז אויף מיט די נייעס אז אין די "ישיבה היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג," איז פארגעקומען א שמחת החתונה, אויף א שטייגער אז די מחותנים זאלן נישט דארפן אויסבלוטיגן פון געלט צוליב די הויכע סטאנדארטן פון חתונה מאכן קינדער שלעפן אריין אין פאנטאסטישע סומעס געלט, אין צוגאב צו די הוצאות וואס זענען שוין איבער גענוג מיט אויסרישן די פארפאלק, צאלן רענט עטליכע מאנאטן בעפאר, און אזוי ווייטער.

אנשטאט מענטשן זאלן דאס אוועקמאכן און אויסלאכן, האט זיך אנגעזען א שטורעמישע כוואליע פון פאזיטיווע באמערקונגען, מ'האט געקענט הערן פון מענטשן וואס מאכן שוין חתונה קינדער, גאר שטארקע לויב אויסדרוקן און מיטהאלטן ווי מענטשן באגריסן דאס כאטש עס איז נישט דער סטאנדארט, אדער אז ס'איז אזוי אנדערש ווי אנגענומען.

אסאך וואונדערן זיך, וועמענס געדאנק איז דאס, וויאזוי ברענגט מען אזאנס צושטאנד, און וואס זענען די ווייטערדיגע פלענער. מיר האבן זיך דעריבער פארבינדן מיט איינע פון די חשוב'ע עסקנים און ווארטזאגער פאר מוסדות ברלסב וויליאמסבורג וואס האט אויסגעקליבן צו בלייבן אנאנים, און אים געבעטן צו ענטפערן פראגעס וואס קענען זיין אינטערסאנט צו אונזערע ליינער.

אינטערוויו קרעדיט צו יוסף הירש, און מענדי פרידמאן.

עקסקלוסיוו!

אידישער ווינקל: וועמענס פלאן איז דאס געווען, ווער האט בכלל גע'חלומ'ט אז אזא זאך קען צושטאנד קומען, און ווען האבן זיך די פלענער פון אזא זאך אנגעהויבן?

ענטפער: דער געדאנק קומט פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געמאכט אזא ענליכע זאל אין זיין שטעטל יבנאל אין ארץ ישראל. צו מאכן די חתונות גרינג און ביליג, אז די שמחה זאל זיין בשלימות און נישט אויסגעמישט מיט הארץ ווייטאג. אז עס זאל זיך גרינג וועלן חתונה מאכן די קינדער, נישט אז ס'זאל זיין א פרעשור וואס מען האט נישט ליב צו טון.

תלמידים פון מוהרא"ש האבן אלעמאל פרובירט דאס צו טון אויך דאהי, צו מאכן די חתונות אלץ גרינגער און ביליגער, און יעצט האט מען זוכה געווען דאס אויסצופירן אויף א פרישן שטאפל צו מאכן די חתונה אין שול, אויף א שטוינענד ביליגן אופן.

אידישער ווינקל: וועט א פרעמדער אויך קענען חתונה מאכן דארט אדער איז עס געאייגענט נאר פאר תלמידים?

ענטפער: לכאורה יא, אבער קיינער האט דערווייל נישט געבעטן...

אידישער ווינקל: געבן פלאסטיג טישטיכער, און פאום גלעזלעך, איז נישט אביסל צו פשוט פאר די שמחה פון א חתונה?

ענטפער: וואס איז דער פראבלעם אז ס'איז פשוט, אדרבה ס'איז נאר א מעלה. דער עולם זאל ענדערש עסן אין פענסי כלים, און די מחותנים זאלן זיך עסן דאס געזונט?...

אידישער ווינקל: ווען אנדערע חתונה-זאלן האבן אנגעהויבן MP3 האבן זיי געהאט א געפעכט מיט זינגערס צו מען מעג נוצן זייערע רעקארדינגס, וויאזוי געבט מען זיך אן עצה דערמיט?

ענטפער: די מוזיק איז נישט געווען פון סידיס, נאר פון רעקארדירונגען פון אנדערע חתונות. דאס באלאנגט נישט פאר די זינגערס נאר פאר יענע מחותנים, וואס האבן טאקע געגעבן רשות.

אידישער ווינקל: קען מען מאכן אזא חתונה אן די בחורים? וויפיל וועט קאסטן לעיבאר?

ענטפער: מען דארף נישט דוקא די בחורים, בלויז עטליכע קרובי המשפחה דארפן צולייגן א האנט.

אידישער ווינקל: וואס גייט זיין מיט די עיר קאנדישאן, סאיז געווען נעכטן זייער הייס לויט ווי עס האבן זיך ארומגעדרייט שמועות?

ענטפער: יא. עפעס דארף מען זיך דאך אויסלערנען די ערשטע מאל...

האפנטליך ביי די קומענדיגע חתונה וועט מען צושטעלן בעסערע און מער עירקאנדישאנס.

אידישער ווינקל: וואס איז די חשבון פון געלט וואס מען בעט?

ענטפער: זירא.

אידישער ווינקל: איז וואס שפארן זיך מחותנים?

ענטפער: אלעס. די חתונה נאכט האט זיי "גארנישט" געקאסט.

אידישער ווינקל: קלאפט דאס נישט אויס אויף די סדר הישיבה, און פריוואטקייט פון די בחורים טרעפן זיך אין א חתונה זאל מיט הונדערטער מענטשן?

ענטפער: די חתונות זענען נאך די סדר הישיבה. און די בחורים פרייען זיך צו קענען אנטייל נעמען אין די הכנות צוצוגרייטן דעם זאל.

אידישער ווינקל: די ישיבה לייגט צו געלט צו פארשפארן די מחותנים? איז דא נדבנים?

ענטפער: עס זענען געווען נדבנים איבערצומאכן שיין די ווייבער שול, אז עס זאל זיין שיין אהערגעשטעלט פאר די פרויען.

אידישער ווינקל: וואס זענען די ווייטערדיגע פלענער?

ענטפער: צו מאכן נאך אסאך ביליגע חתונות פאר אידישע קינדער.

אידישער ווינקל: די בחורים זענען צופרידן פון די נייע געדאנק וואס ברענגט זיי אסאך דרוק און ארבעט?

ענטפער: זייער צופרידן. זיי ווארטן שוין קוים אז זייער חתונה זאל אויך דארט זיין.

אידישער ווינקל: איז דא סיי וועלכע זאכן וואס מען האט נישט פאראויסגעזען, און מען פלאנירט דאס צו פארבעסערן?

ענטפער: די עירקאנדישן, ווי פריער דערמאנט

אידישער ווינקל: זענען שוין דא נאך חתונות אויפן סקעדזשועל?

ענטפער: דערווייל נישט

אידישער ווינקל: פלאנט מען דאס צו טון אויך אין ברסלב'ע געביידעס אין אנדערע שטעט?

ענטפער: דערווייל נישט.

אידישער ווינקל: וואס זענען די מערסט אינטערסאנטע פידבעק וואס מען שוין באקומען "גוט אדער שלעכט?"

ענטפער: עס איז דא אזויפיל קאמענטארן, אז ס'איז שווער צו האלטן חשבון... רוב עולם האט זייער הנאה פון דעם געדאנק, און ספעציעל די וועלכע האבן שוין חתונה געמאכט מער פון איין קינד...

אידישער ווינקל: גייט מען אריינלייגן מער געלט אין די בית המדרש צו פארשענערן די זאל?

ענטפער: ווי געזאגט האט מען אריינגעלייגט געלט אין די פרויען זאל, מען דארף יעצט אביסל צייט צו אטעמען, אבער פלענער זענען שוין דא.

ווער האט געקעיטערט? האט מען אים באצאלט?

ענטפער: דאס עסן איז צוגעשטעלט געווארן דורך די קהלה מיטגלידער, וועלכע האבן געקאכט פאר די חתונה, און זיך געפריידט צו קענען אנטייל נעמען אין אזא געוואלדיגע פראיעקט.

אידישער ווינקל: נו, וויאזוי איז טאקע דורך די חתונה?

ענטפער: הערליך שיין און גאר פרייליך. עס לאזט זיך נישט גלייבן אז אזא פשוטע חתונה זאל זיין אזוי פרייליך, אפשר טאקע דערפאר ווייל עס האט זיך נישט געגאסן אידיש בלוט אונטער דעם.

אדאנק פארן אוועקגעבן צייט, און דערציילן פאר די אידישער ווינקל ליינער וואס עס גייט פאר אביסל "פון אנדערן זייט." איר זאלט קענען אויפטון ווייטער אין אלע הינזיכטן.

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

בילדער פון די חתונה

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 4:51 pm

בילדער פון די חתונה
צוגעלייגטע
photo_2017-06-21_16-31-19.jpg
בחורים גרייטן
photo_2017-06-21_16-31-19.jpg (93.88 KiB) געזעהן 4763 מאל
photo_2017-06-21_16-30-23.jpg
חופה
photo_2017-06-21_16-30-23.jpg (109.11 KiB) געזעהן 4763 מאל
photo_2017-06-21_13-11-37.jpg
קבלת פנים
photo_2017-06-21_13-11-37.jpg (148.48 KiB) געזעהן 4763 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יוני 21, 2017 4:55 pm

ווער סערווירט די עסן, און ווער רוימט אויף?

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:02 pm

בחורים

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:02 pm

מ'סערווירט נישט, די עסן ליגט אזוי ווי ביי א תנאים, אוכל מונחת בקרן זוית, ווער עס וויל קען נעמען

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 21, 2017 5:07 pm

געוואלדיג
צו דען נאר די עשירים מעגן זיך אויפרייסן מיט מאדנע בייפעלער?
זאלן זיך די ארימעלייט אויך אויפרייסן אויף זייער שטייגער......

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך יוני 21, 2017 5:08 pm

זבחי צדק האט געשריבן:געוואלדיג
צו דען נאר די עשירים מעגן זיך אויפרייסן מיט מאדנע בייפעלער?
זאלן זיך די ארימעלייט אויך אויפרייסן אויף זייער שטייגער......

;l;p- ;l;p-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » מיטוואך יוני 21, 2017 5:09 pm

זבחי צדק האט געשריבן:געוואלדיג
צו דען נאר די עשירים מעגן זיך אויפרייסן מיט מאדנע בייפעלער?
זאלן זיך די ארימעלייט אויך אויפרייסן אויף זייער שטייגער......

;l;p-
איזי

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:12 pm

זבחי צדק האט געשריבן:געוואלדיג
צו דען נאר די עשירים מעגן זיך אויפרייסן מיט מאדנע בייפעלער?
זאלן זיך די ארימעלייט אויך אויפרייסן אויף זייער שטייגער......

;l;p- קאפ אויפן פלייצע !גאר גוט !
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מיטוואך יוני 21, 2017 5:12 pm

קען זיין אז דער עולם האט נאך מער הנאה פון פשוטע געפילטע פיש מיט קוגעל ווי אלע פענסי עסן

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 21, 2017 5:13 pm

נאך א בחינה, די גרעסטע אויפטוה איז, אז מען קען מאכן אז יעדער זאל רעדן פון 'די חתונה', אנדעם וואס ס'זאל קאסטן א מיליאן דאלער......

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך יוני 21, 2017 5:16 pm

פאר די קינדער האט מען אויכט געגעבן א גאנצע סלייס פיש אדער נאר א האלבע?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יוני 21, 2017 5:18 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:פאר די קינדער האט מען אויכט געגעבן א גאנצע סלייס פיש אדער נאר א האלבע?

די הערסט נישט??
מהאט נישט געגעבן מנעמט אליינס
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 21, 2017 5:20 pm

א דריטע בחינה, דאס איז געווען 'די ארימע חתונה' כנהוג בחצרות האדמורי"ם.....

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:24 pm

זבחי צדק האט געשריבן:א דריטע בחינה, דאס איז געווען 'די ארימע חתונה' כנהוג בחצרות האדמורי"ם.....

סאיז געווען אריעם אין פלאץ עסן אין ארום אין ארום אבער רייך אין (שכל) און אין טאש!
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:31 pm

א בילד פון די איינלאדענונג, מ'האט עס נישט ארויסגעשיקט תקנות המקום נישט צו שיקן איינלאדענונגן
צוגעלייגטע
102.jpg
א בילד פון די איינלאדענונג
102.jpg (44.22 KiB) געזעהן 4317 מאל

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 21, 2017 5:33 pm

ער האט כאטש אויפגעסיינט א 'עיני ישועה' מעמבערשיפ?
די גאנצע שטאט איז עים מקנא.....

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:33 pm

פאדאליע האט געשריבן:א בילד פון די איינלאדענונג, מ'האט עס נישט ארויסגעשיקט תקנות המקום נישט צו שיקן איינלאדענונגן

געמאכט פארוואס ?
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מיטוואך יוני 21, 2017 5:33 pm

זבחי צדק האט געשריבן:א דריטע בחינה, דאס איז געווען 'די ארימע חתונה' כנהוג בחצרות האדמורי"ם.....


ניין, אוואו א געהעריגע חתונה בחצרות האדמורי״ם וואס קומט אויך פאר און שול מיט פלעסטיק טישטוכער.

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מיטוואך יוני 21, 2017 5:34 pm

שמן האט געשריבן:קען זיין אז דער עולם האט נאך מער הנאה פון פשוטע געפילטע פיש מיט קוגעל ווי אלע פענסי עסן


יאפ, פאר דעם אליין וואלט איך דאס געטון. נידער מיט די פענסי לעטשוי סאוס מיט א בלעטל דערינען!

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:35 pm

בּרזל האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:קען זיין אז דער עולם האט נאך מער הנאה פון פשוטע געפילטע פיש מיט קוגעל ווי אלע פענסי עסן


יאפ, פאר דעם אליין וואלט איך דאס געטון. נידער מיט די פענסי לעטשוי סאוס מיט א בלעטל דערינען!

;l;p-

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך יוני 21, 2017 5:35 pm

בּרזל האט געשריבן: ווי א געהעריגע חתונה בחצרות האדמורי״ם וואס קומט אויך פאר און שול מיט פלעסטיק טישטוכער.

;l;p-
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » מיטוואך יוני 21, 2017 5:36 pm

נא, יעצט דארף מען זען ס׳זאל נישט בלייבן ביי ברסלב. ווער איז אין פאר א חתונה אין ראדני אדער הופער, קינגס טערעס אדער העלמעץ גאר ?

ס׳זאלן זיך יאווענען דא די שרייבערס אראפצולייגן וויאזוי ס׳וואלט אויסגעזען אין א-יעדע שול...

פאדאליע
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 01, 2017 6:56 pm

תגובהדורך פאדאליע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:38 pm

ראדני און הופער זענען שוין געווען חתונות, העלמעץ וואלט געווען א שיין חידוש..........

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מיטוואך יוני 21, 2017 5:38 pm

בּרזל האט געשריבן:נא, יעצט דארף מען זען ס׳זאל נישט בלייבן ביי ברסלב. ווער איז אין פאר א חתונה אין ראדני אדער הופער, קינגס טערעס אדער העלמעץ גאר ?

ס׳זאלן זיך יאווענען דא די שרייבערס אראפצולייגן וויאזוי ס׳וואלט אויסגעזען אין א-יעדע שול...

סאיז נישט נאר די חתונה נאכט. סאיז די גאנצע חתונה מאכן וואס דעס דארף מען ענדערש נאכמאכן
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט