ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פאטאקי08 האט געשריבן:איך געדענק א ליקוי חמה תשנ"ד זוממער צייט אין חדר ביי לאנטש
שוין אינמיטן לערנען האב איך מיך געחידוש'ט אז עס ווערט עפעס טונקל ביי לאנטש האבן די רבי'ס געזאגט אז מען טאר נישט קוקן אויף די זון ווייל עס שאדט... דענק איך איז געווען יענע צייט א גוי (באקאנט געווען איינער פיל מיט גאלדענע (נישט זילבערענע) ציין...) וואס האט מיר געוויזן די זון דורך א שטיקל טונקעלע גלאז, עס האט אויסגעקוקט אווי א לבנה חרמש

יא איך געדענק גוט יענעם ליקוי חמה וואס איז אויסגעקומען ער"ח סיון תשנ"ד, אני הקטן האט דאן זוכה געווען צו זיין א תלמיד פון האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א אין ישיבה לצעירים אויף וואשינגטאן עוו. און איך געדענק ווי ביי מיטאג בין איך געשטאנען אינדרויסן פונעם בנין אויף וואשינגטאן עוו. מיט'ן רבי'ן שליט"א און נאך אן אנדערן בחור און באטראכט דעם ליקוי דורך א ספעציעלן שווארצן דיקן גלאז.
איך קען אויך נישט פארגעסן ווי א פארבייגייענדער גוי האט זיך געוואונדערט הויך אויפ'ן קול צו מיר האבן נישט געזעהן אין די "פעיפערס" [נאך געווען פאר'ן אנליין שאפינג עפאכע...] וואו מען קען זיך שאפן די ספעציעלע גלעזער...
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואס הערט זיך האט געשריבן:האב איך געכאפט א שמועס מיט הרב יושע הערץ עסטרייכער פון לעיקוואד וואס האט ארויס געגעבן א ספעציעלע גלעזער פארן ליקוי (האלסעיל בעט ער 1.05 א שטיקל) זאגט ער מיר אז אין סאוט קאראליינע וואס איז 10 שעה פון נוי יארק וועט זיין א פולע ליקוי אויף עטליכע מינוט און ער פלאנט אפשר צו מאכן א נסיעה אהין



הרב יפ"ה ביללער האט געמאלדן אויף קול מבשר אז ער גייט זיך געפינען יענעם טאג אין קענטאקי כדי צו מיטהאלטן פונקטליך.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

ווייסט איינער וואס פלאנען די "קעמפ'ס\דעי קעמפ'ס" צו טוהן יענע טאג? וועט מען קויפן גלעזער פאר'ן גאנצן עולם? מ'וועט נישט לאזן קוקן? מ'וועט קוקן דורך גארבעדזש בעג'ס? ס'איז נישט קיין סכנה?

פשוט, איך וויל וויסן צו איך דארפן שאפן גלעזער לכל יוצ"ח....
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

פאטאקי08 האט געשריבן:map

כ'פארשטיי נישט וויאזוי מ'ליינט די מעפ.

ווען פונקטליך גייט מען זעהן די ליקוי ביי אונז אין ניו העמפשיר?
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אגב כ'פארשטיי נישט אין די היינטיגע וועלט ווען מ'קען אלעס מיטהאלטן אנליין אין נאך אסאך בעסער און קלארער ווי מ'קען אליין זעהן אז מ'זאל דארפן פארן אזוי ווייט...
מ'קען ארויפגיין אויף די כלי אין מיטהאלטן אויף אלע פלעצער ווי ס'איז די שטערקסטע ליקו.....
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שואלכענין האט געשריבן:אינטערעסאנט, פארוואס איז נישטא אזא סארט ענין נישט מסתכל צו זיין אויף א ליקוי חמה ולבנה, וואס איז ליידער נישט קיין גוטער סימן ואכמ"ל, פונקט ווי אויף א קשת?
יבואו הידענים ויחלקו.

ליקוי חמה איז א שלעכטע סימן פאר די אומות העולם וואס ציילן לוין די זון
נישט פאר די אידן וואס ציילן לויט די לבנה ודו"ק
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

מונאוויטש האט געשריבן:זעהן די שבעה כוכבי לכת בשעת די ליקוי החמה; עס הערט זיך אביסל פאראדאקסיש. די חברה זאגן דאך אז בשעת'ן ליקוי טאר מען נישט קוקן אויפן הימל נאר מיט ספיציעלע שטארק-פארטינקעלטע ברילן, ווייל די זון שטראלן קענען ח"ו חרוב מאכן די עינים. טא מיט די דיקע ברילן אויפן פנים, ווי וועט מען קענען זעהן די קליינע שצ"ם נ"כ פלאנעטן, וואס לייכטן פיל ווינציגער ווי די גרויסע זון?

נאר אויפן זון טאר מען נישט קוקן, אבער אויפן גאנצן הימל, פארוואס נישט?

און אגב בשעת די לבנה פארשטעלט אינגאנצן דעם זון (אויף יענע פלעצער) אין יענע מינוט צוויי מעג מען קוקן דירעקט אומבאשיצט אויפן זון אויך

(איך נעם נישט קיין אחריות... אבער אזוי האט נאסא געשריבן אין זייערע אנווייזונגען ארויסגעגעבן פאריגע וואך)
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

ת''ר בזמן שהחמה לוקה סימן רע לכל העולם כולו משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שעשה סעודה לעבדיו והניח פנס לפניהם כעס עליהם ואמר לעבדו טול פנס מפניהם והושיבם בחושך תניא רבי מאיר אומר כל זמן שמאורות לוקין סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שמלומדין במכותיהן משל לסופר שבא לבית הספר ורצועה בידו מי דואג מי שרגיל ללקות בכל יום ויום הוא דואג תנו רבנן בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה לוקה במזרח סימן רע ליושבי מזרח במערב סימן רע ליושבי מערב באמצע הרקיע סימן רע לכל העולם כולו פניו דומין לדם חרב בא לעולם לשק חיצי רעב באין לעולם לזו ולזו חרב וחיצי רעב באין לעולם לקה בכניסתו פורענות שוהה לבא ביציאתו ממהרת לבא וי''א חילוף הדברים ואין לך כל אומה ואומה שלוקה שאין אלהיה לוקה עמה שנאמר {שמות יב-יב} ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים ובזמן שישראל עושין רצונו של מקום אין מתיראין מכל אלו שנאמר {ירמיה י-ב} כה אמר ה' אל דרך הגוים אל תלמדו ומאותות השמים אל תחתו כי יחתו הגוים מהמה עובדי כוכבים יחתו ואין ישראל יחתו ת''ר בשביל ארבעה דברים חמה לוקה על אב בית דין שמת ואינו נספד כהלכה ועל נערה המאורסה שצעקה בעיר ואין מושיע לה ועל משכב זכור ועל שני אחין שנשפך דמן כאחד
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

סוכה כט
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ישר כח פינחס
אגב, און אפאר יאר ארום קומט נאך א ליקוי החמה אויף אמעריקע און צוזאמען קוקט עס אויס ווי א א גרויסע X אויף אמעריקע
עס איז די ערשטע פולע לוקוי אין אמעריקע אין אסאך אסאך יארן און יעצט קומט איינס נאכן אנדערען.. די חברה זאגן שוין פאר גרויסע שלעכטע זאכן קומען אויף אמעריקע......
אטעטשמענטס
map_usa_2017_2024.png
map_usa_2017_2024.png (432.15 KiB) געזען 3035 מאל
לעצט פארראכטן דורך פאטאקי08 אום דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

פינחס האט געשריבן:ת''ר בזמן שהחמה לוקה סימן רע לכל העולם כולו משל למה הדבר דומה למלך בשר ודם שעשה סעודה לעבדיו והניח פנס לפניהם כעס עליהם ואמר לעבדו טול פנס מפניהם והושיבם בחושך תניא רבי מאיר אומר כל זמן שמאורות לוקין סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שמלומדין במכותיהן משל לסופר שבא לבית הספר ורצועה בידו מי דואג מי שרגיל ללקות בכל יום ויום הוא דואג תנו רבנן בזמן שהחמה לוקה סימן רע לעובדי כוכבים לבנה לוקה סימן רע לשונאיהם של ישראל מפני שישראל מונין ללבנה ועובדי כוכבים לחמה לוקה במזרח סימן רע ליושבי מזרח במערב סימן רע ליושבי מערב באמצע הרקיע סימן רע לכל העולם כולו פניו דומין לדם חרב בא לעולם לשק חיצי רעב באין לעולם לזו ולזו חרב וחיצי רעב באין לעולם לקה בכניסתו פורענות שוהה לבא ביציאתו ממהרת לבא וי''א חילוף הדברים ואין לך כל אומה ואומה שלוקה שאין אלהיה לוקה עמה שנאמר {שמות יב-יב} ובכל אלהי מצרים אעשה שפטים ובזמן שישראל עושין רצונו של מקום אין מתיראין מכל אלו שנאמר {ירמיה י-ב} כה אמר ה' אל דרך הגוים אל תלמדו ומאותות השמים אל תחתו כי יחתו הגוים מהמה עובדי כוכבים יחתו ואין ישראל יחתו ת''ר בשביל ארבעה דברים חמה לוקה על אב בית דין שמת ואינו נספד כהלכה ועל נערה המאורסה שצעקה בעיר ואין מושיע לה ועל משכב זכור ועל שני אחין שנשפך דמן כאחד


לשון המהרש"א שם
כל זמן שהמאורות לוקין סימן רע לשונאיהם כו'. מאורות בלשון רבים היינו ירח וכוכבים כפרש"י לקמן אבל בחמה לוקה סימן רע לאומות העולם כדלקמן:
אוועטאר
super-star
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 1:24 pm
לאקאציע: אינעם צענטער פונעם בריאה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך super-star »

לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
ליקוי חמה תשע"ז

בנוגע דעם פריעדיגן שמועס פון די חשובע שרייבערס, זעהט דעם אשכול:
"והבאתי השמש בצהרים" ליקוי חמה בעבר ובהווה
ואמר שמואל: "נהירין לי שבילי דשמיא כשבילי דנהרדעא..." (ברכות נ"ח ע"ב)
שבילי דשמיא, שיעור א'
שבילי דשמיא, שיעור ב'
הימל-מאפע 1 (ווינטער)
ליקוי חמה
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

יישר כח חברים פאר די תגובות:
איך האב אנגעפרעגט פריער פארוואס עס איז נישטא קיין ענין, נישט מסתכל צו זיין אויף א ליקוי המאורות, פונקט ווי אויף א קשת.
ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן דא, איז דא דיעות אין חז"ל אז עס האט מיט יעדן, אפילו מיט אידן אויך (דער בורא זאל שיצן אויף אונז אלע), ממילא איז די שאלה נאך אלץ אקטועל.
דעסטגלייכן דאס צי ווייל עס איז פאראויס באשטימט לויטן חשבון זאל עס נישט זיין קיין שלעכטער סימן, איז נישט ריכטיג (עכ"פ לויט אסאך גדולי המפרשים), אין "מעלות" איז דא אן ארטיקל דעם חודש דערוועגן, זע דארט עטליכע שטארקע מהלכים אין דעם פון די גדולי הדורות.
ולרבותי אני צריך.
ערנסט גערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 1:43 pm
לאקאציע: ווייט, אבער גאר נאנט בעזהשי''ת!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערנסט גערעדט »

super-star האט געשריבן:לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
ליקוי חמה תשע"ז

בנוגע דעם פריעדיגן שמועס פון די חשובע שרייבערס, זעהט דעם אשכול:
"והבאתי השמש בצהרים" ליקוי חמה בעבר ובהווה

א גרויס'ן ש'כח!

הייסט, ס'עט נעמען פון 1:25 ביז 4:00 ? ווען וועט דר'עולם זאגן יום כפור קטן\אויספאסטן?!
דער אייבערשטער האט דיר ליב און איז צופרידן פון דיר - מער ווי דו אליין!
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

super-star האט געשריבן:לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
ליקוי חמה תשע"ז

בנוגע דעם פריעדיגן שמועס פון די חשובע שרייבערס, זעהט דעם אשכול:
"והבאתי השמש בצהרים" ליקוי חמה בעבר ובהווה

wow באמת א דאנק.
דאס הייסט אז ס'גייט זיך אנפאנגען בערך האלב 2 פאר בערך2 1/2 שעה ?
לעצט פארראכטן דורך eller אום דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

super-star האט געשריבן:לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
ליקוי חמה תשע"ז

בנוגע דעם פריעדיגן שמועס פון די חשובע שרייבערס, זעהט דעם אשכול:
"והבאתי השמש בצהרים" ליקוי חמה בעבר ובהווה


טאקע SUPER!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

super-star האט געשריבן:לתועלת הציבור האב איך צוזאמגעשטעלט א קורצע פרעזענטאציע, וויאזוי די קומענדיגע ליקוי וועט אויסזעהן פון דער נאנט (מיט א טעלעסקאפ) פאר אונז וועלכע געפונען זיך אין ניו יארק. היות כמעט אלע וויזואלע קליפס זענען פון די "פולע" ליקוי וועלכע מען וועט נישט קענען זעהן דא.

דא האט איר:
ליקוי חמה תשע"ז


אינטערעסאנט.

טענק יו.
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 677
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

ש'כח סופער!
דא קען מען אריינלייגן די זיפקאוד און ער ווייזט דעם (מיועד להיות) ליקוי אין דיין געגנט
https://www.vox.com/science-and-health/ ... active-map
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל קראקאווער »

ס'טוהט זיך א וועלט ס'קומט א ליקוי החמה, די ברילן יענע גלעזער.

אפילו אין ביהמ''ד האט מען שוין איין טאג פארקויפט פון די געשלאגענע בריללען.

וויל איך וויסן, צו כ'מוז טאקע קויפן?
וואס גייט זיין אויב איך גיי געהעריג אנגיין מיט מיין סדר היום כאילו לא היה?

כ'זעה מען האט שוין גערעדט פון שאדן פאר די אויגן, מיין שאלה איז צו סתם אזוי אן זיך עפעס ספעציעל פארקוקן, קען עס שאדן?
א דאנק פון פאראויס.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וואס שטערט דיר צו קויפן ס'קאסט נאר א דאללער
אנדערע זאגן: צדקת העיר וועט שוין טיילן יענע טאג אומזינסט...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

פאטאקי08 האט געשריבן:וואס שטערט דיר צו קויפן ס'קאסט נאר א דאללער
אנדערע זאגן: צדקת העיר וועט שוין טיילן יענע טאג אומזינסט...

איין דאלער צו ספענדן פאר 'נאר צוויי מינוט' באנוץ, גאנץ עקספענסיוו....
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

קודם כל, מ'קען קוקן צוויי און א האלב שעה, פארוואס צוויי מינוט?

צוויי, ס'איז פאר 'קוקן' א גאנץ לעבן ביז די הונדערט און צוואנציג. ס'איז שוין געווען פעלער פון גענצליכע אדער טיילווייזע בלינדקייט נאך ליקוי החמה'ס, און אפילו קוקן פאר א האלבע מינוט קען אויך שאטן ל"ע
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פאטאקי08 האט געשריבן:ישר כח פינחס
אגב, און אפאר יאר ארום קומט נאך א ליקוי החמה אויף אמעריקע און צוזאמען קוקט עס אויס ווי א א גרויסע X אויף אמעריקע
עס איז די ערשטע פולע לוקוי אין אמעריקע אין אסאך אסאך יארן און יעצט קומט איינס נאכן אנדערען.. די חברה זאגן שוין פאר גרויסע שלעכטע זאכן קומען אויף אמעריקע......



די געגנטער ביים צענטער פונעם עקס האבן די ספעציעלע 'זכיה' אז זיי גייען האבן צוויי ליקוי החמה'ס אין אזא קורצע צייט אפשניט.

מאסן מענטשן באלאגערן יענע שטעט צוליב די פענאמען...
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

שואלכענין האט געשריבן:יישר כח חברים פאר די תגובות:
איך האב אנגעפרעגט פריער פארוואס עס איז נישטא קיין ענין, נישט מסתכל צו זיין אויף א ליקוי המאורות, פונקט ווי אויף א קשת.
ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן דא, איז דא דיעות אין חז"ל אז עס האט מיט יעדן, אפילו מיט אידן אויך (דער בורא זאל שיצן אויף אונז אלע), ממילא איז די שאלה נאך אלץ אקטועל.
דעסטגלייכן דאס צי ווייל עס איז פאראויס באשטימט לויטן חשבון זאל עס נישט זיין קיין שלעכטער סימן, איז נישט ריכטיג (עכ"פ לויט אסאך גדולי המפרשים), אין "מעלות" איז דא אן ארטיקל דעם חודש דערוועגן, זע דארט עטליכע שטארקע מהלכים אין דעם פון די גדולי הדורות.
ולרבותי אני צריך.

אויף קשת איז דא איין טעם וועגן לשון הרע אויב אזוי לויט די שיטה אז עס האט נישט מיט אידן איז נישט קיין פראבלעם
נאך א סיבה וועגן
וָאֵ֣רֶא ׀ כְּעֵ֣ין חַשְׁמַ֗ל כְּמַרְאֵה־אֵ֤שׁ בֵּֽית־לָהּ֙ סָבִ֔יב מִמַּרְאֵ֥ה מָתְנָ֖יו וּלְמָ֑עְלָה וּמִמַּרְאֵ֤ה מָתְנָיו֙ וּלְמַ֔טָּה רָאִ֙יתִי֙ כְּמַרְאֵה־אֵ֔שׁ וְנֹ֥גַֽהּ ל֖וֹ סָבִֽיב׃
{כח}כְּמַרְאֵ֣ה הַקֶּ֡שֶׁת אֲשֶׁר֩ יִֽהְיֶ֨ה בֶעָנָ֜ן בְּי֣וֹם הַגֶּ֗שֶׁם כֵּ֣ן מַרְאֵ֤ה הַנֹּ֙גַהּ֙ סָבִ֔יב ה֕וּא מַרְאֵ֖ה דְּמ֣וּת כְּבוֹד ד׳ וָֽאֶרְאֶה֙ וָאֶפֹּ֣ל עַל־פָּנַ֔י וָאֶשְׁמַ֖ע ק֥וֹל מְדַבֵּֽר׃
די זאך איז נאר קשת
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

אינעם דערמאנטן ארטיקל אין "מעלות" שטייט אז קוקן אויפ'ן זון דורך א קאמערא אדער א קוקער אפי' אויף א רגע קען ח"ו ברענגען בלינדקייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”