נייעס און קרישקעלעך - זומער תשע"ז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג יוני 12, 2017 9:43 am

לכאורה האט ער געמיינט צו זאגן אז אין די סיטי נעמט מען עס לייכטער. אוודאי איז עס אסור, און אן ערנסטע פיקוח נפש שאלה
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
צו געזונט
שר האלף
תגובות: 1629
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: נישט משנה

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג יוני 12, 2017 10:08 am

דער צוגאנג, נישט דאס געזעץ איז וואס מיר האבען געשריבען.
צ.ב.ש. איז ברוקלין וועט מען פארבייפארען א באס וואס בלאקד נישט שיפערהייט א דאבל געלע ליין, און איז אפסטעיט וועט א קאר נישט פארבייפארען אפילו אויב איז עס א פיר ליניע ראוד.
דערנידערן א צווייטן מאכט דיך נישט העכער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17982
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יוני 12, 2017 10:32 am

וואס הייסט מ'וועט? דרייוו איך דען נישט אין ברוקלין? איך זע דאס נישט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג יוני 12, 2017 10:50 am

"ליפט" און "אובער"
קומען קיין אפסטעיט

ראטשעסטער – פונקט הארט בעפאר צענדליגער טויזנטער אידן וועלן ארויספארן צום אפסטעיט ניו יארק ראיאן צו פארברענגען דארטן די זומער מאנאטן, הערט מען אז די "ליפט" און "אובער" טעקסי-סערוויס פירמעס וועלן זיך אויסברייטערן און אנהייבן סערווירן קאסטומערס אינעם אפסטעיט ראיאן. לויטן פלאן, וועלן די צוויי פירמעס אנהייבן סערוויסן דעם אפסטעיט ראיאן אום יוני 29, וואס וועט ארייננעמען באפעלא, ראטשעסטער, אלבאני, סיראקיוז, לאנג איילענד און נאך. ביז יעצט זענען די צוויי פירמעס געווען ערלויבט נאר צו אפערירן אין ניו יארק סיטי, און דער סטעיט סענאט און לעגיסלאטור האט געשטימט עטליכע מאנאטן צוריק צו ערלויבן די פירמעס זיך אויסצוברייטערן קיין אפסטעיט. דאס ברענגט אויך מיט דזשאב געלעגנהייטן קיין אפסטעיט, וויבאלד מענטשן וואס זענען אויטא אייגנטימער, קענען זיך איינשרייבן צו דינען אלס דרייווער אדער פאר "ליפט" אדער פאר "אובער" און פארדינען געלט אין דער זייט.

דער איד.
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג יוני 12, 2017 11:09 am

צו געזונט האט געשריבן:דער צוגאנג, נישט דאס געזעץ איז וואס מיר האבען געשריבען.
צ.ב.ש. איז ברוקלין וועט מען פארבייפארען א באס וואס בלאקד נישט שיפערהייט א דאבל געלע ליין, און איז אפסטעיט וועט א קאר נישט פארבייפארען אפילו אויב איז עס א פיר ליניע ראוד.


איך ליין גוט? אין ברוקלין וועט מען זיך נישט אפשטעלען אין א א טו וועי אויב די רויטע לייטס פלעשען?? פלעין רציחה דורעכצופארען, איך האב נישט געזען קיינעם עס טון, איינמאל יא, איך האב אויך איינמאל געזען איינעם סתם דורעכשניידען א באס מיט פלעשינג לייטס אויף די זייט פון די טיר, און שיעור אראפגעלייגט א מאמע מיט א קינד, רציחה!

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 12, 2017 3:12 pm

וועלכע סדרה פארט מען היי-יאר אין קאנטרי-קעמפ?

יאנקעל פעדראטשיק
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג יוני 12, 2017 3:16 pm

לא לנו האט געשריבן:וועלכע סדרה פארט מען היי-יאר אין קאנטרי-קעמפ?

דאנערשטיג חקת קאנטרי זונטיג בלק קעמפ

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1133
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג יוני 12, 2017 3:49 pm

מקען שוין סעווען די אייער באקסעס פון די גראסרי ארדער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
איינפאכער איד
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » מאנטאג יוני 19, 2017 10:53 am

לא לנו האט געשריבן:וועלכע סדרה פארט מען היי-יאר אין קאנטרי-קעמפ?

איר מיינט אוודאי צו זאגן "די וועלכע פארן, ווען פארן זיי?" נישט אזוי?

דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יוני 19, 2017 2:01 pm

זאכליך האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי די נייע טאפאן זי בריק וועט שוין זיין אפען דעם זומער פאר די וועג ארויס.

לויט ווי איך הער וועט עס ערשט געעפנט FALL
דאס מיינט נאכען זימער

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 21, 2017 9:39 am

היינט איז אפיציעל די ערשטע טאג פון זומער.
אזוי אויך איז היינט די לענגסטע טאג, מיט 15:05 פון זון.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 21, 2017 9:52 am

ייקס. וואס האסטו געדארפט זאגן. ס'מיר קאכדיג הייס יעצט...

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך יוני 21, 2017 10:00 am

בענקעל האט געשריבן:ייקס. וואס האסטו געדארפט זאגן. ס'מיר קאכדיג הייס יעצט...

נעם ארויס די גוטע חלק... אז פון מארגן אן ווערן שוין די טעג קלענער(און די זמן מעריב פריער ) סאו ס'גייט שוין ווערן קעלטער...
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2065
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך יוני 21, 2017 10:06 am

אדער אז די גאסן וועלן ווערן ליידיגער. און עס וועט זיין מער פארקינג. ווייל מ'פאר שוין אין קאנטשרי. און אונז עמער לאזן דעם עולם זיך ארום רייסן ביי די באמפער'ס צו פעסן איינעם דעם צווייטן אויף די "איין ליניע בריק"..

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » פרייטאג יוני 23, 2017 3:33 pm

פריער פאר Exit 16
צוגעלייגטע
IMG-20170623-WA0010.jpg
IMG-20170623-WA0010.jpg (150.74 KiB) געזעהן 2066 מאל
IMG-20170623-WA0014.jpg
IMG-20170623-WA0014.jpg (183.22 KiB) געזעהן 2066 מאל
IMG-20170623-WA0011.jpg
IMG-20170623-WA0011.jpg (223.56 KiB) געזעהן 2066 מאל

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג יוני 23, 2017 4:00 pm

געמאכט א בואי בשלום פאר די צייט,

אלע זענען ארויס אומבאשעדיגט?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יוני 26, 2017 9:42 am

א גרוס אייך פון די בערג

נעכטן האמיר אפגעשטאט א באזוך אין די קעטסקילס, און ר"ר הערש האט אונז מקבל פנים געווען אזוי ווי עס פאסט, ער איז געשטאנען רואיג אין די זייט און שיין אויסגעווארט אז די בילד זאל געלונגען

IMG_20170626_092533.jpg
IMG_20170626_092533.jpg (52.5 KiB) געזעהן 1794 מאל


IMG_20170626_092547.jpg
IMG_20170626_092547.jpg (42.09 KiB) געזעהן 1794 מאל
kraitchmah עט גימעיל

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יוני 26, 2017 10:32 am

URGENT CALL TO ACTION.

Town of Fallsburg has prepared massive zoning restrictions against all our camps & colonies.
A FINAL PUBLIC HEARING WILL BE HELD TODAY 6/26 5:45 pm
Town Hall, 19 Railroad Plaza, South Fallsburg, NY 12779
YOU MUST be there to stop the madness !!
IF WE SNOOZE WE Lose! YOU LOSE!!

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג יוני 26, 2017 10:47 am

וואס זענען די ריסטריקשענס?
אייוועלט בתפארתה!

לדעתי, די וואס שטייען אונטער די קוליסן פון אייוועלט זענען נישט קיין שלוחי ציבור, און מ'דארף זיך צושטעלן צו זייערע קאפריזן צו ס'געפעלט דיך יא אדער נישט

פארברענגען איט איז!

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג יוני 26, 2017 1:09 pm

What means lose?
kraitchmah עט גימעיל

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מאנטאג יוני 26, 2017 3:23 pm

עין טובה האט געשריבן:וואס זענען די ריסטריקשענס?


Sorry I dont have yiddish keyboard now,

There are a lot of very tough changes. For example in order to have a camp, a minimum of 50 acres of land is required. Even existing camps will not be able to do any construction / additions if they have under 50 acres.

C/P

Tonight at 5:50 there will be the Townhall public hearing. To discuss the new zoning laws. Please note if this is enacted it will make all residential homes and camps non-conforming so no construction whatsoever can be done no additions no decks. Remember if there's no new revenue for the town they will have to raise our taxes. We must stop it in its tracks. Everyone must show up and bring your friends the greater the presence the more serious they will take us. "NOW IS THE TIME TO SAVE FULLSBERG"

shalsheles
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג יוני 26, 2017 3:56 pm

צום אנהייב פון זומער, איז אפשר כדאי איבערצולייגן פון פאריאר, (זיך דערמאנט זעהנדיג דעם בילד פונעם ערשטן און האפענטליך לעצטן עקסידענט אין דעם אשכול).
בעילוםשם האט געשריבן:אט איז א ליסטע פון פאקטן וואס דארפן א תיקון גדול = דער אויבערשטער זאל האלטן די רעכטע האנט ה"י.

= ר'עולם דרייווט אזוי ווילד ווי אין די סיטי אויף די שמאלע געדרייטע ראודס וואס האבן לימיטיעד וויזיביליטי
= מאנכע דרייווערס וועלכע האבן ניט צופיל עקספיריעינס דרייווען בלויז זומער און זענען צו קאנפידענט אויפ'ן ראוד
= מ'האלט זיך נישט אין די אייגענע די שמאלעס לעינס
= מ'לאזט נישט נאך די ספיעד ביי ערענסטע קארווס אויפן ראוד
= מ'סוויטש נישט די היי-ביעמס ווען אן אנדערע קאר קומט אקעגן
=מ'שטעלט זיך אפ אויף די שמאלע ראודס פלוצלינג אדער מ'בלייבט שטיין אויף שמאלע שאולדערס ווען א האלבע קאר שטעקט זיך אריין אין ראוד וואו מדער טראפיק לויפט
=מ'פארט ארויס פון קאלאניס-קעמפס אריין אין מעין ראודס אן די נויטיגע פארזיכטיגקייט - ס'הייסט איך וויל יעצט פארן דארף איך זיך רעכענען מיט איינעם


און די פוסגייער-ביציקלעך האבן אויך א טייל דערין:
= שפאצירער און ביציקליך גייען/פארן אויפ'ן ראוד אן זיך רעכענען מיט'ן לויפענדיגע טראפיק
= פוסגייער גייען ביינאכט אן ריפלעקטארס וואס מאכט אוממעגליך זיי צו באמערקן

דאס איז א טיילווייזע ליסטע פון מיין בליק, אדרבה לייגט צו נאך.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4051
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם!

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יוני 26, 2017 4:13 pm

הוספה צו די פריערדיגע תגובה.

ביטע לייגט אריין סמאוק און קארבאן מאנאקסייד דערשפירער'ס Smoke & Carbon Monoxide Detector's. היינט צופרי איז א אינגערמאן ל"ע אוועק און אינגען עלטער נאכדעם וואס ס'איז געווען קארבאן מאנאקסייד אין זיין צימער אין די באנגאלו.

בשורות טובות.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג יוני 26, 2017 4:27 pm

נא_שכל האט געשריבן:הוספה צו די פריערדיגע תגובה.

ביטע לייגט אריין סמאוק און קארבאן מאנאקסייד דערשפירער'ס Smoke & Carbon Monoxide Detector's. היינט צופרי איז א אינגערמאן ל"ע אוועק און אינגען עלטער נאכדעם וואס ס'איז געווען קארבאן מאנאקסייד אין זיין צימער אין די באנגאלו.

בשורות טובות.

נישט צו אריינגיין אין די נושא, נאר צו קלארשטעלן:

קארבאן מאנאקסייד דידערטער'ס איז זייער זייער וויכטיג, און ס'זענען שוין ליידער געווען מעשיות ווי מענטשן זענען ל"ע אוועק פון דעם.

אבער דער אינגערמאן וואס איז ל"ע אוועק היינט איז די (גשמיות'דיגע) סיבה נישט געווען פון דעם, נאר ער האט געהאט א הארץ אטאקע רח"ל.

(ער האט נעכטן געזאגט פאר א קאלעגע מגי"ש אז ער האט הארץ ווייען, און ער האט עם גע'עצה'ט אז ער וועט שוין גיין מארגן צום דאקטאר, און ליידער איז געשעהן וואס איז געשעהן)

דערבארומדיג'ער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יוני 27, 2017 1:06 pm

farshlufen האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:אין א זייטיגן נאטיץ
אין אפסטעיט איז אנדערש דער צוגאנג ווען א סקול באס האט די רויטע לעמפלעך אנגעצונדען. מען ברויך זיך שטעלן אויף ביידע זייטן פון די ראוד און די פאליציי איז גאר שטרענג איבער פארלעצער

אפסטעיט איז אנדערש? נעווי יארק סיטי אז נישט אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון ניו יארק סטעיט? אתמהה


יא, אפסטעיט איז אנדערש אין אסאך זאכן, גוט צי וויסן אז אין אפסטעיט- נאך א פולער סטאפ- מעג מען זיך דרייען א רעכטס ביי א רויט לייט. אויסער ווי עס איז דא א בפירוש'ער סיין וואס זאגט אנדעש.
ווידעראום אין נוי יארק איז עס פארקערט, מען מעג זיך דרייען רעכטס נאר ווי עס איז דא א בפירוש'ער הוראת היתר. צום ביישפיל אין וויליאמסבורג איז דא א סיין וואס שרייבט ארויס אז מען קען זיך דרייען רעכטס ביי white ave and Rodney street אנטקעגן בנין עסטרייכער . ווי מען קומט ארויס פון די הייוועי.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: תן חיוך און 27 געסט