בלאט 26 פון 72

געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2018 2:14 am
דורך צל עובר
בד"וו כאפצעם דיין חתימה איז מורא'דיג.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2018 10:44 pm
דורך כאפצעם
אינעם ספעציעלען עלעקשאן פאר פענסילוועניעס 18'טע קאנגרעס דיסטריקט ווי טראמפ האט באקומען +18 צייגט א שטוינענדע אנקעטע דעם דעמאקראט מיט בלויז 3 פונקטן הינטערשטעליג.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:07 am
דורך צל עובר
אויב דאס וועט טאקע זיין די רעזאלטס אין טראמפ הארטלענד, האבן די דעמס ריזיגע טשענסעס אין קאנגרעס, און גאנץ גרויסע טשענסעס אפילו אין סענאט.

איך קלער אז עס גייט זיך פארברייטערן די רעפאבליקען ליעד עטליעסט אפאר פוינטס.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 1:01 am
דורך משהזוךמיר
כאפצעם האט געשריבן:
די געווינס איז די 34'סטע פליפ נאציאנאל פאר די דעמאקראטן זינט טראמפ'ס געווינס אין 2016.

גאנץ כמעשה קאמפעירד צו די עוורידזש פליפס אונטער אבאמא.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2018 12:37 pm
דורך ליבלעך
כאפצעם האט געשריבן:אינעם ספעציעלען עלעקשאן פאר פענסילוועניעס 18'טע קאנגרעס דיסטריקט ווי טראמפ האט באקומען +18 צייגט א שטוינענדע אנקעטע דעם דעמאקראט מיט בלויז 3 פונקטן הינטערשטעליג.

די אנקעטע איז גארנישט ווערד, ריל קליר פאליטיקס רעכנט עס ניט אמאל

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 1:29 am
דורך צל עובר
דער דעמאקראטישער קאנדידאט אין די ספעשל עלעקשנס אין פענסילוועניע קאנאר לעמב, האט אויפגעטריבן פיל מער געלט ווי דער רעפאבליקאנער קאנדידאט ריק סאקאן, מיט 560,481 $ אויפגעטריבן, און 412,186 $ קעש אן הענד, קעגן 214,675 $ אויפגעטריבן, און 199,938 $ קעש אן הענד פאר דעם רעפאבליקאנער.

וואס עס מיינט? וועט מען וויסן אין פינעף וואכן ארום מארטש 13 אי"ה.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 1:31 am
דורך צל עובר
פון די אנדערע זייט גיסן רעפאבליקאנער זייטיגע גרופעס אריין ריזיגע געלטער, אסאך מער ווי די דעמאקרעטס.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 1:32 am
דורך צל עובר
ווייס פרעזידענט מייק פענס האט זיך משתתף געווען פעברואר דער צווייטער ביי א פאנדרעיזער פארן רעפאבליקאנער.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 1:35 am
דורך צל עובר
יעצט זעה איך אז עס לויפט אויך א ליבערטעריען קאנדידאט דראוי מילער, דאס קען שאטן פאר דעם רעפאבליקאנער.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2018 1:38 am
דורך צל עובר
דער דעמאקראטישער גאווערנער טאם וואלף לויפט פאר ריעלעקשען אין 2018 , סוי באווייזט ער צו געווינען דעם זיץ, וואלט עס געווען א מורא'דיגע בוסט פאר אים לכבוד די וואלן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2018 10:52 pm
דורך כאפצעם
ברעיקינג:

דער דעמאקראטישער קאנדידאט 'מייק ראוויס' האט געווינען דעם ספעציעלן עלעקשאן פארן מיזורי 97'טע לעגיסלאטור דיסטריקט, פליפנדיג די זיץ צום בלויען קאלום מיט 3 פונקטן.

די דיסטריקט האט טראמפ געווינען מיט 28 פוינטס, און דאס איז די 35'סטע פליפ היי יאר צו די דעמאקראטן.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2018 12:14 am
דורך צל עובר
ישר כח כאפצעם פאר די אפדעיט, ביטע באריכט אויך די אנדערע פארמעסטן, ביי איינס העריך אז די דעמס האבן אויווערפערפארמט מיט 55% .

געשריבן: מוצ"ש פעברואר 10, 2018 10:10 pm
דורך ליבלעך
דער דעמאקראטישער קאנדידאט וואס איז געלאפן פאר טשיף זשאסטיטס אין אלאבאמא קעגן 'רוי מאר' און פארלוירן מיט בלויז "3" פראצענט, האט געמאלדן אז ער פרובירט א צווייטע שאנס און לויפט נאכאמאל פאר די זיץ.

ער מיינט נעבעך אז ער לויפט קעגן נאך א רוי מאר....
און אפשר טאקע?!

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 8:31 pm
דורך כאפצעם
פרישע פליפ:

דער דעמאקראטישער קאנדידאט 'מארגערעט גוד' האט געווינען די ספעציעלע עלעקשאן אין פלארידע'ס 72'טע לעגיסלאטור דיסטריקט.

זי האט געווינען דעם זיץ מיט 7 פונקטן פליפנדיג דעם דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען אין 2016 מיט 5 פונקטן.

נעכטן האבן דעמאקראטן אויך געהאט א געווינס אין א ספעציעלע לעגעסלאטיווע עלעקשאן אין מיניסאוטע מיט 3 פונקטן אין א טראמפ +3 דיסטריקט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:36 pm
דורך ליבלעך
כאפצעם האט געשריבן:נעכטן האבן דעמאקראטן אויך געהאט א געווינס אין א ספעציעלע לעגעסלאטיווע עלעקשאן אין מיניסאוטע מיט 3 פונקטן אין א טראמפ +3 דיסטריקט.

טראמפ האט דארט געווינען מיט בלויז 1.5% און ס'איז געווען א דעמאקראט ביז היינט סאו ס'איז בכלל נישט קיין חידוש

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:38 pm
דורך ליבלעך
כאפצעם האט געשריבן:פרישע פליפ:

דער דעמאקראטישער קאנדידאט 'מארגערעט גוד' האט געווינען די ספעציעלע עלעקשאן אין פלארידע'ס 72'טע לעגיסלאטור דיסטריקט.

זי האט געווינען דעם זיץ מיט 7 פונקטן פליפנדיג דעם דיסטריקט וואס טראמפ האט געווינען אין 2016 מיט 5 פונקטן.

רעד נישט גארנישט איבער די שטארקע נצחונות פון די רעפובליקאנער
#בת_היענה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:46 pm
דורך צל עובר
ליבלעך האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נעכטן האבן דעמאקראטן אויך געהאט א געווינס אין א ספעציעלע לעגעסלאטיווע עלעקשאן אין מיניסאוטע מיט 3 פונקטן אין א טראמפ +3 דיסטריקט.

טראמפ האט דארט געווינען מיט בלויז 1.5% און ס'איז געווען א דעמאקראט ביז היינט סאו ס'איז בכלל נישט קיין חידוש


ישר כח ליבלעך פאר דיינע כסדרדיגע באריכטן, און אדרבה באריכט דו די רעפאבליקאנע נצחונות.

אויך ישר כח כאפצעם פאר דיינע כסדרדיגע באריכטן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:48 pm
דורך צל עובר
טראמפ האט זייער אווערפערפורעמט אין מינעסאטע.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:53 pm
דורך אימפעט
דהיינו?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:00 am
דורך צל עובר
אימפעט האט געשריבן:דהיינו?


עס הייסט גאנץ א בלויע סטעיט, און קלינטאן האט דארט געווינען מיט בלויז 1.5% , שוואכער ווי די 2.1% וואס זי האט געווינען נאציענאל.

מיין תגובה גייט ארויף אויף די דעבאטע פון @ליבלעך מיט @כאפצעם צו די דעמאקרעטס געווינס אין מינעסאטע איז א קונץ.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:02 am
דורך צל עובר
אבאמע האט געווינען מינעסאטע מיט 7.7% קעגן ראמני, און מיט 10.3 קעגן מקעין.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:03 am
דורך ליבלעך
צל עובר האט געשריבן:און אדרבה באריכט דו די רעפאבליקאנע נצחונות.

די רעפובליקאנער האבן געווינען די אנדערע 2 ספעשעל עלעקשען'ס היינט נאַכט איינס מיט 34 פראצענט און איינס מיט 47 פראצענט!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:08 am
דורך שמאטע
העי! קום אריין מיט קלארע באריכטען....
וואו איז היינט געווען עלעקשאנס?
ווער האט אלס געוואינען.
וויפיל זיצן האבן געטוישט הענט פון רעכטס צו לינקס?

(אז ס'איז שוין יא דא גוטע נייעס פאר די טראמפיגע ווילסטו עס מעלדן פשוט און טריקן?!... וואסימידיר.......)

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:10 am
דורך אימפעט
העי שמאטע וואטש פאר א גוט אויג...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2018 12:17 am
דורך צל עובר
איינס פון די אכט קאנגרעשינעל דיסטריקטס האט טראמפ געווינען מיט 30 פוינטס 61% קעגן 31% און דאך האט דער דעמאקראט געווינען פאר קאנגרעס, נאך איינס וואס דער דעמאקראט האט געווינען, האט ער געווינען מיט 16 פוינטס 54% קעגן 36% , און א דריטע מיט 15 פוינטס 53% קעגן 38%.

איינס האט קלינטאן געווינען מיט 9% און דער רעפאבליקאנער קאנדידאט האט געווינען.

אלעס אינאיינעם האט טראמפ געווינען 5 דיסטריקטס און קלינטאן בלויז 3 , און די דעמאקרעטס האבן 5 און די רעפאבליקענס 3 קאנגרעסלייט פון מינעסאטע.

מינעסאטע קוקט אויס איז געווען זייער צופראסקעט אין 2016.