קלענערע עלעקשאנס נאציאנאל

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1856
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

באריכטן קומען אריין אז דער רעפאבליקאנער קאנדידאט רוי מאאר געניסט פון די שטיצע פון רוסלאנד...

זיין טוויטער קאנטע איז לעצנס ארויף מיט 20 טויזענט פאלויערס, רוב דערפון רוסישע באטס, למעשה ווען מענטשן האבן דאס באמערקט האט טוויטער דעלידעט די אלע אקאונטס, און עס איז צוריק אראפ ווי בעפאר.

tweet 2.JPG
tweet 2.JPG (66.29 KiB) געזען 3852 מאל
tweet 3.JPG
tweet 3.JPG (17 KiB) געזען 3852 מאל
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

זיסע חלומות...
אטעטשמענטס
moor.jpg
moor.jpg (39.8 KiB) געזען 3833 מאל
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

כאפצעם האט געשריבן:זיסע חלומות...

האלטסט אז מאאר איז פארזיכערט?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זיסע חלומות...

האלטסט אז מאאר איז פארזיכערט?

נישט קיין פראגע, אפילו אין די אנקעטע אז וועסט אריינקוקן אין די דיטעילס שרייבט ער אז %9 טראמפער זענען נאך אומזיכער וו"ס %5 קלינטונים. חוץ מזה איז דאס נאך אלעס בעפאר טראמפ האט קאמפיינט סייוואס פאר מאאר, וואס דאס גייט נאך זיכער קומען און דא רעדטסטו פון א שטאט ווי ער האט געווינען 2 דריטל..

סעשענס מעג קאמפיינען?

ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

כאפצעם האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:זיסע חלומות...

האלטסט אז מאאר איז פארזיכערט?

נישט קיין פראגע, אפילו אין די אנקעטע אז וועסט אריינקוקן אין די דיטעילס שרייבט ער אז %9 טראמפער זענען נאך אומזיכער וו"ס %5 קלינטונים. חוץ מזה איז דאס נאך אלעס בעפאר טראמפ האט קאמפיינט סייוואס פאר מאאר, וואס דאס גייט נאך זיכער קומען און דא רעדטסטו פון א שטאט ווי ער האט געווינען 2 דריטל..

איך בין נישט אזוי זיכער אז טראמפ וועט קאמפיינען פאר אים נאכדעם וואס ער איז געגאנגען אינדרויסן פון זיין וועג צו שטיצן סטרעינזש מיט דעם אלעם וואס ער האט געוויסט אז ער גייט עס נישט מאכן.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

פריילעך אידל האט געשריבן:באריכטן קומען אריין אז דער רעפאבליקאנער קאנדידאט רוי מאאר געניסט פון די שטיצע פון רוסלאנד...

זיין טוויטער קאנטע איז לעצנס ארויף מיט 20 טויזענט פאלויערס, רוב דערפון רוסישע באטס, למעשה ווען מענטשן האבן דאס באמערקט האט טוויטער דעלידעט די אלע אקאונטס, און עס איז צוריק אראפ ווי בעפאר.

tweet 2.JPG
tweet 3.JPG

דאס קוקט סתם אויס ווי א שמוציגע טריק פון זיין קעגנער

סיריעסלי, רוסישע נעמען?! :P קאם אן!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

קול ברמה זאגט נביאות...

Screenshot_20171022-180329-01.jpeg
Screenshot_20171022-180329-01.jpeg (213.03 KiB) געזען 3549 מאל
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

קיד ראק האט היינט צופרי געמאלדן אז ער גייט למעשה נישט לויפן פאר סענאט אין מישיגען!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

מען האלט ווייניגער ווי 2 וואכן בעפאר די עלעקשען און לויט די אנקעטע האבן 27% נאך נישט קיין מיינונג!

Screenshot_20171026-022142-01.jpeg
Screenshot_20171026-022142-01.jpeg (114.11 KiB) געזען 3372 מאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א וואך בעפארן עלעקשאן האמיר צוויי אנקעטעס. איינס גיבט געליפסי א 8 פונקט אויבערהאנט, די אנדערע גיבט נארטאם א 17 פונקטן אויבערהאנט.. :mrgreen:
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

כאפצעם האט געשריבן:א וואך בעפארן עלעקשאן האמיר צוויי אנקעטעס. איינס גיבט געליפסי א 8 פונקט אויבערהאנט, די אנדערע גיבט נארטאם א 17 פונקטן אויבערהאנט.. :mrgreen:

וועלכע קאמפעניס?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

באקסער בוים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:א וואך בעפארן עלעקשאן האמיר צוויי אנקעטעס. איינס גיבט געליפסי א 8 פונקט אויבערהאנט, די אנדערע גיבט נארטאם א 17 פונקטן אויבערהאנט.. :mrgreen:

וועלכע קאמפעניס?

'העמפטאן יוניווערסעטי' גיבט 8 פונקטן פארן רעפובליקאנער געליפסי, 'קוויניפיעק' גיבט פארן דעמאקראט נארטאם 17 פונקטן
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וויזוי סאל נאר זיין וועט איין פאול זיין וויטאין אפאר פראצענט... סאו די פאולס זענען גוט...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

3new #VAGov polls, all showing good news for GOPer Gillespie

Rasmussen: Tied 45-45; D+0
Polling Co: R 46-43; R+3
Optimus: R 40-37; R+3
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מארגן קומט פאר א צאל סטעיט און לאקעל פארמעסטן. היי יאר ווערט אנגערופן אן "אוף יער עלעקשאן" די סיבה דערביי איז, ווייל עס האט נישט קיין סענאט אדער פרעזידענט וואלן און אפילו נישט קיין סאך סטעיט- ווייד עלעקשאנס. עס איז אבער יא דא סטעיט לעגלעטיווע עלעקשאנס און מעיארעל פארמעסטן אזוי-ווי ניו יארק סיטי.

צוויי סטעיטס האבן יא סטעיט-ווייד עלעקשאנס און דאס איז ניו דשערסי און ווירדזיניע.

ניו דשערסי איז כמעט ווי פארזיכערט אז דער דעמאקראט וועט געווינען, קודם צוליב די שוואכע דזשאב פון דעם יעצטיגן פעשן בירגערמייסטער און סתם ווייל איז ניו דשערסי איז א א דעמאקראטישע סטעיט.

און ווירדזיניע איז שוין אן אנדערע מעשה. ווירדזיניע איז בעצם געווען א מער רעפוליקאנער גענויגטע סטעיט, אבער זינט 08 האבן די דעמאקראטן געווינען יעדן סטעיט פארמעסט מיטן אויסנאם פון באב מעקדאנעל ע"ה וואס האט געווינען די גאווענערס וואלן אין 09.

עס איז דא גוטע נייעס היי יאר פאר די רעפוליקאנער בכלל און פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספ" בפרט.

אויב מקוקט אויף די היסטערי פון די "עוועריטש פאולינג" און די פאקטישע רעזולטאטן שאצט מען ע"פ רוב אינטער די רעפוליקאנער אין דעם סטעיט. אין יארע 13 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.2 פראצענט פון די לעצטע ר.ס.פי. עוורעטש . אין 09 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.1 פראצענט. ביי סענאט פארמעסט אין 14 האט מען גאר שטארק אינטערגעשאצט דעם יעצטיגן רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גיעלפי". אבער פון דארט איז נישט קיין ריאה ווייל די לעצטע טעג פון די וואלן איז נישט ארויסגעקומען קיין נייע אנקעטעס. סטראטעגיסטן פון ביידע פארטייען האבן געוויסט אז זאכן פארשמעלערן זיך, אבער נישט אזוי ווייט ווי עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט. אונזער וועטעראן סטראטעגיסט און אנליסט מר. וויכטיג מאכער הי"ו הנקרא בי כל וויכי, האט דאס שוין פאראויסגעזעהן נאך פאר יעדן איינעם. עכ"פ זיי זענען ארויסגעקומען שטערקער ווי געראכטן אבער מען קען נישט שאצן וויפל.

גראדע די צוויי פרעזידענט פארמעסטן דהיינו 08 און 12 האט מען אונטער געשאצט די דעמאקראטישע שטארקייט, אבער פון דארט איז אויך נישט קיין ריאה ווייל עס איז געווען א גענצליכע סופרייז פאר די פאולסטערס אז די דעמאקראטן זאלן זיין אזוי שטארק.

בלייבט נאר איבער צוקוקן אויף די צוויי לעצטע גאווענערס פארמעסטן איז אזוי, מען האט אונטער געשאצט די רעפוליקאנער מיט אן עווריטש פון 4.15 פראצענט, יעצט ווי מיר שטייען היינט נאכן לידט דער דעמאקראטישע קאנדידאט "ראלף נארטעם" מיט 3.3 פראצענט 4.1 – 3.3 פראצענט = .08 פלאס פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספי". זייער שמאל אבער עס איז זייער מעגליך אז דאס וועט געשעהן בעיסט אויף די היסטאריע.

עד גילעספי האט אויך יחוס עצמו, ער איז גאר א גריבענער, געריסענער פאליטישאן, דער דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם קומט נישט צו צו עד גילעספי’ס פאליטישע טאלאנטן כקליפת השום. דער עד גילעספי האט געדינט אלס דער ר.נ.ס. טשערמאן אין די בוש יארן, דזשארדש דאובעליאו איז אים אסאך שולדיג פארן העלפן געווינען אין 04. יא די אנדערע חברה געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. סענאטאר טים קעין און דער יעצטיגער גאווענער טערי מעקאליוף אויך א געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. גריבענע חברה, אבער נישט עד גילעספי, ער האט שיעור ארויסגעצויגן דעם קארפעט פון אונטער די פוס פונעם פאפורלערער דעמאקראטישע סענאטאר מארק ווארנער.

אבער לאידך גיסא זעהט אבער פון עטליכע ריכטונגען אז זאכן דרייען זיך אביסל צו דעם דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם צו ביישפיל אן אנקעטע גענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער פירמע מיטן נאמען The Polling Company R לעצטע וואך האט געוויזן א דריי פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן אויבערהאנט פאר נארטעם מיט איין פונקט. די זעלבע האט פאסירט מיט די אינדיפענדענט פירמע מיטן נאמען Monmouth University האט געוויזן אן איין פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן צוויי פרצענט אויבערהאנט פאר נארטעם.

בלייבט נאר איבער עלטער צו ווערן מיט א טאג, צו זעהן ווער עס גייט געווינען די נאכט.
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

ש'כח פאליטיקלי, זייער קלאר און דעטאלירט.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:ש'כח פאליטיקלי, זייער קלאר און דעטאלירט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אונזער וועטעראן סטראטעגיסט און אנליסט מר. וויכטיג מאכער הי"ו הנקרא בי כל וויכי, האט דאס שוין פאראויסגעזעהן נאך פאר יעדן איינעם

יעצט בינעך זאט ביז נאך פסח...

אגב, די נאכט פון די וואלן, א יאר צוריק, די רגע וואס מ'האט געקאלט אהייאו פאר פארטמאן פאר מ'האט געקאלט ווירדזשיניע פאר קלינטאן האבעך געשריבן אז קלינטאן שטייט נישט גוט... אויב א סטעיט ווי זי ליעדט קאמפטעבל אין די פאולס און איר וויצע קאנדידאט קומט פון דארט, קעמען נישט קאלן פאר איר, דאן פארגעט איט!

ואגב, טראצדעם וואס רוב פאולס ווייזן אז דער דעמעקראט שטייט בעסער מיט עפעס, דערוואגט זיך קיינער נישט צו פרעדיקטן וואס דארט גייט זיין...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

זייער שיין
פאליטקלי קארעקט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5157
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטקלי קארעקט »

מיי פלעזאר אלל. רב כאפצעם איר קענט נאך אלץ אריינקומען מיט אייער באריכט וואס ליגט שוין אינעם דרעפט, איך האף אז אז איך האב אייך נישט פארלאפן דעם וועג....
דזשאבס, דזשאבס, דזשאבס
שלום מאיר
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום מאיר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
אונזער וועטעראן סטראטעגיסט און אנליסט מר. וויכטיג מאכער הי"ו הנקרא בי כל וויכי, האט דאס שוין פאראויסגעזעהן נאך פאר יעדן איינעם

יעצט בינעך זאט ביז נאך פסח...

אגב, די נאכט פון די וואלן, א יאר צוריק, די רגע וואס מ'האט געקאלט אהייאו פאר פארטמאן פאר מ'האט געקאלט ווירדזשיניע פאר קלינטאן האבעך געשריבן אז קלינטאן שטייט נישט גוט... אויב א סטעיט ווי זי ליעדט קאמפטעבל אין די פאולס און איר וויצע קאנדידאט קומט פון דארט, קעמען נישט קאלן פאר איר, דאן פארגעט איט!

ואגב, טראצדעם וואס רוב פאולס ווייזן אז דער דעמעקראט שטייט בעסער מיט עפעס, דערוואגט זיך קיינער נישט צו פרעדיקטן וואס דארט גייט זיין...

The heavily Democratic Washington suburbs tend to report their results later than the rest of the state. So just because Gillespie has an early lead, it doesn’t mean he’s going to win. Trump led very late into the evening on Election Day 2016 before losing the state by 5 points.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טענקס פאליטיקלי פארן באריכט, זייער קלאר!

דעמאקראטן האבן אנגעהויבן די רעיס מיט א היבש ברייטע מארזשין למעשה זענען רעפובליקאנער זייער העפי אז די רעיס איז געווארן גאר טייט אין די לעצטע וואך און האלטן ערענסט אז זיי גייען עס מאכן. איך האלט אז זיי דמיונען אויף כוחות, ערלי וואוטינג איז זייער שטארק אין די נארט חלק און די רעפובס האבן שוין יארן נישט געווינען קיין ווירזשיניע סטעיטווייד רעיס, אפילו אין 14' ווען ס'איז געווען רעפובליקאנער ווינט עלעקשאן האבן זיי נישט באוויזן צו עס מאכן אין ווירזשיניע.

אבער וויאזוי פלעגט דער די רבי ז"ל זאגן: "הו קנאוס"?!..
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1859
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח פאליטיקלי.
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מארגן קומט פאר א צאל סטעיט און לאקעל פארמעסטן. היי יאר ווערט אנגערופן אן "אוף יער עלעקשאן" די סיבה דערביי איז, ווייל עס האט נישט קיין סענאט אדער פרעזידענט וואלן און אפילו נישט קיין סאך סטעיט- ווייד עלעקשאנס. עס איז אבער יא דא סטעיט לעגלעטיווע עלעקשאנס און מעיארעל פארמעסטן אזוי-ווי ניו יארק סיטי.

צוויי סטעיטס האבן יא סטעיט-ווייד עלעקשאנס און דאס איז ניו דשערסי און ווירדזיניע.

ניו דשערסי איז כמעט ווי פארזיכערט אז דער דעמאקראט וועט געווינען, קודם צוליב די שוואכע דזשאב פון דעם יעצטיגן פעשן בירגערמייסטער און סתם ווייל איז ניו דשערסי איז א א דעמאקראטישע סטעיט.

און ווירדזיניע איז שוין אן אנדערע מעשה. ווירדזיניע איז בעצם געווען א מער רעפוליקאנער גענויגטע סטעיט, אבער זינט 08 האבן די דעמאקראטן געווינען יעדן סטעיט פארמעסט מיטן אויסנאם פון באב מעקדאנעל ע"ה וואס האט געווינען די גאווענערס וואלן אין 09.

עס איז דא גוטע נייעס היי יאר פאר די רעפוליקאנער בכלל און פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספ" בפרט.

אויב מקוקט אויף די היסטערי פון די "עוועריטש פאולינג" און די פאקטישע רעזולטאטן שאצט מען ע"פ רוב אינטער די רעפוליקאנער אין דעם סטעיט. אין יארע 13 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.2 פראצענט פון די לעצטע ר.ס.פי. עוורעטש . אין 09 אין די גאווענערס וואלן האט מען אינטערגעשאצט די דעם רעפוליקאנער מיט 4.1 פראצענט. ביי סענאט פארמעסט אין 14 האט מען גאר שטארק אינטערגעשאצט דעם יעצטיגן רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גיעלפי". אבער פון דארט איז נישט קיין ריאה ווייל די לעצטע טעג פון די וואלן איז נישט ארויסגעקומען קיין נייע אנקעטעס. סטראטעגיסטן פון ביידע פארטייען האבן געוויסט אז זאכן פארשמעלערן זיך, אבער נישט אזוי ווייט ווי עס האט זיך צום סוף ארויסגעשטעלט. אונזער וועטעראן סטראטעגיסט און אנליסט מר. וויכטיג מאכער הי"ו הנקרא בי כל וויכי, האט דאס שוין פאראויסגעזעהן נאך פאר יעדן איינעם. עכ"פ זיי זענען ארויסגעקומען שטערקער ווי געראכטן אבער מען קען נישט שאצן וויפל.

גראדע די צוויי פרעזידענט פארמעסטן דהיינו 08 און 12 האט מען אונטער געשאצט די דעמאקראטישע שטארקייט, אבער פון דארט איז אויך נישט קיין ריאה ווייל עס איז געווען א גענצליכע סופרייז פאר די פאולסטערס אז די דעמאקראטן זאלן זיין אזוי שטארק.

בלייבט נאר איבער צוקוקן אויף די צוויי לעצטע גאווענערס פארמעסטן איז אזוי, מען האט אונטער געשאצט די רעפוליקאנער מיט אן עווריטש פון 4.15 פראצענט, יעצט ווי מיר שטייען היינט נאכן לידט דער דעמאקראטישע קאנדידאט "ראלף נארטעם" מיט 3.3 פראצענט 4.1 – 3.3 פראצענט = .08 פלאס פאר דעם רעפוליקאנער קאנדידאט "עד גילעספי". זייער שמאל אבער עס איז זייער מעגליך אז דאס וועט געשעהן בעיסט אויף די היסטאריע.

עד גילעספי האט אויך יחוס עצמו, ער איז גאר א גריבענער, געריסענער פאליטישאן, דער דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם קומט נישט צו צו עד גילעספי’ס פאליטישע טאלאנטן כקליפת השום. דער עד גילעספי האט געדינט אלס דער ר.נ.ס. טשערמאן אין די בוש יארן, דזשארדש דאובעליאו איז אים אסאך שולדיג פארן העלפן געווינען אין 04. יא די אנדערע חברה געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. סענאטאר טים קעין און דער יעצטיגער גאווענער טערי מעקאליוף אויך א געוועזענער טשערמאן פון די ד.נ.ס. גריבענע חברה, אבער נישט עד גילעספי, ער האט שיעור ארויסגעצויגן דעם קארפעט פון אונטער די פוס פונעם פאפורלערער דעמאקראטישע סענאטאר מארק ווארנער.

אבער לאידך גיסא זעהט אבער פון עטליכע ריכטונגען אז זאכן דרייען זיך אביסל צו דעם דעמאקראטישע קאנדידאט ראלף נארטעם צו ביישפיל אן אנקעטע גענומען געווארן דורך א רעפובליקאנער פירמע מיטן נאמען The Polling Company R לעצטע וואך האט געוויזן א דריי פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן אויבערהאנט פאר נארטעם מיט איין פונקט. די זעלבע האט פאסירט מיט די אינדיפענדענט פירמע מיטן נאמען Monmouth University האט געוויזן אן איין פראצענט אויבערהאנט פאר גילעספי היינט האט די זעלבע פירמע געוויזן אן צוויי פרצענט אויבערהאנט פאר נארטעם.

בלייבט נאר איבער עלטער צו ווערן מיט א טאג, צו זעהן ווער עס גייט געווינען די נאכט.

ווי אויך קומט היינט פאר אן עלעקשען אין UT-3 קאנגרעשענעל דיסטריקט ווי די רעפובליקאנער זשאן קארטיס איז ערווארטעט גרינג צו געווינען די אפענע ספעשעל עלעקשען זיץ
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”