בלאט 1 פון 2

יוסף ליבערמאן מעגליך פאר עף בי איי דירעקטאר!

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
דורך תורה סחורה
פרומער ארטאדאקסישע איד ר' יוסף ליבערמאן 75 יאר אלט וועט מעגליך אויפגענומען ווערן פאר FBI דירעקטאר דורך טראמפ.
וועט זיין זייער א שטארקע מאוו ווייל ער איז זייער געשעצט ביי יעדעם

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 11:56 am
דורך eller
ביינונז האט מען אייביג געוויסט אז ס'איז נישט גיט צו האבן א היימישער אין א פאבליק אפיס

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 11:58 am
דורך א. טראכטער
תורה סחורה האט געשריבן:פרומער ארטאדאקסישע איד ר' יוסף ליבערמאן 75 יאר אלט וועט מעגליך אויפגענומען ווערן פאר FBI דירעקטאר דורך טראמפ.
וועט זיין זייער א שטארקע מאוו ווייל ער איז זייער געשעצט ביי יעדעם

ווען ער נעמט אים אויף פאר וועטערן עפפעירס הויפט וואלט איך פארשטאנען

אבער מה ל... בFBI?

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:04 pm
דורך וואוילע שעפעלע
עריז געווען אטורני דזשענערל אין קאניטיקוט

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:04 pm
דורך וואוילע שעפעלע
eller האט געשריבן:ביינונז האט מען אייביג געוויסט אז ס'איז נישט גיט צו האבן א היימישער אין א פאבליק אפיס


אמת, בפרט נאך אין די עף בי איי וואס איז די מאכפולסטע געזעץ אינפארסירונג אגענטור אין לאנד מיט די מעגליכקייט פאר די מערסטע פאליטישע און ציווילע שונאים

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:32 pm
דורך תורה סחורה
טראמפ ימנה יהודי שומר שבת לעמוד בראשות ה-FBI?
נשיא ארה"ב, דונלד טראמפ אישר כי הסנטור הדמוקרטי לשעבר, היהודי ג'ו (יוסף) ליברמן, שכמעט והפך לסגן הנשיא, הוא "אחד המועמדים המובילים" להחליף את ג'יימס קומי, שהודח מראשות ה-FBI
הסנאטור הדמוקרטי לשעבר ג'ו ליברמן, יהודי דתי שהתמודד בעבר למשרת סגן נשיא ארצות הברית, הוא המועמד המרכזי של דונלד טראמפ לראשות ה-FBI במקומו של ג'יימס קומי המודח – כך פורסם באתרים "פוליטיקו" ו-CNN.

לאחר דיווחים אלו, טראמפ הודיע כי הממשל קרוב להחלטה בנושא וכי ליברמן הוא אחד המועמדים המועדפים. בשני האתרים דווח מפי מספר בכירים בבית הלבן כי הנשיא טראמפ צפוי לבחור בליברמן למשרה הבכירה, לאחר שבשבוע שעבר פיטר במפתיע את קומי – בעיצומה של חקירה המתנהלת נגד טראמפ בנוגע לקשריו עם רוסיה.

ב"פוליטיקו" דווח כי לדברי אדם המעורה בפרטים, בפגישה שנערכה אתמול נוצר חיבור בין טראמפ לליברמן, ושהוא נוטה לבחור בו. עוד נאמר כי טראמפ אמר ליועצו כי הוא רוצה להודיע על הבחירה לפני שהוא עוזב מחר את המדינה לביקורו הראשון כנשיא, שיכלול גם את ישראל.

ליברמן הוא יהודי שומר תורה ומצוות, והוא נחשב ליהודי הראשון שנבחר לסנאט האמריקאי. בשנת 2000 הוא רץ בבחירות לנשיאות כסגנו של המועמד אל גור, שהפסיד לבסוף לג'ורג' בוש הבן. למרות שהוא משתייך למפלגה הדמוקרטית, הוא זוכה לכבוד והערכה הן מדמוקרטים והן מרפובליקאים.

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:33 pm
דורך יא איך
ווער געדענקט נאך ווען טראמפ איז געווען א אנטיסעמיט

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:49 pm
דורך רויט
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
eller האט געשריבן:ביינונז האט מען אייביג געוויסט אז ס'איז נישט גיט צו האבן א היימישער אין א פאבליק אפיס


אמת, בפרט נאך אין די עף בי איי וואס איז די מאכפולסטע געזעץ אינפארסירונג אגענטור אין לאנד מיט די מעגליכקייט פאר די מערסטע פאליטישע און ציווילע שונאים


מ'דארף נישט צו לאנג חלומן וואס די אנסעמיטן וועלן אויסשרייען ביי זייערע פראטעסטען, נישט לאנג צוריק איז געווען א פראטעסט ביים ווייסן הויז וואו זיי האבן געשריגן צווישן אנדערע לאוזינגען ווי אז אידן פירן דאס לאנד, "מיר האבן נישט ארייינדערוועלט קושנער פאר פרעזידענט"

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 12:51 pm
דורך shalsheles
עטליכע לינקע סייטס שרייבן אז ליבערמאן ארבייט אין די Law company וואס טראמפ נוצט.

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 1:03 pm
דורך בעריש'ל
ווייט האוס איז מודיע פארן פרעסע, היינט וועט נישט זיין קיין מודעה וועגן די התמנות בראש העף בי איי

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 2:50 pm
דורך איסר האטלקי
וויאזוי קען א שומר שבת האבן אזא פאזיציע?

איי געס ער האט געבעטן קושנער זאל אים געבן די נאמבער פון זיין דיין וואס האט אים מתיר געווען צו פליען דעם שבת קיין ארץ ישראל מיטן שווער...

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 2:59 pm
דורך אלי' מקוה יוד
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי קען א שומר שבת האבן אזא פאזיציע?

איי געס ער האט געבעטן קושנער זאל אים געבן די נאמבער פון זיין דיין וואס האט אים מתיר געווען צו פליען דעם שבת קיין ארץ ישראל מיטן שווער...

:lol:

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 3:04 pm
דורך eller
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי קען א שומר שבת האבן אזא פאזיציע?

איי געס ער האט געבעטן קושנער זאל אים געבן די נאמבער פון זיין דיין וואס האט אים מתיר געווען צו פליען דעם שבת קיין ארץ ישראל מיטן שווער...

;l;p-
און וויאזוי ער האט געקענט זיין ווייס פרעזידענט פארשטייסטו יא ? איך מיין אז קושנער האט אים געבעטען זיין דיינס...

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 3:59 pm
דורך private
eller האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:וויאזוי קען א שומר שבת האבן אזא פאזיציע?

איי געס ער האט געבעטן קושנער זאל אים געבן די נאמבער פון זיין דיין וואס האט אים מתיר געווען צו פליען דעם שבת קיין ארץ ישראל מיטן שווער...

;l;p-
און וויאזוי ער האט געקענט זיין ווייס פרעזידענט פארשטייסטו יא ? איך מיין אז קושנער האט אים געבעטען זיין דיינס...

ער איז קיינמאל נישט געווען.

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 4:01 pm
דורך רה''ק דקהל פורים
ער איז אבער געלאפן דערפאר. האלטסט אז ער האט עס געטון אן האבן א פארזיכערונג פון א היתר לעת הצורך?...

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 4:57 pm
דורך ווערעצקי
תורה סחורה האט געשריבן:פרומער ארטאדאקסישע איד ר' יוסף ליבערמאן 75 יאר אלט וועט מעגליך אויפגענומען ווערן פאר FBI דירעקטאר דורך טראמפ.
וועט זיין זייער א שטארקע מאוו ווייל ער איז זייער געשעצט ביי יעדעם


אפשר מעג מען וויסן מיט וואס ער האט עררייכט די דעסקריפציע פון א "פרומער" ארטאדאקסישע איד?

געשריבן: פרייטאג מאי 19, 2017 6:56 pm
דורך שאינו יודע
דאס איז דוין געווארן אויסגעקייט דעמאלטס. עס איז געווען באריכטן דעמאלטס א ער האט געטרינקען ט באב

געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2017 10:54 pm
דורך אויסגערעכנט
קודם צום עפענער פונעם אשכול, ליבערמאן איז נישט עפעס ספעציעל באליבט ביי קיינעם, זיין מעלה איז אז ער איז א אינדעפענדענט אזוי קען מען נישט שרייען אויף טראמפ פארן אריינשטעלן א אייגענעם מענטש.

צווייטענס מען קען נישט פארגלייכן קושנערס אידישקייט צו ליבערמאנס אידישקייט, ליבערמאן דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין, עס איז אמאל געווען א גאא וויכטיג ביל אויף וואס מען האט געשטומט שבת (קען זיין העלט קעיר אבער איך בין נישט זיכער), האט ליבערמאן געוואקט אפאר מייל צום סענאט צו אפגעבן זיין וואויט, נישט וועלנדיג מחלל שבת זיין, מען רעד דא פון א ערענסטע שומר שבת.

געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2017 11:03 pm
דורך אלי' מקוה יוד
אויסגערעכנט האט געשריבן:קודם צום עפענער פונעם אשכול, ליבערמאן איז נישט עפעס ספעציעל באליבט ביי קיינעם, זיין מעלה איז אז ער איז א אינדעפענדענט אזוי קען מען נישט שרייען אויף טראמפ פארן אריינשטעלן א אייגענעם מענטש.

צווייטענס מען קען נישט פארגלייכן קושנערס אידישקייט צו ליבערמאנס אידישקייט, ליבערמאן דאווענט דריי מאל א טאג מיט מנין, עס איז אמאל געווען א גאא וויכטיג ביל אויף וואס מען האט געשטומט שבת (קען זיין העלט קעיר אבער איך בין נישט זיכער), האט ליבערמאן געוואקט אפאר מייל צום סענאט צו אפגעבן זיין וואויט, נישט וועלנדיג מחלל שבת זיין, מען רעד דא פון א ערענסטע שומר שבת.

ווס. איינער וואס איז גרייט געווען צו חתונה האבן מיט א גויה, ווען נישט וואס זיין טאטע האט געפערליך פארפירט, ביים יונגערן ברודער האט דער טאטע שוין נישט מצליח געווען.

דער טאטע איז א פולער ערליכער יוד, כמדומה אז ער גיי מיט א קאפל.

געשריבן: מוצ"ש מאי 20, 2017 11:39 pm
דורך שטאלצער יוד
עס וואלט געווען א גרויסע קידוש השם ווען קושנער הערט זיך אויף צו רופן ארטאדאקס. פליען קיין סאדא ארעביע שבת איז א פרהסיא וואס איז נישטא זיינס גלייכן.

געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 1:21 am
דורך אויסגערעכנט
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס וואלט געווען א גרויסע קידוש השם ווען קושנער הערט זיך אויף צו רופן ארטאדאקס. פליען קיין סאדא ארעביע שבת איז א פרהסיא וואס איז נישטא זיינס גלייכן.

גיי זיי אים מסביר

געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 1:30 am
דורך סידיראם
שטאלצער יוד האט געשריבן:עס וואלט געווען א גרויסע קידוש השם ווען קושנער הערט זיך אויף צו רופן ארטאדאקס. פליען קיין סאדא ארעביע שבת איז א פרהסיא וואס איז נישטא זיינס גלייכן.


ער האט דאך באקומען א היתר. ניין?

איך פרעג נאר סארקאסטיש

געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 1:33 am
דורך שטאלצער יוד
בעסער ווי באקונען יעדעס מאל א היתר, וואלט געווען זיך דעקלערן נישט ארטאדאקס.
אפשר דארף נטרונא ארויסלייגן עדס אז ער איז נישט קיין תורה יוד.

געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 2:13 am
דורך סידיראם
שטאלצער די האסט אן ערנסטע דאגה...

געשריבן: זונטאג מאי 21, 2017 3:20 pm
דורך Gevald Geshrigen
ר יוסל האט אויך דאן געזאגט בפני כל עם ועדה אז ער מאכט נישט די ברכה שלא שני אשה און שלא עשני גוי.
איינער וואס פירט זיך בפרהסיא אקעגן דעם שולחן ערוך איז שווער אנצורופן ״ארטאדאקס״
עס איז דא גענוג מחללי שבת בפרהסיא וואס דאווענען דריי מאל א טאג (איך מיין דא אויסדריקליך נישט וואס טראגן שבת אין וומ״ס אדער ב״פ)