דריי אלארם פייער אינעם היסטארישע שוהל "בית המדרש הגדול"
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 580
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm
שמש האט געשריבן:א קאנאדער האט געשריבן:ליידער ליידער,
איז דעי שול נאך געווען אקטיוו ביז יעצט?
ניין שוין נישט א שיינע פאר יאר,
מ'האט נישט געמעגט אריינגיין וועגן ס'איז געווען זייער שוואך
מ'דארף זיך צוזאמנעמען און זיך ארויס לאזן אויף א מיסיע צו ראטעווען די איבריגע שילן און זיי איבער בויען אז די אינסטאנצן זאלן זען אז מיר זענען אינטרעסירט דערין, וואו איך אז אזא זאך זאל נישט פאסירן מער.
-
- שר העשר
- תגובות: 13
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 12:43 am
אמביציע האט געשריבן:דאכט זיך אז יאסעלע האט דארט געדינט אלץ שליח ציבור
העט דער גרויסער רבי יעקב יוסף ראש הכולל נישט געדינט אלץ רב דארט??
ראזענבלאט איז געווען אין אוהב צדק אין הארלעם
דער רב הכולל זצ"ל איז געווען רב אין בה"מ הגדול
דער לעצטער רב בפועל איז געווען הרב ר' אפרים אשרי זצ"ל מח"ס שו"ת ממעמקים
אביסעל מער פרטים וועגען די שול מכאן והלאה
אמביציע האט געשריבן:שמש האט געשריבן:א קאנאדער האט געשריבן:ליידער ליידער,
איז דעי שול נאך געווען אקטיוו ביז יעצט?
ניין שוין נישט א שיינע פאר יאר,
מ'האט נישט געמעגט אריינגיין וועגן ס'איז געווען זייער שוואך
מ'דארף זיך צוזאמנעמען און זיך ארויס לאזן אויף א מיסיע צו ראטעווען די איבריגע שילן און זיי איבער בויען אז די אינסטאנצן זאלן זען אז מיר זענען אינטרעסירט דערין, וואו איך אז אזא זאך זאל נישט פאסירן מער.
קען זיין ס'איז א געפילישע זאך, אבער מהיכי תיתי אז ס'איז א מצוה צו שפענדן מיליאנען איבערצובויען שול'ן וואס קיינער וויל נישט נוצן? א שול וואס מ'קען נישט מער ניצן און ס'נישטא קיין געברויך דערפאר זאל מען פארקויפן און מיט די געלט זאל מען בויען שולן אין נייע געגענטער ווי ס'פעלט אויס.
אגב, איך בין דארט געווען דאס לעצטע מאל בערך 15 יאר צוריק ביי רב אשרי'ס לוי' וואס איז פארגעקומען אינטן ווייל די גרויסע שול האט מען שוין דאן נישט גענוצט
- משה צימערינג
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 467
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
- לאקאציע: בבית חיינו זו 770
איי איי זכרונות.
די שישים לבינה זענען אין דעם געגנט אויפגעוואקסן. און אנגעהויבן זייער לעבן. איינער מער איינער ווייניגער.
די רב פונעם שול "הרב מענדל גרינבוים" האט א צייט צוריק אריין געגעבן א אפליקאציע צו אראפ נעמען די "לענדמארק" סטאטוס פון די שוהל. די פלאן איז געווען צו בויען קאנדומיניומס און א קליינע שוהל אויפ'ן ערשטן שטאק צו ערזעצען די יעצטיגע שוהל. אבער די שכנים האבן געהויבן א פראטעסט און פרובירט אליין צו שאפן געלט צו אויפהאלטן די שוהל.

לעצט פאראכטן דורך בענקעל אום מאנטאג מאי 15, 2017 8:34 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
- לאקאציע: דארט
בענקעל האט געשריבן:איי איי זכרונות.
די שישים לבינה זענען אין דעם געגנט אויפגעוואקסן. און אנגעהויבן זייער לעבן. איינער מער איינער ווייניגער.
די רב פונעם שול "הרב מענדל גרינבוים" האט א צייט צוריק אריין געגעבן א אפליקאציע צו אראפ נעמען די "לענדמארק" סטאטוס פון די שוהל. די פלאן איז געווען צו בויען קאנדומיניומס און א קליינע שוהל אויפ'ן ערשטן שטאק צו ערזעצען די יעצטיגע שוהל. אבער די שכנים האבן געהויבן א פראטעסט און פרובירט אליין צו שאפן געלט צו אויפהאלטן די שוהל.
די שול קוקט אויס זייער נאכגעלאזט, איינער האט עפעס שיינע בילדער פונעם שול?
- עין טובה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3497
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
- לאקאציע: 127.0.0.1
- פארבינד זיך:
זוך אין דעם אשכול.
( אגב, מיין איך אז מ'קען אהערברענגען די לעצטע פאר תגובות, אבער שוין.)
viewtopic.php?p=1441365#p1441365
( אגב, מיין איך אז מ'קען אהערברענגען די לעצטע פאר תגובות, אבער שוין.)
viewtopic.php?p=1441365#p1441365
איך פלעג מיינען אז איך פארשטיי אלעס, אין זייט איך דריי מיר דא הייב איך טאקע אן אלעס פארשטיין.
קרעדיט פאר דוקא
קרעדיט פאר דוקא
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2223
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm
זבחי צדק האט געשריבן:רב הביהמ"ד הוא הר"ר מנחם צבי גרינבוים שליט"א בן הגה"צ בעל סיעתא דשמיא, וחתן הגה"צ הרב אשרי זצ"ל
באלאנגט עס פאר עם, אדער איז ער נאך רב דארט?
אזוי ווי אלע אלטע קהל'שע בתי כנסיות געהערט אז פאר די קהלה אין די רב איז א אויפגענומנע ארבייטער, אסאך פון די שולן זענען זייער שווער צו פארקויפן, מ'דארף צאמקראצן די יורשים פון די אלטע באורד מעמבער'ס, בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט.
מורשת חכמי אמעריקא
די שריפה וועלכע האט ענדגילטיג פארניכטעט די מאנומענטאלער שוהל פון קהל "בית מדרש הגדול" פארשליסט א לאנגע קאפיטל היסטאריע. דער שוהל אויף נארפאלק אליין האט געדינט דורכאויס 121 יאהר (תרמ"ו-תשס"ז) אלס די צענטער פאר די קהילה און די גאנצע אומגעגענט.
די רבנים אויף דעם ארט זענען געווען:
רבי אברהם יוסף א"ש
רבי יעקב יאזשעף (רב הכולל דנוא יארק)
רבי שלום אלחנן יפה (מח"ס פרי אשל, שואל כענין ועוד)
רבי בנימין פליישער (מח"ס שבי בנימין, יונה הומי', משאת בנימין, רביעי בקדש ועוד)
רבי אפרים אשרי (מח"ס ממעמקים)
(משלחן המורשת: אין די לעצטערע יאהרן האבן מיר אנגעזאמעלט א הויפן אינפארמאציע (וואס איז נאכקיינמאל פריער נישט נתפרסם געווארן) איבער די פריע היסטאריע פון דער קהילה, ויה"ר אז ס'זאל נשלם ווערן און דאן וועלן מיר דאס בעזרתו יתב' מפרסם זיין להנאת הציבור)

רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
נחום וואהלינער האט געשריבן:זבחי צדק האט געשריבן:רב הביהמ"ד הוא הר"ר מנחם צבי גרינבוים שליט"א בן הגה"צ בעל סיעתא דשמיא, וחתן הגה"צ הרב אשרי זצ"ל
באלאנגט עס פאר עם, אדער איז ער נאך רב דארט?
אזוי ווי אלע אלטע קהל'שע בתי כנסיות געהערט אז פאר די קהלה אין די רב איז א אויפגענומנע ארבייטער, אסאך פון די שולן זענען זייער שווער צו פארקויפן, מ'דארף צאמקראצן די יורשים פון די אלטע באורד מעמבער'ס, בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט.
גאר פשוט. עי' קהילת תפארת ישראל וד"ל.
דבר פשוט מאוד כידוע ליודעי חן. (נישטא קיין "באורד" און נישט קיין פיאות)
צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, אץ קוצץ, ארי וואהרמאן, וויכטיג מאכער, מיאושדיגער, קיין נפקמ און 39 געסט