בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
שמואל בארג האט געשריבן:יישר כח ר' יונה פארן רייכן באריכט.
א באזונדערן דאנק פארן מקדים זיין דעם תשובה אויפן קשיא וואס כ'וואלט געפרעגט וואס עס מיינט 'פרא באנאו'.
אומזינסט
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אז ר' יונה האט שוין געברענגט די נייעס ערווארטן מיר מער ווי א טרענסלעיט פון די נייעס ... וואס איז פשט אז יענער האט בכלל געהאט א קעיס? איז דען געווען א שאלה איבער פרייהייט פון ווארט אז דער געריכט האט דאס געדארפט יעצט באשטעטיגן? דעפעמעישאן מיינטד אך לכאורה נאר פארשמירן מיט אויסגעטראכטע מעשיות, ניין? איז דעיס אז ער איז געווען א מסרב געווען מוטל בספק? איז דען געווען א הוה אמינא אז א רב טאר נישט זאגן אז אזוי און אזוי שטייט אין שו"ע צו טוען מיט מסרב?
סתם איך זוך צו פארשטיין צו ס'איז בכלל געווען דא א דין ודברים, און עפעס א זיג איז ארויסגעקומען.
סתם איך זוך צו פארשטיין צו ס'איז בכלל געווען דא א דין ודברים, און עפעס א זיג איז ארויסגעקומען.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
עקבי הצאן האט געשריבן:אז ר' יונה האט שוין געברענגט די נייעס ערווארטן מיר מער ווי א טרענסלעיט פון די נייעס ... וואס איז פשט אז יענער האט בכלל געהאט א קעיס? איז דען געווען א שאלה איבער פרייהייט פון ווארט אז דער געריכט האט דאס געדארפט יעצט באשטעטיגן? דעפעמעישאן מיינטד אך לכאורה נאר פארשמירן מיט אויסגעטראכטע מעשיות, ניין? איז דעיס אז ער איז געווען א מסרב געווען מוטל בספק? איז דען געווען א הוה אמינא אז א רב טאר נישט זאגן אז אזוי און אזוי שטייט אין שו"ע צו טוען מיט מסרב?
סתם איך זוך צו פארשטיין צו ס'איז בכלל געווען דא א דין ודברים, און עפעס א זיג איז ארויסגעקומען.
לכאורה פרעגט איר זייער גוט און דער אישו איז שוין פול מאל באהאנדלט געווארן אין די קאורטס.
צ.ב.ש. אויב א רעליגיע לייגט איינעם אין חרם (די מארמאנער און די אעימיש טוען דאס אפט) און עס קען חרוב מאכען איינעם דאס לעבען אין זיין קאמיוניטי, וואס געשעט אויב מ'ווערט געוואויער אז די גאנצע מעשה איז געווען שקר וכזב און א בילבול?
וואס געשעט אויב א בית דין זאגט אז איך האב מאכל געווען אין יום כיפור נבילות וטריפות אין מיין רעסטוראנט. דערווייל האט איינער געזאגט ליגענט פאר'ן בית דין, און דער בית דין האט נישט געמאכט געהעריגע חקירות ודרישות? קען איך קלאגען?
לכאורה יא! אבער נאר "לכאורה" דער פּרינציפּ איז אז א קראורט קען נישט איבערקוקען א רעליגעזע גוף צו זיי האנדלען ערליך לפי ההלכה ווייל דער קאורט קען אין טאר נישט זיין א מבין אויף קיין שום רעליגיע
אבער עס קען זיין, לפי השערתי, אז אויב איך האב טאקע נישט געטון הנ"ל קען איך קלאגען אויף דעם עצם שקר פון מוציא שם רע זיין אויף מיר, אבער אויב זייער רעכט צו געבען א פסק איז אז איך בין פסול להאכיל קען מען פון זיי נישט אוועק נעמען, ווייל לכאורה מעגען זיי זאגען אז איך בין פסול ווייל איך הייס "יונה" און איך וועג מער פון 200 פונט און אזא איינער איז פסול לויט זייער פארשטאנד אין רעליגיע.
ויש לחלק
- משהזוךמיר
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5021
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
- לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן
אויב מ'מעג פרעגן, וואס איז פשט פון זיך צוריקהאלטן פון זאגן א מיינונג אין די מאמענט ארטיקל איבער לב טהור? פונקט דא, ווי דאס שווייגן איז דער גרעסטער גורם פארוואס מ'קען נישט באקעמפן אזעלכע פראבלעמען, ווערט מען פאליטיקלי קארעקט?
מיט דאנק פון פאראויס, משה זוךמיר
מיט דאנק פון פאראויס, משה זוךמיר
Get your facts first, then you can distort them as you please.
משהזוךמיר האט געשריבן:אויב מ'מעג פרעגן, וואס איז פשט פון זיך צוריקהאלטן פון זאגן א מיינונג אין די מאמענט ארטיקל איבער לב טהור? פונקט דא, ווי דאס שווייגן איז דער גרעסטער גורם פארוואס מ'קען נישט באקעמפן אזעלכע פראבלעמען, ווערט מען פאליטיקלי קארעקט?
מיט דאנק פון פאראויס, משה זוךמיר
דער טענה איז לכאורה א גוטע טענה, אבער דער אמת איז, צו איר ווילט מיר גלייבען צו נישט, איך קען פשוט נישט די סוגי' איך האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אדער אויסגעפארשט די טענות קעגען רב העלבראנס, אבער יארן צוריק אלס חבר פון די ועד הנהלה פון אגודת ישראל מיטגעהאלטן ווען אגודת ישראל האט זיך אנגענומען פאר אים אין געריכט ווען די רעגירונג האט געוואלט אפּשערן זיין בארד אין תפיסה. און ר' משה שערער זצ"ל האט אלץ געטון פאר זיינע רעכט צו נוצען אנדערע טעכנישע דרכים צו מאכען א בילד פון אים אן אפּשערען זיין בארד. אבער וואס זאל איך טאן איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט אין די ענינים ארום אים. ממילא האב איך נישט קיין דעה.
אזוי פול קען איך אבער יא זאגען אז אפילו אויב איך וואלט יא געהאט עפעס א דעה איבער רב העלבראנס, וואלט איך אפשר אויך זיך נישט געלאזט הערען.
ליידער ליידער איז א באדייטענדיגע חלק פון אונזער ציבור מורא'דיג געשלאגען מיט 'עיני אנשים האלה תנקר'דיגע אומטאלעראנץ. יעדעס מאל איינער פון די סארט מענשען מיינט אז איך האב בארירט בלויז א שפיץ ברעקעלע פון הקדוש לו, וויל ער מיך שוין דערווארגען און אויסקראצן מיינע אויגען. איך רעד בכלל נישט פון קריטיק אויף מיר אדער מיינע דיעות, אפילו שארפע. וואס דאס איז פארשטאנדיג. איך רעד פון מיך "שטיל מאכען" פון קענען רעדען מיין מיינונג בכלל, זאגענדיג "מ'זאל שוין אראפּ נעמען דעם אודיאו פון קול מבשר!" און ליידער טרעפט זיך דאס צו אפט.
מ'קען נישט פון איין זייט פירן א מערכה קעגען דער טריפה'נע איטערנעט און פון דער אנדערע זייט דערשטיקען אפילו א שמץ פון קאנטרעווערסי, בפרט פון זאכען וואס זענען באמת נוגע פאר אונזער ציבור. לדוגמה (און ס'איז נאר א דוגמה) די אנטי - וואקסין משוגעים: זיי זענען נישט משוגע צוליב זייער גלויבען, איך רוף זיי משוגע פאר זייער אומדערטרעגליכער התנהגות כלפי די וואס האלטען אנדערש פון זיי. און וועלען נישט סטאַפּן ביי גארנישט נאר צו דערווארגען דער וואס האלט נישט מיט זיי. ווי געזאגט זיי זענען נישט צופרידען ביז ווילאנג עס איז דא אפילו נאר איינער וואס האלט נישט ווי זיי. זייער התנהגות קען זיין עקסרעם אדער אויך אנדערע אויף זייערע ענינים זענען פונקט אזוי צודרייט. כל אחד לפי המשוגעת שלו
די וואך אליין האבען א געוויסע גרופע זיך געדאכט אז איך האב זיי באליידיגט האב איך געמוזט ארויס נעמען צוויי סעקונדעס פון די אודיאו און צוריק שיקען! ממש זיי האבען נישט געקענט שלאפען דורך די נאכט ביז יונה כהן שנייט עס אויס. בלויז צוויי סעקונדעס!
דאס איז אונזער וועלטל.
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
משהזוךמיר האט געשריבן:WOW!
די מעשה מיט די צוויי סעקונדעס איז אומגלויבליך. איר זענט ליידער אזוי ביטער גערעכט. ס'איז אנבעליוועבל ווי ווייט מענטשן גייען צו פארשווייגן אנדערע דיעות.
און א ייש"כ פאר אייער אויפריכטיגער ענטפער.
גא"מ צו באדאנקן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- הרבטייטעלבוים
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6379
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
- לאקאציע: שתולים בבית ד'
זייער שיין גענפערט ר' יונה.
און דאס איז לכאורה ריכטיג, אז אפי' איר האט א דיעה, וואלט איר געדארפט זעהן אז אייער רב זאל עס זאגען, נישט איר.
איבער אייער טענה (ד"ה ליידער ליידער). איז טאקע ליידער ריכטיג, אבער דאך איז דא א מקום לחלק צווישען נושאים, און ביי ענינים וואס די תורה הקדושה פארלאנגט צו נעמען א געוויסע מהלך (לפי אייער אדער מיין שיטה\מסורה\פוסק), טאר מען זיך לכאורה נישט רעכענען מיט וויאזוי א צווייטער וועט עס אנקוקען.
לדוגמא האב איך געברענגט דא איין טאג א שטיקל רבינו יונה (נישט א פען נאמען, נאר דער הייליגער רבינו יונה) וואס ער שרייבט אז ביי א מענטש וואס ער פירט זיך און נישט א ריכטיגע וועג, און "זיינע מעשים" ווייזען אז ער האט נישט קיין יראת שמים, (אפי' איך קען אים נישט אינסייד אייט, אבער דער וועג איז נישט א דרך התורה) טאר מען נישט דערמאנען אויף אים קיין שום שבח, אפי' אויב ער האט עפעס שבח. מען טאר נישט שרייבען אויף אים זכרונו לברכה.
לענ"ד אויב געוויסע מענטשען וועלען דאס נישט קענען דערהייבען, און מען קען זיך נישט איזאלירען (ד"מ א עוסק בצרכי רבים, דארף דאך זיין לפי רוח של כאו"א, און ער טאר נישט ארויס ברענגען בייז בלוט, וואס וועט אים שאטען ביי זיין עסקנות) דארף מען אוועק שטיין אינגאנצען פון יענער פערזאהן, און נישט רעדען וועגען אים בכלל. אבער אויב לאיזה סיבה שיהיה מוז מען יא באהאנדלען א געוויסע זאך, דארף מען נאך גיין די תורה פארשריפט ואין אדם שומע לי ומפסיד.
אגב, איך האב זייער הנאה פון אייער בולטינ'ס דא, אבער אויך נושאים וואס איך בין נישט באהאווענט בין איך נישט מגיב. אבער א יישר כח וויל איך דאך שרייבען.

יונה כהן האט געשריבן:משהזוךמיר האט געשריבן:אויב מ'מעג פרעגן, וואס איז פשט פון זיך צוריקהאלטן פון זאגן א מיינונג אין די מאמענט ארטיקל איבער לב טהור? פונקט דא, ווי דאס שווייגן איז דער גרעסטער גורם פארוואס מ'קען נישט באקעמפן אזעלכע פראבלעמען, ווערט מען פאליטיקלי קארעקט?
מיט דאנק פון פאראויס, משה זוךמיר
דער טענה איז לכאורה א גוטע טענה, אבער דער אמת איז, צו איר ווילט מיר גלייבען צו נישט, איך קען פשוט נישט די סוגי' איך האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן אדער אויסגעפארשט די טענות קעגען רב העלבראנס, אבער יארן צוריק אלס חבר פון די ועד הנהלה פון אגודת ישראל מיטגעהאלטן ווען אגודת ישראל האט זיך אנגענומען פאר אים אין געריכט ווען די רעגירונג האט געוואלט אפּשערן זיין בארד אין תפיסה. און ר' משה שערער זצ"ל האט אלץ געטון פאר זיינע רעכט צו נוצען אנדערע טעכנישע דרכים צו מאכען א בילד פון אים אן אפּשערען זיין בארד. אבער וואס זאל איך טאן איך האב זיך קיינמאל נישט אריינגעלאזט אין די ענינים ארום אים. ממילא האב איך נישט קיין דעה.
אזוי פול קען איך אבער יא זאגען אז אפילו אויב איך וואלט יא געהאט עפעס א דעה איבער רב העלבראנס, וואלט איך אפשר אויך זיך נישט געלאזט הערען.
ליידער ליידער איז א באדייטענדיגע חלק פון אונזער ציבור מורא'דיג געשלאגען מיט 'עיני אנשים האלה תנקר'דיגע אומטאלעראנץ. יעדעס מאל איינער פון די סארט מענשען מיינט אז איך האב בארירט בלויז א שפיץ ברעקעלע פון הקדוש לו, וויל ער מיך שוין דערווארגען און אויסקראצן מיינע אויגען. איך רעד בכלל נישט פון קריטיק אויף מיר אדער מיינע דיעות, אפילו שארפע. וואס דאס איז פארשטאנדיג. איך רעד פון מיך "שטיל מאכען" פון קענען רעדען מיין מיינונג בכלל, זאגענדיג "מ'זאל שוין אראפּ נעמען דעם אודיאו פון קול מבשר!" און ליידער טרעפט זיך דאס צו אפט.
מ'קען נישט פון איין זייט פירן א מערכה קעגען דער טריפה'נע איטערנעט און פון דער אנדערע זייט דערשטיקען אפילו א שמץ פון קאנטרעווערסי, בפרט פון זאכען וואס זענען באמת נוגע פאר אונזער ציבור. לדוגמה (און ס'איז נאר א דוגמה) די אנטי - וואקסין משוגעים: זיי זענען נישט משוגע צוליב זייער גלויבען, איך רוף זיי משוגע פאר זייער אומדערטרעגליכער התנהגות כלפי די וואס האלטען אנדערש פון זיי. און וועלען נישט סטאַפּן ביי גארנישט נאר צו דערווארגען דער וואס האלט נישט מיט זיי. ווי געזאגט זיי זענען נישט צופרידען ביז ווילאנג עס איז דא אפילו נאר איינער וואס האלט נישט ווי זיי. זייער התנהגות קען זיין עקסרעם אדער אויך אנדערע אויף זייערע ענינים זענען פונקט אזוי צודרייט. כל אחד לפי המשוגעת שלו
די וואך אליין האבען א געוויסע גרופע זיך געדאכט אז איך האב זיי באליידיגט האב איך געמוזט ארויס נעמען צוויי סעקונדעס פון די אודיאו און צוריק שיקען! ממש זיי האבען נישט געקענט שלאפען דורך די נאכט ביז יונה כהן שנייט עס אויס. בלויז צוויי סעקונדעס!
דאס איז אונזער וועלטל.
לא זכיתי להבין דבריך רבי יונה, אקווה שתסביר עוד הפעם.
תודה
מיין טיטול איז נישט ווער איך בין באמת..
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6815
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:זייער שיין גענפערט ר' יונה.
און דאס איז לכאורה ריכטיג, אז אפי' איר האט א דיעה, וואלט איר געדארפט זעהן אז אייער רב זאל עס זאגען, נישט איר.
איבער אייער טענה (ד"ה ליידער ליידער). איז טאקע ליידער ריכטיג, אבער דאך איז דא א מקום לחלק צווישען נושאים, און ביי ענינים וואס די תורה הקדושה פארלאנגט צו נעמען א געוויסע מהלך (לפי אייער אדער מיין שיטה\מסורה\פוסק), טאר מען זיך לכאורה נישט רעכענען מיט וויאזוי א צווייטער וועט עס אנקוקען.
לדוגמא האב איך געברענגט דא איין טאג א שטיקל רבינו יונה (נישט א פען נאמען, נאר דער הייליגער רבינו יונה) וואס ער שרייבט אז ביי א מענטש וואס ער פירט זיך און נישט א ריכטיגע וועג, און "זיינע מעשים" ווייזען אז ער האט נישט קיין יראת שמים, (אפי' איך קען אים נישט אינסייד אייט, אבער דער וועג איז נישט א דרך התורה) טאר מען נישט דערמאנען אויף אים קיין שום שבח, אפי' אויב ער האט עפעס שבח. מען טאר נישט שרייבען אויף אים זכרונו לברכה.
לענ"ד אויב געוויסע מענטשען וועלען דאס נישט קענען דערהייבען, און מען קען זיך נישט איזאלירען (ד"מ א עוסק בצרכי רבים, דארף דאך זיין לפי רוח של כאו"א, און ער טאר נישט ארויס ברענגען בייז בלוט, וואס וועט אים שאטען ביי זיין עסקנות) דארף מען אוועק שטיין אינגאנצען פון יענער פערזאהן, און נישט רעדען וועגען אים בכלל. אבער אויב לאיזה סיבה שיהיה מוז מען יא באהאנדלען א געוויסע זאך, דארף מען נאך גיין די תורה פארשריפט ואין אדם שומע לי ומפסיד.
אגב, איך האב זייער הנאה פון אייער בולטינ'ס דא, אבער אויך נושאים וואס איך בין נישט באהאווענט בין איך נישט מגיב. אבער א יישר כח וויל איך דאך שרייבען.
שטארק
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
ר' יונה, שטארק הנאה פון אייער שכל הישר, און גלייכע קוק אויף יעדע פאסירונג (חוץ ווען עס קומט צו אמעריקנע פאליטיק...), אפילו ווען עס קומט צו קאנטערווערסיאלע טעמעס.
איך וואלט ווען שטארק געוואלט הערן אייערע טרוקענע געפילן וואס איר האט געהאט ווען איר האט באזוכט ביי זיי, איך בין זיכער אז מיט אייער געשמאקע שפראך וועלן אסאך דא הנאה האבן.

ארטיקל היינט אין ניו יארק טיימס איבער אַרטאַדאַקסישער וואוקס
https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyre ... ersey.html
געשריבען דורך Joe Berger
מיט א נישט ווייניג הילף פון אייער עבד לעובדי השם ודי
געשריבען דורך Joe Berger
מיט א נישט ווייניג הילף פון אייער עבד לעובדי השם ודי
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
יונה כהן האט געשריבן:https://www.nytimes.com/2017/08/02/nyregion/ultra-orthodox-jews-hasidim-new-jersey.html
געשריבען דורך Joe Berger
מיט א נישט ווייניג הילף פון אייער עבד לעובדי השם ודי
גאנץ א פאזאטיווער ארטיקל, עכ"פ דער סוף פירט ער זיכער אויס גוט.
"מיט א נישט ווייניג הילף פון אייער עבד לעובדי השם", מיינט צו זאגן אז איר האט געהאט א חלק דערין?
יונה כהן האט געשריבן:ודי מיינט ודי
זייער קלאר.
אגב אלס איינער וואס איז באקאנט מיט PR עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך איבער די וועג וויאזוי נייעס קומט אן צו די פרעסע. ווען איינער בלעטערט דורך א צייטונג קען זיך דאכטן אז עס איינגעטיילט און צוויי חלקים, די אומשולדיג אויסזענדע נייעס איז איין חלק, און די צוויייטע חלק איז די אדווערטייזמענטס וועלכע ברענגט אריין די אינקאם פאר די צייטונגען.
די אמת איז אבער אז רוב רובו פון די נייעס חלק איז נאר געדרוקט צוליב וואס איינער שטופט אז דאס זאל ווערן באריכטעט. און אנדערע ווערטער ווען די עפענסט א צייטונג זעסטו נישט בעיקר וואס האט פאסירט, נאר וואס א פריינט פאר די ריפארטער אדער א גרויסע PR פירמע האט אים אריינגעריקט אז ער זאל באריכטן.
בר דעת האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן:ודי מיינט ודי

ביזט יעצט אויפגעשטאנען?
לא לנו האט געשריבן:בר דעת האט געשריבן:יונה כהן האט געשריבן:ודי מיינט ודי
זייער קלאר.
אגב אלס איינער וואס איז באקאנט מיט PR עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אייך איבער די וועג וויאזוי נייעס קומט אן צו די פרעסע. ווען איינער בלעטערט דורך א צייטונג קען זיך דאכטן אז עס איינגעטיילט און צוויי חלקים, די אומשולדיג אויסזענדע נייעס איז איין חלק, און די צוויייטע חלק איז די אדווערטייזמענטס וועלכע ברענגט אריין די אינקאם פאר די צייטונגען.
די אמת איז אבער אז רוב רובו פון די נייעס חלק איז נאר געדרוקט צוליב וואס איינער שטופט אז דאס זאל ווערן באריכטעט. און אנדערע ווערטער ווען די עפענסט א צייטונג זעסטו נישט בעיקר וואס האט פאסירט, נאר וואס א פריינט פאר די ריפארטער אדער א גרויסע PR פירמע האט אים אריינגעריקט אז ער זאל באריכטן.
ביזט יעצט אויפגעשטאנען?
יא, שווער געקענט איינשלאפן נאך די אויספאסטן.
ערענסט גערעדט עס וואלט געווען אינטערסאנט צו זעהן ווי אזוי ר' יונה לייגט עס אראפ, און ווי ווייט עס גייט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35432
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בענין הנ"ל.
ווען מ'קוקט אן די אידישע צייטונגען מיט א טיעפן בליק, פארשטייט מען אפס קצהו ווי אזוי די אלגעמיינע צייטונגען ארבייטן.
נישט דאס וואס איז געווען.איז.וועט זיין איז זייער פיראריטעט, דער אויבן אן איז דער דאללער.

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- משה קארנפעלד
- שר האלף
- תגובות: 1689
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2009 12:06 pm
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
אגודת ישראל שליסט זיך איין אין קאמפף פאר פלארידא חב"ד שול
[align=center]אגודת ישראל שליסט זיך איין אין קאמפף פאר פלארידא חב"ד שול[/align]
אגודת ישראל פון אמעריקע האט בשותפות מיט אנדערע, זיך איינגעשלאסן דורך איינגעבען אין געריכט צוזאמען מיט אנדערע נאצינאלע אידישע ארגאנאזאציעס - א פריינד-פון-קאורט העפטל אין אוגוסט דעם 4'טען צו שטיצן דעם חב"ד שול אין איסט בּאָקאַ-ראַטאָן פלארידא.
אגודת ישראל צוזאמען מיט חב"ד-לובאוויטש וועלט הויפטקוואטיר, דער או.יו. און הסתדרות הרבנים פון אמעריקע האבען איינגעגעבען דעם העפטל געשריבען דורך דעם באקאנטן הארווארד פראפעסאר אלען דערשאוויץ.
שוין 10 יאר וואס די קעיס, וואס רופט זיך "געגליארדי קעגען די שטאט פון באקא-ראטאן", שטערט די פלענער פון חב"ד פון באקא ראטאן פון אויפבויען א נייע שול, אויף די סמך פון לעכערליכע לעגאלע קלאגעס אין בעסטען פאל, אדער צוליב פשוט'ע אנטיסעמיטיזם אין ארגסטן פאל. דער קעיס איז אייגענארטיק ווייל נאכדעם וואס דער שטאט האט אין 2008 געענדערט זייער זאונינג דעסקרימענירונג געזעצן אז געבעט-הייזער זאלען האבען די זעלבע געזעצען ווי אנדערע אזעלכע געביידעס וואס זייער צוועקן זענען נישט רעליגעז. אבער פארט האבען איינצעלע בירגער איינגעבען א קלאגע צו שטערן דעם אויבוי פון דער חב"ד שול.
טראץ דעם וואס חב"ד פון באקא-ראטאן האט געהאט 2 געווינסען אין קאורט אין איין יאר, טוט חב"ד זיך ראנגלען מיט זייערע קעגנער וואס האבען אפּיליערט צום פעדעראלער קאורט אוף אפּיעלס פון דער 8'טער בּאצירק.
אגודת ישראל און אנדערע "פריינד" האבען א שטארקע אינטערעס צו שוצען חב"ד'ס קאנסטיטוציע רעכטן צו בויען דעם שול. א לעגאלע רעכט וואס איז שוין אנערקענט געווארן מערערע מאל אין קאורט, טראץ די טענות פון קירכע-סטעיט ענינים.
אגודת ישראל האט געשפילט א וויכטיגע ראלע אין פארמאלאזירן דעם באקאנטע ארגענעלע געזעץ וואס רופט זיך Religious Land Use and Institutionalized Persons Act RLUIPA. דער געזעץ וואס איז א דורך אין יאר 2000 לאזט נישט קיין שום רעגירונגס קערפערשאפטן צו קענען ארויפלייגען זאונינג געזעצן רעגולאציעס אויף יחידים אדער אויף ארגאנאזאציעס צוליב זייער רעליגיע, אוHך שוצט דער געזעץ די רעכטן פון ארעסטאנטן אין תפיסה.
דער העפטל טענה'ט אז אויב מ'וועט אנעמען די קלאגע קעגען חב"ד – וואס טענה'ט אז דער יושר'דיגע באהאנדלונג לגבי חב"ד איז א פארלעצונג פון די רעכטן פון די אָנקלאגער'ס רעכטן, וועט עס איבערדרייען דער כונה פון דער ארגענעלע געזעץ און וועט מאכען שווערער פאר רעליגעזע גרופעס צו באקומען זאונינג ענדערונגען אדער אויסנאמעס.
" צוליב אט אזעלעכע סיטואציעס האט מען געמאכט דעם געזעץ און צוליב דעם האט אגודת ישראל זיך אריין געלייגט דאן בעובי הקורה און אנגעפירט די מערכה פאר'ן געזעץ" האט געזאגט הרב אבא קאהן, וויצע פרעזידענט פאר פעדעראלע אייגעלעגענהייטן און דער דירעקטור פון דער אגודת ישראל אפיס אין וואשינגטון די.סי.
"דער אמעריקאנער ארטאדאקסישע קהילה שטייט באחדות קעגען דעם איבריגקייט און שלעכטע מאטיוואציע פון דער קלאגע און מיר שטייען אינאיינעם מיט חב"ד פון בּאקא-ראטאן פון פלארידא" האט געזאגט הרב משה מאץ דער דירעקטור פון אגודת ישראל אין פלארידא. "אמעריקאנע ארטאדאקסישע אידען זענען פולשטענדיגע בירגער און האבען די זעלבע רעכטן וואס אנדערע גלויבונגס האבען צו בויען א געבעטס הויז פאר זייערט וועגן, מיר טארן נישט פארשווייגען דעם פארלעצונג פון רעליגעזע פרייהייט".

לעצט פארראכטן דורך יונה כהן אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:50 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.