בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

[align=center]נתערתי לבקשת ידידי וחברי צו אויפהאלטן אן אשכול דא ווי עס וועלן ערשיינען מפעם לפעם מיינע שרייב און אודיא ווערק ווי מ'ווועט קענען עס דאונלאודען און און שרייבען קאמענטארן און אויך קריטיק. איך פלאן נישט צו האבען קיין עקסטערע באגרענעצונגען מער ווי די תקנות פון אייוועלט בכלל.[/align]
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

אגודת ישראל געבט איין דיסקרימינאציע קלאגע קעגען א ניו-דזערסי שטאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

אגודת ישראל געבט איין דיסקרימינאציע קלאגע קעגען א ניו-דזערסי שטאט

אגודת ישראל פון אמעריקע צוזאמען מיט דאָבּליו. אר. פּראפערטי, א פירמע וואס האט בעלות אויף לאנד שטחים אין דזעקסון, האבען אייגעגעבען א קלאגע אין יו.עס. דיסטריקט קאורט מיט א פאדערונג אנטקעגען די שטאט-ווירטשאפט פון דזעקסון ניו דזערסי פאר'ן איינפירן נייע זאנינג רעגולאציעס, מיט די טענה אז זיי זענען געמאכט געווארן מיט דער ציל צו שטערן ארטאדאסישע אידען פון עפענען שולעס, דארמיטאריס אין דזעקסון. די קלאגע טענה'ט אז די רעגולאציעס זענען איינגעפירט געווארן מיט די בפירוש'דיגע ציל פון אנטי-ארטאדאקס דיסקרימינאציע און זענען א קלארע פארשוועכונג פון פעדעראלע געזעצן.

די שטאט'ישע תקנות אויף וואס מ'שטעלט זיך אנטקעגען אין פעדעראלען געריכט, זענען אדורך-געפירט געווארן דעם לעצטען מערץ, דארך די קאונסיל פון דער שטאט דזעקסון, וואס גרעניצט זיך מיט לעיקוואוד, א געגענד ווי עס וואוינען בלע"ה א גרויסער צאל ארטאדאקסישע אידען השם עליהם יחי' וכן ירבו. די קלאגע טענה'ט אז דער מאטיוואציע איינצופירן די רעגולאציעס קומט פון א וואונטש צו שטערן ארטאדאקסישע אידען פון זיך אריבערציען וואוינען אין דזעקסון, און "פון דיסקרימינאציע שנאה קעגן דער ארטאדאקסישע אידיש'ע געמיינדע."

די קלאגע רעכענט אויס עטליכע ביישפיל'ן פון די סארט שנאה, אויסרעכענענדיג פארשידענע אויסדרוקונגען פון אפיציעלע שטאָטישע בּאַאמטע, און אויך דורך וואקאלע טיילען פונעם באפעלקערונג. צ.ב.ש., פאר א יאר האט מר. ראָבּ ניקסון דער פּרעזידענט פון די שטאט קאונסיל אָנגערופען א רעקעמאנדאציע פון אגודת ישראל פירער - הרב שמואל לעפקאוויטש, אז עס וואלט געווען אן עצה טובה אז פרומע אידען זאלען זיך אויסשפרייטן און באזעצען זיך אין דזעקסון, אלס א "שענדליכע" עצה. ניקסון איז נאך געגאנגען ווייטער און גענומען די שריט פון איינגעבען א קלאגע אנטקעגען דעם אגודת ישראל פירער ביי די יו.עס. יוסטיץ דעפארטמענט און אויך ביי די ניו-דזערסי אטורני-גענעראל'ס אפיס, און ביידע אגענטורן האבען נישט געטראפען און זיין קלאגע קיין שום ממשות'דיגע טענה.

אנדערע טענות אין דער קלאגע ציטירן דערקלערונגען וואס לאקאלע בירגער האבען געמאכט ביי שטאט'ישע מיטינגס און אויף אינטערנעט פארומס צ.ב.ש אויסדרוקן ווי. "אלע ענקערע פראבלעמען נעמען זיך פון די אולטרא-רעליגעזע! די האסידיקס און די אולטרא-ארטאדאקס" דורך ציטירן דיע און אויך אנדערע ביישפילען פון שנאה קעגען ארטאדאקסישע אידען אין די לעצטע פאר יאר, בפרט בשעת מ'האט לעצטענס איינגעפירט די "קיין-סקול" און די "קיין דארמעטארי" תקנות אין דזאקסון טאונשיפּ.

דער אגודת ישראל קלאגע טענה'ט אז עס איז א פארלעצונג פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע וואס שטעלט צו גלייכע שוץ, פריי רעליגיע און פרייהייט פרינציפּן פאר אלעמען. אויך האט מען עובר געווען פיר סעיפים פון דער פעדעראלע 'רעליגיעזע לאנד-באנוץ שוצע געזעץ', דער 'פעיר-האוזינג געזעץ' און אויך דער 'ניו-דזערסי געזעץ אנטקעגען דיסקרימינאציע'.

דער קלאגע זיכט אן אורטייל פונעם געריכט אז די תקנות פון דזעקסון זענען קעגען דעם קאנסטיטוציע, אומלעגאל און דארפען בטל ווערן, און אויך אז דער שטאט זאל באצאלען די הוצאות פונעם קלאגע. הרב אבי שנאלל דער דירעקטור פון אגודת ישראל אין ניו-דזערסי גיבט איבער אז "ארטאדאקסישע אידען, פונקט ווי סיי וועם און אלע אנדערע, האבען א פונדעמענטאלן רעכט צו עפענען מוסדות, שול'ן און פירען ביזנעס פונקט אזוי ווי אלע אנדערע גרופעס. עס איז אן עיקר פון פרייהייט פון רעגליגע אויף וואס אמעריקע איז געגרינדעד, וואס ווערט איצט פארמיטן פון אונז."

די אנקלאגער ווערן פארטרעטן אין קאורט דורך די לויער'ס פירמע 'סטאָרזער און שותפים', א פירמע וואס האט גאר גרויסע ערפארונג דורך פארטרעטען רעליגעזע גרופעס און זייערע אינטערעסן, און ארבעטען שוין מערערע יאר'ן מיט אגודת ישראל פון אמעריקע.
###
לעצט פארראכטן דורך יונה כהן אום מיטוואך מאי 10, 2017 6:54 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

;l;p-
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4855
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

וואס זאל איך אייך זאגן ר' יונה. איך שלינג אייער ווערטער אויף קול מבשר מיט דארשט, ממש, איך ווער עכט פרייליך ווען איך דריק זירא און ר' זלמן זאגט אז ס'איז דא א פרישער אנאליז פון ר' יונה כהן. צו איז דאס ביי די פענל מיט רב פעלזן צו איז דאס ביי דיין אייגענע אנאליזן.

געזאגט קלאר מיט גאר טיפע פארשטאנד.

נישט געגאנגען קאפ אין וואנט אריין.

דערשרעקט זיך נישט ווען עטליכע ריפן אריין טערעראזירן ווייל מ'זאגט עפעס וואס זיי ווילן נישט הערן.

וויסענשאפט וואו קיינעם אנדערש, איך וואס איך קען אסאך היסטאריע ווער פארגאפט פון דיין רייכע ידיעות, און עס נאך אזוי גוט אריין פלעכטן מיט די היינטיגע געשענישן, איר דאפט זיין א גאר קליגער מאן (איך מיין עס גאר ערענסט, איך האף אז ס'איז אייך נישט שווער אנצונעמען דעם קאמפלעמענט...)

איר זאגט פאקטן אן קיין זייטיגע געפילן

אנאליזן וואס זענען די מערסטע נאנט צו פאקטן מער פון אלע אנאליזער'ס וואס איך האב נאר אמאל געהערט, און געווענליך שטעלט זיך ארויס אז איר זענט גערעכט (נישט אז איר זאגט טויזענט זייטן און איינס מיינוג געלאנגט און אזוי קען מען זאגן אז מ'האט צו געטראפן. נאר איר זאגט איין מיינונג וואס איז קליג און פאכמאניש)

בקיצור עפעס אויסערגעווענליך

שכח איר זאלט קענען ווייטער דערפרייען אידן מיט איירער רייכע ווערק און מיט אייער טיפער פארשטאנד.

הצלחה
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

אמביציע האט געשריבן: (איך מיין עס גאר ערענסט, איך האף אז ס'איז אייך נישט שווער אנצונעמען דעם קאמפלעמענט...)



;l;p-
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

א ישר כוח ר' יונה פאר די נייע פלאטפארמע/פורום, ויה"ר שתתרומם קרן התורה וקרן ישראל במהרה. אמן.
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

יונה כהן האט געשריבן:
אגודת ישראל געבט איין דיסקרימינאציע קלאגע קעגען א ניו-דזערסי שטאט

אגודת ישראל פון אמעריקע צוזאמען מיט דאָבּליו. אר. פּראפערטי, ..
###


דא איז א לינק צו אן אודיא פון אן אינטערוויו מיט הרב אבי שנאלל, דירעקטור פון אגודת ישראל אין ניו דזערסי. איבער די געשיכטע פון דער קלאגע. צום סוף פון דער אינטערוויו רעדט הרב שנאלל פון זיין ארבייט צו העלפען די נייע קהילה פון דזערסי סיטי
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8680
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איינגעגעבן אדער אריינגעגעבן?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אין אפסטעיט איז שוין יארן דא חילוקי דעות צווישן די גויאישע שכנים און די אידן
פארוואס האט ערשט יעצט אגו"י גענימען שריט
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

חיימ'ל האט געשריבן:א ישר כוח ר' יונה פאר די נייע פלאטפארמע/פורום, ויה"ר שתתרומם קרן התורה וקרן ישראל במהרה. אמן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1216
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

די אינטערוויא געפעלט מיר ר' יונה רעדט ענגליש און דער אנדערער אידיש...
יונה כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2009 2:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה כהן »

רצון טוב האט געשריבן:אין אפסטעיט איז שוין יארן דא חילוקי דעות צווישן די גויאישע שכנים און די אידן
פארוואס האט ערשט יעצט אגו"י גענימען שריט

אגודת ישראל איז שוין יארן לאנג שטארק פארנומען און טיעף אריינגעטון זיך אנעמען פאר קרית יואל און אנדערע קהילות אפסטעיט סיי פאליטיש און סיי לעגאל. עס איז א שטיקל פלא אז די שרייבסט אזוי. לעצטע זומער בין איך געווען מיט ר' חיים דוד צוויבל שליט"א זעלבסט, אין קרית יואל בשעת ער האט אויפגעטרעטן ביי א הירינג לטובת ענעקסעשען.
איך האף אז דער אשכול וועט זיין א תועלת פאר די וואס ווילען מער איבער די פעולות.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

איך מיין מען שרייבט ניו דזשערסי, און דזשעקסאן

אלענפאלס א דאנק אייך פארן מיטטיילן דעם עולם אייער אינפארמאציע
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א. טראכטער »

חיימ'ל האט געשריבן:א ישר כוח ר' יונה פאר די נייע פלאטפארמע/פורום, ויה"ר שתתרומם קרן התורה וקרן ישראל במהרה. אמן.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

אין טאון אוו מאנרא האבען זיי אויך קלאר איבערגעארבעט די זאנינג, אז סזאל נישט אויסקומען גיט פאר חסידישע אידען, מיטען עקסעסארי געזעץ וכדומ',
איך ווינדער מיר נאר, אז אויב טוען זיי געזעצליך, מיט וואס קען מען זיי צווינגען, אז זיי זאלען מאכען געזעצען לטוב חסידישע אידען???
און א שכח ר' יונה פארען געבן די פלאטפארמע צו קענען רעדן צו אזא הויעכגעשעצטע פערזענליכקייט ווי אייך
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

יונה כהן האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:אין אפסטעיט איז שוין יארן דא חילוקי דעות צווישן די גויאישע שכנים און די אידן
פארוואס האט ערשט יעצט אגו"י גענימען שריט

אגודת ישראל איז שוין יארן לאנג שטארק פארנומען און טיעף אריינגעטון זיך אנעמען פאר קרית יואל און אנדערע קהילות אפסטעיט סיי פאליטיש און סיי לעגאל. עס איז א שטיקל פלא אז די שרייבסט אזוי. לעצטע זומער בין איך געווען מיט ר' חיים דוד צוויבל שליט"א זעלבסט, אין קרית יואל בשעת ער האט אויפגעטרעטן ביי א הירינג לטובת ענעקסעשען.
איך האף אז דער אשכול וועט זיין א תועלת פאר די וואס ווילען מער איבער די פעולות.


א דאנק אייך פאר אייערע פעולות
און פארן מיטיילען דא

האט שוין אגו"י עפעס געטון אדער האט אין פלאן צו העלפן די אלע ארומיגע געגנטער ארום קרית יואל וואס האבן אויסצושטיין אזויווי אין דזשעקסאן ?
מען מאכט ליגעלי ענג די אידישע איינוואוינער פון קענען בויען און וואוינען אין נארמאלע הייזער.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

א ייש"כ ר' יונה, א שטארק באגריסנדע אקט...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
נחום
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 11:48 pm

ישר כח רבי יונה פאר אייער פובליק סערוויס -עסקנות לש"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום »

ווי אזוי בויעט מען אין לעקיעוואד ? לאזט מען איבער שטח צו אטעמען ? אביסעל פרייע שטח ארום די דירות ? איז עס אויפגערוימט ? - איך בין דייקא נישט קיין לעיקוואדער, אבער קוקענדיג אין אפסטעיט נ"י , טראכט איך צו באמת די שכינים מיינען אנטימעטיזם , סאיז אוודאי דא וואס זענען וויסטע שונאי ישראל, אבער איך רעד אלגעמיין, - מען בויעט הויכע דירות , אזוי צוזאמען געשטיפט מער ווי די הערינג.. עס איז נישט דא קיין פלאטץ פאר די קינדערלעך צו שפילען, מען ניצט אויס יעדע אינטש פאר בויען ווייל די בויערס ווילען נישט חלילה גיבען קיין איין איבריגע אינטש וואס מען וועט נישט הויעך פראפיטירען ! גראז פאר מנוחת הנפש ווי אמאל אין קרית יואל אזער מאנסי מאן דכר שמיה, געוויסע פושען אריין בעיסמענט דירות, אן קיין רחמנות.. עס איז גורם שמוטץ ! טראפיק! מחלוקת ! - עס איז פארלירט אונגאנטצען די אמאליגע אפסטעיט חן ! פאר ווס זאלען די נישט יודישע שכינים גלייכען אין זייער בעיק יארד אזא פארבויכעכטץ ? וואס מיר אליין גלייכען באמת נישט ! - פארוואס זאל מען זיך נישט אויסשפרייטען מער אין מער אין סינגעל אדער צוויי פאמליע הייזער? אין צענדליגע מיילען אוסגעשפרייט ווי רואיגע מענטשען ? נישט ווי אמאליגע געטוס ? רבי יונה ביטע קאמאנטירט ישר כח
טראסקע אוועק דיין סמארט פאון ! וועט אייך גוט זיין בזה ובבא !
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

ערשטנס פותחין בכבוד אכסניא ישר כח רבי יונה פון צייט צו צייט הער איך אייך צו מיט גרויס אינטערעסע אויפן וואסער.
יעצט צו די זואנינג חילוק פון מאנרא צו זשעקסאן און לגבי עקסעסארי דירות וכו׳: די לאוסוט איז בעיסד אויף א פעדעראל געזעץ וואס לאזט נישט מאכן געזעצען וואס איז געווידמעט דרעקט צו צוימען רעליגיע וואס איז נישט דער קעיס אין מאנרא ווייל עס איז נישט דא קיין שום רעליגיעזע געזעץ אז מען מוז וואוינען צושטופט וכדומה. אויב אינעם געזעץ שטייט למשל אז מען טאר נישט מאכן נויז מער ווי א סעירטען דעסיבעל און איז ״דירעקט״ געצילט קעגן א שבת פייפער און איז אויך א חלק פונעם רעליגיע (נישט ״בלויז״ א דערמאנונג אז עס קומט שבת) אדער אז עס איז געצילט נישט צו קענען בלאזן שופר דעמאלטס קען מען אריינגעבן א לאוסוט בעיסד אן די רעלידזשיס לענד יוז עקט

https://www.justice.gov/crt/religious-l ... ersons-act
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

יישר כח ר' יונה.

זאלט איר אויפטוען ווייטער פאר אידענ'ס וועגען ברוחני ובגשמי, [ובפרט דאהי]
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1487
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

רצון טוב האט געשריבן:אין אפסטעיט איז שוין יארן דא חילוקי דעות צווישן די גויאישע שכנים און די אידן
פארוואס האט ערשט יעצט אגו"י גענימען שריט

פאריאר ביי די אגודה קאנווענשאן איז געווען א פאנעל איבער די נושא פון זיך דורך קומען מיט די שכנים, ווען מר. פעלבערמאן פון ק״י האט גערעדט, איבער די אנגייענדיגע געפעכטן און קארט קעיסעס מיט די שכנים, האט ער כסדר געזאגט אז אגודת ישראל איז געשטאנען און שטייט צו הילף אויף יעדן טריט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

דאן פארוואס געט מען נישט אריין א דיסקראמינאציע קלאגע קעגן די טאון אויף מאנרא?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

נחום האט געשריבן:ווי אזוי בויעט מען אין לעקיעוואד ? לאזט מען איבער שטח צו אטעמען ? אביסעל פרייע שטח ארום די דירות ? איז עס אויפגערוימט ? - איך בין דייקא נישט קיין לעיקוואדער, אבער קוקענדיג אין אפסטעיט נ"י , טראכט איך צו באמת די שכינים מיינען אנטימעטיזם , סאיז אוודאי דא וואס זענען וויסטע שונאי ישראל, אבער איך רעד אלגעמיין, - מען בויעט הויכע דירות , אזוי צוזאמען געשטיפט מער ווי די הערינג.. עס איז נישט דא קיין פלאטץ פאר די קינדערלעך צו שפילען, מען ניצט אויס יעדע אינטש פאר בויען ווייל די בויערס ווילען נישט חלילה גיבען קיין איין איבריגע אינטש וואס מען וועט נישט הויעך פראפיטירען ! גראז פאר מנוחת הנפש ווי אמאל אין קרית יואל אזער מאנסי מאן דכר שמיה, געוויסע פושען אריין בעיסמענט דירות, אן קיין רחמנות.. עס איז גורם שמוטץ ! טראפיק! מחלוקת ! - עס איז פארלירט אונגאנטצען די אמאליגע אפסטעיט חן ! פאר ווס זאלען די נישט יודישע שכינים גלייכען אין זייער בעיק יארד אזא פארבויכעכטץ ? וואס מיר אליין גלייכען באמת נישט ! - פארוואס זאל מען זיך נישט אויסשפרייטען מער אין מער אין סינגעל אדער צוויי פאמליע הייזער? אין צענדליגע מיילען אוסגעשפרייט ווי רואיגע מענטשען ? נישט ווי אמאליגע געטוס ? רבי יונה ביטע קאמאנטירט ישר כח

אגודת ישראל האט אינטערווענירט צו העלפן דעם קרית יואל אנעקסעישאן דורכגיין. ווען די גרויסע גייט ווען דורך עטליכע יאר צוריק וואלט איך נישט יעצט געליינט אזעלכע טענות וואס איר שטעלט דא פאר. און אויב וועט מען העצן קעגן אגו"י אינטערווענץ צו לאזן אידן וואוינען אין דזשעקסאן, וועט ר' נחום טאקע אין א צייט ארום שרייען פארוואס מ'בויט אזוי צושטופט אין לעיקוואוד. איי וועסטו פרעגן פארוואס זיי העלפן נישט א מאנרא ארויסשפרייטונג? איך פרעג פארקערט, פארוואס זיי העלפן נישט א לעיקוואד אנעקסירונג. יעדע געגענט האט זיך זיינע אומשטענדן און זיינע לעזונגען.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

שלום עליכם. א כבוד אייך צו האבן דא
טייערע חברים ביטע נישט אריינפירן די אשכול אינעם שמועס איבער די אנעקסעישען וואס האט אין די פארגאנגענהייט געברענגט היץ און טענה'רייען.
א דאנק
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

וועלקאם עבארד רבינו יונה! ביז היצטערט נאר געקענט הנאה האבען פון הערען, יעצט'עט מען קענען אויך זעהן, אינה דומה שמיעה לראיה,
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”