בולעטין פון ר' יונה כהן - נייעס און אנאליזן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:57 am

ר יונה
איך פארשטיי נישט וואס די 2000 געזעץ קומט אריין דא

עס דיסקרימינירט נישט קעגן די רעליגיע פונעם מענטש נאר קעגן די באנוץ פונעם פראפערטי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:18 am

שאינו יודע האט געשריבן:ר יונה
איך פארשטיי נישט וואס די 2000 געזעץ קומט אריין דא

עס דיסקרימינירט נישט קעגן די רעליגיע פונעם מענטש נאר קעגן די באנוץ פונעם פראפערטי


איך קראץ מיך אין קאפּ... וואס פונקטליך פרעגט איר? נישט קעגען רעליגיע?
ווען מ'פארבּאט נאר א אידיש'ע געבעטס הויז האט עס לאט דיר נישט מיט דעם מענטש?
איר מיינט אפשר אז מורישקעס בויען שול'ען?
דער געזעץ טוט טאקע דוקא באשוצעַן "לאנד-בּאנוץ" פאר רעליגעזע געברויכען איז וואס איז אייער שאלה?

קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 6:40 pm

איבער די 2 מיליאן נאצי שטיצער אין אמעריקע וואס איהר האט דערמאנט נעכטן ביים אנעליז מיט ר' שמעון ראלניצקי, דער עולם דא דארף א מקור, קענט איהר ביטע צוברענגען? יישר כח.
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:52 pm

קאווע באנדל האט געשריבן:איבער די 2 מיליאן נאצי שטיצער אין אמעריקע וואס איהר האט דערמאנט נעכטן ביים אנעליז מיט ר' שמעון ראלניצקי, דער עולם דא דארף א מקור, קענט איהר ביטע צוברענגען? יישר כח.


גא"מ

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 2:42 pm

איך האב עס געהערט פון א פראפעסער אויף WNYC ראדיאו איך האב פריבירט צו מאכען א שנעלע סערטש אבער עס איז נישט תיכף ארויף געקומען. ועוד חזון וועל איך עס א פיר זיכען.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 9:22 pm

עם כל הכבוד פאר ר' יונה האלט איך אז ער איז נישט קיין אומהאפהעניגע אנאליזער
ער האסט טראמפ שוין פונעם ערשטן טאג און ער פראבירט ניטאמאל דורכצוטוען די צוויי צדדים (די ווערטער פונעם פרעזידענט)

ער זאל מוחל זיין און לאזן א דיסקלעימער אז ער איז א קלינטאן שטיצער און נישט אן אומפארטייאישע דשורנאליסט
לעצט פאראכטן דורך מר. גרין אום דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:03 pm

אגב מר. גרין, ר' יונה לייענט דא, ממילא רעדט מיט כבוד כאילו איר טרעפט אים יעצט אין גאס, און רעדט צו אים פערזענדליך, איר קענט רעדן בלשון נוכח.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:57 pm

מר. גרין האט געשריבן:עם כל הכבוד פאר ר' יונה האלט איך אז ער איז נישט קיין אומהאפהעניגע אנאליזער
ער האסט טראמפ שוין פונעם ערשטן טאג און ער פראבירט ניטאמאל דורכצוטוען די צוויי צדדים (די ווערטער פונעם פרעזידענט)

ער זאל מוחל זיין און לאזן א דיסקלעימער אז ער איז א קלינטאן שטיצער און נישט אן אומפארטייאישע דשורנאליסט

יעדער וואס הערט אים אויס ווייסט אז ער איז נישט קיין טראמפיסט, אווי רוב אמעריקא איז נישט.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:12 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:עם כל הכבוד פאר ר' יונה האלט איך אז ער איז נישט קיין אומהאפהעניגע אנאליזער
ער האסט טראמפ שוין פונעם ערשטן טאג און ער פראבירט ניטאמאל דורכצוטוען די צוויי צדדים (די ווערטער פונעם פרעזידענט)

ער זאל מוחל זיין און לאזן א דיסקלעימער אז ער איז א קלינטאן שטיצער און נישט אן אומפארטייאישע דשורנאליסט

יעדער וואס הערט אים אויס ווייסט אז ער איז נישט קיין טראמפיסט, אווי רוב אמעריקא איז נישט.



מ'רעדט נישט דא פון טראמפיסט
די רגע וואס ער פרובירט בכלל נישט צו הערן די פרעזידענס זייט איז ער אויס דשורנאליסט און ער ווערט א בייעסט דשורנאליסט.

איך האב אויסגעהערט די פרעזידענס דרשה און טראמפ טאווער און כ'קען פארשטיין אז ס'דא וואס ווילן ער זאל רעדן אנדערש אבער קיין "משוגנה" איז ער נישט

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:23 pm

ר' יונה באהאלט נישט אז ער איז לינק געשטימט, ער זאגט כמה פעמים אויף קול מבשר.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:34 pm

גאפל האט געשריבן:ר' יונה באהאלט נישט אז ער איז לינק געשטימט, ער זאגט כמה פעמים אויף קול מבשר.

ער איז גראדע נישט לינק אויף כמה ענינים. ער ס"ה א מעינסטריעם, ליענינג דעמאקראט

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:36 pm

מר. גרין האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:עם כל הכבוד פאר ר' יונה האלט איך אז ער איז נישט קיין אומהאפהעניגע אנאליזער
ער האסט טראמפ שוין פונעם ערשטן טאג און ער פראבירט ניטאמאל דורכצוטוען די צוויי צדדים (די ווערטער פונעם פרעזידענט)

ער זאל מוחל זיין און לאזן א דיסקלעימער אז ער איז א קלינטאן שטיצער און נישט אן אומפארטייאישע דשורנאליסט

יעדער וואס הערט אים אויס ווייסט אז ער איז נישט קיין טראמפיסט, אווי רוב אמעריקא איז נישט.



מ'רעדט נישט דא פון טראמפיסט
די רגע וואס ער פרובירט בכלל נישט צו הערן די פרעזידענס זייט איז ער אויס דשורנאליסט און ער ווערט א בייעסט דשורנאליסט.

איך האב אויסגעהערט די פרעזידענס דרשה און טראמפ טאווער און כ'קען פארשטיין אז ס'דא וואס ווילן ער זאל רעדן אנדערש אבער קיין "משוגנה" איז ער נישט

איר זענט פולקאם בארעכטיגט צו אייער מיינונג, אבער א ריזיגע צאל אמעריקא -אינקלודינג אסאך טראמפיסטן- האלטן אז ער איז יא משוגע.

און אויב ווילסטו עס נישט הערן איז דא נאך פיל אנדערע קנעפלעך ווי דו ווייסט גאנץ גוט אז דארט קענסטו הערן וואס דיר וועט שמעקן.

און לגבי 'אומאפהענגיג', עקזעסטירט נישט אזא סארט זאך אין פאליטיק. א פאליטישע אנאליזער וואס האט נישט קיין מיינונג איז נישט אינדערארדענונג.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1556
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:
און לגבי 'אומאפהענגיג', עקזעסטירט נישט אזא סארט זאך אין פאליטיק. א פאליטישע אנאליזער וואס האט נישט קיין מיינונג איז נישט אינדערארדענונג.


בעצם איז נישט פארהאן אזא זאך.

יא, א דזשורנאליסט דארף זיין אומאפהעגיק, ווייל ער דארף מכלומר'ישט פיטערן בלויז טרוקענע נייעס, אבער א קאמאנטאטאר מיינט טאקע איינער וואס האט יא א נייגונג צו א געוויסע זייט, און ברענגט ארויס די געשעענישן פון זיין קוק ווינקל.

אויב האסטו טענות, קענסטו רעדן אויף יוסי געשטעטנער, וואס די 1-1-5 נייעס איז אנגעפולט מיט זיינע פאליטישע אנשויאינגען.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 6:09 pm

יונה כהן האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:ר יונה
איך פארשטיי נישט וואס די 2000 געזעץ קומט אריין דא

עס דיסקרימינירט נישט קעגן די רעליגיע פונעם מענטש נאר קעגן די באנוץ פונעם פראפערטי


איך קראץ מיך אין קאפּ... וואס פונקטליך פרעגט איר? נישט קעגען רעליגיע?
ווען מ'פארבּאט נאר א אידיש'ע געבעטס הויז האט עס לאט דיר נישט מיט דעם מענטש?
איר מיינט אפשר אז מורישקעס בויען שול'ען?
דער געזעץ טוט טאקע דוקא באשוצעַן "לאנד-בּאנוץ" פאר רעליגעזע געברויכען איז וואס איז אייער שאלה?



קראץ נישט צופיל עס קען דיר בלוטן ח״ו, די געזעץ זאגט אז מען מוז געבן רעכט צו בויען א פובליק קאמיוניטי רום אויף רעזידענשל פראפערטי?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2860
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוגוסט 20, 2017 2:57 pm

ניין אבער דער געזעץ פארלאנגט אז מען טאר אויך נישט דיסקרימינירן אדער מאכן דיסקרימינירדע געזעצן. דהיינו. אויב עס מעג זיין א קאמיוניטי רום אין א רעזידענשל געגנט צו קענען שפילן פינג פאנג באלי אדער צו מאכן א קומזיץ און עס האט דעם זעלבן נויז/טרעפיק אפעקט ווי א שול און מען מעג נישט מאכן א שול איז עס דיסקרימינעשן אדער אויב עס איז בכלל נישטא אקאמאדעישן
עס איז דא געגנטער אין ניו יארק סיטי וואס די זאונינג לאזט נישט קיין סקולס M, High C Zonings)) און אפילו אויך ווי עס טאר נישט זיין שולן (R-1 and R-2 zonings) אבער וויבאלד עס איז דא גענוג אנדערע זאונינגס וואס לאזט יא איז עס נישט דיסקרימינעשן ווייל ביי ד אנדערע געגנט האסטו יא ריזענעבל אקאמאדעישנס around the corner

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5379
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג אוגוסט 20, 2017 6:03 pm

וועגן דעם האב איך געפרעגט וואס די מציאות איז, קראצט אים דאס קעפל.

וועל איך ווארטן אז עס זאל אים בעסער ווערן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

הרב חיים דוד צוויבל: א רוף פאר תפלות איבער דעם הוריקעין

תגובהדורך יונה כהן » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:15 pm

הוריקעין אירמא, איינע פון די שטערקסטע שטארמעס וואס איז רעקארדירט געווארן אין דער געשיכטע האט שוין איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די קאריבּיען אינזלען. און הויערט שוין איבער אמעריקע, און איז ערווארטעט צו שלאָגען פלארידא בקרוב.

אונזערע הערצער און תפלות זענען געצילט פאר די אלע וואס געפונען זיך אונטער דעם סכנה, ספּעציעל דער גרויסער מספר פון אחינו בית ישראל וואס וואוינען ארום דער מאיאמי געגענד. גדולי ישראל וואס שטייען בראש פון אגודת ישראל בעטען אז דער גאנצער ציבור זאל מרבה בתפלה זיין לטובת אונזערע ברודער אין פלארידא און אין אנדערע מקומות וואס קענען ח"ו געשעדיגט ווערן דורך דער שטארעם.

זאל דער פון אויבען, אויף וועמען דוד המלך זאגט "רוּחַ סְעָרָה עֹשָׂה דְבָרוֹ ", האבען רחמנות אויף זיינע קינדער און זיי שומר ומציל זיין מכל צרה וצוקה.
גוט שבת פאר יעדעם בזונדער און אלעמען

הרב חיים דוד צוויבל

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

הרב צוויבל אונטער אנגייענדיגע אטאקע פון שונאי ישראל צוליב כפרות

תגובהדורך יונה כהן » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:18 pm

אן אנגייענדיגע קאמפעין קעגען הרב חיים דוד צוויבל און אגודת ישראל, ווערט אנגעפירט פון שונאי ישראל בפרט די וואס זענען קעגען די "מנהג ותיקין" (לשון הרמ"א) פון שלאגען כפרות ווערט אנגעפירט אין לעצטערע טעג. די קאמפעין אנטהאלט פון שיקן שארפע העצערישע און העסליכע בריוו דורך אימעיל מיט שרעקליכע קללות ה' ישמרנו קעגען הרב צוויבל מיט'ן פארלאנג אז ער זאל ארויסקומען קעגען די מנהג. לויט די לעצטע באריכט איז שוין אנגעקומען קרוב צו זעכציג טויזענט! אימעילס צו הרב צוויבל'ס אגודת ישראל אימעיל אדרעססע.

בשעת שרייבענדיג איצט די שורות אויף אייוועלט, האלט עס שוין קרוב צו 60 טויזענט יחידים וואס האבען גענומען די מיה צו שרייבען, -על פי רוב - זענען זיי בצורה פון א פארם בריעף אבער 1000טער האבען אויך צוגעשריבען אויך זייערע אייגענע טענות קעגען הרב צוויבל און קעגען דת ישראל בכלל און כפרות בפרט מיט כל מיני פארלוימדונגען רח"ל.

נאך פאר ראש השנה האט הרב חיים דוד צוויבל, אין שמועס מיט אני הקטן, איבערגעגעבן א באריכט אויף קול מבשר איבער זיין שטיין על המשמר איבער די רעכטען פון שומרי מצוות אפילו נאר אויף א מנהג ישראל. דער אינטערוויו קען געהערט ווערן דורך דאונלאדען אן אודיאו-פייל.

https://www.dropbox.com/s/ldxomwtg0bctn ... Z.mp3?dl=0
צוגעלייגטע
KapuresEmail1.JPG
נאר איין דוגמא פון די קרוב צו 60 אלפים אימעילס
KapuresEmail1.JPG (85.82 KiB) געזעהן 3809 מאל

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 4:54 am

איז דאס ארגענעזירט ביי א געוויסע גרופע? אז יא קענען מיר ארגענעזירען 60 טויזענט אימעילס צו זיי אז זיי זאלן ריספעקטן אונזער רעליגיע.

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 8:41 am

Wow

ר' יונה, איז דא א וועג צו רעפרעזענטן דעם מנהג אין א שענערן ליכט אפצושלאגן דעם שווארצן ליילעך וואס די חברה האבן אויפגעשפרייט דערויף?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

תגובהדורך יונה כהן » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:45 pm

אגודת ישראל באגריסט החלטה פון פעדעראלע קאורט, אז היים-שולען (שטיבלעך) זענען לעגאל

נצחון פאר בית חב"ד אין טאָמס ריווער ניו דזשערסי


אגודת ישראל אפּלאדירט דעם החלטה פון דזשאדש פרעדא ל. וואלפסאן וואס זאגט אז די 'טאמס ריווער בּאָרד אף אדזשאסטמענט' האט פארשוועכט מערערע פעדעראלע געזעצן און אויך דער קאנסטיטוציע פון אמעריקע ווען זיי האבען פארבּאטן דעם ארטיגען חב"ד צענטער צו אנגייען מיט זייער פעולות אן א רי-זאָנינג וואַריענס רשות.

אין איר אורטייל האט דזשאָדש וואלפסאן געשריבן אז עס איז געווען אומגעזעצליך פאר טאמס ריווער צו פארלאנגען פון הרב גורארי אז ער דארף האבען אז זאנינג טויש כדי מעגען פירן וועכענטליכע תפילות מיט א קליינע צאל מתפללים אין זיין אייגענע היים. די סארט אקטיוויטעטן, האט זי געשריבן, זענען באשוצט אונטער די (Religious Land Use and Institutionalized Persons Act) 'רעליגעזע לאנד באניצונג געזעץ' אויך די 'פעיר האוזינג געזעץ' און אויך די ערשטע און פערצענטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. די דזשאדש האט אויך באפוילען אז טאמס ריווער מוז באצאלן הרב גורארי $122,500 , צו דעקן זיין שאדן און לעגאלע הוצאות וואס טאמס ריווער האט אים און פאר בית חב"ד גורם געווען.

הרב מרדכי בּייזער, ספעציעלע לויער פאר אגודת ישראל אין אמעריקע האט געזאגט אז דער ארטייל האט אהער געשטעלט א וויכטיגע וועג-ווייז פאר אנדערע קאמיוניטיס דארט פון מערערע שולן און מוסדות ווערן אנגעפירט אין רעזידענשל געגענטן.

"עס צייגט אויס אז עס זענען פארהאן שיצונגען אין דעם פעדעראלע געזעץ און אין דער קאנסטיטוציע פאר די סארט אנשטאלטן צו קענען אנגיין ווייטער, אָן צו דארפן א ספעציעלע ענדערונג אין זאנינג בכלל" האט הרב בּייזער געזאגט.

הרב אביגדור שנאַלל, דירעקטור פון אגודת ישראל פון אמערקע אין ניו-דזשערסי האט פראקלאמירט אז דער פסק איז א נצחון פאר רעליגעזע רעכטן, און האט דערביי אנגעמערקט, אז שוין איבער צען יאר וואס דער חב"ד צענטער האט אנגעפירט מיט איר עבודת הקודש שטילערהייט, אן קיין שום התנגדות פון די שכנים, ביז ווען געוויסע העצער האבען אנגעהויבן פירן א מערכה צו פארמאכן דעם מוסד.

"דער אנטוויקלונג איז נאך א באווייז אז שנאה וועט נישט מצליח זיין" האט הרב שנאלל געזאגט. "מיר האפפען אז דער ארטייל פונעם קאורט וועט אי"ה דינען אלץ דערמאנונג פאר אלע אנדערע שטעט, אז מ'קען נישט טרעטן אויף רעליגעזע רעכטן אין אמעריקע."


כדי צו הערן אדער דאונלאָדען אן אינטערוויו מיט הרב אביגדור שנאלל איבער די אויבענדערמאנטע באריכט דרוקט דא
# # #

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:08 pm

WOW.
דאס קען מורא'דיג צונוצקומען אין אלע געגנטער ווי אימער עס וואוינען א הייפעלע פרומע אידן. ייש"כ ר' יונה פאר הערליכע באריכט.

אז איר זענט שוין דא וויל איך אייך פרעגן עפעס וואס קוועטשט מיר אויף די לעצטע געזעץ טויש אין אלבאני, נעמליך, רוב חסיד'ישע ישיבות האבן בכלל נישט קיין לימודי חול נאך די בר מצוה, וא"כ מה הואילו בתקנתם? מאסטער ימ"ש וועט דאך ארויספוינטן די מוסדות און שרייען אז אפי' די קאמפראמיס האלטן זיי נישט איין?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:19 pm

דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?
..

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » פרייטאג אפריל 20, 2018 6:38 pm

שטייגען האט געשריבן:דאס מיינט אז דאס גייט שטארק ארויסהעלפן די אלע שולן אין מאנסי אדער ארום מאנרא ?


דער קורצער ענטפער איז, יא
ס'לוינט זיך אויסהערן די אודיאו קליפ פון הרב שנאלל ווי ער איז דאס מסביר קלאר אז דער געווינס איז למעלה מן המשוער אז אפילו קיין זאנינג טויש פעלט שוין מער נישט אויס אויב מ'מאכט עס אויף א קליינעם פארנעם

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » פרייטאג אפריל 20, 2018 7:16 pm

Where can i listen?
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שדה ורוד און 19 געסט