כינוס הרבבות תשע"ז איבער גזירת גיוס - בלויז נייעס (קעפל געטוישט)

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 10, 2017 4:18 pm

ראנדער האט געשריבן:רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וועלן זיך פאראייניגן אין אן היסטארישן אווענט פון קידוש ה' און סאלידאריטעט מיט אחב"י הנאנחים ונאנקים בארה"ק

[b]קולו זימר עריצים; דער תכלית און מטרת פון דעם כינוס הרבבות:
די עוקרי תורה האבן איין ציל במשך די גאנצע צייט: עס זאל זיין שטיל אויף די אידישע גאס. דאס איז זייער איינציגע מהלך וויאזוי זיי קענען בדרך הטבע דורכפירן די גזירה היל"ת, און דערפאר פארלייגן אלע כוחות אויף דעם ציל, סיי מיט דערשטיקן יעדע קול מחאה און דאס זעלבע דורך ווארפן זאמד אין די אויגן פון די ברייטע אידישע גאס בארץ ובגולה, כאילו אלעס איז בסדר.
דער היסטארישער "כינוס הרבבות" וועט עררייכן דעם פארקערטן ציל, עס וועט אויפאמאל אויפשטורעמען די גאנצע אידישע וועלט צו דעם קריזיס. דאס גופא וועט זיין די גרעסטע גירא בעינא דשטנא און שטארקסטע ביטול הגזירה וואס די מפירי ברית וועלן נישט קענען אראפשלינגען.
דער כינוס הרבבות וועט שיקן א מאכטפולע מעסעדזש צו אונזערע געפייניגטע ברידער וועלכע זענען פארצווייפלט און צעדריקט פון די רדיפת הדת, אז דאס גאנצע יהדות החרדית אין אמעריקע איז פאראייניגט אין זייער שטיצע.
דאס איז אצינד אונזער חובת השעה צו געבן מוט און חיזוק פאר די געפייניגטע אידן אין ארה"ק, זיי זאלן הערן און מיטהאלטן אז דאס ערליכע אידנטום אין אמעריקע איז זיי א מעכטיגע רוקן ביין וואס וועט זיך אננעמען פאר זייערע רעכטן און פארשרייען זייער פייניגער.
גלייכצייטיג וועט דער כינוס הרבבות מקדש זיין דעם שם שמים און פארשעמען די אכזריות'דיגע מדינה פירער קבל תבל ומלואה, וואס איז דער אויסגעטרעטענער תכסיס המלחמה כפי מה שקבלנו מרבינו הק' מסאטמאר זי"ע.
[/b]

זייער שטארקע פוינט'ס ערווענט
עס געט אסאך חיזוק פאר די אנגייענדע קאמף, דאס אז מיר פארמאגען אזא מאכטפולע וואפן קעגן אינזערע פיינט, דער קולו של יעקב איז אייביג דאס וויכטיגסטע ועכשיו ביותר, און נאר דאס איז אינזער השתדלות
יעדער יחיד קען היינט דורך פארשידענע מיטלען העלפן אז די וואס ווילען שטום מאכן די קולו של יעקב זאלן נישט ערייכן זייער ציל.

אלט מאנרא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: אינטערן בעט

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך מאי 10, 2017 4:20 pm

eller האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:שכח יענקל משה פארן שיינעם באריכט
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
אורח הכבוד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

דער איד ה' אמור ט"ו אייר תשע"ז

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג מאי 11, 2017 9:38 am

DerYid.jpg
דער איד ה' אמור ט"ו אייר תשע"ז
DerYid.jpg (40.72 KiB) געזעהן 1718 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דאנארשטאג מאי 11, 2017 12:40 pm

אפציע אויפן טיש.
דינסטאג פר' במדבר, פארנט פון די יו. ען.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

ערשטע זייט: דער בלאט

תגובהדורך ראנדער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:27 pm

בילד

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:30 pm

גאנץ שיין, הלואי זאל זיך כלל ישראל קענען פאראייניגן אויף אזא וויכטיגע זאך.

ה' יברך את עמו ישראל בשלום
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

eller
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 11, 2017 1:49 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:גאנץ שיין, הלואי זאל זיך כלל ישראל קענען פאראייניגן אויף אזא וויכטיגע זאך.

ה' יברך את עמו ישראל בשלום

;l;p-
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:18 pm

וועלכע פון די גרעסערע חסידישע קרייזן שטעלן זיך צו?

אוועטאר
אורח הכבוד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:23 pm

דריידל האט געשריבן:וועלכע פון די גרעסערע חסידישע קרייזן שטעלן זיך צו?

ווארט אויפען קאלירפולע קול קורא
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

eller
שר האלפיים
תגובות: 2888
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:24 pm

סאטמאר הייסט עס אז יעדער . פאפא גלייב איך אויך
די שאלה איז אויף באבוב 45/48 סקווירא ווישניץ קלויזענבוירג
איינער וואס ווייסט מער זאל זיך ביטע אנרופן
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:27 pm

וואס איז מיט גור, בעלז, וויזניץ ב"ב( ביידע)?

יענקעל משה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 11:19 am

תגובהדורך יענקעל משה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:34 pm

eller האט געשריבן:סאטמאר הייסט עס אז יעדער . פאפא גלייב איך אויך
די שאלה איז אויף באבוב 45/48 סקווירא ווישניץ קלויזענבוירג
איינער וואס ווייסט מער זאל זיך ביטע אנרופן

עס איז נאך אין די זייער פריע פאזעס
מען האלט אינגאנצן איין וואך פון די ערשטע אנאנסירונג
עס ווערט אבער ערווארטעט א זעלטען ברייטע אין קאלירפולע באטייליגונג
נישט דאס פלאץ כעת אריינצוגיין אין פונקטליכע פרטים

ראנדער
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 12:43 pm

תגובהדורך ראנדער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:52 pm

יענקעל משה האט געשריבן:
eller האט געשריבן:סאטמאר הייסט עס אז יעדער . פאפא גלייב איך אויך
די שאלה איז אויף באבוב 45/48 סקווירא ווישניץ קלויזענבוירג
איינער וואס ווייסט מער זאל זיך ביטע אנרופן

עס איז נאך אין די זייער פריע פאזעס
מען האלט אינגאנצן איין וואך פון די ערשטע אנאנסירונג
עס ווערט אבער ערווארטעט א זעלטען ברייטע אין קאלירפולע באטייליגונג
נישט די צייט כעת אריינצוגיין אין פונקטליכע פרטים


שטילע וואסער גראבן טיף

ביזן סוף
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 09, 2017 10:54 am

תגובהדורך ביזן סוף » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:22 pm

לאמיר ציווארטן אפאר טעג אין מען וועט זען
גראדע האב איך געהערט אז א חלק פין דע קהילות וואס @מצלמה האט דערמאנט הייסט יעצט אז זיי גייען קומן
ביטע זיך האלטן דאס פעדער לויט די תקנות

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:24 pm

וועלכע עסקנים ארבייטן דא פין ביידע זייטן אין סאטמאר? איז עס די זעלבע נעמען ווי ביי די ריזיגע פאלי סקווער פראטעסט?

אוועטאר
אורח הכבוד
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:31 pm

התאחדות פאררופט דאס 'מחאת זעם'
IMG_20170504_141655.jpg
IMG_20170504_141655.jpg (76.3 KiB) געזעהן 1134 מאל
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

תגובהדורך קרעטשמער » דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:13 pm


דער בדחן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 4:54 pm

תגובהדורך דער בדחן » דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:35 pm

וועגען דער וואס האט געפרעגט צו אלע קרייזען וועלען גיין , איז די ענטפער אז סאיז זייער א קאמפלעצירטער שאלה.
ווייל אין די גזירות הגיוס איז דא א טענה אז די חריידישע פארטייען ארבייטען מיט מיט די צבא, נישט אז איך זאג אז סאיז אמת,(נישט אריינגיין יעצט אין די וויכוח ביטע איך וויל
נאר ארויסברענגען א פוינט)
איז ממילא וועט די פראטעסט זיין אויך אקעגען די אגודה מיט זייערער רביס- און אסאך קרייזען אין ניו יארק וועלען נישט זיין באקוועם צוגיין צו אזא פראטעסט.

חוץ אויב מוועט קאנווינצען אז סאיז נאר אקעגען די מדינה מיט די מיליטער, מיט די אלע בחורים כאפערס, קען זיין אז סוועט גלונגען צו שלעפן אפילו מער מעסיגע קרייזען.

באטטעם ליין כדי צו ברענגען א שיינע ציבור, פאדערט זיך אסאך מארקעטינג און ריכטיגע עסקנים וואס זאלען ברענגען די קהילות ווייל סגייט זיין פרעשור אויף פאקערט אויך

ימים יגידו

אוועטאר
סעטינגס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובהדורך סעטינגס » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:03 pm

פארוואס זאל דא זיין אנדערש ווי ביי די פאלי סקווער פראטעסט? דארט זענען אפילו בעלזא דיינים געקומען, די גרעסטע חילוק וועט לכאורה זיין אז דעמאלטס איז מען געקומען פין לעיקוואד אן די ראש ישיבה אין יעצט הייסט עס יעצט אז די לעיקוואד ראש ישיבה ר' מ''ק קומט אויך, אין דער אמת איז, סאטמאר פאר זיך האט גענוג פלייש אנצופילן א ריזיגען עצרת, יעדע חסידות אדער קרייז וואס קומט צו מאכט עס אבער מער קאלורפול

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:10 pm

סעטינגס האט געשריבן:פארוואס זאל דא זיין אנדערש ווי ביי די פאלי סקווער פראטעסט? דארט זענען אפילו בעלזא דיינים געקומען, די גרעסטע חילוק וועט לכאורה זיין אז דעמאלטס איז מען געקומען פין לעיקוואד אן די ראש ישיבה אין יעצט הייסט עס יעצט אז די לעיקוואד ראש ישיבה ר' מ''ק קומט אויך, אין דער אמת איז, סאטמאר פאר זיך האט גענוג פלייש אנצופילן א ריזיגען עצרת, יעדע חסידות אדער קרייז וואס קומט צו מאכט עס אבער מער קאלורפול


איר געדענקט נאך יאיר לפיד און די שקד קאמיסיע אנגעפירט דורך די מכשיפה אילת שקד, וועלכע האבן געפירט א שרעקליכע קאמפיין אז מ'זאל אפשאפן דעם "טל געזעץ" אז בני ישיבות דארפן נישט דינען אלץ לא חוקי.

דעמאלט האבן אלע פארשטאנען אז ס'איז א ביטערע עת צרה און מ'מוז ארויסגיין שרייען אין די גאסן. היינט איז דא אזעלכע וואס זאגן אז ס'איז נישט אזא געפאר און מאכן עס אוועק.

דניאל בוימענגארטן
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:20 pm

איך פרעג צו פארשטיין און נישט ח"ו לקנטר אדער אינטערצורייסן:

לו יהא מ'גייט נאכאמאל צוזאמברענגן אזא ציבור ווי פאלי סקווער, וואס איז נאכדעם? וואס אזי דער ציהל?

איז די מדינה די ציהל פונם יעצטיגן עצרת, גייט מען טרייען צו פארוואסערן די אלע פראבלעמן וואס מ'האט מיט די חרדישע פארטייען אין א"י וואס קאפערירן מיט די וועד הישיבות כדי צו האבן על צד הספק נאך עטליכע הונדערט אדער טויזענט מענטשן?

איז די ציהל מחזק צו זיין די עדה"ח און פלג הירושמלי וואס שטעלן זיך בכלל נישט, זעה איך נישט וויאזוי מ'קען האבן מער ווי די סאטמארע און זייערע אלירטע, אפשר אויך א חלק ליטאים אויף די רוף פון הגאונים הרב קאטלער והרב וואכטפויגעל ועוד כמה, אבער נישט די אנדערע חסידות'ער.

אזוי צו אזוי, איז דא עפעס א ציהל וואס מ'זוכט צו עררייכן יעצט אויב ס'איז אמת אז מ'פלאנט עפעס א ספעציעלע גרויסער מעמד? אדער בלויז חיזוק פאר די לוחמים אין אר"י (וואס איז זייער א וויכטיגע זאך)?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19739
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:28 pm

דניאל, רוב זאכן זענען שוין געווארן אויסגעשמועסט אינעם אשכול, קוקט אויף קריק. ביטע נישט ממשיך זיין דעם שמועס דא, די אשכול איז בלעדי נייעס.
דאס זעלביגע איבער ווער עס וועט זיך משתתף זיין, ווען עמיציר ווייסט קראנט איבער א קהלה וואס גייט זיך 'יא' משתתף זיין, זאל דאס מעלדן אנע באמערקונגען. ביטע זיך האלטן צו די תקנות.

אוועטאר
שכל'דיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:53 pm

סעטינגס האט געשריבן:פארוואס זאל דא זיין אנדערש ווי ביי די פאלי סקווער פראטעסט? דארט זענען אפילו בעלזא דיינים געקומען, די גרעסטע חילוק וועט לכאורה זיין אז דעמאלטס איז מען געקומען פין לעיקוואד אן די ראש ישיבה אין יעצט הייסט עס יעצט אז די לעיקוואד ראש ישיבה ר' מ''ק קומט אויך, אין דער אמת איז, סאטמאר פאר זיך האט גענוג פלייש אנצופילן א ריזיגען עצרת, יעדע חסידות אדער קרייז וואס קומט צו מאכט עס אבער מער קאלורפול

עס איז אביסל א חוליק! אויב די געדענקסט איז דעמלאס אויך געווען (נישט ממש די זעלבע צייט) א מיליאן מענטשן צוזאמקום אין ארץ ישראל
וואס איז געווארן פארופן דורך הרב שטיינמאנ'ס פארטייען, צו לייגן דרוק אויף..... (אויב ווייסטו נישט, פרעג דיר נאך)
ד.מ. אז דעמאלס זענען זיי געווען איינשטימינג מיט די פראטעסטען, בעסער געזאגט נישט אזוי דערקעגן..
מה שאן כן יעצט ווי יעדער ווייסט גייט דאך אן א גרויסע צוטיילונג צווישען די פארטייען אין א"י.
איז אסאך שווערער פאר די מנהיגים וואס זענען אנגעוויזן אויף די עשירים, וואס שטיצן די אנדערע צד/פארטייען
וויבאלד יענע פארטייען זענען יעצט זייער דערקעגן מחאות...

איך האף מיין תגובה, איז 100% לויט די פארשריפטן פון די מנהלים !

אוועטאר
שכל'דיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:58 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:איך פרעג צו פארשטיין און נישט ח"ו לקנטר אדער אינטערצורייסן:

לו יהא מ'גייט נאכאמאל צוזאמברענגן אזא ציבור ווי פאלי סקווער, וואס איז נאכדעם? וואס אזי דער ציהל?

איז די מדינה די ציהל פונם יעצטיגן עצרת, גייט מען טרייען צו פארוואסערן די אלע פראבלעמן וואס מ'האט מיט די חרדישע פארטייען אין א"י וואס קאפערירן מיט די וועד הישיבות כדי צו האבן על צד הספק נאך עטליכע הונדערט אדער טויזענט מענטשן?

איז די ציהל מחזק צו זיין די עדה"ח און פלג הירושמלי וואס שטעלן זיך בכלל נישט, זעה איך נישט וויאזוי מ'קען האבן מער ווי די סאטמארע און זייערע אלירטע, אפשר אויך א חלק ליטאים אויף די רוף פון הגאונים הרב קאטלער והרב וואכטפויגעל ועוד כמה, אבער נישט די אנדערע חסידות'ער.

אזוי צו אזוי, איז דא עפעס א ציהל וואס מ'זוכט צו עררייכן יעצט אויב ס'איז אמת אז מ'פלאנט עפעס א ספעציעלע גרויסער מעמד? אדער בלויז חיזוק פאר די לוחמים אין אר"י (וואס איז זייער א וויכטיגע זאך)?


די חרדישע פארטייען וואס קאפערירן מיט די מדינה ווילן נישט יעצט קיין פראטעסטן...
סאו יעדער וואס קומט איז א געוואלדיגע זאך אפילו אויב מען פארקוקט... (דעת בעל הבית)

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 11, 2017 8:35 pm

געהערט פון א עסקן:
קהילת פאפא און קהילת באבוב-45 גייען הייסן גיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: bedford st, Naftule, ביזן סוף, טראנספארט, יש ברירה, מזי רעב און 57 געסט