פרעזידענט טראמפ אויף א באזוך אין מדנ"י

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

Potus
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מאנטאג מאי 08, 2017 12:05 am

שטראמער האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:רוסלאנד פלאנט אויך צו רוקן זייער אמבעסאדע קיין ירושלים


מקור?

שמעתי
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 694
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג מאי 08, 2017 1:10 am

Potus האט געשריבן:
שטראמער האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:רוסלאנד פלאנט אויך צו רוקן זייער אמבעסאדע קיין ירושלים


מקור?

שמעתי

פון פוטינען אליינס?

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 08, 2017 1:36 am

רוסלאנד דערווייל - טראץ ער שטעלט זיך אוועק אלס א גוטע פריינד פאר איזרעאל - וואוט נאך אויף אלע אנטי איזרעאל רעזאלוציעס אין די יו-ען און אונסקו, זעהט נישט אויס אז זיי האלטן ממש ביים רוקן די אמבאסאדע.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 08, 2017 4:39 pm

זיי זענען נישט אנטי איזרעאל און פרא אראבער, נאר זיי זענען סעלפיש און טוהן וואס עס לוינט זיך זיי. זיי האבען נישט קיין פראבלעם, און קיין בושה זיכער נישט, צו טוישען מארגען און נאכאמאל צוריק איבער מארגען (וויפיל מאל עס פעלט זיי אויס) אויב עס לוינט זיך זיי.

סטאלין האט געוואוט פאר די הקמת המדינה (ווען טרומאן האט געקווענקעלט) ווייל ער האט געמיינט אז עס לוינט זיך אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 08, 2017 4:49 pm

SPUSMN האט געשריבן:זיי זענען נישט אנטי איזרעאל און פרא אראבער, נאר זיי זענען סעלפיש און טוהן וואס עס לוינט זיך זיי. זיי האבען נישט קיין פראבלעם, און קיין בושה זיכער נישט, צו טוישען מארגען און נאכאמאל צוריק איבער מארגען (וויפיל מאל עס פעלט זיי אויס) אויב עס לוינט זיך זיי.

סטאלין האט געוואוט פאר די הקמת המדינה (ווען טרומאן האט געקווענקעלט) ווייל ער האט געמיינט אז עס לוינט זיך אים.

אבער דא איז א אינטערסאנטע זאך, ווי נתניהו פאלט כורעים פאר פוטין'ען, ער באקומט אפשר פון איהם מיליטעריש מיטארבעט און נאך, אבער פון די אנדערע זייט איז ער די גרעסטע שטיצער פאר איראן און סיריע, און שטימט פאר יעדע אנטי איזרעאל רעזאלושאן אינערהאלב די יו-ען.
צום ביישפיל איז לעצטע וואך פארגעקומען אן אפשטימונג אין אונעסקו די יו-ען קולטור ארגינעזעישאן קעגן מדנ"י שליטה איבער ירושלים, א טאג פארדעם איז דארט פארגעקומען א אפשטימונג איבער רוסלאנד'ס אנעקסירוג אין קריימיע, און די רוסישער אמבאסאדער האט געשריגען געוואלד, וואס האט א קולטור ארגעניזעישאן צי שטימען אויף אזעלכע נושאים.
אבער פון די אנדערע זייט אפשר טוט יא עפעס ביבי אויף מיט זיינע חנפ'ענען צי רוסלאנד, ווייל מ'זעט אז די מדנ"י באמבאדירונגען אין סיריע ווערט געהערט קעגן דעם א קול ענות חלושה פון רוסלאנד, אבער ווען אמעריקא באמבאדירט, דעמאלט, הוי ווייסען זיי זיך צי רעגן...
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

SPUSMN
שר שמונת אלפים
תגובות: 8900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 08, 2017 5:26 pm

ריכטיג, דעס איז דער שפיל פון רוסלאנד; א היבש קאמפלאצירטע שפיל. מד"י האט א פרייע האנט איבער סיריע; רוסלאנד שרייט אבער איז נאר פאר די שוויגערס אויגען. מד"י גיבט אמעריקע קלארע אינטעלידזענס איבער סיריע; רוסלאנד שרייט נאך העכער (דער שפיל פאדערט אזוי), און אלעס פארט ווייטער; מען ברענגט אריין פרישע שיפמענטס פון סאפיסטיקירטע מיסעלס פאר היזבאלע (הייסט פאר סיריע) און די רוסען שטייען אין דער זייט ווען עס ווערט חרוב. איראן און רוסלאנד זענען היסטארישע שונאים, אבער דא זענען זיי גוטע פריינד.

שוין געזאגט אמאל אז נאפאליען האט געזאגט אז פראנקרייך האט נישט קיין ברודער, נאר אינטערעסען. און אינטערעסען טוישען זיך. נישט קיין פריינט, נישט קיין שונאים, נאר א שפיל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מאנטאג מאי 08, 2017 8:22 pm

רוסלאנד האט א פראבלעם מיט אמעריקעס זיך אריינמישן ווייל דאן זענען זיי בעל הבית, אויב מדינת ישראל טוט עס שטערט עס נישט רוסלאנדס כבוד, דערפאר שווייגן זיי, ווי אויך האב פוטין פראבירט צו זיך לעקן צו ביבי בשעת אבאמא האט זיך געקריגט מיט אים, בעיסיקלי פארשטיי פוטין אז עס לוינט זיך אים צו זיין גוט מיט ביבי, און דערפאר לאזט ער די מדינה טון היפש מער ווי אמעריקע...

איך גלייב אבער נישט אז רוסלאנד גייט גיין אזוי ווייט ווי ריקן זייער אמבאסאדע קיין ירושלים.
איך האב טאקע ארויפגעברענגט א אלטע ארטיקל, אבער אויב האט איר הנאה לאזט גריסן דעם שרייבער און גיט אים אפ זיין פארדינטן כבוד.

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך מאי 10, 2017 7:11 am

די איינגעשטעלטע אין מדנ"י אויסערן מינעסטעראם האבן היינט געמאלדן אז צוליב וואס די רעגירונג וויל נישט פארמערן זייער געהאלט, וועלן זיי טוהן אלעס צי שטערן טראמפ'ס באזון אין מדנ"י, די איינגעשטעלטע זענען די וואס דארפן צישטעלן אלע דעטאלען פאר די נסיעה, און די פארגאנגענהייט האט שוין אמאל פוטין אפגעשטעלט א באזוך אין מדנ"י נאכדעם וואס די ארבעטער אין משרד החוץ האבן געמאלדן אז זיי גייען דאס צישטערן.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך מאי 10, 2017 7:41 am

פיינעל: טראמפ האט אפגעשטעלט דאס אריבער פירען די אמבאסאדער קיין ירושלים.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 11, 2017 2:34 am

לחם לשובע האט געשריבן:פיינעל: טראמפ האט אפגעשטעלט דאס אריבער פירען די אמבאסאדער קיין ירושלים.

די ווייסע הויז האט געמאלדן, אז ס'איז נישט ריכטיג, טראמפ טראכט עס נאך איבער.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 15, 2017 1:37 pm

לויט באריכטען וועט טראמפ פארן קיין ירושלים, א באזוך ביי פרעזידענט ריבלין, ביים כותל המערבי, סאפער ציזאמען מיט זיין ווייב ביי די פרעמיער מיניסטער, נישט קיין רעדע אין כנסת, צימארגנס א באזוך אין רמאללה, דערנאך וועט ער פארן קיין מצדה אין האלטן א רעדע, און אהיים.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

אוועטאר
יש ברירה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג מאי 15, 2017 1:39 pm

יד ושם?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג מאי 15, 2017 2:01 pm

וואס איז דאס אין מצדה?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג מאי 15, 2017 2:50 pm

ASSOCIATED PRESS: ISRAEL-US SPAT ERUPTS AHEAD OF TRUMP VISIT TO REGION

JERUSALEM (AP) -- The Israeli prime minister's office says it is seeking clarifications from President Donald Trump after an American official said the Western Wall is part of the West Bank.

The spat reportedly erupted during preparations for Trump's visit to the region next week. Trump is planning on visiting the Western Wall in Jerusalem's Old City, the holiest Jewish prayer site.

Israel's Channel 2 TV says the Americans rebuffed a request from Prime Minister Benjamin Netanyahu to join Trump and told him the site is part of the West Bank and not Israeli territory.

An official in Netanyahu's office expressed "astonishment" over the comment.

The official, speaking on condition of anonymity because he was not authorized to speak to the media, said Israel has contacted the U.S. to discuss the matter.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3464
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג מאי 15, 2017 3:21 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:וואס איז דאס אין מצדה?

https://en.wikipedia.org/wiki/Masada

קוק אינמיטן די תגובה מיט הערליכע בילדער פון אויסערן מיניסטער.


לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

אמעריקאנער פארשטייער: כותל איז א חלק פון די מערב ברעג

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 15, 2017 4:58 pm

ברעיקינג: פארשטייער פון מדנ"י וואס האבן זיך געטראפן מיט פארשטייי=ער פון אמעריקא ציציגרייטן די נסיעה, האבן געאפערט אז פרעמיער מיניסטער ביבי זאל באגלייטען די באזוך, די אפער איז געווארן צוריק געוויזען.
דערנאך האט מען אנגעהויבען רעדן וועגן די זשורנאליסטן וואס וועלן זיך באטייליגען ביים באזוך, און אזוי רעדנדיג וועגן איזרעילי זשורנאליסטן, זענען זיי שאקירט געווארן צי הערן פון די אמעריקאנער פארשטייער אז: וואס האט די כותל מיט מדנ"י, דער כותל איז א חלק פון די מערב ברעג!
א ווארט זאדער פון די פרעמיער מיניסטער'ס אפיס האט געזאגט אז מען האפט און גלייבט אז דאס איז נישט וואס פרעזידענט טראמפ אליין האלט.
לעצט פאראכטן דורך לחם לשובע אום דינסטאג מאי 16, 2017 7:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 15, 2017 5:39 pm

פוקס ניוז באריכטעט אז נתניהו איז דער וואס האט געבעטן פון טראמפ אז ער זאל דערווייל נאכנישט אריבער פירען דער אמבאסאדער קיין ירושלים.
דאס קומט נאכדעם וואס דער יו"ר פון די רעפאבליקאנער פארטיי אין מדנ"י (ס'דא אזוינס) טענה'ט שוין לאנג אזוי.
נתניהו האט דאס שארף אפגעלייקענט, זאגנדיג אז דאס איז א פאלנער ליגענט.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג מאי 16, 2017 7:01 am

לחם לשובע האט געשריבן:ברעיקינג: פארשטייער פון מדנ"י וואס האבן זיך געטראפן מיט פארשטייי=ער פון אמעריקא ציציגרייטן די נסיעה, האבן געאפערט אז פרעמיער מיניסטער ביבי זאל באגלייטען די באזוך, די אפער איז געווארן צוריק געוויזען.
דערנאך האט מען אנגעהויבען רעדן וועגן די זשורנאליסטן וואס וועלן זיך באטייליגען ביים באזוך, און אזוי רעדנדיג וועגן איזרעילי זשורנאליסטן, זענען זיי שאקירט געווארן צי הערן פון די אמעריקאנער פארשטייער אז: וואס האט די כותל מיט מדנ"י, דער כותל איז א חלק פון די מערב ברעג!
א ווארט זאדער פון די פרעמיער מיניסטער'ס אפיס האט געזאגט אז מען האפט און גלייבט אז דאס איז נישט וואס פרעזידענט טראמפ אליין האלט.

שאן ספייסער האט געזאגט אז די אויבענדערמאנטע ווערטער זענען געזאגט געווארן דורך די פארשטייער על דעת עצמם, און איז נישט דאס מיינונג פון טראמפ און די אמעריקאנער רעגירונג.

מיין מיינונג: די פארשטייער זענען איינגעשטעלע פון די אמעריקאנער קאנסולאט אין ירושלים, וואס איז אן אפיציעלע קאנסולאט פאר די מערב ברעג און עזה בירגער, איך בין שוין עטליכע מאל געווען דארט, און די רוח דארט איז זייער פרא-פאלעסטיין געשטימט.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך מאי 17, 2017 6:58 am

אמבאסאדאר פרידמן (זעלבסט א שטיצער פון מתנחלים) האט היינט געגעבן אן אינטערוויו פאר די רעכטע "ישראל היום" צייטונג, און געזאגט, אז טראמפ קומט צי צאמזעצן ביידע זייטן פאר שלום געשפרעכן אהן קיין שום פריערדיגע פארלאנגען, די עיקר די צדדים זאלן זיך ציזאמזעצן און זיך אליין פארהאנדעלען, און ער וועט נישט פארלאנגען קיין אפשטלען פון בויען אין די שטחים, און קען זיין אז מען וועט אפילו נישט דארפן מוותר זיין אויף שטחים.
צווישן אנדערע האט ער אויך געזאגט אז טראמפ וועט פאררעכטן אכט יאר פון נישט גוטע פאליסי אין מיטל מזרח, וואס ס'נישט געווען קיין פיהרער. און אויך, אז די איזרעיליס וועלן זיין זייער צופרידן פון טראמפ'ס ספיטש.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 18, 2017 2:23 am

די איזרעילי מידיע, אזוי ווי די אלגעמיינע מידיע איז זייער לינק גענויגט, און זיי פראבירן צי אנשטעלן די באזוך ווי עס גייט זיין א דיסעסטער.
זיי צייכענען אהן אז עס גייט נישט פארקומען קיין קבלת פנים אין עירפארט אזוי ווי ס'איינגעפירט, און אז ער גייט נישט באזוכען אין יד ושם מוזעאום (אפשר פאר א פאר מינוט), ער האט געטוישט די פלאן פון געבן די רעדע אין מצדה, און וועט עס געבן אין א מוזעאם (מוזיאן ישראל), ער גייט נישט רעדן אין כנסת, און ער לאזט נישט די פרעמיאר מיניסטער מיטקומען צי די כותל, ער ריקט נישט די אמבאסאדאר צי ירושלים טראץ וואס ער האט ציגעזאגט, און ער פלאנט צי אויסציפירען א שלום פלאן, טראץ מען ווייסט נישט וואס איז די פלאן, איז דא שפעקולאציעס אז ער פלאנט צי דריקען מדנ"י אויפציגעבן אויף שטחים, און ונוסף על כולנה די באריכטען אז טראמפ האט אויסגעגעבן פאר רוסלאנד סודות וואס ער האט אנהאלטן פון מדנ"י, און וואס האט געלייגט א מדנ"י שפיאן אין סכנה.
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 18, 2017 9:07 am

.
צוגעלייגטע
F170517HP03.jpg
F170517HP03.jpg (367.75 KiB) געזעהן 447 מאל
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

חיימ'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג מאי 18, 2017 9:29 am

לחם לשובע האט געשריבן: ער ריקט נישט די אמבאסאדאר צי ירושלים טראץ וואס ער האט ציגעזאגט, און ער פלאנט צי אויסציפירען א שלום פלאן, טראץ מען ווייסט נישט וואס איז די פלאן, איז דא שפעקולאציעס אז ער פלאנט צי דריקען מדנ"י אויפציגעבן אויף שטחים, און ונוסף על כולנה די באריכטען אז טראמפ האט אויסגעגעבן פאר רוסלאנד סודות וואס ער האט אנהאלטן פון מדנ"י, און וואס האט געלייגט א מדנ"י שפיאן אין סכנה.

אויב די אמעריקאנער פרעסע זענען היפאקריטן קומט עס אבער ווייט נישט צו צו די איזראעלי פרעסע... זיי זיי אטקירן יעצט טראמפ פארן נישט טון זאכן וואס פאר די לינקע דארף צו זיין פונקט גוט, די לינקע האלטן דאך נישט פון ריקען גי אמבאסאדאר קיין י-ם, און פון נישט צוריקגעבן די שטחים. איזראעלי היפאקריטיע במיטבה.

לחם לשובע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג מאי 18, 2017 9:39 am

/
צוגעלייגטע
28155.jpg
28155.jpg (49.01 KiB) געזעהן 413 מאל
\געלט איז גארנישט ווערט, ממש ווי לופט. אבער איך קען נישט אן לופט!

חיימ'ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דאנארשטאג מאי 18, 2017 10:05 am

Wow אזעלכע כבוד! איך מיין ס'האט זיך עם שוין יא געלוינט צו זיין פרעזידענט טראץ די אלע טשעפעראציעס...
זיין דרשה אין ערפארט וועט זיכער זיין א פאזיטיווער, האבנדיג פאר זיך דעם רויטן טעפיך און נאכנישט באגעגענדיג די פראטעסטירער.

דניאל אויערבאך
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מאי 18, 2017 10:48 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:רוסלאנד האט א פראבלעם מיט אמעריקעס זיך אריינמישן ווייל דאן זענען זיי בעל הבית, אויב מדינת ישראל טוט עס שטערט עס נישט רוסלאנדס כבוד, דערפאר שווייגן זיי, ווי אויך האב פוטין פראבירט צו זיך לעקן צו ביבי בשעת אבאמא האט זיך געקריגט מיט אים, בעיסיקלי פארשטיי פוטין אז עס לוינט זיך אים צו זיין גוט מיט ביבי, און דערפאר לאזט ער די מדינה טון היפש מער ווי אמעריקע...

איך גלייב אבער נישט אז רוסלאנד גייט גיין אזוי ווייט ווי ריקן זייער אמבאסאדע קיין ירושלים.

קימט אפשר נישט אריין דא , איך האב זיך אלס געווינדערט וואסי פשט אז מדינת ישראל האט אזויפיעל רוסישע חברה (אימיגראנטען ??) אין דעם לאנד און אין די סיסטעם (פאליציי , מיליטער , וכדו) אזוי ווייט אז רוסישע שפראך איז שוין געווארען ווי די דריטע שפראך נאך היברו און אראביש. אפשר וועגען דעם האט פויטין א סאפט ספאט פאר איזראעל ??


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, rogers, Yahoo [Bot], גליון, דניאל אויערבאך, טראנספארט, יוקל, יציב פתגם, יש ברירה, כאפצעם, מאנטריאלער אינגערמאן, שירה פען און 62 געסט