ניו יארק סיטי קאונסיל קאנדידאט: נידער מיט די אידישע לענדלארדס!

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

די שאלה איז צי דאס איז נישט א חלק פונעם גלות און מען דארף עס מקבל זיין און בלייבן שטיל,
קאן איך נישט די סוגיא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

אפי' אויב מ'דארף עס נישט מקבל זיין איז פארט מער אויסגעהאלטן לדעתי עס צו לאזן לויפן.
ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס דער פארשוין איז דא. יעדע צוויי דריי יאר קומט ער נאכאמאל אפיר, און ווערט צוריק פארשוואונדן. מ'האט ביז יעצט נישט גערעדט פונעם האט מען טאקע נישט געהערט פונעם פאר א יאר צוויי. אויב וועט מען אים יעצט געבן פוסליסיטי - אפי' נעגאטיווע - קען עס אים העלפן זיך האלטן אויפ'ן טיש פאר א לענגערע צייט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
edge
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך edge »

דיבלאזיא (מיט וועמען ער האט זיך אויפגעטוהן אז ער שטייט צוזאמען) האט איהם שטארק אראפגעריסן פאר זיין אנטיסעמיטזם און אינדארסירט זיין קעגנער מארק לעווין
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

משהזוךמיר האט געשריבן:
גראמער האט געשריבן:סיינט די פעטיציע וואס וועט ווערן געשיקט צום גאווערנער .

משהזוךמיר האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז נישט כדי צו רעדן דערפון בכלל. ס'נישט אז ער האט זיך עפעס ארויסגעכאפט, נאר דאס איז זיין קאמפיין. גיי דורך זיין טוויטער קאנטע וועסטו זען אז ער קאמפיינט נאר קעגן אידן, וןאס דאס מיינט אז סיי וועלכע פובליסיטי, אפי' שלעכטע, האסטו אים דעליווערט אין די האנט אריין וואס ער האט געוואלט. לאז געמאכט און ער וועט איינשלאפן אויף נאך צוויי יאר, כדרכו.

למעשה יעצט אז עס איז שוין סייווי פארהאן דעם פאטיציע, מען האט אים שוין סייווי געגעבן פובליסיטי, איז לכאורה יא כדאי ס'זאל אנציען אסאך שטיצערס. אויב נישט איז מען חוזק פון ביידע זייטן.
אוועטאר
שעמעדיגער
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעמעדיגער »

לפי גודל עניות דעתי איז עס די נארישסטע זאך צי מאכן פעטיציעס. עס איז אומאכריותדיג. און עס קען חלילה ברענגן צי מער אנטיסעמיטיזים.
עי' ערך ביוקאט אויף נאצי דייטשלאנד
לעב און לאך א גוטס
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:די שאלה איז צי דאס איז נישט א חלק פונעם גלות און מען דארף עס מקבל זיין און בלייבן שטיל,
קאן איך נישט די סוגיא.

עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז נאר און ארץ ישראל איז מען אין גלות און דארט טאר מען נישט מאכן התגרות באומת... אבער דא און אמעריקע וועט מען איבערדרייען א וועלט אויב מ'מיינט אז ס'דאכט זיך אז איינער​ האט זיך פארטשעפעט מיט אונז.
איזי
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

און איר מיינט אפשר אז אן א 5,000 פעטיציע אונטערשרייבער וועט דער גאווערנאר מיינען אז אלע אנדערע אידן זענען העכסט צופרידן אז מען לאזט דעם שייגעץ טון וואס ער וויל? צו וואס דארף מען איבערקערן די שטאט מיט צוזאמענעמען פעטיציעס. עס וואלט איינער פון אונזערע מויל מאכער'ס געדארפט שטילערהייט קאנטאקטן דעם גאווערנאר אדער אנדערע העכערע באאמטע און בעטן יענעם צו עפענען דאס מויל, און לאמיר זיין שטיל. געזונטער זיך צו האלטן שטיל, לך עמי בואו בחדריך חבו כמעט רגע עד יעבור זעם.
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

יא, זייער גערעכט די אלע טענות. אבער למעשה אצינד ווען עס איז שוין סייווי פארהאן אזא פעטיציע, איז דען נישט בעסער ס'זאל אנציען ווי מער שטיצע?!
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך ווידערהאל מיינע ווערטער, עס מאכט נישט אויס וויפיל די פעטיציע וועט אנציען, יעדער ווייסט פון זיך אליינס אז קיין איין איד האט נישט ליב אז מען רעדט אזוי, און אז יעדער איד וויל דאס זעהן אפגעשטעלט.

ארויפציען אסאך חתימות אויף די פעטיציע קען בלויז דינען דעם צוועק פון מאכן א מצב, א זאך וואס פעלט נישט אויס
פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון יעצט »

טראבל מעיקער האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:די שאלה איז צי דאס איז נישט א חלק פונעם גלות און מען דארף עס מקבל זיין און בלייבן שטיל,
קאן איך נישט די סוגיא.

עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז נאר און ארץ ישראל איז מען אין גלות און דארט טאר מען נישט מאכן התגרות באומת... אבער דא און אמעריקע וועט מען איבערדרייען א וועלט אויב מ'מיינט אז ס'דאכט זיך אז איינער​ האט זיך פארטשעפעט מיט אונז.


התגרות באומות מיינט נישט התגרות בגוי. און אודאי נישט ווען ער איז דער וואס רייצט
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

אויב קען מען אים באזייטיגען אויף א שטילע און קליגע אופן איז עס גאר וויכטיג ווייל לאזען העצען איז א ריזיגע סכנה
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

פון יעצט האט געשריבן:
טראבל מעיקער האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:די שאלה איז צי דאס איז נישט א חלק פונעם גלות און מען דארף עס מקבל זיין און בלייבן שטיל,
קאן איך נישט די סוגיא.

עס איז דא מאנכע וואס מיינען אז נאר און ארץ ישראל איז מען אין גלות און דארט טאר מען נישט מאכן התגרות באומת... אבער דא און אמעריקע וועט מען איבערדרייען א וועלט אויב מ'מיינט אז ס'דאכט זיך אז איינער​ האט זיך פארטשעפעט מיט אונז.


התגרות באומות מיינט נישט התגרות בגוי. און אודאי נישט ווען ער איז דער וואס רייצט

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:קאן איך נישט די סוגיא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

כ'הער אז די אנליין קאמפיין צו פינאנצירן א קאנטער קאמפיין קעגן אים ווערט געפירט דורך אים זעלבסט, דאס מיינט אז ער איז א פשוטע שווינדלער, ער האט שוין ג'גנבט איבער 5000 דאללער ע''פ רוב פין אידן
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

איינמאל פאר אלעמאל זא לעסזייןא גוטע לעקציע אויף די אלע אומאחריות'דיגע אינטערנעט קאמפיינען פון פעטיציעס און גאו פאנד מי אן קיין באזעסענע מענטשן בראש.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

להודיע האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל זא לעסזייןא גוטע לעקציע אויף די אלע אומאחריות'דיגע אינטערנעט קאמפיינען פון פעטיציעס און גאו פאנד מי אן קיין באזעסענע מענטשן בראש.

...אויב איז עס טאקע אמת.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

אידישע לענדלארס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטובה ולברכה »

ס'וואלט געווען אינטערעסאנט מיטצוטיילן א אינטערעסאנטע עפיזאד

אפאר וואכן צוריק בין איך געפלויגן פון ניוארק לופטפעלד, אנקומענדיג צום טשעק-אין איז שוין געווען זייער שפעט צו מיין פלייט, און צו מיין מזל האבן מיינע רענצליך געוואויגן 57 \ 60 פונט, איך קלער אזוי וואס צו טוהן,
רופט זיך אן די טשעק-אין אפיסער א פרוי חם'ס אן אייניקל, יו קנאוי וואט, קום דארט צו די סקעיל איך'על דיך העלפן, זי האט מיר פרובירט צוצוטיילן געוויסע זאכן, צום סוף האט עס געוואגן בערך 52\53 זאגט זי געגאנגען און יאללא, כ'אב ב"ה געכאפט מיין פלייט,

זאגט זי מיר
"יו וואנדער וואיי אייעם גאואינג סאוי אייאט אפ מיי וועי טו העלפ יו ?
"ווייל מיין לענדלאר איז א יוד ער קוקט אויס ווי דיר
"הי טריעט מי לייק א קינג" ענד דעטס וואיי אייעם העלפינג יו"
עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש ה'
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

לטובה ולברכה האט געשריבן:ס'וואלט געווען אינטערעסאנט מיטצוטיילן א אינטערעסאנטע עפיזאד

אפאר וואכן צוריק בין איך געפלויגן פון ניוארק לופטפעלד, אנקומענדיג צום טשעק-אין איז שוין געווען זייער שפעט צו מיין פלייט, און צו מיין מזל האבן מיינע רענצליך געוואויגן 57 \ 60 פונט, איך קלער אזוי וואס צו טוהן,
רופט זיך אן די טשעק-אין אפיסער א פרוי חם'ס אן אייניקל, יו קנאוי וואט, קום דארט צו די סקעיל איך'על דיך העלפן, זי האט מיר פרובירט צוצוטיילן געוויסע זאכן, צום סוף האט עס געוואגן בערך 52\53 זאגט זי געגאנגען און יאללא, כ'אב ב"ה געכאפט מיין פלייט,

זאגט זי מיר
"יו וואנדער וואיי אייעם גאואינג סאוי אייאט אפ מיי וועי טו העלפ יו ?
"ווייל מיין לענדלאר איז א יוד ער קוקט אויס ווי דיר
"הי טריעט מי לייק א קינג" ענד דעטס וואיי אייעם העלפינג יו"
עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש ה'

אזא מעשה דארף מען פארשפרייטן (לאור די היינטיגע צודרייטע סאושעל מידיע תקופה) זאל עס כאטש זיין א קאנטער רעאקציע צו די אלע בייזע בלבולים וואס די מידיע פארסמאקעוועט זיך צו דערציילן אויף אחב"י ווען אימער.
---
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

זי קען נאך פארלירען איר דזשאב
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל זא לעסזייןא גוטע לעקציע אויף די אלע אומאחריות'דיגע אינטערנעט קאמפיינען פון פעטיציעס און גאו פאנד מי אן קיין באזעסענע מענטשן בראש.

...אויב איז עס טאקע אמת.

קול מבשר מעלדט עס.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אומאפיציעל האט געשריבן:און איר מיינט אפשר אז אן א 5,000 פעטיציע אונטערשרייבער וועט דער גאווערנאר מיינען אז אלע אנדערע אידן זענען העכסט צופרידן אז מען לאזט דעם שייגעץ טון וואס ער וויל? צו וואס דארף מען איבערקערן די שטאט מיט צוזאמענעמען פעטיציעס. עס וואלט איינער פון אונזערע מויל מאכער'ס געדארפט שטילערהייט קאנטאקטן דעם גאווערנאר אדער אנדערע העכערע באאמטע און בעטן יענעם צו עפענען דאס מויל, און לאמיר זיין שטיל. געזונטער זיך צו האלטן שטיל, לך עמי בואו בחדריך חבו כמעט רגע עד יעבור זעם.



הלואי... ס'זאגט זיך זייער גרינג.. מ'רעדט צום גאווערנאר און מ'שטילט אים אפ...

היינט גייט גארנישט אן פובליסיטי (נעכטן אויך נישט)
אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

מאכט סענס? האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל זא לעסזייןא גוטע לעקציע אויף די אלע אומאחריות'דיגע אינטערנעט קאמפיינען פון פעטיציעס און גאו פאנד מי אן קיין באזעסענע מענטשן בראש.

...אויב איז עס טאקע אמת.

קול מבשר מעלדט עס.

דער משוגענער האט יעצט צוריק געצויגן... ער זאָגט אז ער פירט עס נישט אן
דערווייל איז די קאמפיין אויף גאו פאונד מי, סוספענדירט
הק׳ טעקעלע
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

tech yid האט געשריבן:
מאכט סענס? האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:איינמאל פאר אלעמאל זא לעסזייןא גוטע לעקציע אויף די אלע אומאחריות'דיגע אינטערנעט קאמפיינען פון פעטיציעס און גאו פאנד מי אן קיין באזעסענע מענטשן בראש.

...אויב איז עס טאקע אמת.

קול מבשר מעלדט עס.

דער משוגענער האט יעצט צוריק געצויגן... ער זאָגט אז ער פירט עס נישט אן
דערווייל איז די קאמפיין אויף גאו פאונד מי, סוספענדירט

יתכן אז דאס איז געווען זיין ציל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

טראבל מעיקער האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:קען איינער ארויפלייגן איוף דראפ באקס ווי ער שעלט.
תודה למפרע

https://www.dropbox.com/s/zovgprim9cpyv ... m.mp4?dl=0

נאכן עס אויס הערן צו איך צוריק פון מיין פריעדיגע תגובה.
פונעם פותח האשכול'ס תגובה האב איך נישט פארשטאנען אז ס'איז אזוי שלעכט וי נאכן זען די קליפ.

איך בין אבער נייגעריג צו ער איז מאטיוועדעד פון אנטי-סעמיטיזם האט ער פראבירט פשוט צו כאפן די שווארצע און לאטינא וואוטערס דורך שפילן מיט זייערע געפילן. נישט אז ס'איז א תירוץ ס'איז מיר פשוט אינטרעסאנט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”