פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע 100 טעג אפצייכענונג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראמפ'ס ערשטע 100 טעג: וויאזוי זענען געווען זיינע אויפטוען?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך אפריל 26, 2017 11:25 pm

אויסגעצייכנט
60
50%
שוואך
31
26%
מיטלמעסיג
28
24%
 
סך הכול שטימען: 119

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:07 am

Supreme Court?

abeg
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:17 am

די עיקר סוקסעס זײנער איז אז די גאנצע Obama's legacy װאס זײ האבן אזױ געמאכט א טראסק איז אזױ אן דער ערד אזש אז אבאמא האט נאך ניטאמאהל ארײנגעמאפט אין זײן נײע דירה אין DC

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:59 am

אבאמא האט געלייגט אמעריקאנע אויף אזא שנעל פארעדיגע ראולער קאוסטער וואס פליט אראפ, טראמפ האט אויסגעניצט די ערשטע 100 טעג קודם צו פארשטייטערן די גאלאפירנדיגע טויטליכע געלויף און מיט סוקסעס.

דאס קוקן אויף זאכן וואס זענען פארענדיגט, און זיך פארהוילן פון זאכן וואס מ'האלט אינמיטן איז א מהלך וואס האט נישט קיין זין. אויב יא קען מען ערוועלן א נייע פרעזידענט יעדע 100 טעג.

די קונץ איז נישט צו ערלעדיגן זאכן אין קורצע טעג, מ'דארף עס טוהן די ריכטיגע וועג אפילו אויב ס'נעמט אביסל לענגער.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:52 am

א שטייגער ווי די סוקסעספולע ״טראמפקעיר״.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6897
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:14 pm

זאכליך האט געשריבן:אבאמא האט געלייגט אמעריקאנע אויף אזא שנעל פארעדיגע ראולער קאוסטער וואס פליט אראפ, טראמפ האט אויסגעניצט די ערשטע 100 טעג קודם צו פארשטייטערן די גאלאפירנדיגע טויטליכע געלויף און מיט סוקסעס.
בוידעם האט געשריבן:א שטייגער ווי די סוקסעספולע ״טראמפקעיר״.


העלטקעיר איז א גוטע משל, אבאמאקעיר האט אזוי פארקריפלט העלטקעיר אז דאס אליינס אז מ'האט אפגעשטעלט די האסטיגע גאלאפ פון אבאמאקעיר איז שוין אן אויפטי

זאכליך האט געשריבן:די קונץ איז נישט צו ערלעדיגן זאכן אין קורצע טעג, מ'דארף עס טוהן די ריכטיגע וועג אפילו אויב ס'נעמט אביסל לענגער.
בוידעם האט געשריבן:א שטייגער ווי די סוקסעספולע ״טראמפקעיר״.


אבאמאקעיר האט אזוי פארקריפלט העלטקעיר אז ס'גייט זיין זייער שווער אז צוריק נארמאל צו מאכן, אבער אנגעהויבן האט מען.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

ענדערסאן קופער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:25 pm

תגובהדורך ענדערסאן קופער » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:29 pm

מ'קען זאגן ס'נישט געווען אזוי שלעכט, ער האט נישט אנגעווערטשאפט עפעס א חורבן דאהי אדער אין אויסערן פאליסי. אבער ער האט אויך גארנישט געטוהן למעשה.

סאו דו ברענגסט בוש,ניקסאן און אייזנהאוער וואס זיי האבן גארנישט געהאט ספעציעל אין די 100 טעג. מיינעך אז ער קען אריינגיין אין די זעלבע קאטאגאריע.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:38 pm

איבערגעשטימט, יעצט איז שוין עפעס אנדערש, איך האלט אז עס איז יא "אויסגעצייכנט" כאטשיג ווייניגער ווי איך האב ערווארטעט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:43 pm

טראמפ האט אין די ערשטע 100 טעג דעליווערד וואס איז געווען די וויכטיגסטע זאך אין מיינע אויגן.

אפגעשטעלט און צוריקגעדרייט די וואנזיניגע אבאמא "אפיזמענט" אויסערן פאליסי. די טראבל מעיקערס איבער די וועלט ווייסן אז היינטיגע צייטן ברענגען אקציעס רעאקציעס, וואס איז קריטיש פאר לאנג טערמיניגע (נישט קורצזיכטיגע) וועלט סטאביליטעט.

דאס איז די אלף. זיינע אלע אינערן פאליטיק אגענדעס אויסער טרעיד גייט מיך נישט קיין סך אן. סופרים קארט גורסיזש איז גווען א פיינע זאך, אויב גייט ער אריינשטופען נאך איינעם אינעם סופרים קארט וועט עס האבן אן עפעקט פאר א לאנגע צייט און געבן אביסל מנוחה פון די ליבעראלע וואס פראבירן צווינגען יעדן וואס גלייבט אנדערש ווי זיי.

לחתימת הענין..... א משוגענער בלייבט ער דער טראמפ, לאמיר האפן אז קושנער כאפט אים ווייטער גוט אן.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:22 pm

קרוץ מחומר האט געשריבן:אקוראט ווי געראכטען
איין שטיק דורכפאל דורך אין דורך

די סופרים קאורט איז אויך א דורכפאל?
און מאכן כינע זיך שטעלן קעגן צפון קארעא?

#כ'פרעג נאר

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:28 pm

איך נעם נישט דא קיין שטעלונג. הינדערט טעג מאכט נישט אויס. די הינדערט טעג איז גוט פאר קאמפיין ציזאגעכצער וזה הא!

פאר די מעשיגענע עמעריקאנע פאלק וואס טוישט זייער מיינונג יעדען טאג איבער צו די פרעזידענט איז גוט אדער נישט, ווי למשל ווען טראמפ שיסט באמבעלעך טוישט זיך די מיינונג פון מיליאנען מענטשען אז באמת איז ער יא גוט... פאר זיי מאכט עס אויס די הינדערט טעג. אבער נישט פאר אונז קלוגע מענטשען. דערווייל קוקט אויס ווי ער פארט אין א גוטע ריכטונג (כאטש ער האט קיין סאך נאכנישט אדורך געפירט) אבער מען דארף געבען די זאך מער צייט צו זעהן ווי זאכן גייען.


יש''כ גדול פאר @כאפצעם און @אויסגערעכנט פאר אייערע הערליכע אנעליזן!
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:32 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:די ערשטע 100 טעג פון טראמפ איז אסאך בעסער ווי געראכטן..

געמיינט האט מען אז:

טראמפ גייט פליען....

א נוקלער מלחמה אין די ערשטע טאג....

טראמפ גייט פייפן אויף אלע קאנסערוועטיוו פאלעסיס...

למעשה פארט דערווייל אלעס נארמאל.

ערענסט גערעד, מען קען נאך נישט שטעלן גאר גרויסע דערגרייכונגען, אבער ער האט געמאכט היפש פראגרעס, לאמיר גיין צוביסלעך.

הקדמה:
עס איז נאך נישט געווען א פרעזידענט זאל אנהייבן זיין טערם מיט אזא פאליטישע צוטיילונג ווי מיר האבן היינט, און דאס שטייט אין וועג פאר רוב זאכן פון ווערן אדורך געפירט, זאכן וואס דעמאקראטן וואלטן ווען צוגעלאזט אמאל לאזן זיי נישט היינט ווייל טראמפ, אבער מיט דעם אלעם לאמיר זען וואס יא.

איינער געדענקט נאך טי פי פי? דאס איז א היפשע דערגרייכונג פאר טראמפס רעזומעי.

נאפטא איז אויפן וועג, ווי עס זעט אויס גייט נפטא אין די קומענדיגע צוויי וואכן אדורך גיין גאר גרויסע ריפארמען, אויך א קרעדיט פאר טראמפ.

אין אמעריקע האנדלט טראמפ מיט קאמפעניס צו צוריקברענגען דזשאבס, יעדען טאג הערט מען פון נאך קאמפעניס וואס גייען אינוועסטן אין מוניפעקטשער אין אמעריקע, דאס איז א גרויסע קרעדיט פאר טראמפ ווייל דאס טוט ער אליינס.
אזוי סאך קאמפעניס טוען שוין אזוי אז די נעראטיוו אז טראמפ נעמט נאר קרעדיט און עס האט גארנישט מיט אים איז שוין צופאלן, כ׳מיין פינקט נאך נאוועמבער 8 האט יעדער סתם אזוי דיסייד צו ברענגען מער ביזנעס קיין אמעריקע? קאם אן... עס מאכט נישט קיין סענס.

ווען עס קומט צו ענערדזשי, טראמפ האט אנגעהויבן צו געבן פערמיטס, אראפגעפלאשט ביכער מיט רעגעלאציעס וואס שטערן ביזנעס און איז נישט געפראוועד אז עס פראווענט קליימעט טשענדזש.

די מעקסיקאו וואנט שטייט נאך טאקע נישט, אבער די פלענער זענען גרייט אויפן טיש, זאג נישט אז עס זעט נישט אויס ווי טראמפ אדמיניסטראציע טוט נישט עפעס דערצו ווייל מען פארהאנדלט שוין לעבעדיג מיט די נויטיגע קאמפעניס, עס איז שוין דא א בלוי פרינט, מען ביד שוין, און עס זעט אויס אז בקרוב גייט די וואנט זיין א פאקט, ווער עס גייט עס צאלן? ווייס איך נישט (איך ווייס גראדע יא) אבער א וואנט גייט זיין.
און לאמיר נישט פארגעסן, טראמפ אן א וואנט אין זיין ערשטע חודש האט שוין פריווענטעד 50% אימעגראנטן פון אריינקומען קיין אמעריקע.

טראמפ האט געעפענט ׳וואויס׳ א דיפארטמענט וואס וועט זיך אפגעבן מיט וויקטעמס פון איליגעל אימעגראנטס, א שריט וואס איז שטארק אויסגעלויבט געווארן.

געלייגט א לאביונג בען פאר 5 יאר.

ביז דא איז אלעס אמעריקען פירסט, נאכדעם איז דא פארעין פאלעסי.

אייסיס האט טראמפ אנגעהויבן צו שניידן שטיקער, אבער דאס איז נארמאל, זיין עיקר שטארקייט האט זיך ארויסגעוויזן ווען עס איז געקומען צו סיריע, ער האט גענומען א ריזעקאלישע שריט וואס א שטארקע פירער דארף קענען נעמען און דערווייל איז עס געווען מיט סוקסעס.

א שטייפע שטעלונג מיט נארט קאריע איז גאר א גרויסע דערגרייכונג.

דערנאך האמער א קאנסערוועטיוו אין סופרים קארט.
מיטונגס יעדען טאג מיט פארשידענע גרופעס ווי שווארצע, פרויען, וועטראנען, און פארשידענע גרופעס פון די ארבעטס קראפט צו אויסשמועסן וואס מען קען בעסער מאכן פאר זיי, אמאל האט מען נאר געקערט וואס די לאבי גרופעס זאגן, היינט האט יעדער א אפענע אויער אין ווייסן הויז... מענטשן שפירען דאס.


יעצט לאמיר זען וואס דו זאגסט:

ריפילן אבאמא קעיר: יא דאס איז א דורך פאל.

טרעוול בען: דורכפאל, אבער עס האט געפירט צו גאר א שטארקע וועטינג סיסטעם אויף דערווייל.

תימן רעיד זאגט מעטיס אז עס איז א סוקסעס, און כאפצעם זאגט אז עס איז א דורכפאל, וועם נעמען מיר אן?
ווי עס איז שפעטער באריכטעד געווארן האט א חלק פון די טרעוול בען און די לעפ טאפ בען געהאט צו טון מיט אינפא וואס מען האט געטראפן אין תימן, זיי זאגן אז מען האט פארדינט גאר אסאך אינפארמאציע פון דארט, רעכט אז עס איז נישט געגאנגען ווי מען האט געוואלט, איינער איז געשטארבן, אבער עס איז נאך נישט קיין דורכפאל.

אינערליכע שלעגערייען איז פארהאן אין יעדע אדמינעסטראציע, אבער ביי טראמפ מאכט מען יעדע ווערטער אויסטויש פאר א געשלעג וואס ווייזט אויף כאאס... גיי זיי מסביר.

די רוסישווע וואלקן לויפט קיינעם נישט נאך, עס זענען נאר דא אזעלעכע וואס גייען אריין אינעם וואלקן פון אייגענעם ווילן, שוין געניג מאל אויפגעוויזן ווי נעריש די קאנספעראציע איז, אז מען רעד שוין פון טראמפ מיט כינע.

די גאנצע פראבלעם איז אז טראמפ וועט זיין צו ווייעך קעגן רוסלאנד, דערווייל טוט טראמפ פינקט וואס מען דארף אפילו ווען עס קומט צו רוסלאנד, אין די יו ען האט טראמפ פארטרעטער קלאר געשטעלט וואו אמעריקע שטייט ווען עס קומט צו רוסלאנד, טילערסאן האט אויך ערקלערט, סאו עס איז נישט דא אויף וואס צו זיך אפרעדן.

אז מען רעד שוין פון די יו ען האט טראמפ געמאכט א שארפן דריי ווען מען רעד פון מדינת ישראל, צו די צופרידענהייט פון רוב אמעריקאנער.

מייקל פלין איז געפלויגן, פארן זאגן ליגענט, עס ברענגט נישט קיין גלאנץ פאר טראמפ.

סעשאנס האט מיט רוסלאנד גארנישט, נאר ווייבאלד ער איז זייער א גראדער מעכל האט ער פארשטאנען אז ער דארף נישט שטיין אן טאפ א אינוועסטיגעישאן וואס נעמט אים אריין, א זאך וואס די לעצטע 8 יאר האמער נישט געזען, און עס ברענגט נישט קיין שום וואלקן.

אויף טעקס ריפארם ארבעט מען יעצט, ווי אויך אויף טרעיד און די וואנט ווי אויבן געשריבן, אבער כאפצעם זעט נישט קיין אנדייטונג אז מען ארבעט דערויף, מדרש פליאה.

אינפעסטראקטשער זע איך טאקע נישט דערווייל עפעס אויפן טיש.

אמעריקע פירסט איז שוין העווי אין קראפט ווי אויבן געשריבן.

נאך עפעס??? איך געדענק שוין נישט

איך מיין אז דאס איז נישט אזוי שלעכט פאר 100 טעג.

פון דא און ווייטער געב איך איבער דאס ווארט פאר משה זוך מיר, ער איז גוט אין דעם.

העי! דו כאפסט מיר ארויס די ווערטער פון מויל, ביזט עס שיין מסדר, און נאכדעם גיבסטו מיר איבער דאס ווארט?....

איצט, צום נושא: (איך שרייב נאר זאכן וואס איך האב א הוספה, מיט די איבריגע בין איך מסכים מיט אויסגערעכנט)

קיסטאון און דעקאטע פייפליינס פעסט אויפ'ן וועג; סוקסעס

דזשאבס איז טאקע זיין קרעדיט, נישט ווייל ס'איז שוין פאני צו טענה'ן אז ס'האט נישט מיט טראמפ נאר ווייל די סי אי או'ס פון עטליכע פון די קאמפאניס האבן קלאר געזאגט אז עס איז יא צו פארדאנקען טראמפ.
אבער, די אלע מעלדונגען זענען נישט ממש א גרויסע אויפטו, ווייל נאך אלעם איז עס עטליכע טויזנט דא, עטליכע טויזנט דארט, ווען די רעדע איז פון א לאנד מיט 323 מיליאן מענטשן. וואס איז יא זיין קרעדיט, איז דער אפטימיסטישע גייסט וואס הערשט אין די עקאנאמיע, ובפרט ביי ביזנעסער. די סטאק מארקעט שיסט ארויף לייק דער איז נאו טומאראו, רעגולאציע טראסקען ארויס פון פענסטער, און נאך.
דזשאבס, איז טאקע געווען אן אויסטערלישע סוקסעס אין פעברואר, אבער האט געכאפט א גליטש אין מערץ. וועט מען מוזן זען אין אפריל און ווייטער וועלכע איז דער ריכטיגער מצב און וועלכע איז 'פונקט געשען.'

געלייגט א האולד אויף אויפנעמען נאך רעגירטנג ארבעטער און העכערן געהעלטער; סוקסעס

איינער געדענקט נאך בלעק לייווס מעטער? אויפגעהערט דאס זיך אננעמען פאר שווארצע אפי' ווען זיי זענען קרימינאלן און מערדער, און אנשטאט שטיצן די לאו ענפארסמענט; סוקסעס

אין פארען פאליסי, פיל א גרעסערע אויפטו פון לייגן דרוק אויף צפון קארעא, איז דער פאקט אז כינע שטעלט זיך שטארק צו דערצו. א זאך וואס אבאמא'ס אכט יעריגע ווייכקייט האט נישט באוויזן אין אכט יאר האט ער באוויזן אין 100 טעג.

יעצט צו כאפצעמ'ס ליסטע:

ריפילן אבאמאקעיר; פלאפ (אפי' אויב מיין טעאריע עס צו לאזן קראכן און אזוי ווערט ער א העלד פאר'ן ראטעווען העלטקעיר איז ריכטיג, כ''ז ס'האט נישט געקראכט איז ער דער צוקראכטער. ווען/אויב מיין פלאן וועט ארבעטן, וועט עס למפרע זיין א סוקסעס.)

טרעוול בען: דורכפאל (אפי' אויב עס ווערט למעשה יא באשטעטיגט, דער עיקר איידיע דערפון איז געווען צום נעמען די זאך מיט א שטורעם, און דאס וועט שוין נישט פאסירן)

תימן רעיד: איינער האט 'פארגעסן' אז נאכדעם וואס אלע נייעס קוועלער זענען געווען ביזי מיט דם 'דורכגעפאלענעם' רעיד, האט א גרויסע נייעס קוואל (כ'געדענק נישט ווער, אפשר די נ.י. טיימס) באריכטעט אז די אמעריקאנער מיליטער ארבעט שוין פעסט לויט די באווייזן אנטדעקט דארט און האלט אן אויג אויף הונדערטער מענטשן א דאנק אינפא באקומען ביים רעיד - און דאס איז געווען פאר מ'האט געלייגט די לעפטאפ פארבאט בעיסד אויף אינפא פונ'ם רעיד.


אבער דער עיקר סוקסעס, און איך גלייב אז כאפצעם, בוידעם, יש ברירה און די אנדערע רעפובליקאנער נעווער טראמפערס וועלן מסכים זיין, איז דער סופרים קארט. עס איז א מורא'דיגע סוקסעס(וואס איז נישט אינגאנצן טראמפס קרעדיט) אז ווען דער סופרים קארט איז געבליבן צוטיילט פיר קעגן פיר האט דער דעמאקראטישער פרעזידענט נישט געקענט טוישן די לאנגיעריגע דעמאגרעפיקס און רוקן דעם קאורט לינקס. ער איז געבליבן מיט'ן צונג אינדרויסן, א רעפובליקאנער איז אריינגעקומען און אריינגעזעצט א קאנסערוואטיוו (און ער האט נאך באלד פיר יאר צו גיין, וואס מיינט אז ס'דא גרויסע שאנסן אז טראמפ וועט קענען ציען דעם קאורט מער רעכט אויב א לינקע ריכטער זאגט זיך אפ אדער שטארבט.)
נאך א גרויסע מיד טערם סוקסעס איז דאס געלונגענע גיין נוקליער. פארוואס סוקסעס? ווייל יעצט איז נאך דא א מעגליכקייט צו פאראייניגן די רעפובליקאנער פארטיי אונטער טראמפ. אין צווי יאר און א צוויי טוץ סקאנדאלן ארום, אויב א לינקער ריכטער שטארבט, איז זייער שווער צו גלייבן א מעקעין און גרעהעם וועלן נישט זאגן (סארי אבער כ'קען נישט נאכמאכן זייער קול אין שריפט) ''מ'טאר נישט טוישן. אז ס'איז געווען א לינקער דארף מען לייגן א לינקער.'' איך בין נישט געווען זיכער אז אפי' יעצט וועלן זיי עס קענען דורכשטופן.

-------

געשטימט האב איך מיטלמעסיג, ווייל זיין נישט קענען אפשלאגן די מידיע אטאקעס, וואס אסאך פון זיי זענען זינלאז און היפאקריטיש ביז גאר (צב''ש ווען א צייטונג שרייבט אויפ'ן זעלבן זייט אז טראמפ איז א משוגע'נער פאר אפי' טראכטן אז מ'האט אים אדער זיינע מענטשן געווייערטעפד, און די רוסלאנד סקאנדאל ווערט ערנסטער נאכדעם וואס ס'איז באקאנט געווארן אז ס'איז געווען א פייסע ארדער וואס מיינט אז בלא בלא בלא, אדער ווען א צייטונג וואס האט אראפגעריסן טראמפ צענדליגער מאל פאר'ן זאגן אז אבאמא האט מייסד געווען אייסיס ווייל מ'דארף קוקן ליטערעלי, שרייבט אין א העדליין: טראמפ איז א כינעזער אגענט, און דער ראי' איז אז ער טוט געוויסע זאכן פון וואס כינע וועט אויך פארדינען) מאכט אז יעדע זאך וואס ער טוט איז א סקאנדאל, יעדע קנייטש מיט די נאז איז אוטרעידזשעס, און דאס אלעס פארשווערט מורא'דיג שטארק אויפצוטון, סיי אין לאנד און סיי אווערסיס. (ווען ער קומט אריין אלס קאןערד איז איין זאך. ער איז אבער אריינגעקומען אלס איינער וואס קען יא צוריקגעבן, ממילא איז זיין פערפארמענס אין דעם געביט שוואכער ווי ערווארטעט.)

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אפריל 21, 2017 2:44 pm

זייער שיינע אנאליזן יעדער, יישר כח!
Fine Tuned Machine

אוועטאר
שטעלפארטרעטר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 9:27 pm
לאקאציע: קלאס נמ. 319

תגובהדורך שטעלפארטרעטר » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:23 pm

ווי איז פאליק??!! איינער האט אים געזען? אוי איך דערמאן זיך ערטעך גיהאט א גילו א שאד א שאד
ווער עס וועט זיין א מחוצף פארן שטעלפארטרעטר וועל איך איבערגעבן פארן מנהל!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:42 pm

געשטימט שוואך אבער דאך נישט ערגער ווי ערווארטעט

זיין אומקאמפעטענץ האט אים דערוואל געראטעוועט, זיין נישט קענען פאראייניגן זיין אייגענע קאנגרעס האט אים דערוואל אפגעהאלטן פון דורך פירן געזעצן ווי די אבאמאקעיר לייט העלט קעיר פלאן

מען שלאגט זיך ארום אין זיין אייגענע באזע איבער דאס אויפבויען א פיזישע וואנט פון איבערן גאנצן גרעניץ (וועלכע איז אגב געטוישט געווארן אויף נישט פיזיש און נישט די גאנצע גרעניץ.. די וואנט גייט לכו' קאסטן הונדרעט ביליאן דאלער (באקמארק...) פונקט ווי אלע אנדערע פעדעראלע פראיעקטן וועלכע האבן צום סוף געקאסט אין די וועלט אריין, און מיר האבן זיך שוין איבערצייגט אין די מעכטיגע סקילס פון טראמפ)

די טרעוועל בען איז געוועהן א גוטע פראסק ווען עפעס א אינזעל אינעם פאסיפיק (קרעדיט: דשעף סעשינס) האט עס ארויסגעווארפן

עס איז נישט קיין פלייץ פון דשאבס. די נומערן זאגן אז נישט.

די סטאק מארקעט האט שוין אויך פארלוירן טראסט אין דעם מייסטער נעגאושיעיטער, און האט האסטיג אפגעשטעלט איר גאלאפ און איז אין פאקט 600 פונקטן נידריגער ווי איר הויכפונקט

נאך א צעהן מינוטיגע לעקציע פון טשיינע פרעזידענט האט ער אנגעהויבן כאפן אז נארט קארעא איז פראבלאמאטיש און זינט דאן איז טשיינע געווארן אויס קוררענסי מענופעלירער און מען הערט נישט קיין מאג וועגן די סאוט טשיינע סי, אלעס איז שא שטיל

איך ווייס נישט פונקטליך וואס עס קען ווערן אנגעוויזן אלץ סוקסעס ווען עס קומט צו נארט קארעא, עס איז נישט א אישו וואס קען ווערן געסאלווט פון דרויסן, איי דאונט קנאו

איבער די תימן רעיד קען איך נישט זאגן קען זיין עס איז געוועהן א סוקסעס האו קנאוס, און אפי' אויב נישט ווייס איך נישט וויפיל ס'איז זיין שולד צו קען מען גלייבן די באריכטן אז די גרין לייט איז געגעבן געווארן אינמיטן סאפער, איך ווייס נישט. אבער איך מיין אז א מיליטערישע רעיד קומט נישט אריין אין די ליסטע נישט צום גוטן און נישט צום שלעכטן

קיסטאון פייפליין איז א סוקסעס פאר די 30 פערמענאנטע דשאבס וואס עס ברענגט מיט זיך, לאמיר כאפן א רקידה

די ס.ק. איז א געווינס פאר די פארטיי אבער נישט ממש א זאך וואס מען קרעדיט א "פרעזידענט"

ער האט געווארפן מיסילס אויף סיריע און מיט דעם אויפגעטון צוויי זאכן, איינס ער האט געוויזן א ער איז נישט מיט רוסלאנד, און צוויי אז ער נעמט קעיר. פאליטיש איז עס געוועהן גאנץ א גוטע שריט אבער דאס אנצורופן א דערגרייכונג איז ליצנות, אפשר אויף אנצוצייגן א ריכטונג איז עס גוט

די איראן דיעל איז קאי וקיים ווי אויך די פאריזער דיעל

סטיוו בענען איז האלב אינדרויסן, דאס איז א פאזיטיווער זאך

ער איז געווארן עטוואס בעסער מיטן אבאכט געבן אויפ'ן פיסק זיינעם, מען קען שוין הערן דא דארט ווי ער עעע... עעע... מעסט זיינע ווערטער...

100 טאג איז א קליינע צייט טא מען קען נישט מעסטן א פרעזידענט מיט דעם. עס קען ווערן בעסער עס קען ווערן ערגער.

איז דא עפעס זאכליך אנצוצייגן אז ער האט דערגרייכט אין די ערשטע 7٪ פון זיין פרעזידענסי...? איי דאונט טינק סאו

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:10 pm

בוידעם האט געשריבן:א שטייגער ווי די סוקסעספולע ״טראמפקעיר״.



די ביסט שרעקליך שנעל, דו לאזט נישט קיינעם האבן א ספק פאר א רגע אז טראמפ האט געהאט עני סארט סוקסעס...

דזשאסט פאר יור אינפאו, אין מיין אינדוסטרי אליין האטער די ערשטע וואך מבטל געווען א רעגולעישען וואס דו ווייסט נישט...

עניוועי, קיפ איט אפ! האלט דעם עולם 'אינפארמירט'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:17 pm

העי... טשיל...

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 775
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:22 pm

אן אמעריקאנער פרוי איז היינט באפרייט געווארן פון א מצרישע תפיסה נאך שתדלנות פון פרעזידענט טראמפ.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:27 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:א שטייגער ווי די סוקסעספולע ״טראמפקעיר״.



די ביסט שרעקליך שנעל, דו לאזט נישט קיינעם האבן א ספק פאר א רגע אז טראמפ האט געהאט עני סארט סוקסעס...

דזשאסט פאר יור אינפאו, אין מיין אינדוסטרי אליין האטער די ערשטע וואך מבטל געווען א רעגולעישען וואס דו ווייסט נישט...

עניוועי, קיפ איט אפ! האלט דעם עולם 'אינפארמירט'...


קום אראפ אביסעלע.

מיינע ווערטער האט זיך באצויגן צו א ציטאט פון זאכליך, וואס האט געלויטעט ווי פאלגענד: זאכן וואס מען טוט שנעל האט נישט קיין סוקסעס.

אויף דעם האב איך געברענגט א עקזעמפאל, טראמפקעיר, שנעל געטון, אן קיין סוקסעס.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:33 pm

אגב, די אשכול איז נישט געמאכט צו ׳אינפארמירן׳. דא דיסקאסירט מען/אנקעטירט מען די סוקסעס פון טראמפ.

אגב דאגב, איך געדענק נישט וויכטיג מאכער דערמאנען סוקסעסן פון פרעזידענט אבאמא.

אגב דאגב דאגב, א גוטע וואך.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:44 pm

א גוטע וואך...

אין מיין אינדוסטרי האט אבאמא נישט געהאט קיין סוקסעס, ער האט בלויז חרוב געמאכט! וואס האסטע געוואלט איך זאל שרייבן, אבאמא האט סוקסעספול ארויסגעלייגט נאך איינעם פון ביזנעס? אדער אז אבאמא האט סוקסעספול איינגערעדט דעם עולם אז בענגאהזי האט מיט א ווידיאו, אדער אז ער האט סוקסעספול געגעבן פאר איראן אויסלייז געלט וכד'...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:46 pm

וויכי קום צו מיר אפנעמען א קניפ אין בעקעלע...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
tech yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:51 pm

טראמפ גייט אפהאלטן א מאסיווע ראלי אין פענסילוועניע נעקסטע וואך מוצאי שבת, אפצייכענען 100 טעג אין ווייסן הויז
fffidget.com

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:52 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א גוטע וואך...

אין מיין אינדוסטרי האט אבאמא נישט געהאט קיין סוקסעס, ער האט בלויז חרוב געמאכט! וואס האסטע געוואלט איך זאל שרייבן, אבאמא האט סוקסעספול ארויסגעלייגט נאך איינעם פון ביזנעס? אדער אז אבאמא האט סוקסעספול איינגערעדט דעם עולם אז בענגאהזי האט מיט א ווידיאו, אדער אז ער האט סוקסעספול געגעבן פאר איראן אויסלייז געלט וכד'...

;l;p- נאר אזוי לקיים מה שנאמר עם עקש תתפתל
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4517
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מוצ"ש אפריל 22, 2017 10:55 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:א גוטע וואך...

אין מיין אינדוסטרי האט אבאמא נישט געהאט קיין סוקסעס, ער האט בלויז חרוב געמאכט! וואס האסטע געוואלט איך זאל שרייבן, אבאמא האט סוקסעספול ארויסגעלייגט נאך איינעם פון ביזנעס? אדער אז אבאמא האט סוקסעספול איינגערעדט דעם עולם אז בענגאהזי האט מיט א ווידיאו, אדער אז ער האט סוקסעספול געגעבן פאר איראן אויסלייז געלט וכד'...


וואס איך וויל?

אז דו זאלסט נישט פארלאנגען פון א צווייטן וואס דו אליין טוסט נישט.

זאלסט פארשטיין אז פאליטיק האט צוויי זייטן, יעדע שטיק צייט איז יעדער אויף די אנדערע זייט, און יעדער שפילט זיין ראלע לפי הזמן.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מוצ"ש אפריל 22, 2017 11:03 pm

יעצט ווייסעך וואס דו ווילסט, און יעצט דארף איך עס טרייען אריינצולערנען אין דיינע תגובות...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Good eye, א גולם, הרב_שלום, קנעטענע קיגעל און 35 געסט