פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע 100 טעג אפצייכענונג

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טראמפ'ס ערשטע 100 טעג: וויאזוי זענען געווען זיינע אויפטוען?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך אפריל 26, 2017 11:25 pm

אויסגעצייכנט
60
50%
שוואך
31
26%
מיטלמעסיג
28
24%
 
סך הכול שטימען: 119

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע 100 טעג אפצייכענונג

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 4:20 pm

פרעזידענט טראמפ'ס ערשטע הונדערט טעג קומען צו אן ענדע און ווי עס איז דער סדר פאר די לעצטע ארום אכציג יאר ווערט די 100'סטע טאג אפגעצייכנט אלס חשבון הנפש וואס דער נייער פרעזידענט האט אלס אויפגעטוהן/דורכגעפאלן אין די ערשטע גרעסערע תקופה פון זיין פרעזידענסי, און וועלעכע פון זיינע קאמפיין צוזאגן ער האט איינגעהאלטן אדער צובראכן.

כדאי צו פארשטיין בעסער וויאזוי צו שאצן די דערגרייכונגען פון די תקופה איז גוט עס צו לייגן אין קאנטעקסט און זעהן וויאזוי אנדערע פרעזידענטן האבן דאן געהאנדעלט און וואס זיי האבן דורכגעפירט אין זייערע ערשטע 100 טעג אין אפיס.

די ערשטע פרעזידענט וואס האט אנגעהויבן מיט די 100 טעג פראפאגאנדע איז געווען פרענקלין רוזעוועלט. רוזעוועלט איז איינגעשוואירן געווארן אינמיטן דעם ערגסטען עקאנאמישע קאטאסטראפע אין אמעריקאנער היסטאריע. רוזעוועלט איז דאן אריינגעקומען מיט א שטורעם און מיטן דעמאקראטישן קאנגרעס דורכגעפירט אזויפיל ווי 76 געזעצן (חוץ 9 עקזעקיוטיוו ארדער'ס) אין שפיץ פון די "נאציאנאלע אגריקולטור אקט", די "נאציאנאלע אינדוסטריאלע ערהוילונגס אקט", די "נאציאנאלע זיכערהייט אקט", די "נאציאנאלע באנקירער אקט"; פראגראמען וועלעכע האבן אריינגעגאסן הינדערטער מיליאנען דאלארן אינעם עקאנאמיע עס ארויסצושלעפן פונעם גרויסן דעפרעסיע, און איינגעפירט ברייטע רעגולאציעס אויף וואל סטריט און די גרויסע בענק.

פרעזידענט לינדען דזשאנסאן רייטענדיג אויף א הויעכע אפראוול ראטע אריינקומענדיגן אין אפיס האט אין זיינע ערשטע הינדערט טעג דורכגעפירט 31 עקזעקיוטיוו ארדער'ס און 10 געזעצן צווישן זיי די ברייטסטע רעפארמען אנגעהויבן פונעם "נאציאנאלער מעדיקעיד אקט", "ערציאונגס הילף אקט", ביז די היסטארישע "סיוויל רייטס אקט".

פרעזידענט ראנאלד רעיגען האט אין זיינע ערשטע הינדערט טעג באוויזן מיטן "דעמאקראטישן" קאנגרעס דורכצופירן 9 געזעצן (א חוץ 36 עקזעקיוטיוו ארדער'ס) צו שניידן טעקסעס,שניידן ספענדינג, און פארגרעסערן די מיליטער בודזשעט.

פרעזידענט באראק אבאמא איז אריינגעקומען אין אפיס אינמיטן די גרויסע רעסעסיע. רייטענדיג אויף א הויכן אפראוול ראטע, א לענדסלייד זיג און א מיאריעטעט אין ביידע הייזער אין קאנגרעס האט ער דורכגעפירט 11 געזעצן (חוץ 19 עקזעקיוטיוו ארדער'ס) צווישן אנדערע די גרויסע "סטימיולעס ערהוילונגס" ביל אריינגיסענדיג קרוב צו 800 ביליאן דאלער אינעם עקאנאמיע, די "פעיר פעי אקט", "קינדער העלט אינשורענס אקט", און האט איינגעפירט דעם "וועכענטליכען פרעזידענטליכע אדרעסס" צום פאלק וואס האלט אן ביז היינט.

ווידער אנדערע זענען נישט געווען אזוי מזל'דיג און נישט אנגעקומען צו ווייט.

פרעזידענט ביל קלינטאן איז אריינגעקומען אין אפיס מיט א שוואכע מאנדאט, אבער האט טראץ דעם געפלאנט א גרויסע אג'ענדע. ער האט למעשה אונטערגעשריבן 15 עקזעקיוטיוו ארדער'ס און דורכגעפירט 24 בילס אינעם דעמאקראטישן קאנגרעס אבער דאס זענען געווען קלענערע זאכן אן קיין גרויסע אפעקטן, ווידער איבער זיינע גרויסע פלענער האט ער אבער נישט מצליח געווען, דורכפאלנדיג צו באקומען לעגעסלאטיווע שטיצע פאר זיין ברייטע עקאנאמישע סטימיולעס ביל, און אזוי אויך איז זיין לאנג ערווארטעטע העלטקעיר פלאן מיאוס דורכגעפאלן.

פרעזידענט דזשעראלד פארד איז אריינגעקומען אין אמט נאך וואס זיין אויבערהאר פרעזידענט ניקסאן האט רעזיגנירט, ער האט אנגעהויבן מיטן רעכטן פוס זיך אהערשטעלנדיג אלץ געטרויבארער מאן וועם מענטשן האבן טאקע געגליכן און געווען גרייט צו אריבערמישן דאס בלעטל מיטן ניקסאן פרעזידענסי. האט ער אבער בלויז עטליכע וואכן אריין אין זיין פרעזידענטשאפט געמאלדן דאס פארדענען ניקסאן, און דאס האט אנגעמאכט א ריזיגע קאנטראווערסיע ווערנדיג באשולדיגט אין מאכן א דיעל איבער א פארדאן/פרעזידענט אויסטויש. די איבערקערעניש האט מער ווייניגער אנגעהאלטן פון זיינע ערשטע 100 טעג ביזן עלעקשאן ווי ער האט פארלוירן.

פרעזידענט דזשאן עף קענעדי איז אריינגעקומען מיט א היסטארישע הויכע אפראוול ראטע, ער האט אבער געהאט א גאר שווערער ערשטע הינדערט טעג, רוסלאנד האט דאן געבראכן היסטאריע מיטן זיין די ערשטע לאנד צו שיקן א מענשט אין ספעיס וואס האט פארשעמט קענעדי, און אזוי אויך האט ער דורכגעפירט די באקאנטע "בעי אוו פיגס" אינוואזיע קעגן די קאמיוניסטישע קיובא וועלעכע איז מיאוס דורכגעפאלן און האט אין רעזולטאט בלויז פארשטארקערט די פיינטליכע קאסטרא רעזשים.

ווידער די פרעזידענטן דווייט אייזנהאוער, ריטשערד ניקסאן, דזשארדזש עידזש בוש, דזשארדזש דאבעליו בוש האבן נישט געהאט קיין שום ספעציעלע דורכפעלער ווענגלייך קיין שום ערענסטע דערגרייכונגען.

פרעזידענט דאנעלד טראמפ איז אריינגעקומען אין אפיס האבענדיג די מיאריטעט אין ביידע הייזער פון קאנגרעס אבער מיטן שוואכסטן אפראוול ראטע אין היסטאריע און האבנדיג פארלוירן די פאפולערע שטימען מיט כמעט 3 מיליאן.

דער פרעזידענט איז אריינגעקומען מיט א גאר גרויסע אג'ענדע, מיט א לאנגע ליסטע פון ערענסטע צוגעזאגעכצער. פון ריפיעלן אבאמאקעיר, אינפעסטרוקטור, טעקס רעפארם, ביז איבערמאכן האנדלס אפמאכן, בויען א דרום גרעניץ וואנט, הויעך טעקסן אימפארטירער, סענקשוערי סיטיס פאנדינג אפהאלט, טעראר לענדער בען וכו'.

שליסנדיג זיינע ערשטע הינדערט טעג האט ער דערווייל נישט צו צייגן קיינע ערענסטע זאכן ארלעדיגט.

ריפיעלן אבאמאקעיר, איז דורכגעפאלן.

די טרעוול בען, איז צוויי מאל דורכגעפאלן.

די תימן רעיד, איז דורכגעפאלן.

אינערליכע שלעגערייען באקומען טעגליך א פרישן טוויסט.

א שווארצע רוסישע וואלקן באגלייט די גאנצע אדמיניסטראציע ספעציעל זינט די עף בי איי האט פובליקלי געמאלדן אז זיי זענען אונטער אויספארשונג.

דער העכסטער נאציאנאלער זיכערהייט באאמטער מייקל פלין האט געמוזט רעזיגנירן אין אן ערענסטע רוסלאנד סקאנדאל.

דער אטורני דזשענעראל דזשעף סעשאנס האט זיך געמיזט אפזאגן פונעם רוסלאנד אויספארשונג נאכפאלגענדיג אן ערענסטע פורדזשערי סקאנדאל.

טעקס רעפארם, אינפערסטרוקטור, דרום וואנט, טעריפס, רינעגאשיעטן טרעיד דיעלס זענען דערווייל נישט דורכגעפירט געווארן, און עס איז דערווייל נישט פארהאן קיין שום אנדייטונג אז די אדמיניסטראציע איז אין די ערענסטע ארבייט פאזעס אויף סייוועלעכע פון די נושאים.

פון די אנדערע זייט האט די אדמיניסטראציע -וועלעכע איראניש איז געלאפן אויף אן "אמעריקא ערשט" סלאגאן- געלייגט א שטארקע דגוש אויף אויסערן פאליסי.

אין תימן און אין סאמאליע האבן זיי אנגעהויבן א פארשטארקערטע קאנטאר על קאידע אפענסיווע און איבער זייערע פארבינדעטע גרופעס.

אין סיריע, נאכפאלגענדיג דעם בארבארישן גאז אטאקע דורך דער סיריער פירער האבן זיי דורכגעפירט אטאקעס קעגן דעם רוסישן געשטיצטן רעזשים, (טאקע אפשר בלויז סימבאלישער אבער) א היבש געוואגטע אקציע וועלעכע האט געקריגן ברייטע לויב ווערטער אין אמעריקא און אין די מערב וועלט און אירע אלאירטע.

אין נארט קאריע האט די אדמיניסטראציע גענימען א גאר אקטיווע שטעלונג פארענדיגנדיג די ביז יעצטיגע "סטראטעגישע ווארטונג" (וואס האט ווי פארשטענדליך נישט געברענגט גארנישט נאר געבארגט צייט), און אנגעהויבן מיט פילע סטראשערייען מיט אפיציעלע סטעיטמענטס און אויף טוויטער.

אין די מיטל מזרח ארבייט די אדמיניסטראציע העפטיג צוזאצוברענגן די איזראעיליס און די פאלעסטינער אנצוהייבן געשפרעכן פאר אן עווענטועלע שלום אפמאך צווישן די צוויי זייטן.

דאס אלעס זענען שטארק מערקוועדיגע שריט, אבער די ענדגילטיגע רעזולטאטן האט מען נאך דערווייל לע"ע נישט געזעהן און דעריבער קען עס נישט ווערן אנגערופן קיינע "אויפטוען" יעצט ביי די ערשטע הינדערט טעג שליסונג, הגם ס'איז מעגליך אז פארענדיגנדיג זיין פרעזידענסי וועט עס דאן ליגן אויף זיין אקאמפלישמענטס ליסטע.

ס"ה: ווי מ'זעהט פון די פריערדיגע אדמיניסטראציעס זענען די ערשטע הינדערט טעג לאו דווקא א גאראנטי וויאזוי די פולע פרעזידענסי וועט זיך צום סוף אויסלאזן. דעריבער הגם ס'איז א גאר ערענסטע פאקטאר איז אבער טראמפ'ס ערשטע הינדערט טעג דורכפאל נישט א פאורקעסט אויף ווייטער וויאזוי עס קען זיך עווענטועל ענדיגן.
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום פרייטאג אפריל 21, 2017 12:13 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 4:25 pm

עס איז זיכער ערגער ווי געראכטן, אבער כ'בין מער אנטוישט אין די רעפובליקאנער קאנגרעס ווי איידער אינעם פרעזידענט. ער האט פרובירט זיין בעסטע, וואס קען ער טוהן אז ער דיעלט דא מיט א באנדע ליידיג גייער?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 5:29 pm

פונקט ווי געראכטן...

אגב, נארט קארעא און על קאידא איז בכלל נישט קיין סתירה צו טראמפ'ס אמעריקע פירסט און זיינע לאנג יעריגע טענות. סיריע כעמישע רעאקציע און מדינת ישראל שלום איז טאקע איראניש
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שטראמער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 5:45 pm

מאכט סענס? האט געשריבן:עס איז זיכער ערגער ווי געראכטן, אבער כ'בין מער אנטוישט אין די רעפובליקאנער קאנגרעס ווי איידער אינעם פרעזידענט. ער האט פרובירט זיין בעסטע, וואס קען ער טוהן אז ער דיעלט דא מיט א באנדע ליידיג גייער?


איך האלט די זעלבע. אבער די תירוץ איז גוט פאר סתם א פרעזידענט נישט פאר אים ווייל ער איז געלאפען אלס א דיעל מעיקער און אז ער גייט טשעינזן וואשינגטאן.
און ער האט גארנישט דעליווערט

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 6:20 pm

ריכטיג, אבער אזעלכע זאכן ווי טוישן וואשינגטאן האט ער נישט געזאגט אז ער גייט באווייזן אין די ערשטע הונדערט טעג. דאס איז אן עבודה קשה, וואס האפנטליך וועט ער קענען באווייזן במשך השנים.

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 7:01 pm

פונקט ווי געראכטן און ערגער ווי געראכטן, ווייל אויף דעם האב איך מיך געראכטן אז עס וועט זיין ערגער ווי געראכטן.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

שבתי בוים
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 7:11 pm

בוידעם האט געשריבן:פונקט ווי געראכטן און ערגער ווי געראכטן, ווייל אויף דעם האב איך מיך געראכטן אז עס וועט זיין ערגער ווי געראכטן.

אן אקסי מאראן. ווי די רבישע חתונה וואס איז ערווארטעט צו זיין העכער אלע ערווארטונגען...

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 7:41 pm

כאפצעם וועט עפענען א אשכול ביי 100 טעג
פונקט ווי געראכטן..

די ארטיקל בעצם
בעסער ווי געראכטן!!!


נו, וואס איז מיט טראמפ?! עה... איך האב נישט קיין אנונג
שטאלץ מיט מיין פראופייל..
מערסט אקטיוו אין פארום: היימישע פארברענגן
פארוואס?

אוועטאר
קרוץ מחומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 1:08 pm

תגובהדורך קרוץ מחומר » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:31 pm

אקוראט ווי געראכטען
איין שטיק דורכפאל דורך אין דורך

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:33 pm

ווענדט זיך אויף וואס מען האט זיך געראכטן...

איך וואלט פארשטאנען אז די וואס האבן ערווארטעט גרויסע זאכן (אזוי ווי מיר) זאלן שטימען אז עס איז ערגער ווי געראכטן (אזוי ווי איך האב געשטימט), און די וואס האבן ערווארטעט אז עס זאל זיין א דיזעסטער (אזוי ווי כאפצעם...) זאלן שטימען אויף בעסער ווי געראכטן.

צו מען שטימט טאקע אזוי? גרויסע ספק...

נ.ב. מיינע ערווארטונגען זענען נאכנישט געפאלן, איך ערווארט נאך אלץ גרויסע זאכן פון אים, אויב וועט ער עס נישט נאכקומען וועט ער מיר זייער אנטוישן

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:35 pm

ער איז נישט מער אקטיוו אין אויסערן אנגעלעגנהייטען, דארט האט א פרעזידענט מער מאכט און ער ווערט נישט אפגעשטעלט דורעך פארטיזען פאליטיקס.

דאס ביסעל וואס ער האט געטוהן אין אויסערן זעהט דערווייל אויס גאנץ פיין, נישט עפעס מוראדיג אבער ער האט כאטש נישט פארהרגעט כנוסח אבאמא.

אין אמעריקע דארף ער זיך ספראווענען מיט די פאנדרעיזערס אין קאנגרעס און אין סענאט וואס ווילען נישט ברענגען קיין זאכליכע ביללס צו אים, אבאמא האט אויך נישט צופיהל אויפגעטוהן דורעכאויס די אכט יאר זיינע.

עס גייט זיין טראמפס שולד צום סוף טאמער ענדיגט ער ביי זיראו אבער מען האלט נאך נישט דארט.

מוזיק באנד
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 28, 2016 11:50 pm

תגובהדורך מוזיק באנד » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 8:38 pm

ממש ווי מ׳האט זיך געראכטן, ער איז אומשטאנד צי אויפטוען און אזוי אויך חרוב צי מאכן…

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 10:25 pm

די ערשטע 100 טעג פון טראמפ איז אסאך בעסער ווי געראכטן..

געמיינט האט מען אז:

טראמפ גייט פליען....

א נוקלער מלחמה אין די ערשטע טאג....

טראמפ גייט פייפן אויף אלע קאנסערוועטיוו פאלעסיס...

למעשה פארט דערווייל אלעס נארמאל.

ערענסט גערעד, מען קען נאך נישט שטעלן גאר גרויסע דערגרייכונגען, אבער ער האט געמאכט היפש פראגרעס, לאמיר גיין צוביסלעך.

הקדמה:
עס איז נאך נישט געווען א פרעזידענט זאל אנהייבן זיין טערם מיט אזא פאליטישע צוטיילונג ווי מיר האבן היינט, און דאס שטייט אין וועג פאר רוב זאכן פון ווערן אדורך געפירט, זאכן וואס דעמאקראטן וואלטן ווען צוגעלאזט אמאל לאזן זיי נישט היינט ווייל טראמפ, אבער מיט דעם אלעם לאמיר זען וואס יא.

איינער געדענקט נאך טי פי פי? דאס איז א היפשע דערגרייכונג פאר טראמפס רעזומעי.

נאפטא איז אויפן וועג, ווי עס זעט אויס גייט נפטא אין די קומענדיגע צוויי וואכן אדורך גיין גאר גרויסע ריפארמען, אויך א קרעדיט פאר טראמפ.

אין אמעריקע האנדלט טראמפ מיט קאמפעניס צו צוריקברענגען דזשאבס, יעדען טאג הערט מען פון נאך קאמפעניס וואס גייען אינוועסטן אין מוניפעקטשער אין אמעריקע, דאס איז א גרויסע קרעדיט פאר טראמפ ווייל דאס טוט ער אליינס.
אזוי סאך קאמפעניס טוען שוין אזוי אז די נעראטיוו אז טראמפ נעמט נאר קרעדיט און עס האט גארנישט מיט אים איז שוין צופאלן, כ׳מיין פינקט נאך נאוועמבער 8 האט יעדער סתם אזוי דיסייד צו ברענגען מער ביזנעס קיין אמעריקע? קאם אן... עס מאכט נישט קיין סענס.

ווען עס קומט צו ענערדזשי, טראמפ האט אנגעהויבן צו געבן פערמיטס, אראפגעפלאשט ביכער מיט רעגעלאציעס וואס שטערן ביזנעס און איז נישט געפראוועד אז עס פראווענט קליימעט טשענדזש.

די מעקסיקאו וואנט שטייט נאך טאקע נישט, אבער די פלענער זענען גרייט אויפן טיש, זאג נישט אז עס זעט נישט אויס ווי טראמפ אדמיניסטראציע טוט נישט עפעס דערצו ווייל מען פארהאנדלט שוין לעבעדיג מיט די נויטיגע קאמפעניס, עס איז שוין דא א בלוי פרינט, מען ביד שוין, און עס זעט אויס אז בקרוב גייט די וואנט זיין א פאקט, ווער עס גייט עס צאלן? ווייס איך נישט (איך ווייס גראדע יא) אבער א וואנט גייט זיין.
און לאמיר נישט פארגעסן, טראמפ אן א וואנט אין זיין ערשטע חודש האט שוין פריווענטעד 50% אימעגראנטן פון אריינקומען קיין אמעריקע.

טראמפ האט געעפענט ׳וואויס׳ א דיפארטמענט וואס וועט זיך אפגעבן מיט וויקטעמס פון איליגעל אימעגראנטס, א שריט וואס איז שטארק אויסגעלויבט געווארן.

געלייגט א לאביונג בען פאר 5 יאר.

ביז דא איז אלעס אמעריקען פירסט, נאכדעם איז דא פארעין פאלעסי.

אייסיס האט טראמפ אנגעהויבן צו שניידן שטיקער, אבער דאס איז נארמאל, זיין עיקר שטארקייט האט זיך ארויסגעוויזן ווען עס איז געקומען צו סיריע, ער האט גענומען א ריזעקאלישע שריט וואס א שטארקע פירער דארף קענען נעמען און דערווייל איז עס געווען מיט סוקסעס.

א שטייפע שטעלונג מיט נארט קאריע איז גאר א גרויסע דערגרייכונג.

דערנאך האמער א קאנסערוועטיוו אין סופרים קארט.
מיטונגס יעדען טאג מיט פארשידענע גרופעס ווי שווארצע, פרויען, וועטראנען, און פארשידענע גרופעס פון די ארבעטס קראפט צו אויסשמועסן וואס מען קען בעסער מאכן פאר זיי, אמאל האט מען נאר געקערט וואס די לאבי גרופעס זאגן, היינט האט יעדער א אפענע אויער אין ווייסן הויז... מענטשן שפירען דאס.


יעצט לאמיר זען וואס דו זאגסט:

ריפילן אבאמא קעיר: יא דאס איז א דורך פאל.

טרעוול בען: דורכפאל, אבער עס האט געפירט צו גאר א שטארקע וועטינג סיסטעם אויף דערווייל.

תימן רעיד זאגט מעטיס אז עס איז א סוקסעס, און כאפצעם זאגט אז עס איז א דורכפאל, וועם נעמען מיר אן?
ווי עס איז שפעטער באריכטעד געווארן האט א חלק פון די טרעוול בען און די לעפ טאפ בען געהאט צו טון מיט אינפא וואס מען האט געטראפן אין תימן, זיי זאגן אז מען האט פארדינט גאר אסאך אינפארמאציע פון דארט, רעכט אז עס איז נישט געגאנגען ווי מען האט געוואלט, איינער איז געשטארבן, אבער עס איז נאך נישט קיין דורכפאל.

אינערליכע שלעגערייען איז פארהאן אין יעדע אדמינעסטראציע, אבער ביי טראמפ מאכט מען יעדע ווערטער אויסטויש פאר א געשלעג וואס ווייזט אויף כאאס... גיי זיי מסביר.

די רוסישווע וואלקן לויפט קיינעם נישט נאך, עס זענען נאר דא אזעלעכע וואס גייען אריין אינעם וואלקן פון אייגענעם ווילן, שוין געניג מאל אויפגעוויזן ווי נעריש די קאנספעראציע איז, אז מען רעד שוין פון טראמפ מיט כינע.

די גאנצע פראבלעם איז אז טראמפ וועט זיין צו ווייעך קעגן רוסלאנד, דערווייל טוט טראמפ פינקט וואס מען דארף אפילו ווען עס קומט צו רוסלאנד, אין די יו ען האט טראמפ פארטרעטער קלאר געשטעלט וואו אמעריקע שטייט ווען עס קומט צו רוסלאנד, טילערסאן האט אויך ערקלערט, סאו עס איז נישט דא אויף וואס צו זיך אפרעדן.

אז מען רעד שוין פון די יו ען האט טראמפ געמאכט א שארפן דריי ווען מען רעד פון מדינת ישראל, צו די צופרידענהייט פון רוב אמעריקאנער.

מייקל פלין איז געפלויגן, פארן זאגן ליגענט, עס ברענגט נישט קיין גלאנץ פאר טראמפ.

סעשאנס האט מיט רוסלאנד גארנישט, נאר ווייבאלד ער איז זייער א גראדער מעכל האט ער פארשטאנען אז ער דארף נישט שטיין אן טאפ א אינוועסטיגעישאן וואס נעמט אים אריין, א זאך וואס די לעצטע 8 יאר האמער נישט געזען, און עס ברענגט נישט קיין שום וואלקן.

אויף טעקס ריפארם ארבעט מען יעצט, ווי אויך אויף טרעיד און די וואנט ווי אויבן געשריבן, אבער כאפצעם זעט נישט קיין אנדייטונג אז מען ארבעט דערויף, מדרש פליאה.

אינפעסטראקטשער זע איך טאקע נישט דערווייל עפעס אויפן טיש.

אמעריקע פירסט איז שוין העווי אין קראפט ווי אויבן געשריבן.

נאך עפעס??? איך געדענק שוין נישט

איך מיין אז דאס איז נישט אזוי שלעכט פאר 100 טעג.

פון דא און ווייטער געב איך איבער דאס ווארט פאר משה זוך מיר, ער איז גוט אין דעם.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

Naftule
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 10:31 pm

אויסגערעכנט ;l;p-

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:16 pm

זייער גוט געזאגט, אביסל אויך געטראכט אזוי, אבער שרייבן קען איך נישט
שקויעך פארן אביסל אויסגראדן דא.
גיימער שטימען...

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:35 pm

אלע פריערדיגע שטימען זענען פארלוירן געגאנגען. דער עולם זאל איבער וואוטען.

קרייסלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:37 pm

סוקסעס מיינט נישט דווקא וויפיל נייע געזעצן מפירט דורך, טראמפ האט געברענגט צו אן ענדע די ליבעראלע גייסט וואס האט געהערשט אויף יעדע שטאפל פון גאווערמענט
ער האט קוראזש צו צוריקדרייען צענדליגע רעגולאציעס וואס לאבסיסטן האט געשטופט, ער האט אריינגעבלאזן א גייסט פון האפענונג אין די מארקעטס און די ווארק פאורס
דאס מיינט סוקסעס
אגב טראמפ איז נישט געלאפן אויף א פלאטפארמע פון מאכן נייע געזעצן נאר ליבערשט צוריק דרייען אבאמאס פאליסיס וואס זיינע שטיצער עכ״פ האבן געהאלטן אז עס שאדט פארן לאנד און זיי געבן אים מיין איך א הונדערט פאר דעם

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 11:40 pm

הייסט עס גאר אז די רעגולאציעס זענען געקומען פון די לאביאיסטן, אבער דאס צוריק דרייען איז פשוט א טובה צו טון דעם עמך...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שיף פלאטע
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 16, 2017 2:07 pm

תגובהדורך שיף פלאטע » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:01 am

100% אז יא, די רעגולאצועס זענען נאר געווען דא לו שטערן ידי מיטל קלאס
אייוועלט איז ווי א מיליטער וואס קאנטראלירט און רוישיגע וואסערן מיר זענען ווי די שיפן

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:07 am

דהיינו?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6577
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אפריל 21, 2017 12:48 am

אויסגערעכנט האט געשריבן: ער האט געמאכט היפש פראגרעס


אויסגערעכנט האט געשריבן:א שטייפע שטעלונג מיט נארט קאריע איז גאר א גרויסע דערגרייכונג.


אויסגערעכנט האט געשריבן:טראמפ האט אנגעהויבן צו געבן פערמיטס


אויסגערעכנט האט געשריבן:נאפטא איז אויפן וועג


אויסגערעכנט האט געשריבן:די מעקסיקאו וואנט שטייט נאך טאקע נישט, אבער די פלענער זענען גרייט אויפן טיש


אויסגערעכנט האט געשריבן:מיטונגס יעדען טאג מיט פארשידענע גרופעס


אויסגערעכנט האט געשריבן:אויף טעקס ריפארם ארבעט מען יעצט


אויסגערעכנט האט געשריבן:אויף טרעיד און די וואנט ארבייט מען


אויסגערעכנט האט געשריבן:אין אמעריקע האנדלט טראמפ מיט קאמפעניס צו צוריקברענגען דזשאבס


ווי געזאגט. מ'פראביר מיר מאכן א ס"ה פון די אלע זאכן וואס ער האט שוין ארלעדיגט, נישט וואס ער "ארבייט דערויף" וכו'.

אויב וועט ער ערגעץ אנקומען מיט די אלע זאכן אויף וואס -דו זאגסט- ער ארבייט דאן וועט ער האבן אן היבש אקאומפלישד פרעזידענסי און מ'וועל מיר עס דאן קענען לייגן אין א ספעציעלער אשכול דערפאר.. אבער יעצט באצי מיר זיך אויף די זאכן וואס ער האט שוין אויפגעטוהן אין די ערשטע הינדערט טעג.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6680
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:16 am

וועסט אנהייבן צו איבער קוקן וועסטו זען אז דאס איז געשריבן געווארן אויף די זאכן וואס דו שרייבסט אז עס זעט נישט אן א אנדייטונג ווי טראמפ טוט עפעס דערצו.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17485
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג אפריל 21, 2017 3:06 am

כאפצעם, זייער שיין באשריבן, שטייצעך אז איך דיסעגרי מיט אפאר זאכן, אבער סיז עכט שיין מסודר און גוט באשריבן! כל הכבוד! אזוי דארף אן אשכול אויסקוקן...

וואס איך דיסעגרי? איך וואלט נישט געזאגט אז די אקציע אין תימן הייסט א דורכפאל אפילו אויב סיניש געלונגען, און אוודאי אויב סיז יא געלונגען... דאס אז אבאמאקעיר שטייט נאך איז נישט אזא דורכפאל ווי דאס אז ער האט פראבירט און סיזעם נישט געלונגען... עכ"פ העלט קעיר איז א דורכפאל, די מוזלים בען סטעי קענסטע אנרופן פלאפ... אבער לכבוד דעם מוזטו צולייגן טויזענטער אנדערע סוקסעסן... די קיסטאון פייפליין און צענדליגער אנדערע רעגולעישענס וואס אבאמא האט ארויפגעלייגט זענען אראפגענומען געווארן... ועל כולם א סופרים קאורט דזשאסטעס... דאס איז א זעלטענע און שטארקע דערגרייכונג אין די ערשטע הונדערט טעג...

די רוסלאנד סומעטאכע איז בכלל נישט קיין פלאפ! דאס אז די מידיע און די דעמעקראטן פראבירן צו פארדרייען א קאפ איז נישט קיין דורכפאל! ווידער די סיריע באמבאדירונגען און די מאמע באמבע אין אפגאניסטאן האטעם געברענגט גאר אסאך שטיצע אין לאנד אין איבער די וועלט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

גם זה יעבור
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » פרייטאג אפריל 21, 2017 6:54 am

פונם פרעזידענט ירום הודו
realDonaldTrump: No matter how much I accomplish during the ridiculous standard of the first 100 days, & it has been a lot (including S.C.), media will kill!

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:05 am

S.C.?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער און 15 געסט