אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 4:53 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי.

נאך 2 יאר נאכאנאנדע דורכפעלער פאר אמעריקא ווען דער טשעקיטאו גאָרדאו איז שטיל געווען, האבן זיינע קנעפלעך ווי עס שיינט אנגעהויבן פלאצן. ער סטראשעט אז אמעריקא קען ערווארטן א שיינע קראצמעך [קראץ-אים] מתנה.

געמיינט האט ער אז מ׳קען עפעס אפקויפן טראמפעריינו מיט אביסעלע כבוד. ער האט אבער איינגעזעהן אז ס׳איז א טעות געווען אזוי צו קלערן, ס׳האט נישט געארבעט! דער בחור האלט זיך באזיינס, און ווילאנג איך גיי נישט נאכקומען זיינע פארלאנגען גייט ער קיין סאנקציעס נישט אראפנעמען.

יעצט אז די מצב וועט ווערן צוריק אנגעצויגן, וועלן די דעמעקראטן מיזן טרעפן א צווייטע וועג צו שמייסן טראמפ. ווייל לפי הם איז די שטילקייט געווען א פרעצעדענטלאזער דורכפאל פאר אמעריקא.

זייער מיט ארבעט מיט איראן איז אין א הויכער פיטש. איראן ארבעט אין דער היים, און זיי ארבעטען אין נארט קאריע, און דער מיקס מיינט נאר א טעסט אדער טעסטס און נענטערט דער גאול פאר ביידע רח"ל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 5:12 pm

בעל דמיון האט געשריבן:הכל מודים אז אויב ח"ו זיינע קנעפלעך פלאצן איז עס א גרויסע סכנה ס'קען זיכער פליען ביז אמעריקע און אנמאכן חרבנות...

פון וואו נעמט איר דאס?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג דעצמבער 08, 2019 12:09 pm

די צפון קארעא רעזשים האט נעכטן קלארגעשטעלט, אז די אישו פון אויפגעבן נוקלעארע וואפנס איז אראפ פון טיש.

דער סטעיטמענט איז געקומען פון צפון קארעא'ס אמבאסאדאר צום יו-ען, וועלכער האט דערמאנט אמעריקע פונעם ענדע-יאר דעדליין אויפצוקומען מיט עכטע זאכן נאכצוגעבן פאר די רעזשים.

טראמפ האט רעאגירט צום שארפן סטעיטמענט, זאגנדיג אז "מען וועט זעהן וואס ס'וועט ווערן", און ער האט ווידערהאלט אז ער האט גוטע באציאונגען מיט קים יאנג אן. "איך וועל זיין סורפרייזט אויב זיי טוען עפעס פיינטליך" – האט ער געזאגט.

דעילי איד
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:54 am

דער צפון קארעא רעזשים האט נעכטן מאנטאג פובליצירט א סטעיטמענט מיט טשעפערייען און זידל-ווערטער אין ריכטונג פון פרעזידענט טראמפ.

דער רעזשים האט באצייכנט טראמפ אלס "א ווילדער און אומפאראנטווארטליכער אלטער פארשוין", אין רעאקציע צו זיינע טוויטער מעסעדזשעס וואו טראמפ האט אפעלירט צום פירער קים יאנג אן אז ער זאל אפהאקן די ספעציעלע פריינטשאפט וואס זיי האבן אנטוויקלט.

דער רעזשים האט אויך נעכטן קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיך נישט ברעכן פאר טראמפ'ס פרעשור.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
ר' יענקי
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 8:13 am
לאקאציע: צו דיין רעכטע האנט

תגובהדורך ר' יענקי » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 7:27 pm

קוקט יעצט אויס ווי די אנטי טראמפערס זענען געווען גערעכט....
אויב דאכט זיך דיר אז דו ביזט דערווייטערט פונעם רבש"ע, עפן בלויז דיינע אויגן וועסטו זען אז דו האסט געלעבט און א טעות!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 9:57 pm

לכאורה איז א שפיל מיט צייט, ווייל די קליינע גראבער קימי נ"י, ווארט צו זעהן טאמער טראמפ וועט געווינען די וואלן, און ביז דאן ארומשלעפן און ארומחוש'ן...

טראמפ פון זיין זייט האט זייער גוט באהאנדלט ביז אהער דעם קימי'נען, ער פארשטייט גאנץ גוט די סוטשועישן מיט איהם, אז ס'פעלט זיך אויס זייער א לאנגע און גרינטליכע ארבעט ביז מ'קען פאקטיש ערגעץ אנקומען מיט די חברה, און באמת איז אכט יאר בכלל נישט גענוג צייט צו קענען טוישן באציאונגען און פאליסי מיט א רעזשים וואס עקזיסטירט שוין יארן יארן מיט זייער יעצטיגע מהלך פון פייפן אויף די נארמאלע וועלט.

נאר וואזשע דען? טראמפ פראבירט צו בויען א ציגל אויף א ציגל, און האלט אינאיין טעסטן די וואסערן דורך טוען אויסערארדנטליכע זאכן פון אלע זייטן צו דערשמעקן קלאר וועלכע שפראך עס וועט רעדן צו דעם צודרייטער, אנגעהויבן האט ער מיט עקסטרעמע סטראשערייען און מאכטפולע סאנקציעס, דערנאך האט אנגעהויבן פראבירן דעם אנדערן ריכטונג דורך אריינלעקן און אריינחנפען ביז אנדערן עקסטרעם, אבער ביי ביידע מהלכים האט ער קיינמאל נישט געטון פאקטישע זאכן, ווי עכט שיסן באמבעס אדער אראפנעמען סאנקציעס.

צפון קארע פון זייער זייט פראבירט אויך אויס צו שמעקן ווי ווייט עס ברענט פאר טראמפ צו מאכן א דיעל מיט זיי, און האלטן אינאיין סטראשען אז 'מיר מאכן נישט קיין שום פארפליכטונגען פאר מ'הייבט אן אראפנעמען סאנקציעס', וואס דאס מיינט איז אז זיי ווילן זעהן צו אמעריקע וועט זיי נאכגעבן א פינגער און דאן וועלן זיי זיין ידם על העליונה ווייל דאס טוט באצייכנען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל א דיל פאר יעדן פרייז, אבער טראמפ איז נישט קיין נער, ער ווייסט די אלע חשבונות און ער אבער ווארט צו זעהן פון צפון קארעא אביסעלע הכנעה פאר די גרויסע לייב אמעריקא.

אין קימעלעס קאפ טוט זיך אפ א שטארקע קאנפליקט, פון איין זייט קען ער זייער באשטיין צו זיין די שלעכטע אינגעל וואס אלע ציטערן און טראכטן 'ווער ווייסט וואס דער משוגענער וועט נאך בייפאלן איין טאג צו טוען', ער האט ליב די געפיל אז די וועלט שטייט מיט אנגסט און פחד פון זיינע שטיק. אבער פון די אנדערע זייט האט ער זעהט אויס עפעס א טראפעלע אנושיות אין זיך וואס מצד זה קען ער באשטיין ארויסצוקריכן פון די טיעפע ארימקייט וואס הערשט ביי איהם אין לאנד.

אבער צפון מאכט א חשבון אזוי: אונז ווילן ארויסגיין א געווינער פון די געים, אויב וועלן אונז זיך פלעין ברעכן גראד אזוי פאר טראמפ'ן דאן זענען אונז סתם לאזערס, יא יא אונז גייען טאקע באקומען מלא בית כסף וזהב פון פעטער שמואל, אבער נאך אלעם בלייבן אונז לדיראון עולם אלס די שוואכטשיגע לאנד וואס האט געמוזט צוקומען און וועט ווייטער אלס זיין אנגעוויזן אויף די טובות פון אמעריקא, משא"כ אויב בלייב איך אזוי ווי ס'איז יעצט דאן האב איך כאטש א אנערקענונג אלס א מאכטפולע לאנד מיט נוקלעארע וואפן וואס אלע שטייען מיט געבויגענע קעפ פאר איר.

לכבוד דעם קען צפון זייער שטארק באשטיין צו רייטן אויף די פחד געפיל פון די וועלט און דורכדעם געווינען אלע ברבורים ושליו ודגים, אבער בדרך כבוד, אז זיי זאלן בלייבן אגאנצן צייט די משפיע וואס אפילו שפעטער וועט אמעריקא בויען זייער עקענאמיע וועט עס נישט זיין קיין נידערלאגע פאר זיי, ווייל ס'איז נישט פשט איך בין עפעס א יוקעל, נאר אונז זענען העווי ביזנעס לייט, כדרך משא ומתן, איך געב דיר אז איך געב אויף נוקלעארע וואפן און דו געסט מיר צוריק געלט. איז ווארטן זיי אויף די געלעגנהייט אז ס'זאל אויסזען גענוג פרעסטיזשפול און גענוג פילן אז מ'חלשט פאר זיי, אפשר דאן וועלן זיי צוביסלעך צוביסלעך אנהייבן אויפצוגעבן זייערע שטיק.

טראמפ זאל לעבן, ווייסט אויך די אלע זאכן, איי פארוואס ווארפט ער נישט צו קיין ביינדל פאר צפון? די תירוץ איז ער האט שוין יא געגעבן דא דארט קלייניקייטן, אבער ער וויל זיכער מאכן אגאנצן צייט אז ער איז ידו על עליונה, און נישט אז ער וועט אויפגעבן אסאך סאנקציעס און צפון וועט אויפגעבן איין מיסל, ווייל ער וויל ווייזן פאר קימי 'איך דארף דיך נישט און איך שרעק מיך נישט פון דיר אפילו דו ווילסט', מיר ברענט נישט קיין דיל, אז 'דו' ווילסט א דיל אדרבה, אבער טרעפ מיך נישט.

יעצט למעשה איז די שאלה ווער גייט למעשה געווינען און זיין ידו על העליונה? די תירוץ איז אז מ'קען עכט נישט וויסן, ווייל סיי טראמפ ווייסט נאכנישט פונקטליך ווי שטארק צפון חלש'ט פארן דיך און פארקערט די זעלבע, סאו די יעצטיגע תקופה איז א צייט פון טעסטס, נישט מיסל טעסטס, נאר א אויסשפיר פון ביידע זייטן ווער ס'פייגערט די מערסטע זיך צו רוקן פרונאויס... ימים ידברו
סוף מעשה במחשבה תחילה.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 10:12 pm

איך גלייך וואס דו שרייבסט "באמת איז אכט יאר בכלל נישט גענוג צייט צו קענען טוישן באציאונגען און פאליסי מיט א רעזשים וואס עקזיסטירט שוין יארן יארן מיט זייער יעצטיגע מהלך פון פייפן אויף די נארמאלע וועלט." אזוי ביסטו שוין פטור אפילו אויב טראמפ דעליווערט גארנישט קיינמאל.

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 10:27 pm

wow חושב סאיז אזוי אמת וואס די שרייבסט

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 10:33 pm

כוואלט נאר ציגעלייגט אויב איך מעג, אז די דיעל מיט טשיינע גייט ציזאמען מיט די קארעא פראבלעם טשיינע ווי באקאנט פלעגט אייביג נוצען קארעא ארויסציפרעסען טובות פון די וועלט מיט אמעריקע בראש, פאר טראמפ האט זיך גענומען צי די טשיינע דיעל האט ער די ערשטע ווינטער ארויפגעשרויפט די טאן קעגן קארעא געפערליך אז סהאט אויסגעקוקט אז סקען אויסברעכען א מלחמה יעדע סעקונדע, מייק פענס איז אראפגעפארען פסח צייט קיין יאפאן אין אויף געטרעטען אויף א נעווי שיף אין געגרייט די עולם דארט אויף מלחמה,

אבער ווען קארעא האט זיך בארואיגט האט זיך טראמפ גענומען צי די טשיינע דיעל

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 10:42 pm

דממה דקה האט געשריבן:איך גלייך וואס דו שרייבסט "באמת איז אכט יאר בכלל נישט גענוג צייט צו קענען טוישן באציאונגען און פאליסי מיט א רעזשים וואס עקזיסטירט שוין יארן יארן מיט זייער יעצטיגע מהלך פון פייפן אויף די נארמאלע וועלט." אזוי ביסטו שוין פטור אפילו אויב טראמפ דעליווערט גארנישט קיינמאל.


אכט יאר איז יא גענוג, אויב די לאנד שטייט אונטער טראמפ,

ביי די ערשטע מיטונג האט אויסגעקוקט סאך בעסער ווי ביי די צווייטע פארוואס? אויב די געדענקסט איז געווען די זעלבע טאג א הירינג פאר מייקעל קאהען ווי מהאט זייער אראפגעריסען די פרעזידענט, פארוואס זיי האבען נישט געקענט מאכען דע הירינג צוויי טעג פארדעם אדער צוויי טעג נאכדעם ווייסט איין באשעפער, סהאט זיכער געמאכט פארלירען "אביסעלע" רעספעקט אין די קארעא פירערס אויגען, פארגעס נישט ער לעבט אין א אנדערע באבעל.

סאיז אנגענומען אז ווען א אמעריקאנע פרעזידענט פארט קיין אויסלאנד קריטיקירט מען אים נישט אפי' אויף א פאלעסי אין זיכער נישט אויף אזא הירינג.

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 10:51 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אקעי.

נאך 2 יאר נאכאנאנדע דורכפעלער פאר אמעריקא ווען דער טשעקיטאו גאָרדאו איז שטיל געווען, האבן זיינע קנעפלעך ווי עס שיינט אנגעהויבן פלאצן. ער סטראשעט אז אמעריקא קען ערווארטן א שיינע קראצמעך [קראץ-אים] מתנה.

געמיינט האט ער אז מ׳קען עפעס אפקויפן טראמפעריינו מיט אביסעלע כבוד. ער האט אבער איינגעזעהן אז ס׳איז א טעות געווען אזוי צו קלערן, ס׳האט נישט געארבעט! דער בחור האלט זיך באזיינס, און ווילאנג איך גיי נישט נאכקומען זיינע פארלאנגען גייט ער קיין סאנקציעס נישט אראפנעמען.

יעצט אז די מצב וועט ווערן צוריק אנגעצויגן, וועלן די דעמעקראטן מיזן טרעפן א צווייטע וועג צו שמייסן טראמפ. ווייל לפי הם איז די שטילקייט געווען א פרעצעדענטלאזער דורכפאל פאר אמעריקא.

וואס איז געווארען מיט די קראצמעך מתנה?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:01 pm

@פאליסעידס, בקיצור טראמפ מוז שוין גארנישט דעליווערן, וועגן די דעמאקראטן האבן אויסגעפרעגט קאהען ווען טראמפ איז געווען אין אויסלאנד.

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:36 pm

וואס וואלסטו געוואלט אז טראמפ זאל דעליווערען? וואס זאל ער טון מיט צפון פירער, אראפנעמען סאנקציעס? ארויפלייגען מער? מאכען אז קיינער זאל נישט אויסשפילען די סאנקציעס? אויפהערען יעצט די געשפרעכען אין באמבעדירען תיכף ומיד?

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:38 pm

גראדע שטייט שומער אפיצעל אונטער טראמפ אונטער די טשיינע דיעל אין סרוקט זיך ציביסלעך טאקע

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

מיין צוויי סענט איבער טראמפ'ס הצלחה מיט צפון

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:51 pm

איך האלט אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט צפון קארעא. ער האט אים פיין אנגעשראקן ביז ער איז געקומען ווי א טאטעלע צום פארהאנדלונגס טיש, דאן האט אים טראמפ גענומען גלעטן... פיין גע'חנפ'ט... לאמיר ארויסקוועטשן דאס מערסטע, איך גיב דיר גארנישט ווילאנג איך האב נישט אלעס וואס איך וויל- איים סארי.. נישט ממש גארנישט, שיינע ווערטער און חניפה רייד האט ער בכלל נישט געקארגט, אפי' א בילד! און אפי' ביי אים אין וויינגארטן!
קודם האט ער פארלאשן דעם חרון אף פון דעם באלי בחינם אין כסף... ער האט אים געגעבן זילטש... גאאאאאאאארנישט!
יעצט זענען דא מאנכע וואס האבן א געפערליכע פראבלעם מיט די בילד פון טראמפ מיט קים... ווייל.. ווייל... ווייל... דאס האט ער אזוי שטארק געוואלט האבן!
אקעי, איך הער. אבער איך האב א קליינע פראגע: ער האט עס טאקע געוואלט, אבער וואס האט ער דערפון?... איין זאך: ער קען לאכן צו זיך אליין אין בעט.. איך האב א בילד מיט טראמפ!
פאר אמעריקא מאכט דאס אויס: 0, פאר זיינע שקלאפן אין לאנד מאכט דאס אויס: 0, אלס זיין אימעדזש אין די וועלט מאכט דאס אויס: 0, ער קען דאס אין ערגעץ נישט איינקעשן! און ער האט גארנישט דערפון! טראמפ האט אים נאך גארנישט געגעבן, און אויב עפעס האט ער געגעבן פאר טראמפ!
יעצט, טראמפ איז קלאר נישט אנגעקומען וואו ער האט געוואלט אנקומען, ער האט געוואלט אנטוואפענען צפון און ער האט דאס נישט אויסגעפירט. אבער ער האט פיין געשפילט די געים מיט אים און אים אפגעקילט זיין היציגע בלוט... קים ווייסט איין זאך: טראמפ איז נישט מיין פאפעט, און ער האט נישט מורא נישט פון מיין גרויסן בייכל, און נישט פון מיין פעשע באקן, און ניטאמאל פון מיין חאגא מתנה.. און ניטאמאל פון מיין רויטע קנעפל! אויב עפעס ציטערט ער פונעם רויטן פאמפקין וואס זיצט אינעם ווייסן הויז!
טראמפ'ס שונאים זענען געווען ביזי צו לאכן.... נו נו, לאכטס אלע! ווען די ברירה איז געלעגן אין אייער האנט האט עטץ געציטערט צו טראכטן אינעם ריכטונג פון צפון... איז געקומען א וואנזיניגע טראמפ און זיך גערייצט מיטן הונט און אים געמאכט פלאצן... אקעי, ער האט אים נישט באזיגט! אבער קיין דורכפאל איז דאס נישט!
כנלע"ד און ווער עס וויל... איז ערלויבט צו זיין מחולק!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11237
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג דעצמבער 26, 2019 11:52 pm

שיינע טעאריע אבער אויף וואס אין די וועלט איז דאס
אבער פון די אנדערע זייט האט ער זעהט אויס עפעס א טראפעלע אנושיות אין זיך וואס מצד זה קען ער באשטיין ארויסצוקריכן פון די טיעפע ארימקייט וואס הערשט ביי איהם אין לאנד.
געבויעט?

------------------------------

עניות דעתי איז פונקט פארקערט, קימטשע פארשטייט צו דעם דאנעלד, אייזן.

און וואס ער דארף איז אנערקענונג, וואס ער באקומט אין מעגאטאנס. טראמפ דארף נעבעך זיינע לעקערייען, נעבעך.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:04 am

ער פארשטייט צו טראמפ פונקט ווי דעם שאטן פארשטייט צו איהם. און מיין אויגן פארשטיין ביידע נישט דעם מענטש

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:06 am

צוויי דריי פינף יאר צירוק האט די וועלט גערידערט אז צפון קארא איז א באלדיגע געפאר און אט אט גייט דער קליינער רינדעכיגער באלי אויסשיסען זיינע מיסעלס.... ער גייט ער גייט.... רוסלאנד און כינע האבן עס געניצט אויסמעלקן אמעריקע וויבאלד נאר זיי האבן די שליסעל צו צפון קאריע.

איינער רעדט נאך יעצט פון צפון קאריא?! טענק יוא אבאמא טראמפ.

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:37 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האלט אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט צפון קארעא. ער האט אים פיין אנגעשראקן ביז ער איז געקומען ווי א טאטעלע צום פארהאנדלונגס טיש, דאן האט אים טראמפ גענומען גלעטן... פיין גע'חנפ'ט... לאמיר ארויסקוועטשן דאס מערסטע, איך גיב דיר גארנישט ווילאנג איך האב נישט אלעס וואס איך וויל- איים סארי.. נישט ממש גארנישט, שיינע ווערטער און חניפה רייד האט ער בכלל נישט געקארגט, אפי' א בילד! און אפי' ביי אים אין וויינגארטן!
קודם האט ער פארלאשן דעם חרון אף פון דעם באלי בחינם אין כסף... ער האט אים געגעבן זילטש... גאאאאאאאארנישט!
יעצט זענען דא מאנכע וואס האבן א געפערליכע פראבלעם מיט די בילד פון טראמפ מיט קים... ווייל.. ווייל... ווייל... דאס האט ער אזוי שטארק געוואלט האבן!
אקעי, איך הער. אבער איך האב א קליינע פראגע: ער האט עס טאקע געוואלט, אבער וואס האט ער דערפון?... איין זאך: ער קען לאכן צו זיך אליין אין בעט.. איך האב א בילד מיט טראמפ!
פאר אמעריקא מאכט דאס אויס: 0, פאר זיינע שקלאפן אין לאנד מאכט דאס אויס: 0, אלס זיין אימעדזש אין די וועלט מאכט דאס אויס: 0, ער קען דאס אין ערגעץ נישט איינקעשן! און ער האט גארנישט דערפון! טראמפ האט אים נאך גארנישט געגעבן, און אויב עפעס האט ער געגעבן פאר טראמפ!
יעצט, טראמפ איז קלאר נישט אנגעקומען וואו ער האט געוואלט אנקומען, ער האט געוואלט אנטוואפענען צפון און ער האט דאס נישט אויסגעפירט. אבער ער האט פיין געשפילט די געים מיט אים און אים אפגעקילט זיין היציגע בלוט... קים ווייסט איין זאך: טראמפ איז נישט מיין פאפעט, און ער האט נישט מורא נישט פון מיין גרויסן בייכל, און נישט פון מיין פעשע באקן, און ניטאמאל פון מיין חאגא מתנה.. און ניטאמאל פון מיין רויטע קנעפל! אויב עפעס ציטערט ער פונעם רויטן פאמפקין וואס זיצט אינעם ווייסן הויז!
טראמפ'ס שונאים זענען געווען ביזי צו לאכן.... נו נו, לאכטס אלע! ווען די ברירה איז געלעגן אין אייער האנט האט עטץ געציטערט צו טראכטן אינעם ריכטונג פון צפון... איז געקומען א וואנזיניגע טראמפ און זיך גערייצט מיטן הונט און אים געמאכט פלאצן... אקעי, ער האט אים נישט באזיגט! אבער קיין דורכפאל איז דאס נישט!
כנלע"ד און ווער עס וויל... איז ערלויבט צו זיין מחולק!

איך וועל מיך ערלויבען מחולק צו זיין, איך בין נישט קיין גרויסע תנא קמא, אבער קיין שוטה בין איך אויך נישט איך קען רעכנעו איינס פלאס איינס, אין אפי' צוויי פלאס 0
טאטאלע דורכפאל
טראמפ האט אנגעהויבען מיט א ווערטער מלחמה מיט קים,
קים האט געוויזען פאר זיינע אונטערטאנען אז ער דערשרעקט זיך נישט פאר אמעריקא גארנישט,
האט נישט געוואלט נאכגעבען גארנישט ביז ער טרעפט זיך פערזענדליך מיט טראמפ די מעכטיגע אמעריקאנע פרעזידענט (ביי א שוואכערע לאנד בכלל איז איינע פין די שטערקסטע זאכען א בילד מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט)
אין טראמפ האט אים עס נאכגעגעבען,
לאמיר עס מסביר אין אונזער שפראך (אן א נאמען פארשטייט זיך), למשל ווען סזאל זיין א מסור אדער ח"ו אויסוואורף צווישען היימישען ציבור, ער ווערט ארויסגעווארפען פין אלע בתי מדרשים וכו קינדער פין די מוסדות וכו', אין מיטאמאל איז דא בילדער ווי ער זיצט אויבעאן לעבן סאטמערע רבי באבובע רבי וכו', ווער האט געוואונען? וואס מער קענסטו געבן פאר דעם פארשוין ווי אים צוזעצן אויבען אן לעבען די גרעסטע רבי ביי כלל ישראל (אן וויכיחים ווער עס איז די גרעסטע.....)
דאס האט קים געוואלט, ביז יעצט האט אים קיינער (אחוץ כינע ) נישט געגעבו קיין שום אנערקענונג
נאכמער, טראמפ האט אים נאכגעגבען צו סטאפען די מיליטערישע מענווארס מיט סאוט קארעא, וואס קים פלעגט האלטען אין שרייען אז אמעריקא גייט אין מלחמה מיט אים צוליב די מענוווארס, וואס טוט ארויסווייזען די שטארקע צוזאמען ארבעט אין שטיצע פין אמעריקא אין סאוט קארעא
(אגב האט עס טראמפ געסטאפט אן פרעגען קיין שום אדווייזער, גענעראל, דעפענס סעקרעטערי (אוודאי מעג ער) נאר אלע זענען געווען אין שאק אין נישט געקענט איינהאלטען זייער אויפםברויז איבער דעם)
וואס האט קים געגעבען פאר אמעריקא? ער האט צוגעזאגט צו פארניכטען די פארבריקען ןןי מען פראדעצירעט לאנג שטערעקיגע מיסעלס
די UN האט באשטעטיגט אז ער האט עס נישט אינגאצען צונימען נאר האט ביז א קורצע צייט צוריק אנגעהויבען די פרעדאקשען דערפון
האט ווייטער געמאכט קורץ שטערעקיגע טעסטס
אין אמעריקא האט יעדע 6 חדשים נאכאמאל אפגערופען זייערע מיליטערישע מענואווערס מיט סאוט קארעא
ס"ה וואס האט אמעריקא נאכגעגעבען? 1)א פרעזידענטליכע וויזיט (וואס אוקריינע האט נישט געקענט באקומען.....) 2)מיליטערישע שטיצע פאר סאוט
וואס האט קים נאכגעגעבען? גארנישט 0
רעכען צוזאם 2 אקעגען 0
האלט'ס טאקע אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט צפון קארעא?
ליביע האט פארהאנדעלט מיט אמעריקא אין האט טאטאל אויפגעגעבן נוקלארע וואפען
סיריע האט ארויס געשיקט (לשיטתם) זייער ביאלאגישע וואפען צו א דריטע לאנד (רוסלאנד)
איראן האט אויף 10 יאר אפגעשטעלט זייער פראדאקשען אין ארויס געבען זייער אויפגעארבעטע אוראנים צו א דריטע לאנד
אן אריינגיין אין וויכוחים צו די אלע פארהאנדלונגען זענען גוט צו נישט, אבער מער ווי נארט קארעא איז עס זעכער
איך קען נאר צולייגען אפאר ווערטער, קים ווייסט איין זאך: טראמפ איז יא מיין פאפעט, און ער האט יא מורא פון מיין גרויסן בייכל, און יא פון מיין פעשע באקן, און יא פון מיין חאגא מתנה.. און יא פון מיין רויטע קנעפל! אויב עפעס ציטערט דער מיטעם רויטן פאמפקין וואס זיצט אינעם ווייסן הויז! פין מיר
וביותר וואס זאל איראן טראכטען נאך דעם ? זאל ער זיך יא ברעכען? ער האט ניטאמאל געוואלט רעדן מיט טראמפ אויפן טעלעפאן ער האט געלאזט טראמפ ווארטען ביז ער האט געהערט א דייל טאהן!
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:47 am

קאנסילמאן האט געשריבן:צוויי דריי פינף יאר צירוק האט די וועלט גערידערט אז צפון קארא איז א באלדיגע געפאר און אט אט גייט דער קליינער רינדעכיגער באלי אויסשיסען זיינע מיסעלס.... ער גייט ער גייט.... רוסלאנד און כינע האבן עס געניצט אויסמעלקן אמעריקע וויבאלד נאר זיי האבן די שליסעל צו צפון קאריע.

איינער רעדט נאך יעצט פון צפון קאריא?! טענק יוא אבאמא טראמפ.

אזוי, די ווייסט גארנישט פון די קראצמעך מתנה וואס קים האט אונז צוגעזאגט

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:50 am

קאנסילמאן האט געשריבן:צוויי דריי פינף יאר צירוק האט די וועלט גערידערט אז צפון קארא איז א באלדיגע געפאר און אט אט גייט דער קליינער רינדעכיגער באלי אויסשיסען זיינע מיסעלס.... ער גייט ער גייט.... רוסלאנד און כינע האבן עס געניצט אויסמעלקן אמעריקע וויבאלד נאר זיי האבן די שליסעל צו צפון קאריע.

איינער רעדט נאך יעצט פון צפון קאריא?! טענק יוא אבאמא טראמפ.

צפון קארעא איז אלץ גרעסטער געפאר פאר אמעריקא, נישט ווייל "באלד" גייט ער שיסען, נאר ווייל "מען קען נישט אויסרעכנען ווען אין פארוואס ער וועט שיסען" און אין דעם הינזיכט שטייען מיר נאך אלץ פארלוירען, ער פרודעצירט שוין כהיום לאנג שטרעקיגע מיסילעס וואס קענען דערגרייכען אמעריקא
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:54 am

עפרות זהב האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך האלט אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט צפון קארעא. ער האט אים פיין אנגעשראקן ביז ער איז געקומען ווי א טאטעלע צום פארהאנדלונגס טיש, דאן האט אים טראמפ גענומען גלעטן... פיין גע'חנפ'ט... לאמיר ארויסקוועטשן דאס מערסטע, איך גיב דיר גארנישט ווילאנג איך האב נישט אלעס וואס איך וויל- איים סארי.. נישט ממש גארנישט, שיינע ווערטער און חניפה רייד האט ער בכלל נישט געקארגט, אפי' א בילד! און אפי' ביי אים אין וויינגארטן!
קודם האט ער פארלאשן דעם חרון אף פון דעם באלי בחינם אין כסף... ער האט אים געגעבן זילטש... גאאאאאאאארנישט!
יעצט זענען דא מאנכע וואס האבן א געפערליכע פראבלעם מיט די בילד פון טראמפ מיט קים... ווייל.. ווייל... ווייל... דאס האט ער אזוי שטארק געוואלט האבן!
אקעי, איך הער. אבער איך האב א קליינע פראגע: ער האט עס טאקע געוואלט, אבער וואס האט ער דערפון?... איין זאך: ער קען לאכן צו זיך אליין אין בעט.. איך האב א בילד מיט טראמפ!
פאר אמעריקא מאכט דאס אויס: 0, פאר זיינע שקלאפן אין לאנד מאכט דאס אויס: 0, אלס זיין אימעדזש אין די וועלט מאכט דאס אויס: 0, ער קען דאס אין ערגעץ נישט איינקעשן! און ער האט גארנישט דערפון! טראמפ האט אים נאך גארנישט געגעבן, און אויב עפעס האט ער געגעבן פאר טראמפ!
יעצט, טראמפ איז קלאר נישט אנגעקומען וואו ער האט געוואלט אנקומען, ער האט געוואלט אנטוואפענען צפון און ער האט דאס נישט אויסגעפירט. אבער ער האט פיין געשפילט די געים מיט אים און אים אפגעקילט זיין היציגע בלוט... קים ווייסט איין זאך: טראמפ איז נישט מיין פאפעט, און ער האט נישט מורא נישט פון מיין גרויסן בייכל, און נישט פון מיין פעשע באקן, און ניטאמאל פון מיין חאגא מתנה.. און ניטאמאל פון מיין רויטע קנעפל! אויב עפעס ציטערט ער פונעם רויטן פאמפקין וואס זיצט אינעם ווייסן הויז!
טראמפ'ס שונאים זענען געווען ביזי צו לאכן.... נו נו, לאכטס אלע! ווען די ברירה איז געלעגן אין אייער האנט האט עטץ געציטערט צו טראכטן אינעם ריכטונג פון צפון... איז געקומען א וואנזיניגע טראמפ און זיך גערייצט מיטן הונט און אים געמאכט פלאצן... אקעי, ער האט אים נישט באזיגט! אבער קיין דורכפאל איז דאס נישט!
כנלע"ד און ווער עס וויל... איז ערלויבט צו זיין מחולק!

איך וועל מיך ערלויבען מחולק צו זיין, איך בין נישט קיין גרויסע תנא קמא, אבער קיין שוטה בין איך אויך נישט איך קען רעכנעו איינס פלאס איינס, אין אפי' צוויי פלאס 0
טאטאלע דורכפאל
טראמפ האט אנגעהויבען מיט א ווערטער מלחמה מיט קים,
קים האט געוויזען פאר זיינע אונטערטאנען אז ער דערשרעקט זיך נישט פאר אמעריקא גארנישט,
האט נישט געוואלט נאכגעבען גארנישט ביז ער טרעפט זיך פערזענדליך מיט טראמפ די מעכטיגע אמעריקאנע פרעזידענט (ביי א שוואכערע לאנד בכלל איז איינע פין די שטערקסטע זאכען א בילד מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט)
אין טראמפ האט אים עס נאכגעגעבען,
לאמיר עס מסביר אין אונזער שפראך (אן א נאמען פארשטייט זיך), למשל ווען סזאל זיין א מסור אדער ח"ו אויסוואורף צווישען היימישען ציבור, ער ווערט ארויסגעווארפען פין אלע בתי מדרשים וכו קינדער פין די מוסדות וכו', אין מיטאמאל איז דא בילדער ווי ער זיצט אויבעאן לעבן סאטמערע רבי באבובע רבי וכו', ווער האט געוואונען? וואס מער קענסטו געבן פאר דעם פארשוין ווי אים צוזעצן אויבען אן לעבען די גרעסטע רבי ביי כלל ישראל (אן וויכיחים ווער עס איז די גרעסטע.....)
דאס האט קים געוואלט, ביז יעצט האט אים קיינער (אחוץ כינע ) נישט געגעבו קיין שום אנערקענונג
נאכמער, טראמפ האט אים נאכגעגבען צו סטאפען די מיליטערישע מענווארס מיט סאוט קארעא, וואס קים פלעגט האלטען אין שרייען אז אמעריקא גייט אין מלחמה מיט אים צוליב די מענוווארס, וואס טוט ארויסווייזען די שטארקע צוזאמען ארבעט אין שטיצע פין אמעריקא אין סאוט קארעא
(אגב האט עס טראמפ געסטאפט אן פרעגען קיין שום אדווייזער, גענעראל, דעפענס סעקרעטערי (אוודאי מעג ער) נאר אלע זענען געווען אין שאק אין נישט געקענט איינהאלטען זייער אויפםברויז איבער דעם)
וואס האט קים געגעבען פאר אמעריקא? ער האט צוגעזאגט צו פארניכטען די פארבריקען ןןי מען פראדעצירעט לאנג שטערעקיגע מיסעלס
די UN האט באשטעטיגט אז ער האט עס נישט אינגאצען צונימען נאר האט ביז א קורצע צייט צוריק אנגעהויבען די פרעדאקשען דערפון
האט ווייטער געמאכט קורץ שטערעקיגע טעסטס
אין אמעריקא האט יעדע 6 חדשים נאכאמאל אפגערופען זייערע מיליטערישע מענואווערס מיט סאוט קארעא
ס"ה וואס האט אמעריקא נאכגעגעבען? 1)א פרעזידענטליכע וויזיט (וואס אוקריינע האט נישט געקענט באקומען.....) 2)מיליטערישע שטיצע פאר סאוט
וואס האט קים נאכגעגעבען? גארנישט 0
רעכען צוזאם 2 אקעגען 0
האלט'ס טאקע אז טראמפ האט זייער גוט באהאנדלט צפון קארעא?
ליביע האט פארהאנדעלט מיט אמעריקא אין האט טאטאל אויפגעגעבן נוקלארע וואפען
סיריע האט ארויס געשיקט (לשיטתם) זייער ביאלאגישע וואפען צו א דריטע לאנד (רוסלאנד)
איראן האט אויף 10 יאר אפגעשטעלט זייער פראדאקשען אין ארויס געבען זייער אויפגעארבעטע אוראנים צו א דריטע לאנד
אן אריינגיין אין וויכוחים צו די אלע פארהאנדלונגען זענען גוט צו נישט, אבער מער ווי נארט קארעא איז עס זעכער
איך קען נאר צולייגען אפאר ווערטער, קים ווייסט איין זאך: טראמפ איז יא מיין פאפעט, און ער האט יא מורא פון מיין גרויסן בייכל, און יא פון מיין פעשע באקן, און יא פון מיין חאגא מתנה.. און יא פון מיין רויטע קנעפל! אויב עפעס ציטערט דער מיטעם רויטן פאמפקין וואס זיצט אינעם ווייסן הויז! פין מיר
וביותר וואס זאל איראן טראכטען נאך דעם ? זאל ער זיך יא ברעכען? ער האט ניטאמאל געוואלט רעדן מיט טראמפ אויפן טעלעפאן ער האט געלאזט טראמפ ווארטען ביז ער האט געהערט א דייל טאהן!


די ווייסט אז אמעריקע אין צפון קארעא זענען נאך אפיציעל אין מלחמה? סאיז נאר דא א פייער אפשטעל,

די פייער אפשטעל פאר יארען צירוק גייט אויך אריין אין די משל פון די רבי מיטן מסור? אדער דעמאלטס האט מען יא געמעגט זיצען מיט אים?

די ווייסט אז סאיז דא אנגעשטעלט טויזענטע מיסעלס אויף סעאול וואס קארעא קען אפווישען האלב סעאול אין אפאר שעה?

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:56 am

קאנסילמאן האט געשריבן: טענק יוא אבאמא טראמפ.

איך מיין אז אין די פאהר ווערטער ליגט די שליסעל,
מאנכע מעסטען געווינס אבער פארלוסט פאר אמעריקא איבער וועם מען גייט זאגען טענק יוא
אויב ווענד זיך עס אין דעם דעמאלסט דארף איך קודם הערן וואס מיין געשטיצע פרעזידענט/קאנדידאט האלט אין נאכדעם וועל איך מיט א שמייכעל אויספירען זעהסט! מיין שיטה איז גערעכט אין אלע פאקטען ווייזען טאקע אזוי.....
אבער אויב קענסטו טראכטען די פאקטען אן דעם פרעזידענט/קאנדידאט, דעמאלסט קען מען האבען מער אן אויפריכטיגע שמועס איבען נושא
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)

פאלעסיידס
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 12:59 am

דרך אגב טראמפ האט קיינמאל געהאט טענות פארוואס מזיצט מיט איראן, ער האט נאר געהאט טענות וואסערע דיעל מהאט געמאכט

עפרות זהב
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 2:42 pm

תגובהדורך עפרות זהב » פרייטאג דעצמבער 27, 2019 1:03 am

פאלעסיידס האט געשריבן:די פייער אפשטעל פאר יארען צירוק גייט אויך אריין אין די משל פון די רבי מיטן מסור? אדער דעמאלטס האט מען יא געמעגט זיצען מיט אים?

איך האב דעמאלסט נאכנישט געלעבט אבער לפי ידעיתי הקטנה איז דער פרעזידענט נישט געזיצען מיט אים!
נאר אמעריקא האט נישט געקענט באווייזען קיין נצחון איבער נארט קארעא האט דער "גענעראל" בלית ברירה געמיזט זיך זעצען מיט אים ביים טיש, אין פין דעמאלסט אן האט אמעריקא געארבעט מיט סוסקסעס זיכער צומאכעו אז ער בלייבט אויסגעשלאסען פין די וועלט סאסייעטי
סאיז נישט די אישו צו רעדען מיט אים, אדרבה אז מקעו אדורך רעדען ענדעגען א מלחמה מה טוב ומה נעים, סאיז איבער פרעסטשיז פינם אמעריקאנעם פרעזידענט, אין אפילו מיט מיט קים אויב באקומט טראמפ פין קים וואס ער וויל זאל ער זיך טרעפען מיט אים, אבער נישט לויפן צו אים נאך פארן זיכער מאכען אז ער באקומט עפעס דערפאר
בעסער זאל איך פארלירן אויף א וועג אויסער מיין קאנטראל (אז מיין קאנדידאט וועט נישט באקומען גענוג שטימען) ווי אויף א וועג וואס איז יא אין מיין קאנטראל, מיטן שטיצן א קאנדידאט וואס איך האלט פאר נישט ריכטיג. (קרעדיט יענג2020)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט