בלאט 122 פון 122

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 10:32 am
דורך קיסריה
פעיק נוז האט געשריבן:די מצב ווערט נישט בעסער...

די אמעריקאנער רעגירונג האט געמאלדן אז זי סוספענדירט די קאאפעראציע פראגראם מיט צפון קארעא צו טרעפן קערפער איבערבלייבענישן פון אמעריקאנער זעלנער וואס זענען אומגעקומען ביים קארעא קריג אין די 950'ער יארן.

דאס קומט נאכדעם וואס צפון קארעא האט דורכגעפירט א פרישן מיסיל טעסט.


ניין.
אלע פארהאנדלער מצד נ.ק. זענען מער נישט בין החיים.
אמעריקע האט נישט אויפגעהערט פארהאנדלען, ס׳איז פשוט נישט מיט וועמען צו פארהאנדלען.

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 1:00 pm
דורך פעיק נוז
די דריי נייע מיסילס וואס דער צפון קארעא פירער קים יאנג אן האט אנגעפירט מיט טעסטס דערויף אין דער לעצטער וואך, זעען אויס גאר באקאנט פאר מיליטערישע עקספערטן, וויבאלד עס קוקט אויס ממש אויפ'ן האר די זעלבע ווי די קאנטראווערסיאלע און נאכקאפירטע מיסילס וואס דאס רוסישע מיליטער האט גענוצט אין סיריע.

רוסלאנד פרובירט שוין יארן צו פארקויפן די מיסילס פאר אנדערע לענדער, איז דעריבער שטארק מעגליך אז רוסלאנד האט פארקויפט די מיסילס פאר צפון קארעא.

איד דעילי

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2019 1:46 pm
דורך חושב מחשבות...
נו פארוואס זאל נישט אמעריקע פראבירן צו אראפווארפן די רעזשים דורך מיליטערישע מאכט?

געשריבן: דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:02 pm
דורך פעיק נוז
דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ וועט רייזן קיין דרום קארעא, אין צוזאמענהאנג מיט זיין רייזע קיין יאפאן פאר'ן גרויסן "דזשי 20" סאמיט, און ער וועט אויסנוצן זיין באזוך אין דרום קארעא צו לייגן ווייטערדיגע דרוק אויף צפון קארעא אויפצוגעבן זייערע נוקלעארע וואפנס.

טראמפ'ס באזוך אין דרום קארעא וועט שוין זיין דאס צווייטע מאל וואס ער באזוכט דארטן, און עס איז דערווארט אז ער וועט זיצן מיט'ן ארטיגן פרעזידענט מון דזשאי-אין פאר געשפרעכן איבער צפון קארעא.

איד דעילי

געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2019 12:17 pm
דורך פעיק נוז
צפון קארעא פלאגט זיך פון איר ערגסטע טרוקעניש אין די לעצטע פערציג יאר, לויט באריכטן אין דער ארטיגע רעגירונג מידיא, און אינטערנאציאנאלע גרופעס ווארענען אז עס הערשט אן ערנסטער עסנווארג מאנגל אינעם לאנד.

צפון קארעא באשטייט פון 25 מיליאן בירגער און זי פלאגט זיך שוין א לאנגע צייט מיט הונגער און נויט, אבער ווי מען הערט יעצט, זענען דא פערציג פראצענט פונעם פאלק וועלכע שטייט אויס "א באלדיגע געברויך" פאר עסנווארג הילף.

דאס לאנד האט באקומען בלויז 2.1 אינטשעס רעגן אין לעצטן האלבן יאר.

איד דעילי

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2019 10:25 pm
דורך פעיק נוז
נארט קארעא האט האט אראפגערייסן דזשאו ביידען זאגנדיג אין א סטעיטמענט אז ער איז אן ״אידיאט מיט א שוואכע קאפ און א שוואכלינג״, נאכדעם וואס ער האט ביי א קאמפיין רעדע אראפגעריסן דעם נארט קארעא פירער און אים אנגערופן ״א טיראנישע מערדער וואס ברענגט אום זיינע משפחה מיטגלידער״.

געשריבן: זונטאג יוני 23, 2019 4:21 pm
דורך פעיק נוז
נארט קארעא זאגט אז זיי האבן באקומען א "עקסעלענט" בריוו פון פרעזידענט טראמפ.

געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2019 11:14 am
דורך פעיק נוז
די עלטערן פונעם פארשטארבענעם אמעריקאנער סטודענט אטא ווארעמביער, וועלכער איז געשטארבן קורצליך נאכ'ן באפרייט ווערן פון צפון קארעא ארעסט, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין א פעדעראלן געריכט, אז זיי ווילן באקומען אייגנטימערשאפט אויף א צפון קארעא שיף וועלכע די אמעריקאנער רעגירונג האט קאנפיסקירט מיט עטליכע מאנאטן צוריק.

די ווארעמביער עלטערן ווילן באקומען די שיף, צו דעקן טייל פון די 500 מיליאן דאלער וואס א פעדעראלער ריכטער האט מיט עטליכע וואכן געאורטיילט אז צפון קארעא מוז זיי באצאלן.

איד דעילי

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 5:58 pm
דורך הכל הבל
צפון שיסט ארויס פרישע צוויי

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:24 pm
דורך קאנסילמאן
שווער צו פארשטיין אמעריקע'ס פאלאסי, איז שוין געווארען אקעי ווען מען טעסט נייע מיסעלס?!

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:36 pm
דורך כאפצעם
קאנסילמאן האט געשריבן:שווער צו פארשטיין אמעריקע'ס פאלאסי, איז שוין געווארען אקעי ווען מען טעסט נייע מיסעלס?!

עז לאונג זיי שיקן ווייטער ליבע בריוון, וואס איז די פראבלעם?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:40 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
ליבע בריוון אנע מיסל טעסט׳ס פארשטייסטע שוין יא?
symptoms of a tiny bit of progress

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 12:57 pm
דורך אימפעט
שוין העכסט צייט צו טוישן ס'קעפל פונעם אשכול. די אנגעצויגענקייט איז שוין לאאאאאאאנג אויסגעצויגן............

#ארט אף די דיעל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:32 pm
דורך פעיק נוז
קאנסילמאן האט געשריבן:שווער צו פארשטיין אמעריקע'ס פאלאסי, איז שוין געווארען אקעי ווען מען טעסט נייע מיסעלס?!

פון וואס פאר א מיסל'ס רעדט מען?

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 2:57 pm
דורך קאנסילמאן
פעיק נוז האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:שווער צו פארשטיין אמעריקע'ס פאלאסי, איז שוין געווארען אקעי ווען מען טעסט נייע מיסעלס?!

פון וואס פאר א מיסל'ס רעדט מען?


נאו קלאו, האם דיפאט האט עס נישט אין סטאק,

עס איז עפעס אויף וואס די רפובליקאנער פלעגן אמאל שרייען אז מען טאר עס נישט צולאזען.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 3:35 pm
דורך פעיק נוז
מיר דאכט זיך אז טראמפ פלעגט שרייען ווען זיי פלעגן מאכן אינטערקאנטינעטל באליסטיק מיסל'ס, און דאס איז וואס זיי האבן דורכגעפירט אין די ערשטע יאר צוויי פון זיי פרעזידענטשאפט.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:31 pm
דורך שרייב
קול מבעשר האט יעצט געמאלדן אז צפון האט דוראך געפירט א ניעע מיסל טעסט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 5:35 pm
דורך fiena nieas
שרייב האט געשריבן:קול מבעשר האט יעצט געמאלדן אז צפון האט דוראך געפירט א ניעע מיסל טעסט

נישט געזארגט מען וועט מאכן נאך א סאמיט

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 7:23 pm
דורך שרייב
fiena nieas האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:קול מבעשר האט יעצט געמאלדן אז צפון האט דוראך געפירט א ניעע מיסל טעסט

נישט געזארגט מען וועט מאכן נאך א סאמיט

אין דערנאך?
לדעתי גייט ער פינקט וואו אבמא
לגביי איראן . האט ער עס אפגעשטיפט מלחמה אויף שפעיטער
טראמפ טוט דאדי זעלבע מיט צפון ער שטיפט אפ מלחמה פאר די קומענדיגע פרעזידענט

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 2:06 pm
דורך פעיק נוז
פעיק נוז האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז טראמפ פלעגט שרייען ווען זיי פלעגן מאכן אינטערקאנטינעטל באליסטיק מיסל'ס, און דאס איז וואס זיי האבן דורכגעפירט אין די ערשטע יאר צוויי פון זיי פרעזידענטשאפט.

טראמפ טענה'ט די זעלבע ווי מיר

Kim Jong Un and North Korea tested 3 short range missiles over the last number of days. These missiles tests are not a violation of our signed Singapore agreement, nor was there discussion of short range missiles when we shook hands. There may be a United Nations violation, but..

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 3:13 pm
דורך כאפצעם
פעיק נוז האט געשריבן:מיר דאכט זיך אז טראמפ פלעגט שרייען ווען זיי פלעגן מאכן אינטערקאנטינעטל באליסטיק מיסל'ס, און דאס איז וואס זיי האבן דורכגעפירט אין די ערשטע יאר צוויי פון זיי פרעזידענטשאפט.

כאב מורא סדאכט זיך דיר נישט גוט. זיי האבן אינגאנצן 3 מאל געשאסן אינטערקאנטינענטאל מיסילס, דו געדענקסט ס"ה שרייען נאר דעמאלטס?

האסט פארגעסן די געשרייען ביי די פילע צענדליגער מיסיל טעסטס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 11, 2019 7:46 pm
דורך כאפצעם
:lol:

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:27 am
דורך א גולם
טראמפ האט באקומען א בריוו פון צפון קארעא פירער קים, אין וועלכע ער דרוקט צווישן אנדערן אויס חרטה אז ער מוז דורכפירן די וואפנס טעסטס, צוליב'ן געפאר פון די דרום קארעא מושטירונגען.

פון ד.ד.א