אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און צפון קארעא

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:10 pm

דממה דקה האט געשריבן:די שאלה איז וואס טוט קים-יאנג-אהן יעצט חול המועד צווישן די פארהאנדלונגען, דאס איז געווען באריכטעט אז איינע פון נוקלעארע סייטס ווערן אויפגעבויעט, און אז ער ארבעט אויף צוויי icbm's, און טשיינע מיט רוסלאנד ברעכן די סאנקציעס אונטערן טיש און העכערן טיש, ער האט קיינמאל נישט געהאט אזעלכע גיטע צייטן, און דארף נאר שמייכלען און עסן מיטאג מיט טראמפ און מון, און אנדערע פארשידענע וועלט פירער לויפן אים שוין נאך, ער דארף נאר ווארפן אפאר חנופה ווערטער און ליידיגע צוזאגן, (אויב) ווען טראמפ וועט כאפן אז ער מאכט פורים וועט ער שיסן נאך אפאר מיסיל טעסטס.

מען דארף נישט צוריקגיין צו לאנג צו די לעצטע מאל קים האט געהאט אזעלכע גוטע (אדער נאך בעסערע) צייטן - אין 2016 האט ער געבויעט א שיינע פאר ICBM'ס און געטעסט עטליכע, געטעסט נוקלעארע באמבעס, און רוסלאנד און כינע האבן פארלעצט די סאנקציעס בקביעות. סאו אין ערגסטן פאל האט מען דערלייגט אז דער מצב איז צוריק צו וויאזוי עס איז געווען פאר טראמפ האצעך גענומען צו אים, און דערווייל האט מען פארדינט אפאר חדשים אנע טעסטס, איינגעווארפן למחצה לשליש ולרביע עטליכע פארדעכטיגטע ערטער, געלאזט משפחות וואס זענען צוטיילט געווארן 50-60 יאר צוריק זיך ווידער טרעפן אויף עטליכע שעה, איינגעשטעלט א היבש שטארקע קאאפעראציע צווישן צפון און דרום קארעא - נישט קיין שלעכטע דערגרייכונג ווען דו האסט ממש גארנישט פארלוירן.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:11 pm

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ס'נישט אמת פון די אנדערע זייט: שוין געווען באריכטעט א וואך-צוויי צוריק אז מען האט אידענטיפירצירט די ערשטע פאר איבערבלייבענישן דורך די ען עי...

דא דאכט זיך איז עס נישט געווען, קען זיין.

ביסט זיכער מיט DNA, נישט אנדערע מיטלן?

זוי געדענק איך האבן געזען א העדליין און די ערשטע צוויי פאראגראפן פון די ארטיקל.
Innocent until proven Republican

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:14 pm

יעצט זעה איך אז די פרעזידענט האט היינט געטוויט נעמען פון צוויי אינדיפיצירטע.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4049
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:18 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ס'נישט אמת פון די אנדערע זייט: שוין געווען באריכטעט א וואך-צוויי צוריק אז מען האט אידענטיפירצירט די ערשטע פאר איבערבלייבענישן דורך די ען עי...

דא דאכט זיך איז עס נישט געווען, קען זיין.

ביסט זיכער מיט DNA, נישט אנדערע מיטלן?

זוי געדענק איך האבן געזען א העדליין און די ערשטע צוויי פאראגראפן פון די ארטיקל.

דא האסטו א באריכט פון רויטערס פון סעפטעמבער 10 אז מען האט אידענטיפיצירט די ערשטע צוויי סאלדאטן
Innocent until proven Republican

rutledge
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 11:42 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דאס אז קים פרובירט צו שפילן מיט טראמפ איז נישט אין מיינע אויגן קיין דורכפאל פאר טראמפ דאס איז העכסט נארמאל אז ער זאל פרובירן אויסצוקוועטשן דאס מערסטע פאר זיין טובה.

וואס איך האלט יא איז אז טראמפ גייט זיך נישט לאזן פון אים, די רגע טראמפ גייט קומען צום החלטה אז דער זכור האלט בייי גארנישט גייט ער ארויסנעמען דעם קאנטשיק.

נאר וואס דען, די אלע וואס טרייען צו גלייבן אז די אלע מעסעדזשעס און צוגעזאגעכצער מיינען עפעס, אויף דעם בין איך סקעפטיש און איך האלט אז ער שפילט ארום מיט טראמפ.

אוןו נאכאמאל, עז לאנג טראמפ לאזט זיך נישט פארפירן פון אים קומט קיין פורים נישט אריין סתם הוילע רעטאריק, און טראמפ גייט זיך נישט לאזן פירן פון אים.

;l;p-

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:27 am

פעיק ניוז איז ער נישט! גוד פוינט!
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:47 am

דממה דקה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דאס אז קים פרובירט צו שפילן מיט טראמפ איז נישט אין מיינע אויגן קיין דורכפאל פאר טראמפ דאס איז העכסט נארמאל אז ער זאל פרובירן אויסצוקוועטשן דאס מערסטע פאר זיין טובה.

וואס איך האלט יא איז אז טראמפ גייט זיך נישט לאזן פון אים, די רגע טראמפ גייט קומען צום החלטה אז דער זכור האלט בייי גארנישט גייט ער ארויסנעמען דעם קאנטשיק.

נאר וואס דען, די אלע וואס טרייען צו גלייבן אז די אלע מעסעדזשעס און צוגעזאגעכצער מיינען עפעס, אויף דעם בין איך סקעפטיש און איך האלט אז ער שפילט ארום מיט טראמפ.

אוןו נאכאמאל, עז לאנג טראמפ לאזט זיך נישט פארפירן פון אים קומט קיין פורים נישט אריין סתם הוילע רעטאריק, און טראמפ גייט זיך נישט לאזן פירן פון אים.


די שאלה איז וואס טוט קים-יאנג-אהן יעצט חול המועד צווישן די פארהאנדלונגען, דאס איז געווען באריכטעט אז איינע פון נוקלעארע סייטס ווערן אויפגעבויעט,

מען האט קיינמאל נישט געמאכט קיין אפמאך אז ער טאר נישט בויען קיין סייטס, ווען מען וועט האבן אן אפמאך וועסטו קענען שרייען, דערווייל איז עס גארנישט ס"ה פרובירן זיי זייער לאק, נו, זיי מעגן.
און טשיינע מיט רוסלאנד ברעכן די סאנקציעס אונטערן טיש און העכערן טיש,

מען וועט פון זיי קעירנעמען
ער האט קיינמאל נישט געהאט אזעלכע גיטע צייטן

מיך שטערט בכלל נישט אז ער האט גוטע צייטן, ווען איינער קומט דיר זאגן אז ער וויל זיין גוט מוזטו אים קענען עפעס גרינגער מאכן כדי ער זאל טאקע וועלן מען דארף נאר וואטשן נישט צו גיין צו ווייט אזוי ווי מיט איראן.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:49 am

פעיק נוז האט געשריבן:מען האט קיינמאל נישט געמאכט קיין אפמאך אז ער טאר נישט בויען קיין סייטס, ווען מען וועט האבן אן אפמאך וועסטו קענען שרייען, דערווייל איז עס גארנישט ס"ה פרובירן זיי זייער לאק, נו, זיי מעגן.

אהא, סא וואס איז געווען די פראבלעם ביז אהער?

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:58 am

דממה דקה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:מען האט קיינמאל נישט געמאכט קיין אפמאך אז ער טאר נישט בויען קיין סייטס, ווען מען וועט האבן אן אפמאך וועסטו קענען שרייען, דערווייל איז עס גארנישט ס"ה פרובירן זיי זייער לאק, נו, זיי מעגן.

אהא, סא וואס איז געווען די פראבלעם ביז אהער?

נאכאמאל, ווען מען האלט אינמיטן א פראסעס קענסטו דיך נישט ארויפכאפן אויף יעדע זאך ווילאנג דו האלטסט נאך פאר א פולשטענדיגע אפמאך, וויל אז יא וועסטו און ערגעץ נישט אנקומען, נישט אז עס איז נישט קיין פראבלעם אז זיי בויען סייטס אבער אזוי גייט עס מען מוז האבן געדולד (אפשר איז טראמפ נישט ממש אזוי אומפולסיוו) משא"כ ביז יעצט האט מען זיי געדארפט מאכן וועלן קומען פארהאנדלען.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 11:07 pm

rutledge האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:ווייסעכניש וואס צו טראכטן. אדער גייט פאר הינטער די קוליסן עפעס וואס מ'ווייסט נישט. אדער איז טראמפ דורכגעפאלן מיט נארט קארעא

דורכגעפאלן מיט נארט קרארעא איז ער שוין סייווי נישט פאר ווער עס געדענקט אז בשעת אבאמא דער מלך השלום איז קיינמאל נישט געווען אזא רואיגקייט,צוזאמארבייט,און פארשטענדיניש מיט נ''ק ווי יעצט מיט דעם שרעקליך אומדורכגעטראכטער טראמפ
עס קומט זיך גרויס credit פאר די מידיע אז קיינער זאל עס נישט אנערקענען
אבאמא האט קיינמאל אפילו דאס נישט באוויזן
לבד מזה איז האבן די מערסט מסוכנדיגע מענטש ביים טיש א גאר גרויסע דערגרייכונג אפילו אלעס בלייבט ווי ביז יעצט

די מידיא האט, ווי אסאך האבן דא אראפגעברענגט, עס ליידער געהעריג אנערקענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1985
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:04 am

פאמפעיא וועט זיך היינט הייבן קיין נארט קארעא פאר א זיצונג מיט קים יאנג און.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 4:03 pm

דיפלאמאטן פון דרום קארעא ארבייטן פיבערהאפטיג אונטער די קוליסן צו איבערצייגן די טראמפ אדמינסטראציע צו נעמען א ווייכערע ליניע איבער צפון קארעא און אויפגעבן איר פארלאנג פאר גענצליכע דע-נוקלעאריזאציע אין אויסטויש פאר ערנסטע קאנצעסיעס מצד אמעריקע, א זאך וואס - לויט דרום קארעא - פירט דערצו אז עס קומט נישט פאר קיין ערנסטע פארשריט איבער דע-נוקלעאריזאציע.

די טראמפ אדמינסטראציע האט דערקלערט עטליכע מאל אז זי וועט נישט פארלייכטערן די סאנקציעס בלויז פאר גענצליכע דע-נוקלעאריזאציע, אבער דרום קארעא לייגט אצינד דרוק אז אמעריקע זאל אפיציעל דערקלערן אן ענדע צום קריג מיט צפון קארעא וועלכע איז אפיציעלע נאכנישט געקומען צו אן ענדע פון איבער 70 יאר צוריק, דאס קומט אין אויסטויש פאר דעם וואס צפון קארעא וועט אפשליסן איינע פון אירע צענטראלע נוקלעארעא איינריכטונגען.

סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו רייזט אפ דעם זונטאג קיין צפון קארעא צו אויפפרישן די געשפרעכן איבער דע-נוקלעאריזאציע, דאס איז זיין פערטע רייזע און באאמטע אין דרום קארעא זאגן אז די איינציגע וועג צו מאכן א דורכברוך איז דורכדעם וואס אמעריקע זאל נאכקומען געוויסע פארלאנגען פון צפון קארעא אין אויסטויש פאר׳ן אפשליסונג פון יאנגביאן נוקלעארעא פאבריק.

---------------------------------

בד"א, פאר איינער וואס וויל אביסל האבן א הבנה וואס די סכנה פון א נוקלעארע נ"ק איז, זאל אויסהערן איינס פאר די לעצטע שמועס פון פנחס גלויבער אויף קול מבשר ביי די על רגל אחת אפטיילונג.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3554
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:05 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
די טראמפ אדמינסטראציע האט דערקלערט עטליכע מאל אז זי וועט נישט פארלייכטערן די סאנקציעס בלויז פאר גענצליכע דע-נוקלעאריזאציע, אבער דרום קארעא לייגט אצינד דרוק אז אמעריקע זאל אפיציעל דערקלערן אן ענדע צום קריג מיט צפון קארעא וועלכע איז אפיציעלע נאכנישט געקומען צו אן ענדע פון איבער 70 יאר צוריק, דאס קומט אין אויסטויש פאר דעם וואס צפון קארעא וועט אפשליסן איינע פון אירע צענטראלע נוקלעארעא איינריכטונגען.


די מלחמה וועט זיך לכאורה אפיציעל נאר ענדיגן ווען נארט קאריע וועט צוריקשיקן די פארכאפטע אמעריקאנע קריגס שיף, וואס לויט ווי סיז געווען באריכטעט האבן עטליכע געוועזענע מיליטערלייט פון די שיף געבעטען טראמפ אז ער זאל צוריקבעטן די שיף, די שיף איז נאך אפיציעל אין דינסט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:45 pm

אויב זאלען זיי אפגעבען דער שיף איז מיט וואס וועט קים פארען? נישט קיין ערעפלאנען נישט קיין שיפען; האט נישט קיין גרויס חשק צו טרעוולען אויף א מיסעל. זאל נאר קענען פארען מיט זיין גרין און רויטע טרעין?

וואס סאוט קאריע פארלאנגט איז אנריזענעבעל, ווייל אויב זיי זענען צוגעדרוקט וועלען זיי מוזען קאפיטולירען אזוי אויך; און אויב נישט, וועט סיי ווי נישט העלפען וויפיל מען וועט זיי נאר נאך געבען.

קאנפידענס-בילדינג-מעשורס איז א אויס געדראשענע פאלשע קאנסעפט. מען לאכט פון אונז פאר אפילו נעמען אין באטראכט אזעליכע נאנסענס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 8:23 am

פעיק נוז האט געשריבן:בד"א, פאר איינער וואס וויל אביסל האבן א הבנה וואס די סכנה פון א נוקלעארע נ"ק איז, זאל אויסהערן איינס פאר די לעצטע שמועס פון פנחס גלויבער אויף קול מבשר ביי די על רגל אחת אפטיילונג.


רעדט'ס פון זייער נוקלערע מיט ארבעט מיט סיריע

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 05, 2018 3:05 pm

וויי-פיי האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:בד"א, פאר איינער וואס וויל אביסל האבן א הבנה וואס די סכנה פון א נוקלעארע נ"ק איז, זאל אויסהערן איינס פאר די לעצטע שמועס פון פנחס גלויבער אויף קול מבשר ביי די על רגל אחת אפטיילונג.


רעדט'ס פון זייער נוקלערע מיט ארבעט מיט סיריע

יא יא נ"ק שטעלט צו פאר סיריע נוקלעארע סחורה
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 2:53 am

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא זאגט אז נארט קאריע איז גרייט אריינצולאזן אינטערנעשענל אינספעקטארס צו אינספעקטן די נוקליער סייטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:05 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא זאגט אז נארט קאריע איז גרייט אריינצולאזן אינטערנעשענל אינספעקטארס צו אינספעקטן די נוקליער סייטס...

וואס דארף דעיס צו זאגן? אז ער איז גרייט אויפצוגעבן אויף אלעם? אדער סתם נאך א טריט ווייטער פון קאפעראציע מצידם
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 7:55 am

אדער פלעין געווינען צייט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:35 pm

ער איז גרייט אויף אלעם [לויט זיינע ווערטער] אבער צוערשט מוז אמעריקע נאכגעבן קאנצעסיעס.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:02 pm

דער אמעריקאנער סעקערטערי אף סטעיט מייק פאמפעאו האט זיך נעכטן אומגעקערט פון זיין פערטן וויזיט קיין צפון קארעא, און ער האט עס באצייכנט א שטארקע סוקסעס, נאכדעם וואס ער האט געהאט לענגערע געשפרעכן מיט׳ן דעספאט קים יאנג אָן און אנדערע ארטיגע באאמטע.

פאמפעאו איז דאסמאל גאר ווארים אויפגענומען געווארן, אנדערש ווי ביים פאריגן באזוך אין יולי, און ער האט געהאט א פריוואטע זיצונג מיט קים יאנג אן פאר איבער צוויי שטונדן, דער סטעיט דעפארטעמענט האט געזאגט אז די צוויי האבן דיסוקטירט א צווייטע סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג אן.

א ווארטזאגער פאר די סטעיט דעפארטעמנט האט געזאגט אז דער יעצטיגער באזוך איז געווען די מערסט פראדוקטיווע זיצונג ביז היינט צווישן די צוויי, און אז די צוויי זייטן האבן איינגעשטימט צו אפהאלטן נאך א סאמיט צווישן יאנג-אָן און טראמפ ״ווי פריער מעגליך״.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:27 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ער איז גרייט אויף אלעם [לויט זיינע ווערטער] אבער צוערשט מוז אמעריקע נאכגעבן קאנצעסיעס.

האט איר שוין אמאל געהאט אזא סעטואציע, ווי איר שפאנט אויף א שמאלע דורכגאנג אשר אין דרך לנטות ימין ושמאל, און עס איז דא פונקט גענוג פלאץ פאר צוויי מענטשן דורכצוגיין,

און פונקט קעגנאיבער אייך קומט א צווייטער צו גיין, און איר ווילט ווי א פיינער מענטש זיך ריקן צו אייער 'רעכטע' זייט צו, כדי יענעם דורכצולאזן, און דער קעגן קומענדיגער איז פונקט אזוי א נארמאלער מענטש ווי אייך, און ער וויל אייך אויך דורכלאזן און ער ריקט זיך אויך אין די זייט, אבער וואס עס געשעהט איז אז ער ריקט זיך אויך צו אייער 'רעכטע' זייט, דאן ריקט איר זיך צו אייער 'לינקע' זייט כדי יענעם דורכצולאזן, ריקט זיך יענער אויך צו אייער 'לינקע' זייט מיינענדיג אז אזוי וועט ער שליכטן די אנגעצויגענקייט, און אזוי גייט עס אהין און צוריק וחוזר חלילה, ביז איר מאכט אפ אז גענוג איז גענוג, איך בלייב שטיין אויף איין פלאץ, איך ריק מיך נישט אין ערגעץ, איך וועל אים לאזן זיך ריקן, און איך וועל דורכגיין און פארטיג, די פראבלעם איז נאר אז אין די זעלבע מינוט האט דער קעגן קומענדיגער געמאכט גענוי די זעלבע החלטה און איר טרעפט זיך ביידע שטיין קלאצן ביי איין זייט ווארטן אז דער צווייטער זאל זיך ברעכן און זיך אוועק ריקן.

די איינציגסטע עצה אין אזא פאל איז צו זאגן 'אהובי ידידי' לאמיר אפמאכן וואס דא גייט זיין, ווער ריקט זיך קודם? דו! יא? אקעי, דו ריק דיך און נאכדעם וועל איך גיין, און שוין.

די זעלבע איז דא לגבי נ"ק, יעדער זייט ווארט אז דער צווייטער זאל קודם זיך אוועק ריקן, און יעדער מיינט אז דער צווייטער וועט זיך ריקן פאר מיר, קיינער וויל זיך נישט ריקן קודם ווייל ער האט מורא אז דער צווייטער וועט נישט מיטארבעטן מיט אים,

די עצה אין אזא פאל איז צו זאגן 'אהובי ידידי' לאמיר מאכן א קלארע דיטעיל'ד אפמאך צו וואס אונז וועל מיר זיך ביידע פארפליכטן און מיר וועלן ביידע אינטערשרייבן דערויף און עס באשטעטיגן אין קאנגערס פונקטליך ווער עס גייט קודם און ווער נאכדעם, לאמיר זאגן למשל אז אמעריקע נעמט זיך אונטער אז אויב נ"ק שפארט אפ אירע נוקלעארע סייט'ס דאן וועט אמעריקע דערקלערן א סוף צו די קארעא קריג און מען וועט אראפנעמען א חלק סאנקציעס, נ"ק וועט נישט דארפן מורא האבן אז אמעריקע וועט זיך נישט האלטן צו זייער צוזאג ווייל עס וועט זיין א אינטערגעשריבענע אפמאך באשטעטיגט ביי קאנגרעס וואס מען קען נישט ברעכן, און שלום על ישראל,

די אלע ווערטער וואס עס גייען יעצט אהין און צוריק אהן קיין געהעריג האפט האט נישט קיין האפט לדעתי.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:26 pm

פראבלעם איז אז נ"ק האט שוין א היסטאריע פון שפילן די געים און זיך אויסלאכן. פארדעם גיבט מען אים גארנישט נאך ביז ווילאנג מ'זעהט עפעס ערנסט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:54 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ער איז גרייט אויף אלעם [לויט זיינע ווערטער] אבער צוערשט מוז אמעריקע נאכגעבן קאנצעסיעס.

האט איר שוין אמאל געהאט אזא סעטואציע, ווי איר שפאנט אויף א שמאלע דורכגאנג אשר אין דרך לנטות ימין ושמאל, און עס איז דא פונקט גענוג פלאץ פאר צוויי מענטשן דורכצוגיין,

און פונקט קעגנאיבער אייך קומט א צווייטער צו גיין, און איר ווילט ווי א פיינער מענטש זיך ריקן צו אייער 'רעכטע' זייט צו, כדי יענעם דורכצולאזן, און דער קעגן קומענדיגער איז פונקט אזוי א נארמאלער מענטש ווי אייך, און ער וויל אייך אויך דורכלאזן און ער ריקט זיך אויך אין די זייט, אבער וואס עס געשעהט איז אז ער ריקט זיך אויך צו אייער 'רעכטע' זייט, דאן ריקט איר זיך צו אייער 'לינקע' זייט כדי יענעם דורכצולאזן, ריקט זיך יענער אויך צו אייער 'לינקע' זייט מיינענדיג אז אזוי וועט ער שליכטן די אנגעצויגענקייט, און אזוי גייט עס אהין און צוריק וחוזר חלילה, ביז איר מאכט אפ אז גענוג איז גענוג, איך בלייב שטיין אויף איין פלאץ, איך ריק מיך נישט אין ערגעץ, איך וועל אים לאזן זיך ריקן, און איך וועל דורכגיין און פארטיג, די פראבלעם איז נאר אז אין די זעלבע מינוט האט דער קעגן קומענדיגער געמאכט גענוי די זעלבע החלטה און איר טרעפט זיך ביידע שטיין קלאצן ביי איין זייט ווארטן אז דער צווייטער זאל זיך ברעכן און זיך אוועק ריקן.

די איינציגסטע עצה אין אזא פאל איז צו זאגן 'אהובי ידידי' לאמיר אפמאכן וואס דא גייט זיין, ווער ריקט זיך קודם? דו! יא? אקעי, דו ריק דיך און נאכדעם וועל איך גיין, און שוין.

די זעלבע איז דא לגבי נ"ק, יעדער זייט ווארט אז דער צווייטער זאל קודם זיך אוועק ריקן, און יעדער מיינט אז דער צווייטער וועט זיך ריקן פאר מיר, קיינער וויל זיך נישט ריקן קודם ווייל ער האט מורא אז דער צווייטער וועט נישט מיטארבעטן מיט אים,

די עצה אין אזא פאל איז צו זאגן 'אהובי ידידי' לאמיר מאכן א קלארע דיטעיל'ד אפמאך צו וואס אונז וועל מיר זיך ביידע פארפליכטן און מיר וועלן ביידע אינטערשרייבן דערויף און עס באשטעטיגן אין קאנגערס פונקטליך ווער עס גייט קודם און ווער נאכדעם, לאמיר זאגן למשל אז אמעריקע נעמט זיך אונטער אז אויב נ"ק שפארט אפ אירע נוקלעארע סייט'ס דאן וועט אמעריקע דערקלערן א סוף צו די קארעא קריג און מען וועט אראפנעמען א חלק סאנקציעס, נ"ק וועט נישט דארפן מורא האבן אז אמעריקע וועט זיך נישט האלטן צו זייער צוזאג ווייל עס וועט זיין א אינטערגעשריבענע אפמאך באשטעטיגט ביי קאנגרעס וואס מען קען נישט ברעכן, און שלום על ישראל,

די אלע ווערטער וואס עס גייען יעצט אהין און צוריק אהן קיין געהעריג האפט האט נישט קיין האפט לדעתי.

שפתים ישק
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 10:32 am

און אויף דעם עצה'ט ער מ'זאל מאכן א אפיציעלע טריטי באשטעטיגט דורך סענאט וואס זאגט אז אויב נק טוט דאס און דאס דארף אמעריקע אראפ נעמען סאנקציעס א ב ג אאוו וועט ער זיין רואיג אז איינמאל ער טוט זיינס וועט טראמפ 'מוזן' קאאפערירן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשעירמאן, יוסף פריעדמאן, לאנדאנער, נעם אין אכט און 42 געסט